פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

yid
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך yid » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:57 am

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די פרישע דורכברוך אין איינשפארן די אומגעהויערע חתונה הוצאות א דאנק די יעצטיגע עפעדמיע, איז געמאלדן געווארן היינט פון חצר הקודש קארלין-סטאלין אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין שליט"א זענען אויסגעארבעט געווארן פארשידענע נייע תקנות לתועלת הציבור.


די פרישע תקנות הייבט זיך אן מיט די נייע 'בר מצוה' תקנה, אז פון היינט און ווייטער וועט מען מבטל זיין דאס בר מצוה מאכן אין זאלן, נאר ביום הבר מצוה וועט אפגעראכטן ווערן די סעודה אין שטוב מיט בלויז צען מענטשן און די שבת נאכ'ן בר מצוה וועט זיין א קידוש אין ביהמ"ד ווי דער ציבור וועט קענען וואונטשן מזל טוב. פארשטייט זיך אז די קידוש וועט זיין אויסגעהאלטן לויט די 'קידוש תקנות' וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך די גבאים פון די בתי מדרשים. פאר די וואס ס'קומט זיי אן שווער צו מאכן א קידוש שבת צופרי וועלן פראווענען א 'מסיבת לחיים' נאך מעריב בליל הבר מצוה ווי דער ציבור וועט קענען קומען וואונשטן מזל טוב אין ביהמ"ד.


צווישן די נייע תקנות ווערט אריינגערעכנט מבטל צו זיין דאס ארויסשיקן חתונה-איינלאדענונג בריוון, און מ'וועט נאר שיקן דורך אימעיל. די חתונה וועט פארקומען אין א קלענערע זאל וואס וועט בלויז קאסטן טויזענט דאללער א צד. עס וועלן זיך בלויז באטייליגן די נאנטע בני המשפחה און עס וועט צוגעשטעלט ווערן לייכטע איבערבייס אין פלעסטיק געצייג. ביי די מצוה טאנץ באנוצט מען זיך נישט מיט א גראמער און די שבע ברכות'ן נאר אין א שטוב.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך ספרים שטוב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:40 am

ס'איז צום באגריסן.

אגב, דער מבטל זיין אינוויטעישאנ'ס מיטן אויסרייד צו שיקן דורך אימעיל, איז נישט אזוי גלאטיג אין מיינע אויגן, סיי פאר די וואס האבן נישט אימעיל, און סיי איז עס א געהעריגע אפיציעלע אינטערנעט ערלויבעניש מצד א קהילה, וואס איך בין נישט זיכער אז אנדערע וועלן עס שנעל נאכטון.

לדעתי וואלט מען עס געדארפט אוועקשטעלן: נישט אינוועטעשאנס, יא "טעלפאן רופן".
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך זבולון ווייס » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:53 am

מורא'דיג שטארק, קריעיטיוו!!

איך מיין אז די היזיגע גרויסע קהלות זאלן אויך נעמען אזעלכע סארט שריט

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:00 am

ספרים שטוב האט געשריבן:ס'איז צום באגריסן.

אגב, דער מבטל זיין אינוויטעישאנ'ס מיטן אויסרייד צו שיקן דורך אימעיל, איז נישט אזוי גלאטיג אין מיינע אויגן, סיי פאר די וואס האבן נישט אימעיל, און סיי איז עס א געהעריגע אפיציעלע אינטערנעט ערלויבעניש מצד א קהילה, וואס איך בין נישט זיכער אז אנדערע וועלן עס שנעל נאכטון.

לדעתי וואלט מען עס געדארפט אוועקשטעלן: נישט אינוועטעשאנס, יא "טעלפאן רופן".

'אפיציעלע אינטערנעט ערלויבעניש'

1) קוק פון וועלכע קהילה מ'רעדט און וואס זייערע שטעלונגען בנוגע טעכנאלאגיע איז בכלל

2) צו לעבן אין א איינרעדעניש אז דער עולם האט ווייניג צוטריט צו אינטערנעט (נאכדערצו אימעיל) איז א גרעסערע פראבלעם ווי א אפיציעלע ערלויבעניש.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:04 am

סי׳ז צום באגריסן די געוואלדיגע שריט פון הוד כ״ק מרן אדמו״ר מקארלין שליט׳׳א.
כה לחי טון וואס מ׳דארף נישט קיין חילוק וואס אנדערע זאגן.
א סעמפל
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:30 am

משה צימערינג האט געשריבן:סי׳ז צום באגריסן די געוואלדיגע שריט פון הוד כ״ק מרן אדמו״ר מקארלין שליט׳׳א.
כה לחי טון וואס מ׳דארף נישט קיין חילוק וואס אנדערע זאגן.
א סעמפל

ס'הייבט זיך נישט אן ביי די חתונה תקנות, זייער גאנצע חסידות איז נישט ביחס צו א צווייטן, נישט קיין בילדער אין די צייטונגען, ער קימערט זיך נישט מיט וואס אנדערע זאגן, און ער טיילט נישט קיינעם קיין דיעות, אויסער זיין קהילה.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:08 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:ס'איז צום באגריסן.

אגב, דער מבטל זיין אינוויטעישאנ'ס מיטן אויסרייד צו שיקן דורך אימעיל, איז נישט אזוי גלאטיג אין מיינע אויגן, סיי פאר די וואס האבן נישט אימעיל, און סיי איז עס א געהעריגע אפיציעלע אינטערנעט ערלויבעניש מצד א קהילה, וואס איך בין נישט זיכער אז אנדערע וועלן עס שנעל נאכטון.

לדעתי וואלט מען עס געדארפט אוועקשטעלן: נישט אינוועטעשאנס, יא "טעלפאן רופן".


וועלקאום טאו קארלין - סטאלין....

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:00 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:ס'איז צום באגריסן.
אגב, דער מבטל זיין אינוויטעישאנ'ס מיטן אויסרייד צו שיקן דורך אימעיל, איז נישט אזוי גלאטיג אין מיינע אויגן, סיי פאר די וואס האבן נישט אימעיל, און סיי איז עס א געהעריגע אפיציעלע אינטערנעט ערלויבעניש מצד א קהילה, וואס איך בין נישט זיכער אז אנדערע וועלן עס שנעל נאכטון.
לדעתי וואלט מען עס געדארפט אוועקשטעלן: נישט אינוועטעשאנס, יא "טעלפאן רופן".

וועלקאום טאו קארלין - סטאלין....


די נוסח פון די תקנות איז ווי פאלגענד:
הזמנות: מומלץ להימנע מהדפסת הזמנות שהיא טירחה והוצאה מיותרת, ולהסתפק בהזמנה בבית הכנסת, בהודעות, במייל, ובקוים טלפוניים.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 24, 2020 4:58 pm

תקנות לצמצום הוצאות בשמחות - חלק א_Page_1.jpg
תקנות לצמצום הוצאות בשמחות - חלק א_Page_1.jpg (76.35 KiB) געזעהן 324 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 24, 2020 4:59 pm

תקנות לצמצום הוצאות בשמחות - חלק א_Page_2.jpg
תקנות לצמצום הוצאות בשמחות - חלק א_Page_2.jpg (79.38 KiB) געזעהן 323 מאל
מכתב נלוה לתקנות_Page_1.jpg
מכתב נלוה לתקנות_Page_1.jpg (91.38 KiB) געזעהן 323 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 24, 2020 4:59 pm

מכתב נלוה לתקנות_Page_2.jpg
מכתב נלוה לתקנות_Page_2.jpg (85.87 KiB) געזעהן 322 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

ברוז
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך ברוז » דינסטאג מאי 26, 2020 2:05 am

.
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2020-05-25 at 13.04.46.jpeg
WhatsApp Image 2020-05-25 at 13.04.46.jpeg (54.65 KiB) געזעהן 169 מאל

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פרישע חתונה תקנות אין קארלין-סטאלין‎

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 26, 2020 12:54 pm

אין די נייע קובץ בית אהרן וישראל איז ערשינען די פאלגענדע מאמר לאור התקנות:

מאמר המברר את דין ואפשרויות ביטול הזמנות אירועים לאור התקנות חדשות שנתקנו לחסידי סטולין קרלין ע"מ לצמצם הוצאות בעת שמחה, האם מותר לבטל אולמות או נגנים שכבר הוזמנו, ובפרטי דין מחוסר אמנה.

ס'קוקט אויס אז די תקנות איז נתקבל געווארן בקרב בני הקהילה.
צוגעלייגטע
ביטול הזמנות אירועים לאור תקנות צמצום השמחות.pdf
(56.61 KiB) דאונלאודעד 6 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני, געוואלטיג, חושב מחשבות..., סטיטשינער, שרייב-פעדער און 53 געסט