"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

איך בין שוין ב''ה אין די יארן פון חתונה מאכן לדעתי דארף מען זאגן אזוי פארן טאכטער וואס דו דארפסט פאר דיר בין איך דיר גרייט צו געבן וויפיל עס זאל נאר קאסטן אבער וואס דו פילסט די דארפסט נישט נאר ווייל יענער וועט זאגן דאס אינטערעסירט מיר נישט דו מאך מיר א ליסט וואס דו דארפסט ווייל דו ווילסט עס אמתדיג און איך וועל דיר צושטעלן פונקטליך וואס דו דארפסט אויב דו פילסט דו דארפסט עכטיג לעבעדיגע בלומען פאר צוויי טויזענט דולר געזונטערהייט אויב נישט מיר איז גוט פאלשע פון די האלל וכדו' וכדו'
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אחד הרבנים האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך שרייב אין די ריכטיגע אשכול, און קען גאר זיין אז עס איז שוין ערגעץ ברייט בעארבעט געווארן די דאזיגע נושא.

אבער ס׳בלוט איז מיר פשוט געקומען אין קאפ, זייענדיג אביסל אריינגעטוהן בביתי צו באשטעלן א ׳האָר מאכערין׳ פאר די קליעת השערות פאר א כלה ביום חופתה, איך בין ממש אומגעפאלן הערענדיג פון וואס מען רעדט דא, פאר א ארבעט פון בערך 30 מינוט ביז א שעה, - און נאכאמאל איך רעד פון די האָר אליין, דהיינו נאך פארן צורירן ס׳פרצוף אליין.

אין וומסב״ג: צווישן 6 - (נישט טאָלער), נאר 6 מאות - ביז א גאנצן אלף׳ל, איר הערט?
און מאנראו: שוין אסאך ביליגער, 300

נאכדעם קומט נאך צו פאר די פרצוף, וגם לרבות די האר פון די אנדערע געשוויסטער.
מען דארף ארויסנעמען א מארגעדזש פאר די דאזיגע הוצאה אליין.

געוואלד און געשריגן גערופן און געפיפן!!!

קוק אן אז מ'רעדט שוין פון די כלה אקעי לאמיר זאגן אז ס'גייט מיט, אבער די אנדערע געשוויסטער און די ניסעס און קאזינס דאס איז א הייוועי ראבערי אויפן ערגסטן פארנעם און ווערט ערגער פון טאג צו טאג
און כ'גיי עפעס שרייבן און טאמער סנישט אויסגעהאלטן זאלן עס די מעקערס מעקן
איך בין א טאטע פון מיידלעך שוין די אלע יארן גלויבט מיר זיי פלעגן זיין מער מיט חן און נארמאלער פארן נארמאלן אויג אפילו גשמיות'דיג מיט די האר געמאכט אינדערהיים יארן צוריק ווי איידער די היינטיגע זאכן ניטאמאל קיין שקר החן והבל היופי איז עס נישט, בלויז ארויסגעווארפן געלט

הרב בער,
איר קענט ביטע מסביר זיין פארוואס פאר א כלה פארשטייט איר? איך קען פארשטיין די געברויך, אבער פאר אזא פרייז?? איך מיין.. קאם אן... זעקס מאות ביז אן אלף פאר א קבלת פנים וואס נעמט א קנאפע שעה און צומאל נישט מער ווי 20 מינוט??
איי זשאסט דאנט געט איט..

איך האב נאך נישט חתונה געמאכט קיין טאכטער אבער איך האב עלטערע מיידלעך אביסל משיג צו זיין. קען זיין איך פארשטיי נישט צוליב נישט האבן קיין עקספיריענס. אבער אז איר שרייבט אז איר פארשטייט דאס, קענט איר צוזאםשטעלן דעם געברויך, דעם סערוויס מיטן פרייז??

די קבלת פנים מיינט נישט בלויז די צוואנציג מינוט. די בילדער בלייבן אויף אייביג און כאטש דיר אינטערעסירט עס נישט איז עס ביי די עזרת נשים פון די וויכטיגע זאכן. דאס קוקט מען איבער און איבער עד אשר יצא מאפם.

ס'שווער פאר אונז צו פארשטיין די געפילן פון א כלה אבער מ'דארף אין אכט נעמען אז זיי גייען דורך א מורא'דיגע טשעינזש מיט זיך אפשניידן די האר נאכן חתונה און די לעצטע געלעגנהייט וואס זי האט וויל זי אויסזען דאס בעסטע. מ'דארף זיין סענסיטיוו וויאזוי מ'אפראטשט דאס און נאר מיט שכל קען מען מצליח זיין. בערעלע איז גערעכט אז ס'האט נישט קיין אידישע חן אבער ווילאנג די פרויען טראכטן אנדערש איז א פראבלעם.

דאס איז אלעס בנוגע די כלה, אבער פאר שוועסטערס און ניסעס איז עס טאטעלי פאריקט. אין די זעלבע מיט די אינגלעך, אויף א קלענערע פארנעם. מיין ווייב איז מיר מסביר אז מיין אכט יעריג יונגל קען נישט גייו מיט זיין נייע שבת סוט נאר ער מוז האבן א סוט מיט וועלוועט. גיי פארשטיי די פארדרייטע קעפ.

הלוואי טרעפט זיך איינער מיט א גוטע שפראך וואס קען דאס מסביר זיין פאר פרויען און זיי זאלן זיך שעמען פאר זיך אליין זיך אזוי משוגע צו מאכן. אין די אשכול זענען שוין ארויסגעברענגט געווארן אזויפיל גוטע נקודות וואס דארף איבערגעגעבן ווערן ווייטער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

דריידל האט געשריבן:

מזל טוב דריידל פארן ווערן שר חמשת אלפים
איך ווייס נישט ביי מיר אינדערהיים ווען מיין זוהן האט א שיינע סוט און מיין ווייב זאגט מיר איך זאל אויסגעבן נאך הונדרעט דולער צו קויפן מיט וועלוועט זאג איך ניין עס איז נישט דא וואס צו רעדן א גוטן טאג אז דו קענסט דאס נישט זאגן האסטו א גרויסע פראבלעם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

העלאו האט געשריבן:

ברוכים תהיו
איך זאג עס אויך אבער ס'ארבעט נישט אזוי פשוט. טאמער ביי דיר גייט עס יא איז עס לכאורה פאר איינע פון די סיבות א. די האסט נישט דאס געלט און דיין ווייב פארשטייט אז ס'נישט ווערד זיך צו פאר'חובות'ן, ב. אלעס אנדערש געסטי איר נאך און דאס איז די איינציגסטע זאך אויף וואס די שטעלסט דיך, ג. זי איז א מעקעלע און ציטערט פון דיר, ד. זי איז אן אויסנאם צדיקת.
ביי רוב שטיבער איז עסנאבער זייער שווער אויסצופירן. אודאי קען מען אבער ס'נישט ווערד די אנגעצאיגענקייט וואס דאס ברענגט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אויב איך בין איך האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:און בדידי הוה עובדא, א קרוב מיינער וואס האט חתונה געמאכט נאכ'ן ארומגיין נאך געלט ביי קרובים און ידידים, און ביי די חתונה זע איך צו מיין גרויס ווונדער ווי דער יוד דרייט זיך צווישן דעם עולם און טיילט לחיים פון א טייער פלעשל משקה, און אויף אלע טישן זענען אויסגעלייגט טייערע ויינען און בראנפן, וואס פרשטייט זיך האט מיר אביסל געבאדערט.
ביי איינע פון די שבע ברכות'ן דעציילט ער מיר כמסל"ת, אז אונזערס א חבר, וואס האט א וויין געשעפט האט אים אריינגעשיקט אויף די חתונה אפאר קעסטלעך לכבוד די שמחה.

הוי דן את כל האדם, מיינט אויך א נצרך...

איך בין געווען ביי א חתונה יארן צוריק, וואו מען האט צאמגעשטעלט געלט פאר דעם מחותן, איז געווען דארטן 2 פייפערס נעבן דעם שפילער מיט א סיין אז איינער האט עס מנדב געווען.
דער מחותן איז א ערענסטער מענטש און ער האט נישט געוואלט מען זאלעם חושד זיין

סעים היער,
כהאב מיטגעהאלטן א חתונה עטליכע יאר צוריק פאר א חשובע איד וואס האט קוים געהאט אויף צום לעבן,
מען האט אים צאמגעשטעלט געלט,
און איינער האט אים געקויפט א נייע שטריימל (נישט א טייערע, פאר ווייניגער ווי 2000) זיין אלטע שטריימל האט אויסגעקוקט ווי א מצה......
ביי די חתונה איז דער מחותן צוגעגאנגען צו איינע פון די עסקנים וואס האבן געהאלפן צאמשטעלן דאס געלט און אים געזאגט "גילוי דעת אז די שטריימל האב איך באקומען פון א נדבן און איך האב עס נישט געקויפן פון די געלט וואס מען האט מיר צאמגעשטעלט!"
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

lebediger berel האט געשריבן:איך בין א טאטע פון מיידלעך שוין די אלע יארן גלויבט מיר זיי פלעגן זיין מער מיט חן און נארמאלער פארן נארמאלן אויג אפילו גשמיות'דיג מיט די האר געמאכט אינדערהיים יארן צוריק ווי איידער די היינטיגע זאכן ניטאמאל קיין שקר החן והבל היופי איז עס נישט, בלויז ארויסגעווארפן געלט

איך בין אויך א טאטע פון מיידלעך (און אינגלעך....) און כבין מסכים צו יעדע ווארט!! שבת האבן זיי פיל מער חן, די געשמירעכץ און געפעינטעכץ און נארישע האר (און לאנגע ברייטע גאונס) קוקט עפעס נישט אויס אידישלעך און נארמאל בכלל, ענדערש עפעס א דור הפלגה סטיל. און מען צאלט נאך צו דערצו גראבע סכומים.
#עם חכם ונבון
#נשים דעתן קלות
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אויב איך בין איך האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:און בדידי הוה עובדא, א קרוב מיינער וואס האט חתונה געמאכט נאכ'ן ארומגיין נאך געלט ביי קרובים און ידידים, און ביי די חתונה זע איך צו מיין גרויס ווונדער ווי דער יוד דרייט זיך צווישן דעם עולם און טיילט לחיים פון א טייער פלעשל משקה, און אויף אלע טישן זענען אויסגעלייגט טייערע ויינען און בראנפן, וואס פרשטייט זיך האט מיר אביסל געבאדערט.
ביי איינע פון די שבע ברכות'ן דעציילט ער מיר כמסל"ת, אז אונזערס א חבר, וואס האט א וויין געשעפט האט אים אריינגעשיקט אויף די חתונה אפאר קעסטלעך לכבוד די שמחה.

הוי דן את כל האדם, מיינט אויך א נצרך...

איך בין געווען ביי א חתונה יארן צוריק, וואו מען האט צאמגעשטעלט געלט פאר דעם מחותן, איז געווען דארטן 2 פייפערס נעבן דעם שפילער מיט א סיין אז איינער האט עס מנדב געווען.
דער מחותן איז א ערענסטער מענטש און ער האט נישט געוואלט מען זאלעם חושד זיין

סעים היער,
כהאב מיטגעהאלטן א חתונה עטליכע יאר צוריק פאר א חשובע איד וואס האט קוים געהאט אויף צום לעבן,
מען האט אים צאמגעשטעלט געלט,
און איינער האט אים געקויפט א נייע שטריימל (נישט א טייערע, פאר ווייניגער ווי 2000) זיין אלטע שטריימל האט אויסגעקוקט ווי א מצה......
ביי די חתונה איז דער מחותן צוגעגאנגען צו איינע פון די עסקנים וואס האבן געהאלפן צאמשטעלן דאס געלט און אים געזאגט "גילוי דעת אז די שטריימל האב איך באקומען פון א נדבן און איך האב עס נישט געקויפן פון די געלט וואס מען האט מיר צאמגעשטעלט!"

נעבאך.
א וויטאג אז ער דארף דאס טוען.
איך וואלט (עד שתגיע למקומו ממש איז דאך נישט שייך ביי קיינעם אבער לפי הנראה יעצט אויפן מינוט), ענדערש בלייבן מיט'ן מצה שטריימל ווי זיך דארפן פארענטפערן. און נישט נעמען פון יענער גוטע איד.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פארווייטאגט האט געשריבן:איך וואלט (עד שתגיע למקומו ממש איז דאך נישט שייך ביי קיינעם אבער לפי הנראה יעצט אויפן מינוט), ענדערש בלייבן מיט'ן מצה שטריימל ווי זיך דארפן פארענטפערן. און נישט נעמען פון יענער גוטע איד.

און איך וואלט יא גענומען, און איך וואלט געטראגן דעם נייעם שטריימל מיט פראכט, און זיך נישט פארענטפערט פאר קיינעם (אויסער פאר מיר אליין...).
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

נשמת השכל האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:איך וואלט (עד שתגיע למקומו ממש איז דאך נישט שייך ביי קיינעם אבער לפי הנראה יעצט אויפן מינוט), ענדערש בלייבן מיט'ן מצה שטריימל ווי זיך דארפן פארענטפערן. און נישט נעמען פון יענער גוטע איד.

און איך וואלט יא גענומען, און איך וואלט געטראגן דעם נייעם שטריימל מיט פראכט, און זיך נישט פארענטפערט פאר קיינעם (אויסער פאר מיר אליין...).

כשם שאין פרצופיהן וכו'.

ר' יוחנן ור' אלעזר דאמרי תרוייהו כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום.

ווער רעדט נאך ברבים, וביותר ווען ער אליין דארף דאס מפרסם זיין.
נזם זהב באף חזיר איז קליין געלט פאר אזא תכשיט .

אולי ווייסטו בכלל נישט וואס דאס מיינט. זאלסט נישט וויסן עכ"פ מהיום והלאה.
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

לייטער האט געשריבן:די נומער 1 וואס מען דארף טיען איז רעדן די בעסטע רעדנער צו די עזרת נשים, און צו די מיידלעך פון 13טע 14 טע קלאסן אין אלע מוסדות ווי אויך פאר די וואס ארבעטן שוין

אין דרייצענטע קלאס צו רעדן דערפון איז אשאד אידיש געלט פאר די רענערס וואס בעטן אפאר אלפים פאר א דרשה ,די חינוך סיסטעם ברויך מעינטענענס ,די טיטשערס דארפן רעדן דערפון אנגעהויבן אין נורסערי , און די מלמדים אויך , אבער אז די טישטערס זענען ספענדערס אליינס איז א שווערע זאך אז זיי זאלן רעדן זאכן וואס זיי אליינס טיען נישט אבער דאס איז די מהלך, מען דארף באכענען אין די קינדער, אנגעהויבן פון די עלטערן צו מקיים פסק זיין אז א ניי געבוירן קינד דארף נישט קיין
באגעבו פון 1200
א קריב פון 3000
סטרעטשיס פון יעדע פאר אפאר הונדערט א שטיקעל וועגן פאר די קידוש אדער ברית דארף די בעבי אויסזען ווי א פרינצעסן
זאקעלעך פאר 25
א העד בענד פאר 20
אז די עלטערן וועלן שפארן ווען די קינד ווערט געבוירן ,קען מען אפשר ערווארטען אז ווען די קינד האט חתונה זאל ער ווילן שפארן ,אבער נישט ווען ער האט באקומען גענצליך א אנדערע חינוך , דעמאלס קען דרשות און חינוך פון די סקולס אפשר העלפן, דיו אילו ימי וואס מען קען שרייבן פון אונזערע לעבנס שטייגער
די פאקט ווייזט טאקע אז די אידן וואס מאכן שוין חתונה ווי למשל אין אולם עקשטיין די לעצטע 10 יאר און די מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די ערשטע פאר יאר אין פרדס ווען סתם מחותנים האבן זיך נאך געשעמט ,אז סאיז מער שפארזאמע מענטשן , וועגן מיטאמאל מסביר זיין פארן קינד ביי די 18 אז מען דארף שפארן ארבעט נישט

ווילאנג 3 יעריגע קינדער וועלן האבן שיך פאר הונדערט דאלאר 3 מאל א יאר בשעת די טאטע קען גיין מיט איין שיך אינטער הונדערט דאלאר פאר צוויי יאר, דעמאלס איז די אלע גערעדאכטצער חספא בעלמא , עטס האלטס נישט ביי גארנישט, יא איין זאך , עטס האלטס ביי לעבן אויף צדקה געלט אן קיין בושה
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

עולם השקר האט געשריבן:

אטענשאן אלע עסקנים רעדנער וכו' דא איז דער יסוד - נאך נישט געזען אזא אמת'ע תגובה ווי דער עולם השקר שרייבט דא (אמין עולם השקר דאס) די רעדנער דארפן דאס קודם איינהאלטן וכו' וואסאיז ווערט צו רעדן אין סקול דורך אזאלכע וואס פראקטיצירן דאס פארקערטע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

איך מיין מען זאל עס לאזן דא, ווייל אז נישט קען מען באלד צושפארן דעם בית חינוך.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

עולם השקר האט געשריבן:באגעבו פון 1200

איך שטעל מיך אויפן ווארט..
היינט צו טאגס ווען דאס יונג פארפאלק ווערט געהאלפען, און דער טאטע צאלט נאך די גמ"ח'ן און חובות ברויך מען שוין קויפן א באגעבאו פאר $1,500 פלאס א דאנע פאר נאך א $600 ווייל דאס דארף מען ווען מען טרעוועלט וויבאלד מען קען עס מאכן פאר א קארסיעט.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:45 pm
לאקאציע: אמעריקא

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגעזש עדווייזער »

lebediger berel האט געשריבן:
עולם השקר האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:די נומער 1 וואס מען דארף טיען איז רעדן די בעסטע רעדנער צו די עזרת נשים, און צו די מיידלעך פון 13טע 14 טע קלאסן אין אלע מוסדות ווי אויך פאר די וואס ארבעטן שוין

אין דרייצענטע קלאס צו רעדן דערפון איז אשאד אידיש געלט פאר די רענערס וואס בעטן אפאר אלפים פאר א דרשה ,די חינוך סיסטעם ברויך מעינטענענס ,די טיטשערס דארפן רעדן דערפון אנגעהויבן אין נורסערי , און די מלמדים אויך , אבער אז די טישטערס זענען ספענדערס אליינס איז א שווערע זאך אז זיי זאלן רעדן זאכן וואס זיי אליינס טיען נישט אבער דאס איז די מהלך, מען דארף באכענען אין די קינדער, אנגעהויבן פון די עלטערן צו מקיים פסק זיין אז א ניי געבוירן קינד דארף נישט קיין
באגעבו פון 1200
א קריב פון 3000
סטרעטשיס פון יעדע פאר אפאר הונדערט א שטיקעל וועגן פאר די קידוש אדער ברית דארף די בעבי אויסזען ווי א פרינצעסן
זאקעלעך פאר 25
א העד בענד פאר 20
אז די עלטערן וועלן שפארן ווען די קינד ווערט געבוירן ,קען מען אפשר ערווארטען אז ווען די קינד האט חתונה זאל ער ווילן שפארן ,אבער נישט ווען ער האט באקומען גענצליך א אנדערע חינוך , דעמאלס קען דרשות און חינוך פון די סקולס אפשר העלפן, דיו אילו ימי וואס מען קען שרייבן פון אונזערע לעבנס שטייגער
די פאקט ווייזט טאקע אז די אידן וואס מאכן שוין חתונה ווי למשל אין אולם עקשטיין די לעצטע 10 יאר און די מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די ערשטע פאר יאר אין פרדס ווען סתם מחותנים האבן זיך נאך געשעמט ,אז סאיז מער שפארזאמע מענטשן , וועגן מיטאמאל מסביר זיין פארן קינד ביי די 18 אז מען דארף שפארן ארבעט נישט

ווילאנג 3 יעריגע קינדער וועלן האבן שיך פאר הונדערט דאלאר 3 מאל א יאר בשעת די טאטע קען גיין מיט איין שיך אינטער הונדערט דאלאר פאר צוויי יאר, דעמאלס איז די אלע גערעדאכטצער חספא בעלמא , עטס האלטס נישט ביי גארנישט, יא איין זאך , עטס האלטס ביי לעבן אויף צדקה געלט אן קיין בושה

אטענשאן אלע עסקנים רעדנער וכו' דא איז דער יסוד - נאך נישט געזען אזא אמת'ע תגובה ווי דער עולם השקר שרייבט דא (אמין עולם השקר דאס) די רעדנער דארפן דאס קודם איינהאלטן וכו' וואסאיז ווערט צו רעדן אין סקול דורך אזאלכע וואס פראקטיצירן דאס פארקערטע

רבי ר' בערל איך האב דאס נאר געשריבן נאך אזא עלטערע איד ווי אייך מיט עקספריענס שרייבט אז $600 פאר האר פאר די כלה איז פארשטענדליך , עס איז מיר אביסעל ארויף די בלוט אין קאפ ,האט מיר עס געמאכט שרייבן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מארגידזש עדווייזער ערגעץ פארפארט איר, איך כאפ נישט וואס איר רעדט יעצט וועגן די האר, מ'האמיר דאס שוין לאנג אויס'גע'טענה'ט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8350
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

lebediger berel האט געשריבן:
עולם השקר האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:די נומער 1 וואס מען דארף טיען איז רעדן די בעסטע רעדנער צו די עזרת נשים, און צו די מיידלעך פון 13טע 14 טע קלאסן אין אלע מוסדות ווי אויך פאר די וואס ארבעטן שוין

אין דרייצענטע קלאס צו רעדן דערפון איז אשאד אידיש געלט פאר די רענערס וואס בעטן אפאר אלפים פאר א דרשה ,די חינוך סיסטעם ברויך מעינטענענס ,די טיטשערס דארפן רעדן דערפון אנגעהויבן אין נורסערי , און די מלמדים אויך , אבער אז די טישטערס זענען ספענדערס אליינס איז א שווערע זאך אז זיי זאלן רעדן זאכן וואס זיי אליינס טיען נישט אבער דאס איז די מהלך, מען דארף באכענען אין די קינדער, אנגעהויבן פון די עלטערן צו מקיים פסק זיין אז א ניי געבוירן קינד דארף נישט קיין
באגעבו פון 1200
א קריב פון 3000
סטרעטשיס פון יעדע פאר אפאר הונדערט א שטיקעל וועגן פאר די קידוש אדער ברית דארף די בעבי אויסזען ווי א פרינצעסן
זאקעלעך פאר 25
א העד בענד פאר 20
אז די עלטערן וועלן שפארן ווען די קינד ווערט געבוירן ,קען מען אפשר ערווארטען אז ווען די קינד האט חתונה זאל ער ווילן שפארן ,אבער נישט ווען ער האט באקומען גענצליך א אנדערע חינוך , דעמאלס קען דרשות און חינוך פון די סקולס אפשר העלפן, דיו אילו ימי וואס מען קען שרייבן פון אונזערע לעבנס שטייגער
די פאקט ווייזט טאקע אז די אידן וואס מאכן שוין חתונה ווי למשל אין אולם עקשטיין די לעצטע 10 יאר און די מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די ערשטע פאר יאר אין פרדס ווען סתם מחותנים האבן זיך נאך געשעמט ,אז סאיז מער שפארזאמע מענטשן , וועגן מיטאמאל מסביר זיין פארן קינד ביי די 18 אז מען דארף שפארן ארבעט נישט

ווילאנג 3 יעריגע קינדער וועלן האבן שיך פאר הונדערט דאלאר 3 מאל א יאר בשעת די טאטע קען גיין מיט איין שיך אינטער הונדערט דאלאר פאר צוויי יאר, דעמאלס איז די אלע גערעדאכטצער חספא בעלמא , עטס האלטס נישט ביי גארנישט, יא איין זאך , עטס האלטס ביי לעבן אויף צדקה געלט אן קיין בושה

אטענשאן אלע עסקנים רעדנער וכו' דא איז דער יסוד - נאך נישט געזען אזא אמת'ע תגובה ווי דער עולם השקר שרייבט דא (אמין עולם השקר דאס) די רעדנער דארפן דאס קודם איינהאלטן וכו' וואסאיז ווערט צו רעדן אין סקול דורך אזאלכע וואס פראקטיצירן דאס פארקערטע

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שוין איינמאל אמת!!!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מיין פוינט מיט רעדן צו די מיידליך און וועגן ענקער טענה וועגן חינוך
די מציאות איז אז אסאך בחורים האבן יא מיטגעפיל וועגן די מצב הכספי און זענען מותר אויף זייער אסאך( איך רעדט אסאך מיט בחורים )ביליגע שטריימל און נאך, משא''כ ביי די כלה עידזש האבן נישט קיין שום מיטלייד און מיטגעפיל וועגן חתונה קריזיס און מיט די טאטעס חובות און עגמת־נפש
סקען זיין וועגן די דרשות ביי בחורים( כסדר סיי ווען מהאלט דרשות וועגן קרן חתנים און סיי ווען מהאלט דרשות וועגן ביליגע שטריימל )
סקען זיין וועגן בחורים שטעלן ציזאם שווערע טויזנטער פאר הכנסת כלה
אדער ביידע

סא אז מקען ארייננעמען די כלה עידזש'ס אין א הכנסת כלה וועט מען אויפטוען 3 זאכן
1)זיי וועלן ווערן אינוואלווד אין די מצב און אנהייבן פארשטיין,
2)זיי וועלן הערן דרשות ביי פאנדרעזינג איווענט'ס
3)זיי וועלן אריינברענגען געלט פאר הכנסת כלה
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

לייטער האט געשריבן:מיין פוינט מיט רעדן צו די מיידליך און וועגן ענקער טענה וועגן חינוך
די מציאות איז אז אסאך בחורים האבן יא מיטגעפיל וועגן די מצב הכספי און זענען מותר אויף זייער אסאך( איך רעדט אסאך מיט בחורים )ביליגע שטריימל און נאך, משא''כ ביי די כלה עידזש האבן נישט קיין שום מיטלייד און מיטגעפיל וועגן חתונה קריזיס און מיט די טאטעס חובות און עגמת־נפש
סקען זיין וועגן די דרשות ביי בחורים( כסדר סיי ווען מהאלט דרשות וועגן קרן חתנים און סיי ווען מהאלט דרשות וועגן ביליגע שטריימל )
סקען זיין וועגן בחורים שטעלן ציזאם שווערע טויזנטער פאר הכנסת כלה
אדער ביידע

סא אז מקען ארייננעמען די כלה עידזש'ס אין א הכנסת כלה וועט מען אויפטוען 3 זאכן
1)זיי וועלן ווערן אינוואלווד אין די מצב און אנהייבן פארשטיין,
2)זיי וועלן הערן דרשות ביי פאנדרעזינג איווענט'ס
3)זיי וועלן אריינברענגען געלט פאר הכנסת כלה

זייער אן אמת'ן פוינט, פאר א בחור איז היינט אסאך גרינגער צו מסביר זיין די זאכן, און א געווענליכע בחור היינט וועט גרייט זיין צו נאכגעבן פון זיינע wants און needs ווען מ'איז אים מסביר אז געלט וואקסט נישט אויפן בוים און זיין טאטע האט נישט קיין אנלימיטעד ATM וואס פראדוצירט דאלארן.

אבער למעשה זענען די מיידלעך'ס wants און needs די עיקר פראבלעם דא, ווייל זייערע זאכן זענען די וואס קאסטן אינעם אלף השישי אריין, און ביי זיי איז זייער שווער צו negotiate'ן אפילו קלייניגקייטן, ווייל זיי קענען דאך (באמת, לויט די היינטיגע חינך) נישט זיין די נעבעך צווישן זייערע פרענדס, און זיי קענען נאך חס וחלילה ווערן געלעיבעלד מיט דעם אומווערדיגן ווארט "יאנטשי" פון וואס מ'דארף זיך דערווייטערן כמתחוי קשת.

טראכטס נאר אריין, ביי א בחור גייט מען אריין אין G&G אדער גלויבערס און מ'קויפט א גאנצן פעקעדזש פאר בערך א טויזנטער, דערנאך אינעם דריי גוד סטאר קויפסטו אויך ממש אלעס פאר נאך א טויזנטער און והנה, דער בחור איז אויסשטאפירט פון קאפ ביז פיס.

איז געבליבן דעם שטריימל וואס איז טאקע א טייערע זאך, אבער מ'האט פעסט געארבעט און ס'איז געלונגען פאר די עסקנים צו ערלעדיגן ביליגערע שטריימלעך, און נאכן רעדן און מסביר זיין פאר די בחורים די נחיצות נישט צו אויסספענדן דעם טאטנ'ס געלט אויף טייערע שטריימלעך, איז עס ב"ה געהעריג אריין אין סיסטעם אז "חתנים קויפן די ביליגערע שטריימלעך". (עכ"פ א גרויסע פערצענט).

אבער ביי א כלה, איז שוין א צווייטע מעשה, יעדע זאך אין א געשעפט וואס דו הייבט נאר אויף איז ביטער טייער, דא א הונדערטער, דא נאך א טויזנטער, און דא נאך צוויי אלפים.
ס'איז ממש א הימל געשריי וואס אויסרישן א כלה פאר די חתונה קאסט, און ביי יענע זייט שטייט מען פאסיוו, ווייל מ'קען דאך זיי נישט מאכן פאר א נעבעך..., אויב וועט זי ח"ו נישט האבן פאר יעדן שבע ברכות א באזונדערע נייע קלייד שוה מאות ואלפים, וכו' וכו'.

מ'וואלט געדארפט (ווער?... די באקאנטע מ' הידוע...) עס אריינלייגן אין די מילך פון די היינטיגע מיידלעך (אדער חתונה געהאט ווייבלעך...) אז מוטב שתהי' "יאנטשי" כל ימי' און לעבן א נארמאלע פשוט'ע לייפסטייל, אבער האבן א נארמאלע געזונטע טאטע מאמע מיט א רואיגע קאפ און א געזונטע הארץ, ווי דו זאלסט טאקע האבן אלע טייערע ברענד נעים זאכן, אבער דיין טאטע האט נישט קיין רואיגע מינוט אין זיין לעבן ווייל ער דארף דרייען מיט חובות דיר עס צוצושטעלן ביי הוק און ביי קרוק.
---
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

עולם השקר האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:די נומער 1 וואס מען דארף טיען איז רעדן די בעסטע רעדנער צו די עזרת נשים, און צו די מיידלעך פון 13טע 14 טע קלאסן אין אלע מוסדות ווי אויך פאר די וואס ארבעטן שוין

אין דרייצענטע קלאס צו רעדן דערפון איז אשאד אידיש געלט פאר די רענערס וואס בעטן אפאר אלפים פאר א דרשה ,די חינוך סיסטעם ברויך מעינטענענס ,די טיטשערס דארפן רעדן דערפון אנגעהויבן אין נורסערי , און די מלמדים אויך , אבער אז די טישטערס זענען ספענדערס אליינס איז א שווערע זאך אז זיי זאלן רעדן זאכן וואס זיי אליינס טיען נישט אבער דאס איז די מהלך, מען דארף באכענען אין די קינדער, אנגעהויבן פון די עלטערן צו מקיים פסק זיין אז א ניי געבוירן קינד דארף נישט קיין
באגעבו פון 1200
א קריב פון 3000
סטרעטשיס פון יעדע פאר אפאר הונדערט א שטיקעל וועגן פאר די קידוש אדער ברית דארף די בעבי אויסזען ווי א פרינצעסן
זאקעלעך פאר 25
א העד בענד פאר 20
אז די עלטערן וועלן שפארן ווען די קינד ווערט געבוירן ,קען מען אפשר ערווארטען אז ווען די קינד האט חתונה זאל ער ווילן שפארן ,אבער נישט ווען ער האט באקומען גענצליך א אנדערע חינוך , דעמאלס קען דרשות און חינוך פון די סקולס אפשר העלפן, דיו אילו ימי וואס מען קען שרייבן פון אונזערע לעבנס שטייגער
די פאקט ווייזט טאקע אז די אידן וואס מאכן שוין חתונה ווי למשל אין אולם עקשטיין די לעצטע 10 יאר און די מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די ערשטע פאר יאר אין פרדס ווען סתם מחותנים האבן זיך נאך געשעמט ,אז סאיז מער שפארזאמע מענטשן , וועגן מיטאמאל מסביר זיין פארן קינד ביי די 18 אז מען דארף שפארן ארבעט נישט

ווילאנג 3 יעריגע קינדער וועלן האבן שיך פאר הונדערט דאלאר 3 מאל א יאר בשעת די טאטע קען גיין מיט איין שיך אינטער הונדערט דאלאר פאר צוויי יאר, דעמאלס איז די אלע גערעדאכטצער חספא בעלמא , עטס האלטס נישט ביי גארנישט, יא איין זאך , עטס האלטס ביי לעבן אויף צדקה געלט אן קיין בושה

שטארק שטארק!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:45 pm
לאקאציע: דער שיק אינגל

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא »

בשבילי נברא האט געשריבן:
אבער ביי א כלה, איז שוין א צווייטע מעשה, יעדע זאך אין א געשעפט וואס דו הייבט נאר אויף איז ביטער טייער, דא א הונדערטער, דא נאך א טויזנטער, און דא נאך צוויי אלפים.
ס'איז ממש א הימל געשריי וואס אויסרישן א כלה פאר די חתונה קאסט, און ביי יענע זייט שטייט מען פאסיוו, ווייל מ'קען דאך זיי נישט מאכן פאר א נעבעך..., אויב וועט זי ח"ו נישט האבן פאר יעדן שבע ברכות א באזונדערע נייע קלייד שוה מאות ואלפים, וכו' וכו'.

כהאב אמאל געהערט פון א מחותן, וויפיל קאסט חתונה מאכן א טאכטער? ווענד זיך וויפיל זונטאג'ס סאיז דא, יעדע זונטאג עטליעסט א טויזענטער!!
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

עולם השקר האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:די נומער 1 וואס מען דארף טיען איז רעדן די בעסטע רעדנער צו די עזרת נשים, און צו די מיידלעך פון 13טע 14 טע קלאסן אין אלע מוסדות ווי אויך פאר די וואס ארבעטן שוין

אין דרייצענטע קלאס צו רעדן דערפון איז אשאד אידיש געלט פאר די רענערס וואס בעטן אפאר אלפים פאר א דרשה ,די חינוך סיסטעם ברויך מעינטענענס ,די טיטשערס דארפן רעדן דערפון אנגעהויבן אין נורסערי , און די מלמדים אויך , אבער אז די טישטערס זענען ספענדערס אליינס איז א שווערע זאך אז זיי זאלן רעדן זאכן וואס זיי אליינס טיען נישט אבער דאס איז די מהלך, מען דארף באכענען אין די קינדער, אנגעהויבן פון די עלטערן צו מקיים פסק זיין אז א ניי געבוירן קינד דארף נישט קיין
באגעבו פון 1200
א קריב פון 3000
סטרעטשיס פון יעדע פאר אפאר הונדערט א שטיקעל וועגן פאר די קידוש אדער ברית דארף די בעבי אויסזען ווי א פרינצעסן
זאקעלעך פאר 25
א העד בענד פאר 20
אז די עלטערן וועלן שפארן ווען די קינד ווערט געבוירן ,קען מען אפשר ערווארטען אז ווען די קינד האט חתונה זאל ער ווילן שפארן ,אבער נישט ווען ער האט באקומען גענצליך א אנדערע חינוך , דעמאלס קען דרשות און חינוך פון די סקולס אפשר העלפן, דיו אילו ימי וואס מען קען שרייבן פון אונזערע לעבנס שטייגער
די פאקט ווייזט טאקע אז די אידן וואס מאכן שוין חתונה ווי למשל אין אולם עקשטיין די לעצטע 10 יאר און די מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די ערשטע פאר יאר אין פרדס ווען סתם מחותנים האבן זיך נאך געשעמט ,אז סאיז מער שפארזאמע מענטשן , וועגן מיטאמאל מסביר זיין פארן קינד ביי די 18 אז מען דארף שפארן ארבעט נישט

ווילאנג 3 יעריגע קינדער וועלן האבן שיך פאר הונדערט דאלאר 3 מאל א יאר בשעת די טאטע קען גיין מיט איין שיך אינטער הונדערט דאלאר פאר צוויי יאר, דעמאלס איז די אלע גערעדאכטצער חספא בעלמא , עטס האלטס נישט ביי גארנישט, יא איין זאך , עטס האלטס ביי לעבן אויף צדקה געלט אן קיין בושה

אוי זאגסטו גוטטטט. אוי זאגסטו גוט!!!!

געהערט אז דער ווילאמסבורגער אדמו"ר מסאקמאר האט געמאלדן, אז מהיום והאהלה וועלן זיינע אייניקעל'ך חתונה'ס פארקומען אין א זאל אויף א באשיידענעם פארנעם. אזוי ווי בימי קראנע
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

איגערקע האט געשריבן:

יאפ אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א האט היינט נאכט געמאלדן די דראסטישע שריט אז מהיום והלאה וועט די חתונות פארקימען אויף די זעלבע פארנעם ווי די חתונה פין בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואס די עצם חתונה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם נאר נאך די חתונה האט זיך די עולם געקענט קומען באטייליגען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:יאפ אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א האט היינט נאכט געמאלדן די דראסטישע שריט אז מהיום והלאה וועט די חתונות פארקימען אויף די זעלבע פארנעם ווי די חתונה פין בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואס די עצם חתונה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם נאר נאך די חתונה האט זיך די עולם געקענט קומען באטייליגען

געוואלדיגע זאך!
נעכטן האב איך באקומען די חתונה בריוול פון נכד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר קומענדיגע וואך, און דארט שטייט אויך אז די סעודה איז במקום מיוחד פאר קרובי המשפחה, קוקט אויס דאס ווערט די סטייל, מ'דארף שוין נישט צושטעלן קיין עסן פאר 4-500 קאפל צו מער, בלויז פאר קרובי המשפחה, און נאך די סעודה איז מען זיך משמח אין ביהמ"ד
למאי נפק"מ, אולי וועט זיך דער גרויסער עושר אויך אויסלערנען פון דעם, ממילא וועט דער וואנעבי עושר וואס מאכט אים נאך אויך אזוי טון, און מ'האט געשפארט נאך א פאר טויזענט בלוטיגע דאלארן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מי יודע האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:יאפ אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א האט היינט נאכט געמאלדן די דראסטישע שריט אז מהיום והלאה וועט די חתונות פארקימען אויף די זעלבע פארנעם ווי די חתונה פין בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואס די עצם חתונה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם נאר נאך די חתונה האט זיך די עולם געקענט קומען באטייליגען

געוואלדיגע זאך!
נעכטן האב איך באקומען די חתונה בריוול פון נכד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר קומענדיגע וואך, און דארט שטייט אויך אז די סעודה איז במקום מיוחד פאר קרובי המשפחה, קוקט אויס דאס ווערט די סטייל, מ'דארף שוין נישט צושטעלן קיין עסן פאר 4-500 קאפל צו מער, בלויז פאר קרובי המשפחה, און נאך די סעודה איז מען זיך משמח אין ביהמ"ד
למאי נפק"מ, אולי וועט זיך דער גרויסער עושר אויך אויסלערנען פון דעם, ממילא וועט דער וואנעבי עושר וואס מאכט אים נאך אויך אזוי טון, און מ'האט געשפארט נאך א פאר טויזענט בלוטיגע דאלארן

איך האלט אויך אז סאיז סאך פראקטישער און בא' טעמ'טער אזוי טיילט מען אפ די משפחה שמחה עקסטער, די חתן באקומט זיין אטענטשן מען קיקט אים אן ווי אויך די מחותנים, זיי פרייען זיך מיט די משפחה אין פריינט, און דער זיידע פרייט זיך אלץ זיידע מער נארטיליך( נאך אלע מעשיות די פוקטשערס און עולם נעמען אוועק די נארטיליכקייט, דערנאך גייט מען אין ביהמ"ד ווי די זיידע נעמט אפ די מזל טוב פון די חסידים און די חסידים האבן א געלעגנהייט זיך צו פרייען מיט די שמחה
סאיז ביליגער, נארמאלער באטעמטער, פראקטישער

סהאט נאך א מעלה אז אויב סאיז 2 חסידות'ן קען יעדע רבי נאך די חתונה גיין אין זיין ביהמ"ד...
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

מי יודע האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:יאפ אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א האט היינט נאכט געמאלדן די דראסטישע שריט אז מהיום והלאה וועט די חתונות פארקימען אויף די זעלבע פארנעם ווי די חתונה פין בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואס די עצם חתונה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם נאר נאך די חתונה האט זיך די עולם געקענט קומען באטייליגען

געוואלדיגע זאך!
נעכטן האב איך באקומען די חתונה בריוול פון נכד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר קומענדיגע וואך, און דארט שטייט אויך אז די סעודה איז במקום מיוחד פאר קרובי המשפחה, קוקט אויס דאס ווערט די סטייל, מ'דארף שוין נישט צושטעלן קיין עסן פאר 4-500 קאפל צו מער, בלויז פאר קרובי המשפחה, און נאך די סעודה איז מען זיך משמח אין ביהמ"ד
למאי נפק"מ, אולי וועט זיך דער גרויסער עושר אויך אויסלערנען פון דעם, ממילא וועט דער וואנעבי עושר וואס מאכט אים נאך אויך אזוי טון, און מ'האט געשפארט נאך א פאר טויזענט בלוטיגע דאלארן

סתם פאר הערה בעלמה , וויאזוי זאכן גייען
איך ווייס נישט ווער עס שטעלט צו די עסן פאר די חתונה, אבער די חתונה 2 וואכן צוריק וואס די סעודה איז געווען נאר פאר קרובי המשפחה אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל איז געווען געקעיטערט מיט וועיטערס וואס האט געקאסט מער ווי די פאריגע חתונות ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פארן גאנצען עולם אן קיין קעיטערער נאר דורכן בית המדרש זעלבסט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”