בלאט 25 פון 174

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:19 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
דראמאטישע ברעיקינג 2024 אנקעטע פון עמערסאן וואס ווערט פארעכענט צו זיין פון די בעסטע אמעריקאנע פאולסטערס.

24 ballot.png
24 ballot.png (110.81 KiB) געזען 1814 מאל
rep primary .png
rep primary .png (131.43 KiB) געזען 1814 מאל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:34 pm
דורך גיי פארשטיי
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:דראמאטישע ברעיקינג 2024 אנקעטע פון עמערסאן וואס ווערט פארעכענט צו זיין פון די בעסטע אמעריקאנע פאולסטערס.

24 ballot.png
rep primary .png

איך גלייב נישט אז דיסענטוס (מיין קאנדידאט) שטייט שוואכער ווי טראמפ!

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:37 pm
דורך גיי פארשטיי
ר' זעקל האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרישע רעסמעסען אנקעטע פון 2024:

טראמפ - 43%
ביידען - 37%

איז דאס נאציאנאל?

יא.
שלעכטע נייעס פאר טראמפ אז אויף רעסמעסאן שטייט ער נאר מיט 6% פאראויס פון ביידען....

רעסמוסען האט נאר געהאט איין מאל טראמפ פלאס פון ביידן אין 2020 אינאלגעמיין זענען זיי געווען גאנץ ריכטיג!

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:52 pm
דורך עפעס אנדערש
איינע פון די לינקע צייטונגען זאגט נאך פון "סורסעס", אז פאמפעיא'ס מענטשן טרייען צו אויפבויען דיסאנטיס, אוועק צו נעמען טראמפ'ס איינפלוס.
זיי מיינען עכט אז ווען זיי גייען זאגן אזוי, גייט עס ווערן. עס איז א גוטע ווישפול טינקינג.

זיי האבן ארויס געלייגט די קארטון:
Untitled.jpg
Untitled.jpg (81.98 KiB) געזען 1761 מאל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:07 pm
דורך צל עובר
גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:דראמאטישע ברעיקינג 2024 אנקעטע פון עמערסאן וואס ווערט פארעכענט צו זיין פון די בעסטע אמעריקאנע פאולסטערס.

24 ballot.png
rep primary .png

איך גלייב נישט אז דיסענטוס (מיין קאנדידאט) שטייט שוואכער ווי טראמפ!

און איך גלייב נישט אז ביידן (מיין קאנדידאט) שטייט שוואכער ווי טראמפ.

אבער דאס איז די אנקעטע, וואס איז טאקע בלויז איין אנקעטע.

טעיק איט אר ליעוו.

אבער איין זאך בעהט איך אייך, ביטע נישט טשעריפיקן אין דעם זעלבן אנקעטע וואס מען גלייבט יא און וואס נישט.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 08, 2021 10:03 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס שטעלט קלאר אז די אלע באריכטן אז ער קלערט פון מעגליך לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 איז נישט מער ווי 'הוילע נארישקייטן'.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:02 am
דורך הכל הבל
קריס קריסטי וועט היינט נאכט געבן א רעדע ביי די רעיגען ביבליאטעק און ער זאגט אז מען וועט קענען אסאך ארויסנעמען דערפון און ציען מסקנות אפילו פון זאכן וואס ווערן נישט ארויסגעזאגט קלאר און דירעקט

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:59 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
מייק פענס וועט זיך מארגן אראפזעצן פאר א עקסלוסיוו אינטערוויא אויף פאקס ענד פרענדס, די ערשטע אפציעלע אינטערוויא פון די לעצטע יאר!

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:56 pm
דורך עפעס אנדערש
הכל הבל האט געשריבן:קריס קריסטי וועט היינט נאכט געבן א רעדע ביי די רעיגען ביבליאטעק און ער זאגט אז מען וועט קענען אסאך ארויסנעמען דערפון און ציען מסקנות אפילו פון זאכן וואס ווערן נישט ארויסגעזאגט קלאר און דירעקט

?Who Cares

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:33 pm
דורך ר' זעקל
געוועזענע פרעזידענט טראמפ איז געפרעגט געווארן אויף פאקס ניוז איבער 2024, אויף וואס ער האט געענטפערט
"I don't think we're going to have a choice… It is disgraceful."

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 10:48 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
רעסמעסאן אנקעטע פון די 2024 פרעזעדענטליכע וואלן:

טראמפ - 51%
ביידען - 41%

טראמפ - 52%
העריס - 39%

(רעפובליקאנער פאולסטער)

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 10:50 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
הארווערד/העריס אנקעטע פון די רעפובליקאנער פריימערי'ס:

מיט טראמפ:

טראמפ - 59%
פענס - 13%
דיסענטעס - 9%
העילי - 3%
רוביא - 3%
אימבאשלאסן - 14%

אן טראמפ:
פענס - 32%
דיסענטעס - 20%
קרוז - 14%
אימבאשלאסן - 34%

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 11:01 am
דורך קוק אויף דיך אליינס
ר' זעקל האט געשריבן:כ'האב באמערקט א פאול פון א גרופ וואס הייסט Remington Research Group אין די סטעיט אוו מיזורי און די פרעזידענט עלעקשענס פון 2024
אויב טראמפ וואלט געלאפען קעגן ביידען,

טראמפ %53 (15+)
ביידען %38

לכאורה איז עס נישט אזוי אינטערסאנט, עס איז די זעלבע מארדזשין וואס טראמפ האט געווינען און 2020 %56 צו ביידען'ס %41
כ'האב אבער געגעבן א קוק די פאולס פון די זעלבע פאולינג גרופ פון פאר די פאריגע עלעקשאן'ס און זייער ריזאלטס זענען געווען ווי פאלגענד,

Capture1111.PNG

Capture11.PNG

און אנדערע ווערטער איז לויט די פאולינג גרופ טראמפ געשטאנען א וואך פאר די וואלן ביי פלאס 5 און צוויי וואכן פארדעם ביי פלאס 6,

אדער קען זיין זיי זענען פלעין ליגענערס און זיי זעהן ער האט געווינען מיט 15 פראצענט לייגן זיי יעצט אויך פלאס 15 און פרעג מיר אפ,
אדער קען זיין אז זייער פאול שאצט אונטער טראמפ מיט 10 פראצענט, וואס לויט דעם מיינט אז טראמפ האט צובאקומען 10 פאצענט שטיצע זייט די עלעקשאנס,
אדער האבן זיי סאם האו געפיגערט זייער ערער און עס געפיקסט, גיי ווייס.

Remington האט ארויסגעגעבן א אנקעטע פון די 2024 פרעזעדענטליכע וואלן פון מיזורי:

טראמפ - 55% (19%+)
ביידען - 36%

ווי @ר' זעקל שרייבט דא האט זייער לעצטע אנקעטע פון 2020 געהאט טראמפ ביי א נישטיגע 5% אויבערהאנט, און צום סוף געוואונען מיזורי מיט גאנצע 15%.

איך גלייב אז טראמפ זעהט די לעצטיגע אנקעטעס און מאכט מער און מער זיין באשלוס איבער 2024...

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 11:02 am
דורך וואלד
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:

דאס זענען דראמאטישע נומערן אקורדינג צו וואס עס איז געווען ביז היינט.

[אדער א קאנספיראציע צווישן די פאלסטער'ס אריינצושלעפן טראמפ'ן אינעם פארמעסט, און דאן אים דערלאנגען א מפלה וויעס ברויך צו זיין...]

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 12:41 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
נאך א גוטע אנקעטע פאר דעם געוועזענע ירום הודו.

אנקעטע פון רעדפיעלד פון די 2024 פרעזעדענטליכע וואלן:

ביידען - 42%
טראמפ - 40%

זייער לעצטע אנקעטע פאר די 2020 וואלן האט געהאט ביידען ביי א 12% אויבערהאנט.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:23 pm
דורך הכל הבל
צפון דעקאטא גאווערנאר קריסטי נאועם טרייסלט זיך אפ פון די געוועזענע טראמפ קאמפיין מענעדזשער און שפעטער וואלונטיר פאר איר קאמפיין קארי לואנדאוסקי נאך וואס א טראמפ ביישטייערער האט ארויסגערוקט באשולדיגונגען אקעגן אים פאר קאמיוניקירן מיט איר אוממאראליש

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:26 pm
דורך גיי פארשטיי
הכל הבל האט געשריבן:צפון דעקאטא גאווערנאר קריסטי נאועם טרייסלט זיך אפ פון די געוועזענע טראמפ קאמפיין מענעדזשער און שפעטער וואלונטיר פאר איר קאמפיין קארי לואנדאוסקי נאך וואס א טראמפ ביישטייערער האט ארויסגערוקט באשולדיגונגען אקעגן אים פאר קאמיוניקירן מיט איר אוממאראליש

פון אים אדער די סקאנדאל?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:28 pm
דורך פאליטישע עקספערט
הכל הבל האט געשריבן:צפון דעקאטא גאווערנאר קריסטי נאועם טרייסלט זיך אפ פון די געוועזענע טראמפ קאמפיין מענעדזשער און שפעטער וואלונטיר פאר איר קאמפיין קארי לואנדאוסקי נאך וואס א טראמפ ביישטייערער האט ארויסגערוקט באשולדיגונגען אקעגן אים פאר קאמיוניקירן מיט איר אוממאראליש

געזען אויף פאליטיקא אז טראמפ האט געטון די זעלבעדהיינו אפגעהאקט מיט אים

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 11:54 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
געוועזענע ווייס פרעזעדענט מייק פענס זאגט אז ער האט גערעדט מיט טראמפ איבער 10 מאל זינט ביידען איז געווארן פרעזעדענט.

ער זאגט אז די רעפובליקאנער גייען צירוק נעמען קאנגרעס אין 2022, און די ווייסע הויז אין 2024.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 4:09 pm
דורך הכל הבל
נאך וואס די טראמפ וועלט האט זיך אפגעשאקעלט פון קארי לואנדאוסקי וועלכע איז געווען א פירער פון די טראמפ סופערפעק האט די פעק פירערשאפט אצינד געמאלדן אז א נייע פעק ווערט געשאפן מיטן נאמען "מעגא אגעין" און וועט געפירט ווערן דורך פאם באנדי און קימבערלי גילפאיל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 4:21 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
2024 רעפובליקאנער פראנטראנער ליז טשעיני וועט קומענדיגע חודש זיין אין ניו העמפשער פאר א פאנדרעיזער.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 4:28 pm
דורך הכל הבל
טראמפ גרייט זיך די וואך אפצורייזן קיין אייאווע וואו לויט די די מאין רעדזשיסטער אנקעטע האבן 53% א גונסטיגע בליק אויף אים אקעגן 45% אומגינסטיג און איז די בעסטע אין די אנקעטע פון סיי ווען

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 4:32 pm
דורך ר' זעקל
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:2024 רעפובליקאנער פראנטראנער ליז טשעיני וועט קומענדיגע חודש זיין אין ניו העמפשער פאר א פאנדרעיזער.

:lol: איך מיין זי גייט אהין זיכן א דזשאב.

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 4:35 pm
דורך ר' זעקל
טראמפ ווען געפרעגט איבער א מעגליכע דיסענטעס קעגן טראמפ 2024 פריימערי, "איך גלייב אז רוב קאנדידאטן גייען ארויסגיין פון די פארמעסט אויב איך באשליס צו לויפן, אויב נישט וועל איך אים געווינען אזוי ווי איך וואלט געווינען קעגן סיי וועם".

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 5:04 pm
דורך עפעס אנדערש
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:2024 רעפובליקאנער פראנטראנער ליז טשעיני וועט קומענדיגע חודש זיין אין ניו העמפשער פאר א פאנדרעיזער.

העי, מאך נישט חוזק. עס קען וויי טון פאר די אלט געזעסענע עסטעבלישמענט און ריינא רעפאבליקאנער.
אדער וואלט בעסער געווען צו שרייבן די דעמאקראטישע פראנטראננער, ווייל איך בין זיכער זיי אלע וועלן איר שטיצן. זיי האבן איר דאך אזוי שטארק אויסגעלויבט.