"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עכט נארמאל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:07 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך עכט נארמאל » דינסטאג יולי 28, 2020 9:18 pm

כ'וויל פארשטיין וואס האט פייניגן מענטשן די נאכט פון די חתונה מיט די זמנים מיט שפארן געלט
א נארמאלע מענטש (אפי' ארימע) איז גרייט צו צאלן א צוויי טויזענט דאללער מער אז די חתונה נאכט זאל זיין מיט הרחבת הדעת
מילא אלע ארימיגע הוצאות איז עס מורה'דיג וויכטיג אבער לאז עם כאטש חתונה מאכן נארמאל מיט א רוהיגקייט לאז די חתן/כלה/מחותנים זיך אויסבעטן ווי לאנג זיי ווילן איך מיין נישט ממש איבערגעטריבן אבער זמנים איז נישט קיין זאך וואס פעלט ממש אויס
שפארן אלע ארימיגע הוצאות איז קריטיש וויכטיג אבער נאר אויב ער מאכט חתונה אבער אויב מען לאט עם נישט חתונה מאכן בכלל וואס האט ער דערפון

ס'דא אלע מיני מענטשן ס'דא וואס קומען אייביג אן (צייטליך) א שעה שפעטער אפי' דעמאלטס איז עס מיט די נשמה אין די הענט און די מענעדשער פון די זאל מעג שמייכלען צו זיי (אפי' זיי זענען ארימע לייט און) אפי' ער איז אנגעקומען שפעט מאכט ער חתונה א קינד בשעטו"מ

[פרטים יבואו אויב כ'וועל האבן צייט]

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג יולי 28, 2020 9:29 pm

עכט נארמאל האט געשריבן:כ'וויל פארשטיין וואס האט פייניגן מענטשן די נאכט פון די חתונה מיט די זמנים מיט שפארן געלט
א נארמאלע מענטש (אפי' ארימע) איז גרייט צו צאלן א צוויי טויזענט דאללער מער אז די חתונה נאכט זאל זיין מיט הרחבת הדעת
מילא אלע ארימיגע הוצאות איז עס מורה'דיג וויכטיג אבער לאז עם כאטש חתונה מאכן נארמאל מיט א רוהיגקייט לאז די חתן/כלה/מחותנים זיך אויסבעטן ווי לאנג זיי ווילן איך מיין נישט ממש איבערגעטריבן אבער זמנים איז נישט קיין זאך וואס פעלט ממש אויס
שפארן אלע ארימיגע הוצאות איז קריטיש וויכטיג אבער נאר אויב ער מאכט חתונה אבער אויב מען לאט עם נישט חתונה מאכן בכלל וואס האט ער דערפון

ס'דא אלע מיני מענטשן ס'דא וואס קומען אייביג אן (צייטליך) א שעה שפעטער אפי' דעמאלטס איז עס מיט די נשמה אין די הענט און די מענעדשער פון די זאל מעג שמייכלען צו זיי (אפי' זיי זענען ארימע לייט און) אפי' ער איז אנגעקומען שפעט מאכט ער חתונה א קינד בשעטו"מ

[פרטים יבואו אויב כ'וועל האבן צייט]

קודם כל שלום עליכם.
איי לייק יור ניק-נעים.
ס'איז פשוט אז די לענגערע צייט קאסט מער אויפן שעה און אויך דארף מען צושטעלן מיט וואס אנציפילן די צייט. די מזונות און העץ וואס מ'דארף צושטעלן פאר די מסובין בשעת די מצוה טאנץ קאסטן אויך אפאר הונדערט דאללער.
בנוסף לזה:
די צוויי עיקר סיבות פארוואס א מענטש וויל נעמען די צייט ביים חתונה מאכן זענען 1) ווייל אסאך מענטשן קומען און ער דארף האבן צייט זיך צו פרייען מיט יעדן 2) ער זאגט (איך האב עס שוין בפירוש געהערט פון אפאר) "איך ספענד אזויפיל געלט, לאז מיך עס אויסנוצן"
ממילא תלוי הא בהא.
מאך נישט קיין לאנגע חתונות, נישט יעדער מיט וועם דיין ב"ב שעירט א רוימערטע דארף קומען, ספענד נישט אזויפיל ווייל ס'איז נישט ווערד פאר די צייט וואס דו באקומסט. והכל על משכבו יבוא בחלום.

בערל עושר
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:49 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך בערל עושר » דינסטאג יולי 28, 2020 9:36 pm

א היימישער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
דאבעליו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ר' יו"ט האט רעכט, און ס'גייט מער ווינציגער לויט די משפחה און די חברותא.

נאכאמאל, געווענליכע משפחות, האראפשנע ארבייטער בני האראפשנע ארבעטער מיט חברים האראפשנע ארבייטער מאכן חתונה ווי ר' יו"ט זאגט.


חלום חלמתם!

ווי געזאגט, חוץ אויב אייערע האראפשנע (וואס מיינט עס, אגב?...) ארבייטער זענען כינור דוד מחותנים, וואס דעמאלטס קען "אפשר" זיין אז אייער קליין קרעמל מאכט אזוי חתונה, די טרוקענע רעאליטעט פון רוב מנין ובנין פונעם חסיד'ישן עולם אין ניו יארק איז עטליעסט דאפלט!


יא יא ווי האט יענער געזאגט ווען איינער זאגט דיר אז ער האט חתנה געמאכט פאר 40 טויזענט דאלער איז עס ווייל ער האט גערעכענט 10 טויזענט דאלער אדער מער אויף יערליכע הוצאות...
איך האב שוין גערעדט אסאך אויכט צי די וואס מאכן חתנה און כינור עס איז ממש אים מעגליך צי קענען חתנה מאכן אינטער 45 50

"מעגליך" און "אוממעגליך" האט ביי יעדן אן אנדערע באדייט.

עכ"פ די איינציגע וואלידע פונקט וואס יחדיו'ס מארקעטינג קאמפיין האט דערווייל אנגערירט איז דאס שניידן דעם תנאים.

ביי רוב חתונות איז נישט דא קיין בענד/קווייער.
רוב חתונות ענדיגן זיך שוין היינט נישט שפעטער ווי 2:00.
רוב חתנים פון די גרעסערע ישיבות צאלן נישט קיין $7-12,000 דאלער פאר א שטריימל.
ס'איז דא גמ"ח'ן פאר כלה קליידער, און ווער ס'וויל האט וויאזוי צו באקומען א קלייד פאר ביליג.
די "סמארט פעקעדזש" פאר ביליגע פוירניטשער איז שוין יעצט אוועילעבל.
ס'איז נישט אינעם סטאנדארט צו רופן ערשטע קאזינס צו דער סעודת החתונה, חוץ אפשר ביי יונגע משפחות.

קען זיין ס'איז נאך דא פלעצער פון וואו מ'קען/מ'דארף שניידן, אבער רוב פון זייערע אויסגערעכנטע איז שוין לאנג געשניטן - ביי די וואס ווילן באמת שפארן.


גא"מ

;l;p-

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » מיטוואך יולי 29, 2020 1:41 pm

עדס פאר די וואך - לקראת חמשה עשר באב
צוגעלייגטע
Asifah Posters 11x17_Page_1.jpg
Asifah Posters 11x17_Page_1.jpg (248.11 KiB) געזעהן 1230 מאל
Asifah Posters 11x17_Page_3.jpg
Asifah Posters 11x17_Page_3.jpg (279.55 KiB) געזעהן 1230 מאל
Asifah Posters 11x17_Page_2.jpg
Asifah Posters 11x17_Page_2.jpg (259.47 KiB) געזעהן 1230 מאל

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » מיטוואך יולי 29, 2020 1:42 pm

-
צוגעלייגטע
Asifah Posters 11x17_Page_4.jpg
Asifah Posters 11x17_Page_4.jpg (296.89 KiB) געזעהן 1229 מאל

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » מיטוואך יולי 29, 2020 1:44 pm

רייכע ארטיקלען פאר התבוננות און חומר למחשבה:

https://www.dropbox.com/s/v0wnqmenbtgn4 ... n.pdf?dl=0

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יולי 29, 2020 3:27 pm

שטומפיג האט געשריבן:
עכט נארמאל האט געשריבן:כ'וויל פארשטיין וואס האט פייניגן מענטשן די נאכט פון די חתונה מיט די זמנים מיט שפארן געלט
א נארמאלע מענטש (אפי' ארימע) איז גרייט צו צאלן א צוויי טויזענט דאללער מער אז די חתונה נאכט זאל זיין מיט הרחבת הדעת
מילא אלע ארימיגע הוצאות איז עס מורה'דיג וויכטיג אבער לאז עם כאטש חתונה מאכן נארמאל מיט א רוהיגקייט לאז די חתן/כלה/מחותנים זיך אויסבעטן ווי לאנג זיי ווילן איך מיין נישט ממש איבערגעטריבן אבער זמנים איז נישט קיין זאך וואס פעלט ממש אויס
שפארן אלע ארימיגע הוצאות איז קריטיש וויכטיג אבער נאר אויב ער מאכט חתונה אבער אויב מען לאט עם נישט חתונה מאכן בכלל וואס האט ער דערפון

ס'דא אלע מיני מענטשן ס'דא וואס קומען אייביג אן (צייטליך) א שעה שפעטער אפי' דעמאלטס איז עס מיט די נשמה אין די הענט און די מענעדשער פון די זאל מעג שמייכלען צו זיי (אפי' זיי זענען ארימע לייט און) אפי' ער איז אנגעקומען שפעט מאכט ער חתונה א קינד בשעטו"מ

[פרטים יבואו אויב כ'וועל האבן צייט]

קודם כל שלום עליכם.
איי לייק יור ניק-נעים.
ס'איז פשוט אז די לענגערע צייט קאסט מער אויפן שעה און אויך דארף מען צושטעלן מיט וואס אנציפילן די צייט. די מזונות און העץ וואס מ'דארף צושטעלן פאר די מסובין בשעת די מצוה טאנץ קאסטן אויך אפאר הונדערט דאללער.
בנוסף לזה:
די צוויי עיקר סיבות פארוואס א מענטש וויל נעמען די צייט ביים חתונה מאכן זענען 1) ווייל אסאך מענטשן קומען און ער דארף האבן צייט זיך צו פרייען מיט יעדן 2) ער זאגט (איך האב עס שוין בפירוש געהערט פון אפאר) "איך ספענד אזויפיל געלט, לאז מיך עס אויסנוצן"
ממילא תלוי הא בהא.
מאך נישט קיין לאנגע חתונות, נישט יעדער מיט וועם דיין ב"ב שעירט א רוימערטע דארף קומען, ספענד נישט אזויפיל ווייל ס'איז נישט ווערד פאר די צייט וואס דו באקומסט. והכל על משכבו יבוא בחלום.

נאכן זיין א שטארקער פאטריאט פאר ביליגע חתונות ועוד ועוד מוז איך מסכים זיין אז ס'איז דא עפעס א פראבלעם מיטן יאגן און טרייבן די מחותנים, איך האב פערזענליך געליטן פון דעם און כ'קען נישט מאריך זיין במילתא דעבידי לגלויי.
עס מוז זיין א מיטל וועג, צו קענען מאכן פרי און שנעל, אבער אן טעראר, ביי מיין פריערדיגעע חתונה האב איך געזאגט שוין פאר יעדן, איר קענט מיך נישט טרייבן איך גיי נישט צו די חופה פאר דאס און דאס איז מסודר וכו', גראדע האלט איך אז דער עווערידזש "טאנצן" דויערט צי לאנג און איך וואלט מוותר געווען אויף דרייפערטל פון די מצוה טאנץ, נאר זיידעס און חתן כלה, גראדע מיך וואלט איך מוחל געווען דעם אויפרופן טויזענט מאל עס גריצלט מיר די שטותים.
עניוועי קען זיין אין די אכט און צוואנציג בלעטער ביז אהער און אין אלע אנדערע חתונה אשכולות רעדט מען שוין דערפון אבער כ'האב יעצט געעפנט צום סוף און איך האלט אז עכט נארמאל האט א "פוינט" נישט אז מ'זאל מאכן שפעטע לאנג פארצויגענע חתונות, אבער מ'דארף טון במדה במשקל ובמשורה
כ'האב מיך גע'טענה'ט דערויף מיט ידינ"פ להבחל"ח ר' שמואל ב"ר חיים ארי' ווידער זכרונו לברכה דער פיאנער און פאן טרעגער פון ביליגע חתונות און ער האט מיר גערעכט געגעגבן און כדרכו בקודש האט ער געגעבן אזא שאקל אז ס'איז נישטא קיין ברירה אבער ביזט גערעכט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: יחדיו ירננו - די נייע חתונה מאכן עפאכע דורך אלע קהילות

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אוגוסט 02, 2020 3:11 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ווער קען טרעפן דעם 23'סטן קהלה אויפן צעטל....?

איין פלאס 1 = חלה דעקל...


איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס מען האט נישט געקענט שרייבן ביידע?

קענסט מיר מזביר זיין וואס עס באדערט דיך דא?


פארוואס ביי וויזניץ קען שטיין 5 מיני וויזניץ און ביי סאטמאר מוז שטיין נאר 1

עס באדערט מיר בכלל נישט, ס'איז נאר אביסל אינטערעסאנט / בעביאיש


מען מוז איינזעצן אז זיי ליינען יא אייוועלט!

קוקט אונטן...

unnamed (1)_LI.jpg
unnamed (1)_LI.jpg (377.54 KiB) געזעהן 995 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:48 pm

מ'רעדט פון א אסיפת רבני ודייני ק''ק סאטמאר (מהר''יי) במעונו פון רבי'ן היינט נ.מ. און מחנה דברי יואל איבער חחונה תקנות.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

זעירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך זעירא » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 2:10 pm

כ'וויס נישט צו מ'האט שוין דערמאנט דא,
אין א"י מאכט זיך אויך לעצטנס עפעס אזא געשעפט וועגן חתונה- תקנות, און זיי גייען אויך מיט דעם מהלך פון 'אלע קהילות צוזאמען',
ס'איז אינטרעסאנט אדורך צו טוהן און צושטעלן ביידע פלענער...
חתונת המאה

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 2:16 pm

וואס איז יחדיו'ס פלאן אויסצופירן זייערע רעזוליציעס ?

בד"א איך זעי נישט מיט וואס יחדיו ברענגט מער צום טיש ווי די סאטמארע תקנות ביז היינט

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 2:28 pm

דער אמת איז, אז די בעסטע אויסזיכטען יעצט אויסצופירן, איז איינצופירן קליינע זאלן, אזוי ווי די חתונה המאה פרובירט צו טוהן, 100 קאפלס פאר די סעודה, און נאך 100 געסט פאר די טאנצען. פארשטייט זיך אז א קליינע זאל וועט אויך פארלאנגען א שנעלערע חתונה. אויב זאל מען קענען איינפירן יעצט ביי יחדיו דער ענין, זענען זיי שטארקע געווינער.

איך דארף נישט אז די ״גביר״ זאל דארט קענען חתונה מאכן, און אויך נישט די ארימאן וואס שפילט ״גביר״ זאל דארט חתונה מאכן (אויב וויל ער זיך נישט אליין העלפען, וועל איך נישט אראפשטופען די הילף אראפ זיין האלז), סך הכל וויל איך, אז א בעל בתי׳שע איד, וואס וויל חתונה מאכן אן קיין חובות, און אן קיין מעקסעד אוט קרעדיט קארד, זאל קענען חתונה מאכן אין א קלענערע זאל. (100 קאפלס פאר די סעודה + 100 געסט פאר די טאנצען) דאס איז א זאך וואס איז נישט דא היינט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:23 pm

בבקשה האט געשריבן:דער אמת איז, אז די בעסטע אויסזיכטען יעצט אויסצופירן, איז איינצופירן קליינע זאלן, אזוי ווי די חתונה המאה פרובירט צו טוהן, 100 קאפלס פאר די סעודה, און נאך 100 געסט פאר די טאנצען. פארשטייט זיך אז א קליינע זאל וועט אויך פארלאנגען א שנעלערע חתונה. אויב זאל מען קענען איינפירן יעצט ביי יחדיו דער ענין, זענען זיי שטארקע געווינער.

היימישע אידן האבן ב"ה גרויסע משפחות, און ווילאנג די משפחה האט א לעבעדיגע זיידע, וועלן אלע אייניקלעך קומען צו די חתונה לכבודו. נישט שייך, און ס'האט נישט קיין פשט דאס צו פארקלענערן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון קאראנע, ווייל אסאך זאכן זענען אנדערש געווען דעמאלטס.

א פריע סעודה, און א קלענערע צאל קאפלס ביי די סעודה איז שוין לאנג איינגעפירט אין די תקנות זאלן.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:29 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:דער אמת איז, אז די בעסטע אויסזיכטען יעצט אויסצופירן, איז איינצופירן קליינע זאלן, אזוי ווי די חתונה המאה פרובירט צו טוהן, 100 קאפלס פאר די סעודה, און נאך 100 געסט פאר די טאנצען. פארשטייט זיך אז א קליינע זאל וועט אויך פארלאנגען א שנעלערע חתונה. אויב זאל מען קענען איינפירן יעצט ביי יחדיו דער ענין, זענען זיי שטארקע געווינער.


א פריע סעודה, און א קלענערע צאל קאפלס ביי די סעודה איז שוין לאנג איינגעפירט אין די תקנות זאלן.


נישט ממש

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:41 pm

א פריע חתונה רעדט מען פון פריע, נאר מענטשן וואס זענען גענוג נאנט זיך צו קענען ערלויבן אוועקצוגיין פון ארבייט באצייטנס.

אבער דאן ווערט א פראבלעם מיט די מצוה טאנץ, עס קומט אויס ווען דער עולם ענדיגט די שיעור און מ'הייבט אן די טעגליכע ראוט פון שמחות.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:48 pm

שמואל בארג האט געשריבן:א פריע חתונה רעדט מען פון פריע, נאר מענטשן וואס זענען גענוג נאנט זיך צו קענען ערלויבן אוועקצוגיין פון ארבייט באצייטנס.

אבער דאן ווערט א פראבלעם מיט די מצוה טאנץ, עס קומט אויס ווען דער עולם ענדיגט די שיעור און מ'הייבט אן די טעגליכע ראוט פון שמחות.


וואס טיט מען יעצט? דער וואס וויל קומען קומט פארן שיעור!

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:50 pm

און דער וואס קען נישט ארויסגיין פון שטוב פאר שיעור?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:37 pm

הערץ מיר אויס, מיין צייט צו גיין צו חתונות איז צען נאך צען, קיין נפ"מ צו מען האלט ביים קבלת פנים אדער ביי אשת חיל, פארשטאנען?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:52 pm

farshlufen האט געשריבן:הערץ מיר אויס, מיין צייט צו גיין צו חתונות איז צען נאך צען, קיין נפ"מ צו מען האלט ביים קבלת פנים אדער ביי אשת חיל, פארשטאנען?

אבער נאך ווי!!!!!
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:03 pm

טעות אויף די לעצטערע פלאקאטן,
ביי די ליסטע פון קהילות שטייט צוויי מאל סאטמאר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:05 pm

..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:13 pm

ניס קראכער האט געשריבן:טעות אויף די לעצטערע פלאקאטן,
ביי די ליסטע פון קהילות שטייט צוויי מאל סאטמאר


viewtopic.php?p=2322445#p2322445

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5556
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך eller » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:32 pm

די וואך גייט פארקומען נאך א חתונה אין עטרת מייזעלס (בשעת קאראנע איז דארט געווען טעגליך..) דאס מיינט אז אפיציעל נאך קאראנע (??) גייט פארקומען א חתונה אין א זאל וואס ביז יעצט געווען נאר א קליינע שמחה זאל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:23 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:דער אמת איז, אז די בעסטע אויסזיכטען יעצט אויסצופירן, איז איינצופירן קליינע זאלן, אזוי ווי די חתונה המאה פרובירט צו טוהן, 100 קאפלס פאר די סעודה, און נאך 100 געסט פאר די טאנצען. פארשטייט זיך אז א קליינע זאל וועט אויך פארלאנגען א שנעלערע חתונה. אויב זאל מען קענען איינפירן יעצט ביי יחדיו דער ענין, זענען זיי שטארקע געווינער.

היימישע אידן האבן ב"ה גרויסע משפחות, און ווילאנג די משפחה האט א לעבעדיגע זיידע, וועלן אלע אייניקלעך קומען צו די חתונה לכבודו. נישט שייך, און ס'האט נישט קיין פשט דאס צו פארקלענערן.

קלאצי,

אז די ווילסט כאפן א הארץ אטאקע אדער די קענסט עפארדן כל הכבוד, מאך חתונה וויזוי איר ווילט. דא רעדט מען פין מענטשן וואס ווילן חתונה מאכן אנע חובות אבער האבן א פראבלעם אז די קינדער ווילן נישט זיין אנדערש ווי יעדעם, דארף מען מאכן א נייע סטאנדארט און סהאט יא פשט דאס צו פארקלענערן.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 7:09 pm

איך מאך נאכנישט חתונה, און איך בין אל-דע-וועי פאר שפארזאמע שמחות, אבער ווען מ'וויל אנדרייען א באוועגונג דארף מען זיין רעאליסטיש. ס'איז א שאד צו ארבעטן אויף זאכן וואס קענען זיך טעכניש נישט איינגעבן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט