איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מאי 18, 2020 8:02 pm

צל כהער וואס איר זאגט.

און אמעריטשקא איז עס קארענטלי ביי19 פראצענט

און איר ווייסט אפשר וואס די אינקאם טעקס רעיט איז און שוועדען?

פעיראל טעקס פאר איעדעם איינעם איז גאנצע 34 פראצענט
פאר די העכסטע אינקאם וואס און שוועדען מיינט דאס איינער וואס פארדינט 1.5 מאל די עוורידזש אינקאם.און אמעריקא איז דאס בערך 55.000 א יאר. גאנצע 57 פראצענט זיבן און פופציג פראצענט

קאמפערט און אמעריקא צאלן די העכסטע ברעקארד וואס און אמעריקא מיינט דאס 9 מאל ניין מאל די עוורידזש אינקאם. וואס מיינט העכער 500.000. צאלט פינעף אין פערציג פראצענט אינקלודעד סטעיט אינקאם טעקס און די סטעיטס וואס עס איז דא

צו מיר מיינט דאס גענימען פון איין טאש און געלייגט און די אנדערע.

און יא כהאב פארגעסן זיי האבן יוניווערסאל העלט קעיר. איר ווילט עס האבן? איך נישט. עס וועט אויסקוקן בערך ווי די וועטערנס האספיטאלס
Liberalism is a mental disorder

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך Programming » מאנטאג מאי 18, 2020 9:00 pm

וואס האט יוניווערסאל העלטקעיר מיט וועטעראנס האספיטאל'ס? יעדע לאנד האט א אנדערע סארט סיסטעם, אין טייל לענדער זענען די שפיטעלער געראנט ביי די גאווערנמענט, בעת אין אסאך אנדערע לענדער זענען די שפיטעלער פונקט ווי דאהי, דער חילוק איז נאר אז אנשטאט אליין באצאלן די פרימיום'ס פאר א אינשורענס קאמפאני - אדער דער עמפלויער זאל צאלן דעם חלק הארי - פלוס קא פעימענטס און דידאקטעבלס, און זיך מוטשענען צו נעוויגעיטן דעם קאמפליצירטן סיסטעם אין נעטווארק און אוט' אוו נעטווארק א.א.וו., אנשטאט דעם באצאלט די גאווערנמענט אלעס.

דא אין אמעריקע איז דער גאנצער קאמפיין נאר אויף צו טוישן די אינשורענס חלק, אבער די שפיטעלער סיסטעם בלייבט די זעלבע ווי יעצט.

און אויסער יוניווערסאל העלטקעיר, איז פשוט נישטא אזא זאך א בלוטיגער ארימאן אין שוועדן. יעדער איינער איז באזארגט מיט א דאך איבערן קאפ, עסן צו דער זעט, פרייע שולע'ס און קאלעזש'עס פאר די קינדער, און עפעס טאשן געלט אין די זייט. די רייכע האבן ווייניגער ביליאנען צו פארשווענדן און די ארימע האבן די מינימאלע הצטרכות'ער.

דאס איז דער גאנצער אויפטו פון פראגרעסיוו טעקסעישאן - מען שפרייט אויס דאס רייכטום אז יעדער איינער זאל זיין געדעקט. פאר רוב מענטשן לוינט זיך צו צאלן די הויכע טעקס ראטע ווייל זיי באקומען צוריק סאך מער ווי דאס. און די פראצענט הויכע פארדינער וואס צאלן ארויף אויפן סיסטעם, דארף מען דאך נישט צוזאמען שטעלן אויף שבת צו מאכן.

זיי האבן אפילו מער א.ג 'פרידאם' ווי אין די 'פרייע' אמעריקע - זיי מאכן נישט קיין לאקדאון...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3534
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מאי 18, 2020 9:20 pm

נישט שלעכט פאר א איינמאליגע זאך.

1. מענטשן וועלן מער נישט וועלן ארבעטן
2. דער עושר וועט אויך נאר ארבעטן כדי מחייתו, אנשטאט ארבעטן און גארנישט זעהן אין די באנק
3. די רעגירונג דארף אויך האבען א פלאן פון וואנעט דאס צו פינאנצירן
4. אויסלענדישע רעגירונגן לייגן נישט אייביג העכערע שטייערן אויף העכערע פארדינער, נאר א געוויסע (טאקע הויכע) פראצענט איז שטייער, און וויפיל ער מאכט בלייבט ער אייביג מיט די זעלבע פראצענט איבערגעבליבן (פראצענטואל)
5. רעגירונג העלט אינשורענס. טאקע דערפאר קומען אלע רייכע אויסלענדישע זיך היילען אין די אמעריקאנע שפיטעלער. טאקע טייער, אבער לוינצעך דעם דאקטאר זיך אנצושטרענגען. בשעת דער אויסלענדישער דאקטאר איז אויף א פעיראל פון די רעגירונג
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11424
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מאי 18, 2020 10:46 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:ס'וואלט בכלל נישט שלעכט געווען.
און ס'טאקע דא א קאנדידאט וואס קאמפיינט צו געבן א סטימיולעס פעקעזש יעדע חודש, געדענק דעם נאמען ענדרו יענג אין 2028...

why not 2024?...

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מאי 19, 2020 2:09 am

איך גלייך זייער דער קוואויט

דא אין אמעריקע איז דער גאנצער קאמפיין נאר אויף צו טוישן די אינשורענס חלק, אבער די שפיטעלער סיסטעם בלייבט די זעלבע ווי יעצט


גיוו מי א ברעיק , איך זעה אז איר האט נאכנישט אויספרובירט קיין שפיטאל אינדרויסן פון אמעריקע, גאָד לאָק טו יאָ

יא יא די שפיטעלער וועלן בלייבן פונקט ווי נעכטן קוואדער נאך,
זיי וועלען נאר מעגן בעטן כך וכך פאר יעדע איינציגסטע פראסידזשער אבער דער סערוויס וועט נישט זיין קיין איין טראפ אנדערשט. (לאלא לענד) איך האף אז זיי וועלן זיין כאטש אזוי גיט ווי בשעת קראנא.

שלים
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך שלים » מיטוואך מאי 20, 2020 9:46 pm

shimon7323 האט געשריבן:איך גלייך זייער דער קוואויט

דא אין אמעריקע איז דער גאנצער קאמפיין נאר אויף צו טוישן די אינשורענס חלק, אבער די שפיטעלער סיסטעם בלייבט די זעלבע ווי יעצט


גיוו מי א ברעיק , איך זעה אז איר האט נאכנישט אויספרובירט קיין שפיטאל אינדרויסן פון אמעריקע, גאָד לאָק טו יאָ

יא יא די שפיטעלער וועלן בלייבן פונקט ווי נעכטן קוואדער נאך,
זיי וועלען נאר מעגן בעטן כך וכך פאר יעדע איינציגסטע פראסידזשער אבער דער סערוויס וועט נישט זיין קיין איין טראפ אנדערשט. (לאלא לענד) איך האף אז זיי וועלן זיין כאטש אזוי גיט ווי בשעת קראנא.

קיקט אויס אז די ביסט מוראדיג ציפרידן פין די אמעריקאנע שפיטעלער זעיט אויס אז זיי האבן נאך נישט געהארגט געניג מענטשן פאר דיר.
איך זעי נישט וואס עס קען זיין ערגער סא איך בין שוין ענדערש מסכים אז יעדע דאקטער זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אנעמען מיין אישורענס

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:28 am

New York איז טאקע זייער נאנט צי אמעריקא און אסאך איז עס געווען געוואנדען און פאליסי פון דער שפיטאל אויך אדער באערדע אויך. און גענערעל אלגעמיין זענען די זאכן נישט אזוי.

זיין גרייט צי א פענדעמיק איז א אנדערע מעשה, קלאר אז זיי וואלטן און מיזען זיך נאך היינט נעמען שריט און טריט דאס צי פארעכטען אבער דאס איז נישט קיין אינדיקעטאר ווי אזוי מען באהאנדלט אדער טריט א פאציענט דא ווס אנדערע פלעצער ווי די סיסטעם איז יוניווערסל. דארט זענען זיי קיינמאל משובד צי דיר, דארפסט עפעס ווארט און די ליין, און שטארב.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז די סטימעלעס טשעק טאקע געווען אזוי שלעכט?

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:40 am

אוודאי, פאר דעם איז אמעריקע סאך ערגער מיט מעדיצינישע אוטקאם'ס ווי אנדערע לענדער מיט א יוניווערסאל סיסטעם. מיר ספענדן סאך מער, און באקומען צוריק פיל ווייניגער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בועז און 33 געסט