בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

manyh
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך manyh » זונטאג מאי 17, 2020 4:32 pm

האבן זיינע קינדער (יואל - בנימין) געלערנט אין לוצערן?

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך KMW » זונטאג מאי 17, 2020 4:37 pm

manyh האט געשריבן:האבן זיינע קינדער (יואל - בנימין) געלערנט אין לוצערן?


יא

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג מאי 17, 2020 4:40 pm

דריידל האט געשריבן:
ראש לימבא האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:בד״ה. געגעסן ביי אים עטליכע מאל שב״ק אלס בחור. עס האט געהאט א געוואלדיגע חן. ער איז געווען א וויזשניצע סאטמארער אונגארישער מיט די אויסלענדישע אקצענט. ידען נפלא. זייער אינטערעסאנט געווען יעדעס מאל איך בין דארט געווען באזונדער.


ממש אזוי

אויך עטליכע מאל געגעסן ביי אים. ס'האט געהערשט א פחד'יגע שטילקייט ביי די סעודה, די זמירות געזינגן מיט אזא ווארעמקייט,אנגעהויבן מיטן סאטמארע שלום עליכם, ביז לבי לבי ובשרי.... די דברי תורה און קורות ימי הדורות. אן עונג רוחני געווען (גראדע אן עונג גשמי אויך ווייל די עסן איז אויך פיין געווען, מיט א היימישע טעם)

האבן מיר איינמאל געגעסן ביי איהם ערך 7 - 8 יאר צירוק, עונג גשמי ווייסעךנישט, קען זיין איך א אמעריקאנער עס מער שבת.. אבער א עונג רוחני! אההה! זיי מויל א געקוואלן דברי תורה כמעין המתגבר.

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך א מחי' » זונטאג מאי 17, 2020 5:34 pm

שה אחד האט געשריבן:
ממש האט געשריבן:די מוטער פון הגה"ח ר' אהרן משה ז"ל איז געווען א טאכטער פון הרה"ח מוה"ר אהרן פריעדמאן ז"ל פון הערמענטשאט, מגדולי חסידי סיגוט [פאטער פון הג"ר מענדל ר"מ בסאטמאר, ר' משה, ועוד], אן איידעם פון הרה"ח המפורסם ר' משה וויליגער ז"ל פון סיגוט.

און ווער איז דער פאטער?

ר' שלמה יעקב ע"ה

ער האט א ברידער מיט א שוועסטער אין ק"י
ר' אברהם וואלף
אשת ר' חיים הערמאן

יהי רצון
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 5:27 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך יהי רצון » זונטאג מאי 17, 2020 5:37 pm

1. ער האט דאכט זיך אפגעקויפט די תפילין פון בעל התניא פון גור אריה פאר אנדערהאלבן מיליאן דאלר, ער האט עס געמוזט צוריק געבן פאר חב"ד תחת התשלום וואס ער האט באצאלט
2. ער האט אמאל פארציילט אז ער האט פארקויפט א אנטיק ספר, אין דער קונה האט עס צוריק געגעבן ווייל עס איז צופאלן, אין ביים פראבירן צי איינבינדן האט ער האט דארט געטראפן א טייערן כתב יד וואס איז פיל מאר מער ווערד געווען פון דעם ספר

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 17, 2020 6:21 pm

קומענדיגער וואס שרייבט אפילו נאר א רמז פון פאליטיק ווערט נחסם.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך dovidal » זונטאג מאי 17, 2020 6:25 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:אוי גם רבי אהרן משה איננו - אזא איש חשוב . פארברענגט מיט אים לאנגע שעות איבער הייסע טעמעס אבער אלץ מיט א שלות הנפש - ידען נפלא בחוקר הדורות
איך האב געקויפט פון אים לערך 20 יאר צוריק דער "איינציגסטער" בריוו פון הרה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע כולו כתב יד [ וואס מען ווייסט ]===און עס געפינט זיך היום בבית גנזי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,,, ער איז געזעצן יומם ולילה און געלערנט אין לעלוב בית המדרש- ער האט אמאל מסכים געווען און געפירט א ד"ת צוריק צו צוען פון א געשעפט פון "מיליאנען" ווייל ער האט זיך דערוואוסט אז די כתבים קומען אן לאינשי דלא מעלי און ער האט מוותר געווען אויף דאס געלט .
רוב בניו וואונען אין מאנסי יהא זכרו ברוך


אויב ווייסטו, פון וואו איז דער כתב אנגעקומען צו איהם? ער איז נישט געווען קיין אנטיק הענדלער וויפיל איך ווייס.

פיין געפאטשקעט מיט אנטיק'ס ואכמ"ל

יומם ולילה עוסק געווען אין דעם - נישט געווען קיין סוד

שבועת ראם
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:31 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך שבועת ראם » זונטאג מאי 17, 2020 7:20 pm

dovidal האט געשריבן:אוי גם רבי אהרן משה איננו - אזא איש חשוב . פארברענגט מיט אים לאנגע שעות איבער הייסע טעמעס אבער אלץ מיט א שלות הנפש - ידען נפלא בחוקר הדורות
איך האב געקויפט פון אים לערך 20 יאר צוריק דער "איינציגסטער" בריוו פון הרה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע כולו כתב יד [ וואס מען ווייסט ]===און עס געפינט זיך היום בבית גנזי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,,, ער איז געזעצן יומם ולילה און געלערנט אין לעלוב בית המדרש- ער האט אמאל מסכים געווען און געפירט א ד"ת צוריק צו צוען פון א געשעפט פון "מיליאנען" ווייל ער האט זיך דערוואוסט אז די כתבים קומען אן לאינשי דלא מעלי און ער האט מוותר געווען אויף דאס געלט .
רוב בניו וואונען אין מאנסי יהא זכרו ברוך

דאס דערציילט מען נישט אזוי על רגל אחת, דאס האט אים געקאסט דאס בליט, מיר ווייסן נישט אויב עס איז דא נאך איינער היינט וואס וואלט עומד בניסיון געווען, מע רעט פון א שווערע פארלוסט. יהי זכרו ברוך

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מאי 17, 2020 7:27 pm

געלויבט האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:האט ער געוואוינט אויף רחוב מלאכי ? אדער צפניה?

צפניה

אויפן בריק פון נחמי'ה - עזרא. וויפל איך ווייס.

יא עקזעקטלי געגעסן ביי עים נאר נישט געדענקט די נאמען פון די גאס רחוב עזרה צוטיילט זיך אויף צוויי איין גאס הייסט צפניה און איינס הייסט עזרה

לייברערין
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך לייברערין » זונטאג מאי 17, 2020 8:50 pm

שבועת ראם האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:אוי גם רבי אהרן משה איננו - אזא איש חשוב . פארברענגט מיט אים לאנגע שעות איבער הייסע טעמעס אבער אלץ מיט א שלות הנפש - ידען נפלא בחוקר הדורות
איך האב געקויפט פון אים לערך 20 יאר צוריק דער "איינציגסטער" בריוו פון הרה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע כולו כתב יד [ וואס מען ווייסט ]===און עס געפינט זיך היום בבית גנזי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,,, ער איז געזעצן יומם ולילה און געלערנט אין לעלוב בית המדרש- ער האט אמאל מסכים געווען און געפירט א ד"ת צוריק צו צוען פון א געשעפט פון "מיליאנען" ווייל ער האט זיך דערוואוסט אז די כתבים קומען אן לאינשי דלא מעלי און ער האט מוותר געווען אויף דאס געלט .
רוב בניו וואונען אין מאנסי יהא זכרו ברוך

דאס דערציילט מען נישט אזוי על רגל אחת, דאס האט אים געקאסט דאס בליט, מיר ווייסן נישט אויב עס איז דא נאך איינער היינט וואס וואלט עומד בניסיון געווען, מע רעט פון א שווערע פארלוסט. יהי זכרו ברוך

אדרבה, קומט אריין מיט פרטים.

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 17, 2020 9:21 pm

fiena nieas האט געשריבן:
געלויבט האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:האט ער געוואוינט אויף רחוב מלאכי ? אדער צפניה?

צפניה

אויפן בריק פון נחמי'ה - עזרא. וויפל איך ווייס.

יא עקזעקטלי געגעסן ביי עים נאר נישט געדענקט די נאמען פון די גאס רחוב עזרה צוטיילט זיך אויף צוויי איין גאס הייסט צפניה און איינס הייסט עזרה

איין האלב איז עזרא און דער אנדערע האלב איז נחמי'
צפני' איז א גאס העכער דעם ווי עס געפינט זיך ביהמ"ד הר צבי

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 17, 2020 9:26 pm

א מחי' האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:
ממש האט געשריבן:די מוטער פון הגה"ח ר' אהרן משה ז"ל איז געווען א טאכטער פון הרה"ח מוה"ר אהרן פריעדמאן ז"ל פון הערמענטשאט, מגדולי חסידי סיגוט [פאטער פון הג"ר מענדל ר"מ בסאטמאר, ר' משה, ועוד], אן איידעם פון הרה"ח המפורסם ר' משה וויליגער ז"ל פון סיגוט.

און ווער איז דער פאטער?

ר' שלמה יעקב ע"ה

ער האט א ברידער מיט א שוועסטער אין ק"י
ר' אברהם וואלף
אשת ר' חיים הערמאן

דאכצעך אז די עכטע משפחה נאמען איז געווען 'ווייס' מען האט עס געטוישט אויף שווארץ במצוק העיתים נאך די מלחמה

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » זונטאג מאי 17, 2020 10:16 pm

א מחי' האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:
ממש האט געשריבן:די מוטער פון הגה"ח ר' אהרן משה ז"ל איז געווען א טאכטער פון הרה"ח מוה"ר אהרן פריעדמאן ז"ל פון הערמענטשאט, מגדולי חסידי סיגוט [פאטער פון הג"ר מענדל ר"מ בסאטמאר, ר' משה, ועוד], אן איידעם פון הרה"ח המפורסם ר' משה וויליגער ז"ל פון סיגוט.

און ווער איז דער פאטער?

ר' שלמה יעקב ע"ה

ער האט א ברידער מיט א שוועסטער אין ק"י
ר' אברהם וואלף
אשת ר' חיים הערמאן


ר' אהרן משה איז זייער ברודער פון איין מאמע נישט פון איין טאטע
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך ביללער » זונטאג מאי 17, 2020 11:57 pm

שבועת ראם האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:אוי גם רבי אהרן משה איננו - אזא איש חשוב . פארברענגט מיט אים לאנגע שעות איבער הייסע טעמעס אבער אלץ מיט א שלות הנפש - ידען נפלא בחוקר הדורות
איך האב געקויפט פון אים לערך 20 יאר צוריק דער "איינציגסטער" בריוו פון הרה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע כולו כתב יד [ וואס מען ווייסט ]===און עס געפינט זיך היום בבית גנזי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,,, ער איז געזעצן יומם ולילה און געלערנט אין לעלוב בית המדרש- ער האט אמאל מסכים געווען און געפירט א ד"ת צוריק צו צוען פון א געשעפט פון "מיליאנען" ווייל ער האט זיך דערוואוסט אז די כתבים קומען אן לאינשי דלא מעלי און ער האט מוותר געווען אויף דאס געלט .
רוב בניו וואונען אין מאנסי יהא זכרו ברוך

דאס דערציילט מען נישט אזוי על רגל אחת, דאס האט אים געקאסט דאס בליט, מיר ווייסן נישט אויב עס איז דא נאך איינער היינט וואס וואלט עומד בניסיון געווען, מע רעט פון א שווערע פארלוסט. יהי זכרו ברוך

איך ווייס נישט אויב דא איז דער פלאץ צו רעדן דערפון

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג מאי 18, 2020 4:09 am

איך האב געהאט די זכיה צו זעהן דורך אים א כתב יד פון רבי חיים ויטאל זיעוכי"א

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך ירוושלמי22 » מאנטאג מאי 18, 2020 9:29 am

ליגט מיר עפעס אין זכרון
אז ער איז געווען א אייניקל פון ר' אשר גבאי פון סיגעט
אדער זיין שטיף טאטע איז געווען א אייניקל
ווייסט איינער דערפון עפעס?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג מאי 18, 2020 10:29 am

א' מחתניו הוא העובד ה' המפורסם הר"ר זילה שפיצער שליט"א מבארא פארק.

בתו של הנפטר ז"ל [אשת ר' זילה שליט"א] שימשה למשך תקופה בתור מנהלת בבית חינוך לבנות בית רחל דרב"י מסאטמאר [מהרי"י] בעיר בארא פארק

צפרא טב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 6:56 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך צפרא טב » מאנטאג מאי 18, 2020 11:03 am

נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:
ממש האט געשריבן:די מוטער פון הגה"ח ר' אהרן משה ז"ל איז געווען א טאכטער פון הרה"ח מוה"ר אהרן פריעדמאן ז"ל פון הערמענטשאט, מגדולי חסידי סיגוט [פאטער פון הג"ר מענדל ר"מ בסאטמאר, ר' משה, ועוד], אן איידעם פון הרה"ח המפורסם ר' משה וויליגער ז"ל פון סיגוט.

און ווער איז דער פאטער?

ר' שלמה יעקב ע"ה

ער האט א ברידער מיט א שוועסטער אין ק"י
ר' אברהם וואלף
אשת ר' חיים הערמאן


ר' אהרן משה איז זייער ברודער פון איין מאמע נישט פון איין טאטע


זיין משפחה נאמען איז ווייס, זיין טאטע האט געהייסן 'מרדכי זאב', הי"ד ער איז אוועק ביים קריג
זיין מאמע איז געווען מיט אים באהאלטן אין א בונקער, אין נאך די קריג האט זי חתונה געהאט מיט ר' שלמה יעקב שווארץ,
ער איז געבורין כ"ה אלול תרצ"ט אין רבינו הקדוש מסאטמאר איז געווען זיין סנדק

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך חקירות ודרישות » מאנטאג מאי 18, 2020 11:15 am

מענטשאלע האט געשריבן:
חקירות ודרישות האט געשריבן:פון נאך פורים איז אין ירושלים איינגערפירט דורך די חברה קדישא אז קיין שום לויה גייט נישט דורך א בית מדרש, נאר גראד פון שמגר צום פעלד, מיט ס.ד.,
די לויה איז געווען די ערשטע לויה וואס מ'האט געפירט צופיס פון שמגר ביז סאטמאר בית מדרש אויף רחוב יואל, אין דערנאך ביז סוף רחוב מאה שערים טארץ די שווערע היצן וואס עס איז היינט אין ירושלים, (אויף מעלות איז 37 גראד היץ), די חברה קדישא האט מורא פון די ... אבער קוקט אויס אז ביי אזא איש חשוב האבן זיי זיך נישט געקענט קעגן שטעלן, עס איז ליידער געווען היינט נאך 2 היימישע לוויות אין ירושלים

ריכטיג, אבער די לויה פון הרב החסיד רבי יוסל וויינברג זצ"ל ראש ישיבת סלאנים איז אויכעט ארויס פון סלאנימ'ער בית המדרש אין רחוב דורש טוב


אבער זיין אין לויה איז געגאנגען געהריג צופיס כמנהג ירושלים פון שמגר דורך בר אילן עזרא ביז סאטמאר יואל, אין דערנאך מאה שערים ביז שבטי ישראל (וואו איך פארשטיי איז דאס געווען נישט וואו געפלאנט נאר בשעת מעשה האט מען געמאכט למעשה),

הספדים איז געווען כפי ידיעתי:
הגאון הגדול ר' משה זאב זארגער שליט"א
הגאון הרב צוקערמאן ב"ר מרדכי, א מחותן
חתנו הרב טאגער
בנו הרה"ג ר' יוסף
בנו הרה"ג ר' אברהם מרדכי דרך הטעלעפאן
..
אין בית מדרש סאטמאר
חתנו הרב חיים אליעזר וויעזל
הרב מרדכי צבי גראס בשם די סאטמארע קהילה

בנו ר' יוסף האט פארציילט אז בימי בחרותו נאך פלעגט ער ארום פארן אין דערפער אין ארץ ישראל ביי די פרישע עולים פון אירופא, זיי העלפן מיט אידישקייט, אין ראטעווען די קינדער אריבער נעמען אין ערליכע מוסדות, ווואו די ציונים פלעגן פארכאפן די נייע ארויפגעקומענע קינדער מיט פיאות אין אריינלייגן אין פרייע מוסדות וואו ביז אפאר וואכן האבן זיי שוין נישט געהאט א אידישע צורה, אין ר' אהרן משה פלעגט ראטעווען צעדליגער אזעלכע נשמות, דורך געבן פאר די עלטערן אנווייזונגען וואו אזוי צו שיקן די קינדער אין ערליכע מוסדות,

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך חקירות ודרישות » מאנטאג מאי 18, 2020 11:37 am

KMW האט געשריבן:
חקירות ודרישות האט געשריבן:יא


קען זיין קאראנא אבער ער איז שוין געווען כלוי בווילטשעיר כמעט פארליזירט נאך א שווערע סטרויק עטליכע יאר צוריק.

ער איז דא געווען לעצטע ווינטער ביי א אייניקלס חתונה אין פרדס



די סטראק האט ער געכאפט ווינטער תשס"ח, אבער ער איז נאך געווען קלאר אין אקטיוו, נאר עס איז אים שווער געווען דאס גיין,
ער איז נאך געקומען אין בית מדרש סאטמאר בשעת דעם קבלת פנים פאר אדמו"ר מהרי"י חשון תש"פ

צפרא טב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 6:56 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך צפרא טב » מאנטאג מאי 18, 2020 11:38 am

ער פלעגט נישט דאווענען אין אהל ישרים ?

שה אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: לא יראה פני גהינום א פלא

תגובהדורך שה אחד » מאנטאג מאי 18, 2020 11:44 am

חקירות ודרישות האט געשריבן:כ'האב געהערט אז מ'האט אויסגערופן ביי די לויה אין פארנט פון סאטמאר בית מדרש
אז זיי שוועסטער האט געהייסן איבערגעבן אז הרה"ק ר' יעקב פון פשעסווארסק האט געזאגט, אז ער וועט נישט זעהן די גיהינום,

פרטים?

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך חקירות ודרישות » מאנטאג מאי 18, 2020 11:53 am

צפרא טב האט געשריבן:ער פלעגט נישט דאווענען אין אהל ישרים ?


ער איז פלעגט שוין דאווענען אין סאטמאר נאך אין די סוף תש"כ יארן, ער האט אפילו איין יאר געזאגט בדחנות ביים רבין אויפן טיש פורים
ער פלעגט אויכט גראמען אין ירושלים פורים ביים טיש פונעם ראש ישיבה הגה"ק הרמ"א פריינד אין די תש"ל יארן
שפעטער איז ער געווען מנהל רוחני אין סאטמאר תלמוד תורה

ווען מ'האט געהייסן אין אהל ישרים אנטהון די ירושלימער לבוש איז ארויס פון דארטן ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין מסורת אבות

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ ז"ל - ירושלים

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג מאי 18, 2020 12:19 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:א' מחתניו הוא העובד ה' המפורסם הר"ר זילה שפיצער שליט"א מבארא פארק.

בתו של הנפטר ז"ל [אשת ר' זילה שליט"א] שימשה למשך תקופה בתור מנהלת בבית חינוך לבנות בית רחל דרב"י מסאטמאר [מהרי"י] בעיר בארא פארק


ווער איז ר' זילה שפיצער (זילה איז א נאמען אדער נאר א כינוי?)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: לא יראה פני גהינום א פלא

תגובהדורך היטשינער » מאנטאג מאי 18, 2020 12:23 pm

שה אחד האט געשריבן:
חקירות ודרישות האט געשריבן:כ'האב געהערט אז מ'האט אויסגערופן ביי די לויה אין פארנט פון סאטמאר בית מדרש
אז זיי שוועסטער האט געהייסן איבערגעבן אז הרה"ק ר' יעקב פון פשעסווארסק האט געזאגט, אז ער וועט נישט זעהן די גיהינום,

פרטים?
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: !want to be good, אביסל טיפער, בשבילי נברא, טראמבאן, שבת פארטי, שמחהלע קאפשטיק און 65 געסט