ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך וויי. יו. על. (YUL) » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:16 pm

שמחת עולם האט געשריבן:אין וויען איז היינט נפטר געווארן א גאר טייערע יוד, א איבערלעבער פונעם קריג
מוה״ר אבא שלום ב״ר בנימין אלימלך לעוויט ע״ה

150822160b20f599cff466a9fa58eb0d2c663115.jpeg

ר׳ אבא שלום ז״ל איז געווען באקאנט אלס א פרייליכער יוד וואס האט שטענדיג געהאט א שמייכל.
ער איז געבוירן י׳ תמוז תרפ״ג אין שטאט זאלעשיץ פולין. ביים קריג איז ער געווען במשך פון איבער 5 יאר אין עטליכע לאגערן אריינגערעכענט מאטהאויזן וואו ער האט מער פון איין מאל געזעהן די טויט ממש פאר די אויגן און איז בדרך נס געראטעוועט געווארן.
זיין גאנץ לעבן האט ער געווידמעט צו דערציילן איבערן קריג, די רשעות פון די דייטשן און די חסדים פון הקב״ה. ער פלעגט אסאך אויפטרעטן ביי געדענק צערעמאניעס און געבן אינטערוויוס אויף די אלגעמיינע מידיע וואו ער האט נישט געשוינט אויף די כבוד פון די דייטשע און עסטרייכע גוים נאר האט אריינגעשמיסן אין זיי דעם אמת אין פנים אריין.
צו פארשטיין וואס הייסט א יוד וואס האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן נאר איז אייביג אנגעגאנגען בשמחה, איז ווערט צו דערמאנען אן אנעקדאט פון קרוב צו פערציג יאר צוריק, ווען דאקטוירים האבן איהם געבראכן די שרעקליכע נייעס אז ער האט נעבעך רח״ל די ביטערע מחלה און אז ער וועט נישט קענען לעבן מער ווי אפאר חדשים, איז ער דערנאך אנשטאט אהיים צו גיין, געגאנגען צו א אויטא הענדלער און זיך געקויפט א שפאגלנייע טייערע וואגען און אזוי איז ער אהיים געפארן.
ער האט געהאט נאר איין טאכטער, אבער קיין יוצ״ח איז ליידער נישט געבליבן.
ת. נ. צ. ב. ה.

געווען מיט אים א אינטערוויו אויף ק"מ
viewtopic.php?p=1037293#p1037293

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך חסד השם » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:20 pm

ידעתי האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years


אוי וויי. די הארץ רייסט, די נשמה וויינט.
אזא ערליכע איידעלע פרוי געווען, א געהויבענער חשובער מאן איבערגעלאזט, א טאטע א גאון הגאונים אין צדקה וחסד צובראכן יעצט אויף שברי שברים.

ברוך דיין האמת.

אוי בד"ה!

טאטע און הימל זאג שוין לצרותינו די!!

יעדע ווארט וואס די שרייבסט איז אמת. זי געווען א אויסטערליש ערליכע פרוי און להבח"לח איר מאן א צדיק פון א איד גיבט זיך אפ מיט הייליגע אידישע נשמות מיט אזא ווארעמקייט. און איר טאטע ר' מרדכי ממש ווי די שרייבסט א גאון הגאונים און צדקה וחסד!

זאל זיי די אויבערשטער טרייסטען בתוך שאר אבלי ציון וירושלים
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך חסד השם » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:21 pm

קלוגער האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years


אוי וויי. די הארץ רייסט, די נשמה וויינט.
אזא ערליכע איידעלע פרוי געווען, א געהויבענער חשובער מאן איבערגעלאזט, א טאטע א גאון הגאונים אין צדקה וחסד צובראכן יעצט אויף שברי שברים.

ברוך דיין האמת.


דאכט זיך זי איז געוועהן א בת יחידה צו אירע עלטערען, אויכעט א זון להב"ח, אפשר האב איך א טעות, זאל השי"ת טרייסטען די מאן און די צעבראכענע עלטערען

האט יא נאך א שוועסטער, הייסט גאלדמאן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:38 pm

IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

פרטים בנוגע די לוי?
My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:41 pm

שמחת עולם האט געשריבן:אין וויען איז היינט נפטר געווארן א גאר טייערע יוד, א איבערלעבער פונעם קריג
מוה״ר אבא שלום ב״ר בנימין אלימלך לעוויט ע״ה

ער איז געבוירן י׳ תמוז תרפ״ג אין שטאט זאלעשיץ פולין. ביים קריג איז ער געווען במשך פון איבער 5 יאר אין עטליכע לאגערן אריינגערעכענט מאטהאויזן וואו ער האט מער פון איין מאל געזעהן די טויט ממש פאר די אויגן און איז בדרך נס געראטעוועט געווארן.

זיין גאנץ לעבן האט ער געווידמעט צו דערציילן איבערן קריג, די רשעות פון די דייטשן און די חסדים פון הקב״ה. ער פלעגט אסאך אויפטרעטן ביי געדענק צערעמאניעס און געבן אינטערוויוס אויף די אלגעמיינע מידיע וואו ער האט נישט געשוינט אויף די כבוד פון די דייטשע און עסטרייכע גוים נאר האט אריינגעשמיסן אין זיי דעם אמת אין פנים אריין.

ת. נ. צ. ב. ה.


האט ער פארציילט איבער די מאטהאויזן לאגער?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טרעפיק לייט
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 17, 2014 11:07 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך טרעפיק לייט » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 8:03 pm

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

פרטים בנוגע די לוי?


9:00 Rodney

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 9:44 pm

IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

משפחה פון די נירעדהאזע וואלטער ? טענקע רב זצ"ל האט געהאט א איידים הרב וואלטער ע"ה

Lion
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:13 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך Lion » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 9:50 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

משפחה פון די נירעדהאזע וואלטער ? טענקע רב זצ"ל האט געהאט א איידים הרב וואלטער ע"ה

יא

טשולענט בונדלעך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:16 pm

ר' יואל געווען א שטיק צייט א שלאף רבי אין נעפענאק?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נאך איינער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:21 pm

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:ר' יואל געווען א שטיק צייט א שלאף רבי אין נעפענאק?

יא

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך sheetrock » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:42 pm

טרעפיק לייט האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

פרטים בנוגע די לוי?


9:00 Rodney

ווי האלט מען מיט די לוי'? ווער איז מספיד?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:52 pm

ס'איז ר"ח היינט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 12:46 am

קלוגער האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years


אוי וויי. די הארץ רייסט, די נשמה וויינט.
אזא ערליכע איידעלע פרוי געווען, א געהויבענער חשובער מאן איבערגעלאזט, א טאטע א גאון הגאונים אין צדקה וחסד צובראכן יעצט אויף שברי שברים.

ברוך דיין האמת.


דאכט זיך זי איז געוועהן א בת יחידה צו אירע עלטערען, אויכעט א זון להב"ח, אפשר האב איך א טעות, זאל השי"ת טרייסטען די מאן און די צעבראכענע עלטערען

יענע מעשה?

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 1:36 am

sheetrock האט געשריבן:
טרעפיק לייט האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

פרטים בנוגע די לוי?


9:00 Rodney

ווי האלט מען מיט די לוי'? ווער איז מספיד?

עטליכע האבן זיך געזעגנט און געזאגט דברי התעוררות,
דער פעטער טענקא רב, הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים, ר' פנחס כץ, דער טאטע ר' מרדכי וואלטער, דער ברודער ר' יעקב,
דער ירושלימ'ער רב האט געזאגט אז זיכער אזא חשובע פרוי וויל זיכער מ'זאל טוהן כהלכה און נישט מספיד זיין ר''ח אבער ווי דער רבי זי''ע האט געזאגט ביים זיין טאכטער'ס לוי' וואס איז אויך געווען ר''ח אז מתוודה זיין מעג מען יא איז די זעלבע דא ביי אזא טראגעדיע וואס איז זיכער א קרבן ציבור מעג מען זיך מתוודה זיין

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 22049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 2:19 am

אוי אוי בד"ה
צר לי עליך ידידי ר' יואל, מיינע טרערן רינען פון מיינע אויגן, נישט געוואוסט און נישט געהערט פון גארנישט.
אזא אינגערמאן ווי דו וואס האט זיך שוין אלס בחור געדראפעט און געהארעוועט צו שטייגן און עולה זיין בסולם העולה בית קל, נישט פארברענגט קיין צייט, אנגעפילט די צייט מיט תורה ועבודת השם למעלה מן הרגיל.
דער באשעפער האט דיר געהאלפן, האסט חתונה געהאט מיט אן אשה כשרה וצנועה, א פרוי וואס דער באשעפער האט דיר געשאנקען צו אויפשטעלן א אידישע שטוב כאוות נפשך הטהור.
האסט זוכה געווען האסט אויפגעשטעלט א ליכטיגע אידישע שטוב, און דא אזא בראך, איך וויין מיט מיט דיר, כ'קען דיך נישט טרייסטן, ווייל איך ווייס נישט וואס דו גייסט אריבער.
אבער דער איין איינציגער הייליגער באשעפער איז דאך מיט דיר, עמו אנכי בצרה, ער קען דיך יא טרייסטן. זאל ער דיך טאקע טרייסטן בתוך שאר אבילי ציון וירושלים. און אונז בקרב הימים ארויסנעמען פון דעם פינסטערן ביטערן גלות. און ביז יעמאלט זאלסטו בתוך כל עם ישראל געהאלפן ווערן מיט שפע רב, וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה ולברכה.

ברוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך ברוז » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 6:55 am

שמחת עולם האט געשריבן:אין וויען איז היינט נפטר געווארן א גאר טייערע יוד, א איבערלעבער פונעם קריג
מוה״ר אבא שלום ב״ר בנימין אלימלך לעוויט ע״ה

הר"ר אבא שלו' ז"ל איז געוועהן א ידיד נפש יארן לאנג מיט הגה"ח רבי יחיאל מיכל ערליך זצ"ל - טאטע פון יבלחט"א כ"ק האדמו"ר מקוידינוב שליט"א.
אזוי אויך שטארק מקושר צו בנו כ"ק קוידינאווער רבי שליט"א, ער פלעגט קלונגען כסדר זיך מזכיר זיין ביי די רבי שליט"א, און זיך אינטרעסירען זייער אפט מהנעשה והנשמע בחצר הקודש.

תנצב"ה.
צוגעלייגטע
הרבי שליט''א עם ר' אבא שלו' לויט ברחוב העיר בוינה.png
הרבי שליט''א עם ר' אבא שלו' לויט ברחוב העיר בוינה.png (404.78 KiB) געזעהן 2128 מאל

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 9:40 am

כל טוב האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
טרעפיק לייט האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:BDH: Mrs Etya Rivka Braun U"h Eishes R' Yoel Bas R' Mordche Walter 39 years

פרטים בנוגע די לוי?


9:00 Rodney

ווי האלט מען מיט די לוי'? ווער איז מספיד?

עטליכע האבן זיך געזעגנט און געזאגט דברי התעוררות,
דער פעטער טענקא רב, הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים, ר' פנחס כץ, דער טאטע ר' מרדכי וואלטער, דער ברודער ר' יעקב,
דער ירושלימ'ער רב האט געזאגט אז זיכער אזא חשובע פרוי וויל זיכער מ'זאל טוהן כהלכה און נישט מספיד זיין ר''ח אבער ווי דער רבי זי''ע האט געזאגט ביים זיין טאכטער'ס לוי' וואס איז אויך געווען ר''ח אז מתוודה זיין מעג מען יא איז די זעלבע דא ביי אזא טראגעדיע וואס איז זיכער א קרבן ציבור מעג מען זיך מתוודה זיין

ווער ס'האט די ריקארדינג איז מכובד עס ארויפלייגן. יישבכ למפריע
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:19 pm

וואו אלט איז געווען הרה"ג ר' חיים ברוין ז"ל פון בארא פארק?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:25 pm

אין די נידריגע אכציגער
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 8:06 pm

ער האט געלט??? האט געשריבן:בד״ה
אשת הרה״ח שמשון מאנדעל הי״ו
בת הרה״ח ר׳ יושע לעפקאוויטש שליט״א

נעבעך ר' יושע, צוויי קינדער סך הכל, פארלוירן דעם איידעם יעצט פסח ביי קאראנע
viewtopic.php?p=2154037#p2154037
און יעצט זיין טאכטער.
זאל איהם דער אייבערשטער געבן כוחות און אריכת ימים פרישערהייט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך לעכטיגער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 8:49 pm

פריעדמאן. עיין בה'לינק' למעלה

נקודת האמת
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נקודת האמת » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 9:21 pm

dovidal האט געשריבן:
נקודת האמת האט געשריבן:
חסידי קמאי האט געשריבן:
ארי וואהרמאן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אזוי קוקט אויס.

ר׳ שמשון מאנדעל נ״י איז א סטוטשינער חסיד , זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פאר די מאמע פין הרה״ג מאטיל זילבער שליט״א אבדק תולדות יהודה סטוטשין , ביידע טעכטער פין הרב החסיד נטע שארף ז״ל מגדולי חסידי סטוטשין


הרה"ח ר' נטה שארף איז געוועהן א בעלזא חסיד מיט סטיטשין האט ער זיך געהאלטן א ידיד


זענט איר זיכער מיט דעם?
אפשר אינדערהיים איז ער געווען א בעלזאער, אבער כ'מיין אז נישט. דא אין ניו יארק האט ער נאר געדאווענט אין סטוטשין, אלע זיינע אייניקלעך זענען מאז ומעולם סטוטשינ'ע חסידים.. מנוחתו איז אין טבריה ווי מנו"כ פון סטוטשינער רב (אפשר אלס בולגירייא..)

איך האב געטראפען רבי נטע אין בעל הארבער און האט מיר דערציילט איבער זיינע נסיעות קיין בעלזא און אויפן וועג פלעגט ער אפשטאטן אויף א שבת ביי הרה"ק פינילע אויסטילער זצ"ל און די ------ איז דאס נישט אזוי געפאלען -- ודו"ק כי קצרתי


לדייק בדבריך זאגט איר נישט פאקערט פון מיר אז ר' נטע איז נישט געווען א סטוטשינער נאר גאר א בעלזא'ער חסיד. להיפך זאגסטו, ער איז געפארען קיין בעלזא אין ס'איז נישט געפאלען פאר געוויסע... א שטייגער ווי א סקווירא חסיד וואס איז געפארען כסדר אויף טאהש וועט אים יעדער נאך באצייכענען ווי א סקווירא'ער.. צו א סקווערער וואס האט זיך עפעס אנגעכאפט אין ק"ג איז ער יעצט נישט קיין סקווירא חסיד נאר א קק"ג??
נישט פארגעסען ווער בעלזא'ר רב איז געווען.

חסידי קמאי האט געשריבן:
נקודת האמת האט געשריבן:
חסידי קמאי האט געשריבן:
ארי וואהרמאן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אזוי קוקט אויס.

ר׳ שמשון מאנדעל נ״י איז א סטוטשינער חסיד , זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פאר די מאמע פין הרה״ג מאטיל זילבער שליט״א אבדק תולדות יהודה סטוטשין , ביידע טעכטער פין הרב החסיד נטע שארף ז״ל מגדולי חסידי סטוטשין


הרה"ח ר' נטה שארף איז געוועהן א בעלזא חסיד מיט סטיטשין האט ער זיך געהאלטן א ידיד


זענט איר זיכער מיט דעם?
אפשר אינדערהיים איז ער געווען א בעלזאער, אבער כ'מיין אז נישט. דא אין ניו יארק האט ער נאר געדאווענט אין סטוטשין, אלע זיינע אייניקלעך זענען מאז ומעולם סטוטשינ'ע חסידים.. מנוחתו איז אין טבריה ווי מנו"כ פון סטוטשינער רב (אפשר אלס בולגירייא..)


ער ליגט אין טברי' לעבן סטיטשינע רב זאגענדיג אז לעבען בעלזער רב האט ער מורא צו ליגען אבער לעבען ססטישינע רב וואס איז א ידיד וויל ער ליגען..


איך האב ר' נטע שארף נישט געקענט. בין איך געגאנגען פרעגען עלטערע פון מיר וואס געדענקען דעם איד אין אנדערע וואס ווייסען אין זיי האבען פשוט געלאכט פון מיר. ר' נטע מיט סטוטשין איז געגאנגען סאנאנים. מ'דארף נישט מער פון דעם אלע אבער אלע אייניקלעך זענען חסידי סטוטשין.

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 6:18 am

א עלטערע בחור
בן הרב פרענקל שליט''א פון לאנדאן

frenkel.JPG
frenkel.JPG (88.57 KiB) געזעהן 3900 מאל

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 6:21 am

moishy56 האט געשריבן:א עלטערע בחור
בן הרב פרענקל שליט''א פון לאנדאן

frenkel.JPG

ער איז געווען בן אחר בן, בכור אחר בכור פונעם ערשטן בעלזער רב דער הייליגער שר שלום זי"ע.

איכאדאמרי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:20 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך איכאדאמרי » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 7:49 am

אוראייניקל האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:א עלטערע בחור
בן הרב פרענקל שליט''א פון לאנדאן

frenkel.JPG

ער איז געווען בן אחר בן, בכור אחר בכור פונעם ערשטן בעלזער רב דער הייליגער שר שלום זי"ע.

ווי איז דע נאמען פרענקל דא אריינגעפאלען?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], police, אזוי וויל איך, איגערקע, דברים אלו, וואס עפעס?, מטעמים און 52 געסט