פיעט בוטזשעדזש אדער עמי קלאובעשאר

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארוועם וואלסטו געשטימט?

סאנדערס
30
24%
בוטידזשעדזש
23
18%
קלאובעשאר
48
38%
בלומבערג
25
20%
 
סך הכול שטימען: 126

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:05 am

קלאובאשאר.
די איינציגסטע האלב נארמאלע, געזעצטע פארשוין אויפן ליסט.

אבער אליבא דאמת - נישטא מיט וועם עכט צום טיש צו גיין (קעגן טראמפ..)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:40 pm

עני שדכן אוועילעבל?
פיט מיט עמי (נישט די מאגאזין) זאלן מאכן א דיעל צו גיין צוזאמען צו די וואלען, דער וואס קומט אריין העכער צווישן זיי ביידע וועט זיין פרעזידענט און דער אנדערער/די אנדערע וויצע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שניי באל
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:49 pm

Yang2020 האט געשריבן:ווען איך וואלט געשטימט פאר איינע פון די פיר וואלט עס מסתמא געווען פאר קלאבוטשער.

בוטידזשעזש איז זייער א קלוגער און טויגליכער מענטש, אבער דער epitome פון פאלשקייט, פלאגיאריזם און פוסטע גלאנץ אן סובסטאנץ. א מענטש וואס זיין איינציגסטע ציל אין לעבן איז צו גיין אלץ העכער, ער לויפט פאר פרעזידענט ווייל "וואס דען?"
עס מאכט א רושם ווי ביי די צוויי יאר האט אים איינער געזאגט אז זיינע אויגן זענען זייער שיין, און פון דאן האט ער זיך יעדן טאג געשטעלט ביים שפיגל, זיך צו שפילן פרעזידענט.

סאנדערס איז אין א געוויסע זין פונקט פארקערט. די גרעסטע סיבה פארוואס איך וואלט נישט געשטימט פאר אים איז ווייל ער גייט נאכמער צורייסן אמעריקע, אויף וויפיל עס איז נאכנישט צופליקט. קען איר זיך פארשטעלן די מלחמה פון די בערני בראוס קעגן די מאג"א מאסן? שווער צו גלייבן אז אמעריקע וועט זיך אמאל קענען אינגאנצן ערהוילן דערפון ווען נאכגעפאלגט מיט פיר יאר סאנדערס פאר פרעזידענט.

בלומבערג האט זייער שטארקע authoritarian tendencies. די עקזעקיוטיוו אפיס איז שוין אזוי אויך אסאך שטערקער ווי עס דארף ווען זיין. בלומבערג וועט שטעלן אסאך פרעצעדענטן פאר קומענדיגע פרעזידענטן און זיי געבן מאכטן וואס איז בעסער זיי זאלן נישט האבן.

בלייבט איבער קלאבוטשער. זי האט אסאך פארלוירן אין מיינע אויגן צוליב אירע cheap shots און נעסטינעס, אבער דאך איז זי פלייסיג און פירט אויס וואס זי נעמט זיך אונטער. איך ערווארט נישט זי זאל זיין פון די בעסטע פרעזידענטן, אבער אויב וואלט איך געמוזט וועלן קען זי זיין גענוג גוט פאר א ממלא מקום, ביז א בעסערע קאנדידאט וועט אויפקומען.


;l;p- גוט ארויסגעברענגט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד, וימאןX3, מה ידידות, מענטשאלע, עס וועט זיין גיט, שטיל, שטילער, שכל טוב און 92 געסט