גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

וועט איר נאך אמאל שטומען פאר קאומא?

איך קען מיר נישט זעהן וועלן פאר אים
188
74%
איך וואלט געשטומט פאר אים
67
26%
 
סך הכול שטימען: 255

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך שניי באל » פרייטאג מאי 22, 2020 2:23 pm

שמערלער האט געשריבן:אין א פריימערי אויב לויפט ער קעגן א לינקער גיימער וואויטען פאר אים.
אבער נישט אין א דזשענעראל עלעקשען.


אט אזוי, אלס א לינקער איז ער די בעסטע וואס מקען מיר האבן פאר אידישקייט ענינים, סיי ווער אנדערש וואס וועט ח"ו אריינקומען וועט בדרך הטבע זיין פיל ערגער ה"י, איז וואס האב מיר פון זיך אליינס שיסן אין די פוס?

אבער אין א דזשענעראל עלעקשען איז נישט עק וועלט אז ער וועט איינמאל באקומען די מעסעדזש ווי אנגעווייטאגט אונז זעמיר אויף ווי אזוי ער האט זיך יעצט אויפגעפירט.

שארף און קליג
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך שארף און קליג » פרייטאג מאי 22, 2020 2:50 pm

איך וואלט צוגעלייגט א דריטע אפציע,

"איך וועל דעמאלטס טון לויט וויאזוי אונזערע ערליכע עסקנים וועלן אונז בעטן"

איך וואלט געוואויט פאר דעם,
איך פרוביר צו זיין א חכם, אבער נישט קיין אויבער חכם, וד"ל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מאי 22, 2020 3:25 pm

שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


קואמא איז א קריסט, ער האט זיך אבער צורעדט זייער ברייט אז כוחי ועוצם ידי עשה לי וגו', איז ער נעבאך נישט אויפגעוואקסן אין רבי'נס בית מדרש, אבער אלס "גוי" ווערט ער נאך נישט קיין כופר פאר דעם בכלל, ווען א רב אדער עסקן רעדט אזוי, וואלט געווען פאסיג צו מאכן א שטורעם.

קואמא גייט נאך אזוי אין קירכע ווי דעם פרעזידענט.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג מאי 22, 2020 3:29 pm

שארף און קליג האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט א דריטע אפציע,

"איך וועל דעמאלטס טון לויט וויאזוי אונזערע ערליכע עסקנים וועלן אונז בעטן"

איך וואלט געוואויט פאר דעם,
איך פרוביר צו זיין א חכם, אבער נישט קיין אויבער חכם, וד"ל.


יעצט געוואלט שרייבן די זעלבע, זעה איך האסט מיך אויסגעכאפט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך לעב און שטרעב » פרייטאג מאי 22, 2020 3:46 pm

בוידעם האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


איך האב נישט דורכגעטון די הלכות, אבער שכל זאגט אז כופר בעיקר (לייען: עטעאיסט) איז ערגער ווי עבודה זרה בשותף.


קריסטנטום איז נישט עבודה זרה בשיתוף.

אגב, טו יא אדורך די הלכות, וועסט זיין ערשטוינט צו זען אז שטימען פאר א קאנדידאט וואס שטיצט פרייהייט צו דינען סיי וועלכע רעליגיע איז גארנישט בעסער ווי צו שטיצן א קאנדידאט וואס שטיצט פרייהייט צו טוהן שמוץ.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 22, 2020 4:02 pm

שארף און קליג האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט א דריטע אפציע,

"איך וועל דעמאלטס טון לויט וויאזוי אונזערע ערליכע עסקנים וועלן אונז בעטן"

איך וואלט געוואויט פאר דעם,
איך פרוביר צו זיין א חכם, אבער נישט קיין אויבער חכם, וד"ל.

דאס גיימער באמת טוהן למעשה און וועהלן פאר די בעסטע פאר אונזערע אינטערעסן, אבער דא רעדט מען וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט מען געדארפט טוהן. אן וועגן דעם געוועלט דער ערטשע אפציע.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום פרייטאג מאי 22, 2020 4:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מאי 22, 2020 4:03 pm

דאס האב איך זיך דאך גע'טענה'ט מיט בוידעם א שטיק צייט צוריק דא, וואס איז א חילוק צווישן עבודה זרה, וואס דו פארשטייסט אז יעדער גוי אין אמעריקע מעג דינען וועלכע געטשקע ער וויל, און די אנדערע פון די שלוש חמורות?
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

willibugy
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך willibugy » פרייטאג מאי 22, 2020 4:06 pm

לעב און שטרעב האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


איך האב נישט דורכגעטון די הלכות, אבער שכל זאגט אז כופר בעיקר (לייען: עטעאיסט) איז ערגער ווי עבודה זרה בשותף.


קריסטנטום איז נישט עבודה זרה בשיתוף.

אגב, טו יא אדורך די הלכות, וועסט זיין ערשטוינט צו זען אז שטימען פאר א קאנדידאט וואס שטיצט פרייהייט צו דינען סיי וועלכע רעליגיע איז גארנישט בעסער ווי צו שטיצן א קאנדידאט וואס שטיצט פרייהייט צו טוהן שמוץ.

קען איינער אראפברענגען זיינע דברי כפירה? , ווייל לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער סך הכל געזאגט הכל בידי שמים חוץ מצנים ופחים, איך האב נישט געזען כוחי ועוצם ידי,
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך לייטער » פרייטאג מאי 22, 2020 4:19 pm

לעב און שטרעב האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב טאר מען נישט וואוטען לשיטת מאנכע פאר קאומאו צוליב זיין כפירה, וויאזוי קען מען וואוטען פאר סיי וועלכע קריסטליכע גלויביגער? לויט רוב פוסקים וואס האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע איז כפירה ממש, וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א אטעאיסט?


איך האב נישט דורכגעטון די הלכות, אבער שכל זאגט אז כופר בעיקר (לייען: עטעאיסט) איז ערגער ווי עבודה זרה בשותף.


קריסטנטום איז נישט עבודה זרה בשיתוף.

.

ווענטציך וועלכע ווערסיע
סאיז דא קריסטן וואס זענען יא עו''ז בשיתוף און סאיז דא קריסטן וואס סזענען אזוי ווי מיסלעמענער ועכמ''ל

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 22, 2020 4:59 pm

אההההההההה...
נא.. כ'בין מיך אליין שולדיג אז כ'גלייב אלעס.

האבעך געזען די קליפ וואס ברענגט נאר זיינע דריי כפירה'דיגע סענטענסעס, האבעך מיך זייער אויפגעשטורעמט, אבער יעצט אז איך זעה די גאנצע פאראגראף און וואס קאומא האט געמיינט, נא..
מ'מעג טאקע נישט אזוי רעדן, אבער פאר א גוי איז עס נישט געפערליך..

טענקס @וויליבאגי פאר עס ברענגען..

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 24, 2020 6:05 am

צק
געוועלט די ערשטע.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג מאי 24, 2020 9:31 am

צו זאגן אז ער איז מער א כופר אין ד' אלוקינו ברוך הוא ווי אנדערע גוים בעיסט אויף די ווערטער איז נאריש

צו מ'קען זעין וועילן פאר אים מיינט מען לכוארה דירעקט די שאלה צו אים פרעזענליך צו מ'קען זיך זעין וואויטן פאר אים פאר'ן זיך רעכענען מיט זייטיגע פאקטארן ווי ווער ס'וועט זיין זיין קעגנער \פאלגן מוסדות בלינדערהייט

גאווערנער קאומאו איז ביז יעצט געווען היפש איינער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו פייטן פאר אונז אפילו ווען ס'איז אים נישט גרינג געווען
אבער ביי די יעצטיגע קריזיס איז זיין ליבעראלע בלינדקייט ארויסגעקומען אויף א מאסן אומפארשטענדליכע פארנעם
ער האט פאקטיש בלוט אויף זיינע הענט
ער האלט פאקטיש אפ אידן וואס הארעווען על המחי' צו ברענגען ברויט , הרגעט מיט זיינע אייגענע הענט אפ ביזנעסער צום אפגרונד בלי שום סיבה

איך ווייס נישט וועלכע וועגט איבער וואס

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך מחשב » זונטאג מאי 24, 2020 2:40 pm

פאר וועם איך גיי וואטן וועל איך לאזן פריוואט. אבער אויב גיי איך נישט וואטן פאר קאומא גייט עס זיין מער צוליב זיין אומקאמפעטענץ סיי אנפאנג די וויירוס, און סיי זיינע פאליסיס במשך די וויירוס, וואס האבן גורם געווען דער טויט פון טויזענטער, און נישט צוליב זיין עפענען די שטאט פארזיכטיג לויט די אנווייזונגען פון עקספערטן, וואס טראץ זייער "אומוויסנשאפט" פארשטייען זיי נאך אזוי גוט ווי מיר און דיר... (איך רעד נישט פון דער ספעציפישער צושטאנד אין די היימישע געגנטער)
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

willibugy
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך willibugy » זונטאג מאי 24, 2020 2:59 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אההההההההה...
נא.. כ'בין מיך אליין שולדיג אז כ'גלייב אלעס.

האבעך געזען די קליפ וואס ברענגט נאר זיינע דריי כפירה'דיגע סענטענסעס, האבעך מיך זייער אויפגעשטורעמט, אבער יעצט אז איך זעה די גאנצע פאראגראף און וואס קאומא האט געמיינט, נא..
מ'מעג טאקע נישט אזוי רעדן, אבער פאר א גוי איז עס נישט געפערליך..

טענקס @וויליבאגי פאר עס ברענגען..

ביזט נישט די איינציקסטער וואס האט געגלייבט, סאיז שוין אפילו געווען דרשות וועגן דעם פארוואס קיינער איז נישט מוחה, אזוי גייט עס נעבאך...
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג מאי 24, 2020 3:22 pm

צי זאגן אפענע ווערטער אונז האמיר עס געטאן און נישט גאד איז נישט נאר כפירה נאר נידריגקייט וואס א גוי קוקט אויך אראפ
ווילסט זאגן אז דו האסט עס געטאן אנע צולייגן בעזרת השם אקעי ביזט דאך א גוי אבער אין אזא ביטערע זמן ווען יעדער גוי היט זיך מער ווי געווענליך און פרומערע גויים טוען גאר תשובה און רעדן א גאנצן טאג פון אייבערשטן וכו' קומט א גאווערנער און זאגט אזאנע ווערטער ווען עס קומט בכלל נישט אריין דאס איז השחתה גמורה בלי שום אתמלא! ואסור גם להלכה ללמד זכות!

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך טוט זיך...? » זונטאג מאי 24, 2020 6:46 pm

קול זעקה האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:כ'קען מיר נישט זען שטומען פאר אים, אבער אויב די פולס וועלן ווייזען אז ער וועט במילא געווינען
מצד זיין נוקם ונוטר נאטור, מיין איז אז ס'לוינט יא צו וועלן פאר אים, פאר ווער ס'קאן אים...


ער ווייסט דען ווער ס'האט געשטימט פאר וועמען?

ער ווייסט יעדע געגנט וואס ער האט געהאט רוב שטימעס, און ווי ער האט נישט געהאט, און ווער האט עס יא געהאט.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג מאי 24, 2020 6:57 pm

געוואלטיג האט געשריבן:צי זאגן אפענע ווערטער אונז האמיר עס געטאן און נישט גאד איז נישט נאר כפירה נאר נידריגקייט וואס א גוי קוקט אויך אראפ
ווילסט זאגן אז דו האסט עס געטאן אנע צולייגן בעזרת השם אקעי ביזט דאך א גוי אבער אין אזא ביטערע זמן ווען יעדער גוי היט זיך מער ווי געווענליך און פרומערע גויים טוען גאר תשובה און רעדן א גאנצן טאג פון אייבערשטן וכו' קומט א גאווערנער און זאגט אזאנע ווערטער ווען עס קומט בכלל נישט אריין דאס איז השחתה גמורה בלי שום אתמלא! ואסור גם להלכה ללמד זכות!

די האסט געזען די גאנצע דרשה, אדער נאר די קליינע אויסגעשניטענע שטיקל?

איך גלייב נישט צופיל גוים וואלטן גערעדט אנדערש,

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך דונש » זונטאג מאי 24, 2020 6:58 pm

געוואלטיג האט געשריבן:צי זאגן אפענע ווערטער אונז האמיר עס געטאן און נישט גאד איז נישט נאר כפירה נאר נידריגקייט וואס א גוי קוקט אויך אראפ
ווילסט זאגן אז דו האסט עס געטאן אנע צולייגן בעזרת השם אקעי ביזט דאך א גוי אבער אין אזא ביטערע זמן ווען יעדער גוי היט זיך מער ווי געווענליך און פרומערע גויים טוען גאר תשובה און רעדן א גאנצן טאג פון אייבערשטן וכו' קומט א גאווערנער און זאגט אזאנע ווערטער ווען עס קומט בכלל נישט אריין דאס איז השחתה גמורה בלי שום אתמלא! ואסור גם להלכה ללמד זכות!

ער האט נישט געלערענט אין סאטמאר רבי לעבן...........

מ'האלט נאך ליידער נישט ביי וראו כל עמי הארץ...
זוכט איר דוי?

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 24, 2020 7:15 pm

געוואלטיג האט געשריבן:צי זאגן אפענע ווערטער אונז האמיר עס געטאן און נישט גאד איז נישט נאר כפירה נאר נידריגקייט וואס א גוי קוקט אויך אראפ
ווילסט זאגן אז דו האסט עס געטאן אנע צולייגן בעזרת השם אקעי ביזט דאך א גוי אבער אין אזא ביטערע זמן ווען יעדער גוי היט זיך מער ווי געווענליך און פרומערע גויים טוען גאר תשובה און רעדן א גאנצן טאג פון אייבערשטן וכו' קומט א גאווערנער און זאגט אזאנע ווערטער ווען עס קומט בכלל נישט אריין דאס איז השחתה גמורה בלי שום אתמלא! ואסור גם להלכה ללמד זכות!

דאס האבעך אויך געמיינט ווילאנג איך האב נישט געזען דעם גאנצן פאראגראף וואס @וויליבאגי האט געברענגט.

ער האט סך הכל פרובירט צו זאגען, אז מענטשן האבן געארבעט שווער צו עס אראפברענגען, און אויב מ'גייט פארנאכלעסיגן גייט עס צוריק ארויפגיין.
ליידער גלייבט ער נאכנישט אז אלעס ווערט געפירט דורכן באשעפער אינגאנצן, און ער מיינט נאך אז זיינע פעולות האבן עפעס צוטוען מיט וואס ס'געשעט.
נא... כ'גלייב נישט ער איז די איינציגסטע גוי וואס טראכט אזוי...

willibugy
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך willibugy » זונטאג מאי 24, 2020 8:00 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:צי זאגן אפענע ווערטער אונז האמיר עס געטאן און נישט גאד איז נישט נאר כפירה נאר נידריגקייט וואס א גוי קוקט אויך אראפ
ווילסט זאגן אז דו האסט עס געטאן אנע צולייגן בעזרת השם אקעי ביזט דאך א גוי אבער אין אזא ביטערע זמן ווען יעדער גוי היט זיך מער ווי געווענליך און פרומערע גויים טוען גאר תשובה און רעדן א גאנצן טאג פון אייבערשטן וכו' קומט א גאווערנער און זאגט אזאנע ווערטער ווען עס קומט בכלל נישט אריין דאס איז השחתה גמורה בלי שום אתמלא! ואסור גם להלכה ללמד זכות!

דאס האבעך אויך געמיינט ווילאנג איך האב נישט געזען דעם גאנצן פאראגראף וואס @וויליבאגי האט געברענגט.

ער האט סך הכל פרובירט צו זאגען, אז מענטשן האבן געארבעט שווער צו עס אראפברענגען, און אויב מ'גייט פארנאכלעסיגן גייט עס צוריק ארויפגיין.
ליידער גלייבט ער נאכנישט אז אלעס ווערט געפירט דורכן באשעפער אינגאנצן, און ער מיינט נאך אז זיינע פעולות האבן עפעס צוטוען מיט וואס ס'געשעט.
נא... כ'גלייב נישט ער איז די איינציגסטע גוי וואס טראכט אזוי...

די מכוון שטייט אין חובות הלבבות און די גמרא הכל בידי שמים חוץ מצנים ופחים, אפשר א איד וואלט עס נישט אזוי ארויסגעברענגט אבער מהאט שוין געהערט אזוינס,
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אידישע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך אידישע געדאנקען » זונטאג מאי 24, 2020 9:44 pm

קיינער וויל נישט אז מ'זאל אנהייבן ברענגען קטעים פון אזעלכע "דברי כפירה" וואס מאכן זיך ביי די שענסטע משפחות...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג מאי 24, 2020 9:53 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:אין די טובות וואס ער האט יא געטוהן, האט ער זיכער געטוהן מיט זיינע אייגענע אינטערעסן. קיין שום גוי טוט נישט קיין טובה אלס זיין גוט הארץ. א כופר און א מנוול זיכער נישט.

;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אויב איך בין איך
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך אויב איך בין איך » זונטאג מאי 24, 2020 11:10 pm

איך וואט קיינמאל נישט. למשל ווען איך וואט ווען פאר קאומא ווען עריז געלאפן דאסערשטע מאל וואלט איך געפילט שילדיג און די יעצטיגע טויטע ווייל איך האב עם אריינגעוואט. יעצט שריי מיך צוריק אז סאיז ocd באט כהאב עס נישט ערגעץ אנדערש בה

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג מאי 24, 2020 11:45 pm

מחשב האט געשריבן:פאר וועם איך גיי וואטן וועל איך לאזן פריוואט. אבער אויב גיי איך נישט וואטן פאר קאומא גייט עס זיין מער צוליב זיין אומקאמפעטענץ סיי אנפאנג די וויירוס, און סיי זיינע פאליסיס במשך די וויירוס, וואס האבן גורם געווען דער טויט פון טויזענטער, און נישט צוליב זיין עפענען די שטאט פארזיכטיג לויט די אנווייזונגען פון עקספערטן, וואס טראץ זייער "אומוויסנשאפט" פארשטייען זיי נאך אזוי גוט ווי מיר און דיר... (איך רעד נישט פון דער ספעציפישער צושטאנד אין די היימישע געגנטער)

פארן נישט פאלגן די טאקע אנטיסעמיטישע קאונטי עקזעקיוטיווס און ברענגן ן נעשענאל גארדס אין קרית יואל און מאנסי. עס וואלטן געלעבט נאך עטליכע טייערע אידן. ער האט מורא געהאט צו פארלוירן אונזערע וואוטס? העיר יו גאו מר קאומא...
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: גייט איר נאכאמאל שטומען פאר קאומאו?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 25, 2020 11:54 am

willibugy האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:צי זאגן אפענע ווערטער אונז האמיר עס געטאן און נישט גאד איז נישט נאר כפירה נאר נידריגקייט וואס א גוי קוקט אויך אראפ
ווילסט זאגן אז דו האסט עס געטאן אנע צולייגן בעזרת השם אקעי ביזט דאך א גוי אבער אין אזא ביטערע זמן ווען יעדער גוי היט זיך מער ווי געווענליך און פרומערע גויים טוען גאר תשובה און רעדן א גאנצן טאג פון אייבערשטן וכו' קומט א גאווערנער און זאגט אזאנע ווערטער ווען עס קומט בכלל נישט אריין דאס איז השחתה גמורה בלי שום אתמלא! ואסור גם להלכה ללמד זכות!

דאס האבעך אויך געמיינט ווילאנג איך האב נישט געזען דעם גאנצן פאראגראף וואס @וויליבאגי האט געברענגט.

ער האט סך הכל פרובירט צו זאגען, אז מענטשן האבן געארבעט שווער צו עס אראפברענגען, און אויב מ'גייט פארנאכלעסיגן גייט עס צוריק ארויפגיין.
ליידער גלייבט ער נאכנישט אז אלעס ווערט געפירט דורכן באשעפער אינגאנצן, און ער מיינט נאך אז זיינע פעולות האבן עפעס צוטוען מיט וואס ס'געשעט.
נא... כ'גלייב נישט ער איז די איינציגסטע גוי וואס טראכט אזוי...

די מכוון שטייט אין חובות הלבבות און די גמרא הכל בידי שמים חוץ מצנים ופחים, אפשר א איד וואלט עס נישט אזוי ארויסגעברענגט אבער מהאט שוין געהערט אזוינס,


איינער האט געטראפן אין די גמרא 'וקאראנא'?!

פאר א סיבה זאגט די גמרא נאר 'צנים ופחים'


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלעקסיי דער דריטער, יאיר גאלד, קול זעקה און 14 געסט