האלט האט געשריבן:באנקיר האט געשריבן:גראמער האט געשריבן:רימנובער אייניקעל האט געשריבן:יציב פתגם האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' יואל אשר לונגער ע"ה מאנסי (71)
IMG-20210111-WA0000.jpg
דער באס דרייוער לונגער וואס וואוינט אין בארא פארק רויטלעך ווייסע בארד איז זיינס א ברודער ?
איר מיינט מסתם זיין ברודער רבי יצחק, וועלכע פירט אן די ברוקלין אפטיילונג פון די פירמע.
האט ער געהאט א הויז אין פלארידא, האללענדעיל-האליוואוד געגענט?
געמאכט דארט עטליכע וואכן צוריק א "ווארט" פאר א טאכטער?
נישט געהאט אבער ער פלעגט דינגן לעבן די חב"ד אין האללענדעיל געווען א געשמאק יודל אייביג מיט א שמייכל האמיר פארברענגט מיט אים דארט פאריאר
ר' יואל אשר ע"ה האט געהאט די זכיה מיט יארן צריק צו מקרב זיין א פארלוירענע בנש"ק.
מעשה שהיה כך היה: ר' יואל אשר פלעגט דרייווען א באס, און צווישן אנדערע איז איהם אויסגעקומען אסאך מאל צו דרייווען די סטודענטען פון ישיבה יונעווערסעטי, איינמאל האט ער עפעס געהערט אז איינער פון די בוחרים וואס ער דרייווט איז אייניקל פון גרויסע צדיקים וואס זענען אוועק ביי די מלחמה און ס'איז ליידער נישט געבליבן קיין ממשיכים פון זייער גזע.
ר' יואל אשר האט אנגעהויבן אסאך רעדן מיט דעם בחור, און ער איז זייער נאנט געווארן מיט איהם, און ער האט איהם געברענגט כסדר קיין סקווירא אויף שבתים ועוד ועוד. און ער האט איהם שטארק מקרב געווען צום דרך החסידות.
כהיום איז דער בחור א שיינע חסידישע רבי אין ארץ ישראל.