ארי וואהרמאן האט געשריבן:ברוך דיין האמת : הרב חיים צבי האלברשטם ( רובין ) ז״ל
נכד הקדושת ציון זי״ע , אמו היתה בת הקדושת ציון , אביו היה הרה״צ שלמה רובין זצ״ל שנהרג עם חותנו הקדושת ציון ! היה 85 ! השאיר דורות ישרים ! תנצב״ה
כ'האב געהערט אז אן אינטערעסאנטע השגחה פרטית עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביי זיין לוי'.
די לוי' איז פארגעקומען מוצ"ש. איינע פון זיינע טעכטער זענען נישט געווען דאהי אויף שבת, אויפ'ן פעלד אין NJ האט מען געווארט אויף איר איידער די קבורה. ווען זי איז אנגעקומען האט זיך געמאכט א פראבלעם וועגן רייסן קריעה, וויבאלד עס זענען נישט געווען דארט קיין אנדערע פרויען וואס זאלן רייסן פאר איר קריעה, אבער באותו רגע איז דורכגעגאנגען א איד מיט זיין טאכטער און מען האט געבעטן דאס מיידל זאל רייסן פאר איר קריעה. מען האט געפרעגט דאס מיידל וואס זי זוכט דא אינעם ביה"ח מוצ"ש אזוי שפעט ביינאכט, האט זי געענטפערט אז זי איז א כלה און האט חתונה בקרוב, זי איז געקומען פרייטאג לאדענען די זיידעס צו די חתונה, ווען זי איז אנגעקומען אהיים האט זי זיך דערמאנט אז זי האט פארגעסן פון איין זיידע, און מען האט איר געזאגט אז זי קען גיין אויפ'ן ביה"ח מוצ"ש נאך חצות, דערפאר איז זי יעצט דא.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים!