"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

וואס עפעס? האט געשריבן:זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !


על בשורה טובה אומר הטוב המטיב.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

rutledge האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד

אדרבה אויב קומסט אויף מיט א מהלך אז מזאל ווייטער ספענדן די זעלבע אם כן מה הועילו ?
אבער לשיתתי איז דאס אויך גיט נישט קיין חילוק ווי סווערט געספענדט

מה הועילו??? אפאר װײניגער הארץ אטאקעס!!!

נאך א נקודה, פארװאס האלסטו אז טױזענטער אידן גײען ספענדן 80,000 דאללער א חתונה װען זײ האבן נישט פערטל דערפון, אבער דער ביזנעסמאן אז ס׳װעט אים ארײנקומען אפאר טױזענט װײניגער א יאר װעט ער פלוצים טױשן זײן לײף סטײל און קאָטן ספענדינג???
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

וואס עפעס? האט געשריבן:זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !

נאך א חתונה מאלל אויף די מארקעט.
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

unnamed (53).jpg
unnamed (53).jpg (265.89 KiB) געזען 3138 מאל
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

unnamed (58).jpg
unnamed (58).jpg (104.74 KiB) געזען 2982 מאל
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

וואס עפעס? האט געשריבן:זעה איך אז עס קומט א יחדיו סענטער אין בארא פארק באלד נאך סוכות
אומר ועושה ! כה לחי !
ווי אין ב. פ. עפענען זיי?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פונקט היינט גערעדט צי א חבר מיינע וואס טוט אויך שטארק אין בודזשעטינג, דער יונגערמאן האט אוועק געלייגט אין מעיטשעל פאנדס פאר חתונה מאכען אז ס׳איז א נחת.

בקיצור רעדט איך מיט איהם האב איך אזוי שטארק הנאה ווי ער איז פונקט ווי מיר ביי די זעלבע מיינונג.

נאכאמאל איך האף אז די עסקנים ליינען דא. לאמיר עס זאגן קלאר אין דייטליך, די מער מען העלפט אין די מער סערוויסעס מיט שטעלט צי, קען איך נישט זאגן אז ס׳העלפט גארנישט, אבער דאס איז זעכער אז ס׳לערענט נישט אויס קיין מענשטן ווי אזוי ריכטיג צי לעבן און אוועק לייגן פאר די עתיד, און נישט אויסגעבן געלט וואס מען האט נישט (ליין: וואס מען גייט דארפן אין די עתיד.), אין נאך מער פון דעם אין א געוויסע הינזיכט די מער ס׳דא הילף נאך מער אירעספאנסיבאל ווערן מענשטן ליידער, ווייל מען פארלאזט זיך אז מען דארף נישט אוועק לייגן ווייל די עסקנים קהילה און משפחה וועלן שוין ממילא ארויס העלפן, און די איבריגע וועט מען שוין ארויף לייגען אויף די הויז עקוועטי אויב האט מען.. און נעמען פון קרעדיט קארדס און ביזנעס לאונס און דערנאך רח״ל..

אלזא דארף מען שווער מאכן און העלפן ווייניגער די ספענדערס און אים אחריות׳דיגע מענשטן וואס ספענדען אלע זייערע געלט וואס זיי האבן, פון די 20 ביז די 40 יאר אן טראכטען פון מארגען, וועט שנעל ווערן סדר! א טאג נאכדעם קען מען פארמאכן אלע יחדו סענטערן און אלע תקנות הקהילות וועלן שוין נישט נוגע זיין מער... דאס יא, מאכן שיעורים און אלע שוהל׳ן פאר יונגע ארבייטס יונגעלייט און זיי אויסלערנען בודזשעטינג און זיי גוט אנסטראשענען אז צען גייט נישט העלפן די ספענדערס!!!!

כ׳האב נאך א חבר, יענער לייגט אריין ענדערש זיין סעווינגס מיט קויפן רילעסטעיט דער יונגערמאן האט געלעבט שטארק שפארזאם פאר 8 יאר, היינט צי טאגס האט ער א אייגענע דירה אין ווילימסבורג און דריי מאלטי פעמעלי הייזער אין Newark.

ס׳איז קלאר ווי טאג אז די וואס לערנען זיך אויס בודזשעטינג און לעבן שפארזאם טוהן די ריכטיגע השתדלות פאר די עתיד. אדרבה אלע כוחות פון יחדו איז הייליג חס ושלום אז איך בין מזלל אין וואס באמת וואוילע יודן טוהן. נאר מיר קומען שוין פון דארט... און אז א יעדע 5 יאר האט די חתונה תקנות א נייע נאמען און נייע סערוויסעס.. זעהט מען דיך שוין אז דאס איז נישט די וועג... אלזא איר קענט מסתמה די מעשה, מיט דעם יוד וואס איז געווען פארלוירען אין וואלד און געטראפן נאך איינער וואס בלאנדזשעט דארט אויפן פראגע צי יענער קען די וועג ארויס פון וואלד, איז די תשובה געקומען ווי צי גיין ווייס איך נישט, אבער יענע וועג וואס מיר האבן פראבירט ביז יעצט ווייס איך שוין פאר זעכער אז דאס איז נישט די וועג.
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ער' גאלדענע פעדער, איר זענט כשר גערעכט אז עס פעילט אויס הדרכה פאר די היינטיגע אינגעלייט וועגן בודשעטינג,
אבער פארקערט הוא הנותנת דער יחדיו קאמפיין איז טאקע אין א געוויסע זין געצילט פאר די אירע וואס האבן געבודשעט אלע יארן, מען רעדט דא פון א דורךשניטליכער איד וואס האט אוועקגעלייגט יעדעס יאר געלט פאר א רעגנדיגער טאג און פאר חתונה מאכן, און דאס איז אפשר גענוג פאר די ערשטע צוויי קינדער, ביים דריטען און פערטן קינד איז שוין נישטא קיין זכר דערפון,
אין אנדערע ווערטער אז איך זעה מער אז יחדיו איז א וועג צו עפענען די אויגן פון די שווענדערישע אינגעלייט אז "וועיק אפ ענד סמעלל די קאפי" זיי מצמצם פון דיין שוואוילטאג לעיבן ווייל איין טאג וועסטו זיך נישט קענען אנייצע געבן מיט די פרעשור פון חתונה מאכן
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איר ליינט קענטיג נישט מיינע אשכולות און תגובות איבער בודזשעטינג. איינער וואס בודזשעט אלע יארן דארף געווענליך נישט דעם יחדו און אלע אנדערע פאני נעמען וואס יאווען זיך ווי שוועמליך נאך א רעגן א יעדע פאר יאר א נייע נאמען...

בדרך משל, איינער וואס קען פייפען אין די יונגע יארן, אלעס בדווקה טוהן אויף א נידריגערע סטאנדארט ווי זיינע חברים, און די מער ער פייפט און גייט אויך נאך מער א נידריגע סטאנדארט, די מער געלט קען ער אוועק לייגן, און די מער ער פייפט די גרינגער וועט איהם זיין אין די שפעטערע יארן ווייטער צי פייפפען און אזא איינער וועט געווענליך טוהן שידוכים מיט אנדערע פייפערס בדומו לו. און די מער ער פייפט אין די יונגע יארן די ביליגער וועלן זיינע חתונות זיין. ווייל ווי געשמיעסט אין מיינע אנדערע אשכולות, א סטאנדארט גייט מיט - מיט די מענשט, איך האב למשל נאך קיינמאל נישט געזעהן איינער וואס האט געמאכט וואכנאכטס פאר 2 טויזענט דאלער זאל חתונה מאכן פאר אונטער 100 טויזענט דאלער, און ווען ס׳נישט דא די געלט דארף די קהילה גמ״ח און קרנות, און זיין גאנצע משפחה ליידן, ווייל דער מעשיגענער און אין אחריות׳דיגע פארשוין האט געדארפט לעבן ווי פאטאצקי׳ס סטאנדארט אלע זיינע יארן פין די 40 ביז די 60, כדי די משפחה זאל איהם ביים חתונה מאכן דארפן אויסבעהלען!

ממילא די נידריגער ווואס זיין סטאנדארט איז אין די יונגע יארן, גייען זיינע פון די 40 ביז די 60 יארן זיין געבענטשט מיט פוהל נחת און הרחבת הדעת, און אזא ברכה איז (ליידער) א יקר המציאות היינטיגע טעג. אזא איינער דארף דען דארף יחדו? דער לאכט פון די נעבעכס וואס לעבן אלע זייערע יארן צי געפעלן די גאס, חברים און משפחה!

זיין ווייב אין זיינע קינדער נאר פאר זיי איז נוגע וויפעל געלט ער געבט אויס און פארוואס! די אלע אנדערע מענשטן אינטערסירט איהם נישט, ווייסט פארוואס? ווייל ער וויל נישט ביי זיי דארפן צי קומען צי טובות זיי צי דארפן בעהטן הלוואות אדער ערבות אדער נדבות.. אדער עצות ווי אזוי צי גנבה׳נען פון בענק.. מיט דריידליך ביים חתונה מאכן!


הער א פאני מעשה.. פאריגע וואך בין איך געווען ביי א וואכנאכט, דער בעל שמחה האט בערך צי געשטעלט ווי פאלגענט, שיינע געקויפטע טעצער פראכט, בראנפען (פשוטע), היימישע קעיק, טשאקלעט און ניסלעך, און היימישע פעטעטע קיגל און לאקשען קיגעל, מיט טרינקען.

איך בין אריין געקומען האב איך די ערשטע זאך געטראכט צי מיר, wow אזוי בעל בעתיש צי צושטעלן?! הער ווי פאני.. איך הער ווי א חבר קאלט אן דעם בעל שמחה און ווינטשט איהם אן מזל טוב און דערנאך הער איך ווי די בעל שמחה מיטשעט איהם ער זאל אריבער קומען... הער איך ווי יענער פרעגט אויפן טעלעפאון צי ס׳דא צי עסן..? הייבט די בעל שמחה זיך אן פארענטפערן (נעבעך!) אז איך האב נישט קיין קישקע טשאלענט מיט יאפטשיק אבער ווי נישט איז דא הייסע קיגעל בלא בלא בלא... איך האב עס ממש נישט געקענט אויסגעהאלטען... די זעהסט אונזער חרבן!? קודם כל פארוואס אינטערסירט דעם בעל שמחה צי יענער קומט צי נישט... ס׳געווען דארט א שיינע עולם אן יענעם... א יעדער מיז קומען..? און דערנאך דארף ער זיך נאך פארענטפערן ווייל וואס ער האט צו געשטעלט איז אונטער דעם סטאנדארט פון די מעשיגאים?! וואס פאר די קישקע טשאלענט יאפטשיק, פזרונים גייט מען אין 15 יאר ארום פון יעצט שנארען פאר זיי ביי די משפחה זיי צי העלפן חתונה מאכן..? א מין צידרייטע וועלט.. איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטען און איך בין צי געגאנגען צי די בעל שמחה און איהם געזאגט אנטשאלדיגט אז איך האב מיט געהאלטען דיין פאון קאל... אבער אגב די האסט אזוי שיין און בעל בעתיש צי געשטעלט, איך שטעל נאר צי האלב פון דעם און דער וואס קומט נאר ווייל איך שטעל צי עסן זאל פליז נישט קומען...
מהריץ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2017 9:33 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהריץ »

ווייסט אפשר עמעצער וואו מען קען זיך פארבינדן צום ארגאניזאציע פון יחדיו ?
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

יחדיו געגאנגען שלאפן?? ? כ'האף זייער אז נישט.
אוועטאר
אגד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגד »

.
אוועטאר
אגד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגד »

20201020_230624.jpg
20201020_230624.jpg (312.87 KiB) געזען 2174 מאל
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שפע רב האט געשריבן:יחדיו געגאנגען שלאפן?? ? כ'האף זייער אז נישט.

יחדיו ארבעט אויף קעסל און כלים, ס'איז עסקנים וואס מיינען בלויז לשם שמים.

אין די צייטונג איז געווען יעצט אפאר פעידזשעס פון זיי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

איך ליין נישט קיין צייטונגען. כ'האף זיי האבן געלט פאר PR
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

פון ספר זכרון יעקב מהרב יעקב ליפשיץ ז״ל (סעקראטאר פון הגאון ר׳ יצחק אלחנן ספקטאר זצ״ל מ׳קאוונא) ווי ער באשרייבט יודישקייט אין די יארן תק״ך - תר״ם
ליינט דא ווי ער רעדט זיך שוין דעמאלטס אפ אויף די טייערע חתונה זאלן.

בילד
בילד
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

די תקנות מיט די נייע סדר פון חתנות גייט אפציעל אריינגיין אין קראפט פון היינט דינסטאג 3 וואכן! אום ר"ח כסלו תשפ"א הבעל"ט וואס געפאלט ג' תולדות.
יומא דקאי גרם! יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תולדות! חתונה האבן איז כדי אראפצוברענגען קינדער ברויכט עס אבער זיין כי טוב און נישט אריינפאלן אין חובות.
כלל ישראל הכינו הכינו !!
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

אדם הראשון האט געשריבן:די תקנות מיט די נייע סדר פון חתנות גייט אפציעל אריינגיין אין קראפט פון היינט דינסטאג 3 וואכן! אום ר"ח כסלו תשפ"א הבעל"ט וואס געפאלט ג' תולדות.
יומא דקאי גרם! יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תולדות! חתונה האבן איז כדי אראפצוברענגען קינדער ברויכט עס אבער זיין כי טוב און נישט אריינפאלן אין חובות.
כלל ישראל הכינו הכינו !!


אלעס איז מער ווייניגער צוריק צום אלטן!
מענדיגט שוין צוריק חתונות 3 אזייגער
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

דער בדחן האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:די תקנות מיט די נייע סדר פון חתנות גייט אפציעל אריינגיין אין קראפט פון היינט דינסטאג 3 וואכן! אום ר"ח כסלו תשפ"א הבעל"ט וואס געפאלט ג' תולדות.
יומא דקאי גרם! יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תולדות! חתונה האבן איז כדי אראפצוברענגען קינדער ברויכט עס אבער זיין כי טוב און נישט אריינפאלן אין חובות.
כלל ישראל הכינו הכינו !!


אלעס איז מער ווייניגער צוריק צום אלטן!
מענדיגט שוין צוריק חתונות 3 אזייגער

לענ"ד איז געווען א שטארקע ווינט אינמיטן זוממער. חמשה עשר באב צייט און ס'האט געצויגן א שטארע אינטערסע ביים עולם. ביז מ'האט אפילו געהערט אז אין ק"י האט שוין א מחותן חתונה געמאכט מיט די נייע זמנים. אבער די נייעס טוישט זיך אזוי שנעל און זאכן קילן זיך אויס. און אויב וויל מען עס באמת איינפירן אזא גרויסע און מאכטפולע לאנג יעריגע טויש אין חודש כסלו מיז קומען א פרישע כוואליע פון אויפקלערונג מיט א מאסיווע ווינד אז דער עולם זאל זיך צושטעלן אויף א מאסן פארנעם.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

קרית יואל איז טאקע נאר איין שטאט, אבער אין די "טייערערע זאל" פאראדייס, איז געווען א שיינע פאר חתונות מיט DJ מוזיק דעם חודש. דאס איז א שטארקע שטיפ אויף פאראויס.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

אחת ואחת האט געשריבן:קרית יואל איז טאקע נאר איין שטאט, אבער אין די "טייערערע זאל" פאראדייס, איז געווען א שיינע פאר חתונות מיט DJ מוזיק דעם חודש. דאס איז א שטארקע שטיפ אויף פאראויס.

גערעכט.
אבער DJ איז נאר א קליינע חלק פון יחדיו'ס ברייטע וויזיע אויפן צוקופט
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אדם הראשון האט געשריבן:די תקנות מיט די נייע סדר פון חתנות גייט אפציעל אריינגיין אין קראפט פון היינט דינסטאג 3 וואכן! אום ר"ח כסלו תשפ"א הבעל"ט וואס געפאלט ג' תולדות.
יומא דקאי גרם! יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר תולדות! חתונה האבן איז כדי אראפצוברענגען קינדער ברויכט עס אבער זיין כי טוב און נישט אריינפאלן אין חובות.
כלל ישראל הכינו הכינו !!

א גוט שבת מברכים ראש חודש כסלו. שוין דא אינטערוויוס מיט די מחותנים פון די לעצטע חתונה פאר יחדיו?
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

image (36).png
image (36).png (213.64 KiB) געזען 888 מאל
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ניו יארק - די עסקנים אונטער די יחדיו חתונה רעוואלוציע פלאן שלאפן נישט נאר מען רוקט זיך אלס נענטער און נענטער צו למעשה. די וואך איז פארגעקומען א אסיפה דורך די רבנים שליט"א וועלכע זענען טעטיג אין די יחדיו פראיעקט, און די עסקנים האבן פארגעלייגט די פארשריט וואס מען האט געמאכט אין די לעצטערע חדשים. עס האבן אויפגעטרעטן דער בארימטער עסקן און נואם בחסד עליון ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו און נאך אנדערע. עס זענען אנוועזנד געווען די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען טיף פארמישט אין די אקטיוויטעטן אינערהאלב זייער קהילה, צווישן אנדערע איז געווען דארט הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א רב פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג ולידו הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א סיגוט'ער רב.‎
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (195.31 KiB) געזען 682 מאל
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”