חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך לאמפ » מיטוואך מארטש 31, 2021 9:00 pm

fiena nieas האט געשריבן:הדבר הזה אומר דרשנו


עס איז אין זיינער צייט אויך געווען א פלא פארוואס די רבי זי"ע האט אים אויפן וועג צום קבלת פנים באפוילן זיך אנצוכאפן כאטש ער איז דאן נישט געווען אין בית דין.

ליין דא מער:
viewtopic.php?f=6&t=24771&p=964676&hilit=%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7+%D7%98%D7%95%D7%91%D7%99#p964676

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך מארטש 31, 2021 9:01 pm

ר' טובי' ווי מפלעגט אים רופן אלץ אנטווערפענע דיין איז אלץ געווען א רבנישע פרעזענליכקייט, ווארשיינליך האט ער יענע טעג געוויילט אין ניו יארק און זייענדיג שטענדיג פון מחזיקי בני ישוב הישן והעדה החרדית האט ער באגלייט די חברי הבד"ץ ביי יענעם באזיך
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מארטש 31, 2021 10:19 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איז די גאב"ד פאר ער איז געווארן גאב"ד געווען אין די בד"ץ אדער געקימען סטרעיט פון אנטוורפן צו ווערן גאב"ד ?

ס'איז געווען א שטארקע רעדע אים אויפצונעמען אלץ א חבר הבד"ץ נאך וואס איינע פון די פריעדיגע הלך לעולמו זלה'ה, אבער אינצווישן איז דער פריערדיגער גאב"ד זצ"ל נפטר געווארן, האט מען אים אנשטאט גלייך אויפגענומען אלץ גאב"ד ירושלים.

אויב איך געדענק גוט איז געווען אז מ'האט אים אמאל געוואלט אויפנעמען אויף עפעס א שוואכערע פאזיציע, (חבר הבד"ץ אדער רב אין א שטאט/קהילה) און ר' יענקעלע (דאכט זיך) האט אים געזאגט עס נישט אנצונעמען ווייל ס'וועט נאך אנקומען שענערס.

מברר געווען.

בימי כהונתו פון מרן הגאב"ד רבי פינחס עפשטיין זצ"ל האט מען געוואלט אויפנעמען דעם היינטיגן גאב"ד מרן הגרי"ט ווייס אלס חבר הבד"ץ. ר' יצחק טובי' איז געגאנגען פרעגן דעם בית ישראל, און דער בית ישראל האט אים געענטפערט "נישט יעצט"

שפעטער ווען גור האט אים געוואלט אויפנעמען אלס רב אין זייער קהילה אין אנטווערפן האט ר' אברהם ראטה פון ירושלים דערציילט די מעשה הנ"ל פאר רבי יהודה'לע מדזיקוב זצ"ל, און געבעטן ער זאל פועל'ן ביי ר' יצחק טובי' נישט אנצונעמען דעם פאזיציע כדי ער זאל נאך קענען שפעטער זיין אין די עדה, האט ר' יהודה'לע געענטפערט: "רבי יצחק טובי' וועט גיין קיין גור און בלייבן א קנאי"

פלא והפלא ווי ביידע נביאות זענען מקויים געווארן במילואם.

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9748
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 12:37 am

fiena nieas האט געשריבן:הדבר הזה אומר דרשנו

אידאס נישט ביים זעלבן באזוך?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 1:08 am

ס'איז

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9748
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 1:13 am

נו פארוואס איז דאס מער דרשוני ווי ס׳אנדערע בילד?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אפריל 05, 2021 5:04 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איז די גאב"ד פאר ער איז געווארן גאב"ד געווען אין די בד"ץ אדער געקימען סטרעיט פון אנטוורפן צו ווערן גאב"ד ?

ס'איז געווען א שטארקע רעדע אים אויפצונעמען אלץ א חבר הבד"ץ נאך וואס איינע פון די פריעדיגע הלך לעולמו זלה'ה, אבער אינצווישן איז דער פריערדיגער גאב"ד זצ"ל נפטר געווארן, האט מען אים אנשטאט גלייך אויפגענומען אלץ גאב"ד ירושלים.

אויב איך געדענק גוט איז געווען אז מ'האט אים אמאל געוואלט אויפנעמען אויף עפעס א שוואכערע פאזיציע, (חבר הבד"ץ אדער רב אין א שטאט/קהילה) און ר' יענקעלע (דאכט זיך) האט אים געזאגט עס נישט אנצונעמען ווייל ס'וועט נאך אנקומען שענערס.


ר' יענקעלע ז"ל האט אמאל ביים פארלערנען פרק ביי די משנה פון כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו צוגעענדיגט אז דאס גייט ארויף אויף ר' טובי' ווייס (דאכט זיך אז עס איז רעקארדירט).
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:17 am

חמרא טבא האט געשריבן:נו פארוואס איז דאס מער דרשוני ווי ס׳אנדערע בילד?

ווייל ער כאפסט זיך אן מיט די עדה און נאר די עדה כאפן זיך אן נישט אנדערע רבנים

געלויבט
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך געלויבט » דינסטאג אפריל 06, 2021 10:21 am

fiena nieas האט געשריבן:הדבר הזה אומר דרשנו

ביי די לינקע זייט פון בילד זעט מען אויך הגה"צ ריח"מ פריעדמאן זצ"ל

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג אפריל 06, 2021 11:25 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איז די גאב"ד פאר ער איז געווארן גאב"ד געווען אין די בד"ץ אדער געקימען סטרעיט פון אנטוורפן צו ווערן גאב"ד ?

ס'איז געווען א שטארקע רעדע אים אויפצונעמען אלץ א חבר הבד"ץ נאך וואס איינע פון די פריעדיגע הלך לעולמו זלה'ה, אבער אינצווישן איז דער פריערדיגער גאב"ד זצ"ל נפטר געווארן, האט מען אים אנשטאט גלייך אויפגענומען אלץ גאב"ד ירושלים.

אויב איך געדענק גוט איז געווען אז מ'האט אים אמאל געוואלט אויפנעמען אויף עפעס א שוואכערע פאזיציע, (חבר הבד"ץ אדער רב אין א שטאט/קהילה) און ר' יענקעלע (דאכט זיך) האט אים געזאגט עס נישט אנצונעמען ווייל ס'וועט נאך אנקומען שענערס.


ר' יענקעלע ז"ל האט אמאל ביים פארלערנען פרק ביי די משנה פון כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו צוגעענדיגט אז דאס גייט ארויף אויף ר' טובי' ווייס (דאכט זיך אז עס איז רעקארדירט).


אויף א חומש רש"י שיעור הערט מען ווי מ'איז עפעס מזכיר ביי ר' יענקעלע און ער הייסט פרעגן ר' טובי'
כ'געדענק נישט וועלכע יאר וועלכע סדרה :roll:
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אפריל 06, 2021 11:57 am

אינטערסאנט אז איך געדענק עפעס א מעשה מיט יארן צוריק ווי א חבר מיינער איז געוועהן אין ירושלים בצלו פון די ראכמיסטיבקער רבי הרה"צ רבי ישראל מרדכי זצוק"ל, אין ביי מיטאג טיש האט זיך געמאכט א שמיעס איבער ר' טובי' דער אנטווערפענע דיין, האט ער געגעבן עפעס א דריק אויס אז ירושלים ווארט איהם נאך אפ..... (נאך שבת האב איך געהערט פון דער חבר, ווי ער האט זיך אויך געווינדערט בשעתו וואס דאס מיינט....)

קען זיין אז געוועהן נאך פרטים, אבער דאס געדענק איך יעצט...
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: חסדי ה': מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אויסגעהיילט פון די וויירוס

תגובהדורך Browsing » דינסטאג אפריל 06, 2021 1:02 pm

הערליכע בילדער און קליפס פון יו"ט פסח ביים רב שליט"א, יאריך ימים על ממלאכתו
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=5 ... ONmOzzOVxD


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דיסענטיס און 3 געסט