פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 29, 2020 12:43 am

נישט אביסעל צו פריה צו קענען די זאכען פאראויס זאגען? ביידען האט איין מעלה אז ער האט גארנישט צוגעזאגט אין זיין קאמפיין אויף צו טוהן סאו מען קען נישט האבען קיין טענות אז ער טוהט נישט גארנישט.

מצד שני אויב גייט ער דורעכפירען אפילו איין שטארק ליבעראלע פאליסי גייען די רעפובליקענס זיין זייער ענערזשייזד צו טוישען קאנגרעס און בעיסד אויף היסטאריע זענען די רעפובליקאנע פעיווארטס עס צו מאכען.

אבער אויב פירט ער נישט דורעך קיין שום ליבעראלע פאליסי דאן פארגעס פון די ליבעראלע בלאק זאלען ארויסקומען אין די מיד טוירמס, אויב גייט מען בעיסד אויף היסטאריע זענען די רעפובליקאנע אין קאנטראל אין 2022.
שרייב שוין עפעס

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג נובעמבער 29, 2020 12:44 am

כאפצעם האט געשריבן:ריכטיג, מען האט בלויז ארויסשטיפט 2 אינקאמבענט סענאטארן און ארויסגעשטויסן אן אינקאמבענט פרעזידענט זייער שמאל
און די דאמאקראטן האבן פארלוירן א שיינע פאהר קאנגרעס זיצן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 29, 2020 5:05 am

אביסל טיפער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ריכטיג, מען האט בלויז ארויסשטיפט 2 אינקאמבענט סענאטארן און ארויסגעשטויסן אן אינקאמבענט פרעזידענט זייער שמאל

7 מיליאן פאפולער וואוט לענדסלייד, 306 עלעקטארל לענדסלייד.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג נובעמבער 29, 2020 10:53 am

כאפצעם האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ריכטיג, מען האט בלויז ארויסשטיפט 2 אינקאמבענט סענאטארן און ארויסגעשטויסן אן אינקאמבענט פרעזידענט זייער שמאל

7 מיליאן פאפולער וואוט לענדסלייד, 306 עלעקטארל לענדסלייד.

די האסט פארשטאנען וואס איך זאג, אונז וועלן עס אפשטעלן דא,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 10:47 am

אין די צייט וואס די פארזיצערין פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמיטע ראנא מקדעניעל גרייט זיך צו לויפן פאר א דריטן טערמין און שטייט אויס פראגן אויב זי וועט זיין נייטראל אין די 2024 למספרם פרעזידענליכע פריימערי הערט מען אז די קאמיטע גרייט זיך איינצולאדענען א רייע פאטענציאלע קאנדידאטן צו זייער יערליכע ווינטער מיטינג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 1:06 pm

אנקעטע איבער א פאטענציאלע רעפובליקאנע פריימערי אין צפון קאראליינע


טראמפ 76%
אלע אנדערע 6% אדער ווייניגער

אויב טראמפ לויפט נישט באקומט פענס 48%
אלע אנדערע 9% אדער ווייניגער

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אימפעט » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 11:12 am

סעד.

***
א נייע אנקעטע פון "מעריסט" צייגט אז זעכציג פּראצענט אמעריקאנער ווילן נישט אז טראמפּ זאל לויפן נאכאמאל אין יאר 024', און בלויז 32 פּראצענט זאגן אז זיי ווילן יא.

דא"ד

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אני-הק' » זונטאג דעצמבער 13, 2020 10:45 pm

למען האמת: טראמפ יר"ה קען נאך געוואונען די וואלן היי יאר, און אין די קומענדיגע פיר יאר וועט ער ארבעטן דערויף אז א פרעזידענט זאל קענען לויפן אויך פאר א דריטער טערמין, און ער וועט טאקע לויפן און אויך געוואונען יאר 2024 למספרם...

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך מטעמים » זונטאג דעצמבער 13, 2020 11:57 pm

אויב מען דארף ארויסוועלן פון די ווייסע הויז ווער עס זענען די גרעסטע מוצלחים פון די לעצטע פיר יאר וואלט איך געלייגט ראש וראשון:

מייק פאמפעיא, געפירט א קנאקעדיגע סטעיט דעפארטמענט מיט כמעט זיראו גליטשעס, ערענסטע שטופ פאר גלאבאלע שלום און געהאלטען פאראנטווארטליך מיט א שטארקייט אמעריקעס שונאים.

סטיוו מענוטשין, געפירט די טרעזשערי צו די צופרידענהייט פון די בירגער, געהאלפען דורעך פירען א ערענסטע טעקס קאט, געהאלפען אויספירען די גאר וויכטיגע טרעיד מלחמה קעגן טשיינע ווי אויך געהאלטען אין איין לייגען שטארקע סאנקציעס אנטקעגן אמעריקעס שונאים און איז געוועהן א טייל אין בויען די מעכטיגע עקאנאמיע ביז קאוויד איז אנגעקומען, עס קומט זיך אים גרויס קרעדיט פאר די וויכטיגע הילף וואס ער האט געהאלפען ברענגען צום פאלק אין צייט פון קאוויד.

די איינציגסטע פראבלעם זיינע איז אז די דעפיציט האט זיך געהעכערט אינטער זיין זייגער מיט שוידערליכע שלעכטע נאמבערס פאר אזא באנקיר ווי אים דארף דאס לכאורה צו מיינען א טויט קלאפ אבער מיט די היינטיגע צודרייטע וועלט גלייב איך נישט אז דאס זאל אים שאטען.

מאנסעף סאלאווי, איך פארשטיי נישט צו גוט צו איינער וואס זיין קאריערע איז פון באארבייטען ריסוירטש און דעוועלעפמענט אבער דער האט אין ווייניגער ווי אכט חדשים געברענגט א לעבנס וויכטיגע וואקסין צי די מארקעט און דאס איז א סוקסעס וואס גייט אין א געוויסע זין די ווייטסטע פון אלע.

ווער פון די דריי וואלט איז די מערסטע געוואלט זאל לויפען אין 2024?
שרייב שוין עפעס

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 12:01 am

זעה איך יעצט אז דער מאנסעף איז געבוירען געווארען אין מאראקא סאו ער קען נישט לויפען פאר פרעזידענט דא אין אמעריקע.
שרייב שוין עפעס

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 12:14 am

סטיוו מענוטשין האט שוין אמאל עוסק געווען אין פאליטיק? וואס זענען זיינע ידיעות דערין?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 12:48 am

אזאר, קושנער, קאנוועי, פענס, זענען אלע געלונגענע מענטשן כמעט אן קיין גליטשעס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך חיימאוויטש » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 12:52 am

קושנער קומט זיך לכאורה א גרויס טייל פון די דערגרייכונגען-קרעדיט וואס מטעמים האט געגעבן פאר פאמפעיא, בעיקר לגבי די שלום-אפמאכן.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 1:51 am

קרעדיט קומט זיך טאקע פאר א יעדן אינוואלווד, אבער א עדווייזער/קאנסאולטענט קען נישט באקומען מער קרעדיט ווי דער סי אי או וואס האט עס אויסגעפירט ״אין מיין אפיניען״, איך פארשטייט אז ער איז געוועהן א סך מער ווי נאר אן עדווייזער אבער דער וואס פירט גוט אן די טאג טעגליכע ארבייט אלס סי אי או איז ביי מיר קאנסידערד די טאטע פון די סוקסעס.
שרייב שוין עפעס

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 1:48 pm

@שליו האט שוין געקאנדאטורט דעם פאמפעי א לאנגע צייט צוריק

איך ווייס נישט צו ער איז גרייט אויף די טלטול כל אורך הקאמפיין טרעיל-דרך

אבער דאס איז קלאר אז אין טראמפס קאבינעט איז דא געציילטע גאר געלונגענע חברה

איך האלט פאר די רעפאבליקענס איז וויכטיג צו נעמען איינע פון די

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך חיימאוויטש » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 1:53 pm

מטעמים האט געשריבן:קרעדיט קומט זיך טאקע פאר א יעדן אינוואלווד, אבער א עדווייזער/קאנסאולטענט קען נישט באקומען מער קרעדיט ווי דער סי אי או וואס האט עס אויסגעפירט ״אין מיין אפיניען״, איך פארשטייט אז ער איז געוועהן א סך מער ווי נאר אן עדווייזער אבער דער וואס פירט גוט אן די טאג טעגליכע ארבייט אלס סי אי או איז ביי מיר קאנסידערד די טאטע פון די סוקסעס.


אין געווענליכע פעלער - אזוי אויך אין די אנדערע חלקים פון פאמפעיאעס ראלע - ביזטו גענצליך גערעכט, ווידעראום אין די חלק פון אויסהאמערן די אפמאכן מיט די וועלט-לענדער האט קושנער איבערגענומען און געשפילט די הויפט ראלע, אויב נישט ס'גאנצע ממש. לכן דארף דאס לדעתי ארויפגיין אויף זיין רעזומעי לחלוטין.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 1:56 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:קרעדיט קומט זיך טאקע פאר א יעדן אינוואלווד, אבער א עדווייזער/קאנסאולטענט קען נישט באקומען מער קרעדיט ווי דער סי אי או וואס האט עס אויסגעפירט ״אין מיין אפיניען״, איך פארשטייט אז ער איז געוועהן א סך מער ווי נאר אן עדווייזער אבער דער וואס פירט גוט אן די טאג טעגליכע ארבייט אלס סי אי או איז ביי מיר קאנסידערד די טאטע פון די סוקסעס.


אין געווענליכע פעלער - אזוי אויך אין די אנדערע חלקים פון פאמפעיאעס ראלע - ביזטו גענצליך גערעכט, ווידעראום אין די חלק פון אויסהאמערן די אפמאכן מיט די וועלט-לענדער האט קושנער איבערגענומען און געשפילט די הויפט ראלע, אויב נישט ס'גאנצע ממש. לכן דארף דאס לדעתי ארויפגיין אויף זיין רעזומעי לחלוטין.

גא"מ.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 2:20 pm

די אנדערע צוויי זעה איך נישט אין פאליטיק לעתיד, אבער פאר מייק פאמפעיא, צו האבן די @מטעמים אינדארסמענט, איז גאר א שטארקע זאך.

פאר 2028 פארשטייט זיך, אין 2024 לויפט דאך לכאורה טראמפ אלס דער רעפאבליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 2:30 pm

עס איז נישט גענוג צו האבן א גוטן אויסערן פאליסי רעפוטאציע. ווי אזוי איז פאמפעאו אויף אנדערע אישוס ווי אימיגראציע עקאנאמיע קליימעט טרעיד יוסטיץ.

דאס זעלבע מיט קושנער.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך גרשון » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 2:49 pm

אני-הק' האט געשריבן:למען האמת: טראמפ יר"ה קען נאך געוואונען די וואלן היי יאר.

צ"ל למען הדמיון.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אני-הק' » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 5:06 pm

גרשון האט געשריבן:
אני-הק' האט געשריבן:למען האמת: טראמפ יר"ה קען נאך געוואונען די וואלן היי יאר.

צ"ל למען הדמיון.


אין - מ'טאר נישט! וואס טאר מען נישט? צדין - פאנגען! מ'טאר נישט פאנגען? זייט ווען?
אזוי קוקסטו אויס ווען דו ציטירסט נאר איין שטיקל פון מיין תגובה, און די שרייסט מיך נאך אן דערויף. ווער ס'וועט ליינען די גאנצע תגובה וועט פארשטיין אז איך האב נאר געמיינט צו העלפן דעם עולם צו דמיונען פאזעטיוו אז סיי ער וועט געוואונען און סיי ער וועט לויפן א דריטע טערמין אויך נאך וואס ער וועט טוישן אז מען מעג דינען אויך א דריטע פיר יאר...

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 8:00 pm

זאלן די רעפובליקאנער זיך נאר עפענען די שלאף-פארקלעבטע אויגן, און פארשטיין, אז:

אויב האט דער בולי טראמפ אזוי ביטער פארלוירן קעגן סליפי דזשאוי, האט ער מער קיין שאנס נישט לצמיתות.

טייערע פריינט, שוין צייט זיך צו פאראייניגן און זיך גענצליך אפשאקלען פון דעם פערזאן, ווייל אז נישט וועט ער ענק רואינירן דאס לעבן בגשמיות וברוחניות, און עס וועט נישט בלייבן פון ענק קיין שריד ופליט.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג דעצמבער 15, 2020 3:08 am

איך מעג האלטן פונקט פארקערט? אין פיר יאר ארום גייט ער לויפן אדער קעגען סליפי דשאו, אדער קעגען קיינער-ווייסט-נישט-פונקטלעך-וואס העריס, און זיי גיין האלטן נאכן אריין לייגן די לאנד און די וועלט טיף טיף אין די אדמה מיט זייער פאליטיקל קארעקטנעס און מענטשליכקייט. אויב קען טראמפ נישט געווינען קעגען זיי קען קיינער.

התבודדות

Re:

תגובהדורך התבודדות » זונטאג דעצמבער 20, 2020 1:14 pm

סטיטשינער האט געשריבן:איך מעג האלטן פונקט פארקערט? אין פיר יאר ארום גייט ער לויפן אדער קעגען סליפי דשאו, אדער קעגען קיינער-ווייסט-נישט-פונקטלעך-וואס העריס, און זיי גיין האלטן נאכן אריין לייגן די לאנד און די וועלט טיף טיף אין די אדמה מיט זייער פאליטיקל קארעקטנעס און מענטשליכקייט. אויב קען טראמפ נישט געווינען קעגען זיי קען קיינער.

100% ;l;p-

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 8:19 am

לויט קוועלער פלאנט נישט פרעזידענט טראמפ צו מעלדן א 2024 למספרם קאנדידאטור אין די נאנטע צוקונפט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: purple knish, אורות, איש ישר, פינחס און 33 געסט