לג בעומר-מירון תש"פ - נייעס און בולעטין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:48 pm

וואוילע איד האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:זייער אסאך מאל איז דא פראבלעמן מיט די באסעס! כבין בין דארט געווען שוין עטליכע מאל ל"ג בעומר..
שוין אויספרובירט די באן אויך, כמיין אז דעיס איז נאך די בעסטע אפשען.. פונעם עירפארט ביז כרמיאל איז די באן 45 שקלים...

די באן איז גוט מען קען גיין פון ירושלים מיטן באן אבער מען דארף טוישען 3 מאל פון עירפארט קען מען גיין נאר מיט איין סטאפ


ס'איז דא באנען מיט 2 סטאפס אויך פון ירושלים, ווענדט זיך וויפיל אזייגער
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:56 pm

'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:58 pm

די פאריגע איז א טעות, די איז די ריכטיגע

https://www.rail.co.il/pages/trainsearc ... 2657341686
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
שלמה מולכו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » זונטאג מארטש 01, 2020 1:04 am

ווירדזשין אטלאנטיק יעצט אוועילבל פאר ל״ג בעומר (און נאך)
אפער קלעסס k85 דעלטא סקיימייל'ס פלאס $83.91

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » זונטאג מארטש 01, 2020 3:40 pm

עס איז דא היימישע באסעס פרייטאג בעפאר ל"ג בעומר פין ירושלים קיין מירון?, אויב נישט פרייטאג אויב איז דא באסעס דאנערשטיג נאכט?, (אויך פאר פרויען)

צו פארן אויף ירושלים מוצאי לג בעומר פין מירון ווי קען איך באקומען פין פאראויס א טיקעט/פלאץ פאר מיר אין מיין פרוי?

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » זונטאג מארטש 01, 2020 10:35 pm

לפי ידיעתי קאן מען נישט קויפן קיין באס טיקעטס פון פאראויס, נאר טיקעטס פאר באנען.
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך מארטש 04, 2020 8:52 am

פרישוואסער האט געשריבן:עס איז דא היימישע באסעס פרייטאג בעפאר ל"ג בעומר פין ירושלים קיין מירון?, אויב נישט פרייטאג אויב איז דא באסעס דאנערשטיג נאכט?, (אויך פאר פרויען)

צו פארן אויף ירושלים מוצאי לג בעומר פין מירון ווי קען איך באקומען פין פאראויס א טיקעט/פלאץ פאר מיר אין מיין פרוי?


אגאנץ יאר איז דא באסעס אפאר מאל א טאג, מען דארף/קען נישט באשטעלן פריער.
ל"ג בעומר פאר 2 וועגן דארף מען באשטעלן פריער, פאר נאר צוריק קען מען נישט באשטעלן, מען באצאלט אויפן באס.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך מארטש 04, 2020 11:15 am

כוויל מאכן טיקעטס אבער כהאב א שטיקל פחד וועגן די קאראנע ווייירוס קען עס נאך אנגיין ביז דעמאלט ?
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
גלעזעל
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:37 pm

תגובהדורך גלעזעל » מיטוואך מארטש 04, 2020 12:05 pm

שמערלער האט געשריבן:כוויל מאכן טיקעטס אבער כהאב א שטיקל פחד וועגן די קאראנע ווייירוס קען עס נאך אנגיין ביז דעמאלט ?

If the virus will go on till then they have to refund you legally

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך מארטש 04, 2020 12:06 pm

גלעזעל האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:כוויל מאכן טיקעטס אבער כהאב א שטיקל פחד וועגן די קאראנע ווייירוס קען עס נאך אנגיין ביז דעמאלט ?

If the virus will go on till then they have to refund you legally

שכח
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך מארטש 04, 2020 12:14 pm

שמערלער האט געשריבן:כוויל מאכן טיקעטס אבער כהאב א שטיקל פחד וועגן די קאראנע ווייירוס קען עס נאך אנגיין ביז דעמאלט ?


קראנקע ווערן געהיילט ביי ר' שמעון סא...

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך מארטש 04, 2020 12:39 pm

שמערלער האט געשריבן:כוויל מאכן טיקעטס אבער כהאב א שטיקל פחד וועגן די קאראנע ווייירוס קען עס נאך אנגיין ביז דעמאלט ?


כדי ר' שמעון לסמוך עליו .......

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מארטש 04, 2020 12:57 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:כוויל מאכן טיקעטס אבער כהאב א שטיקל פחד וועגן די קאראנע ווייירוס קען עס נאך אנגיין ביז דעמאלט ?


קראנקע ווערן געהיילט ביי ר' שמעון סא...

על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג מארטש 09, 2020 5:02 am

איך הער שמועסן אין בית המדרש, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע ריכטיג.
על כל פנים פארציילן זיי אז משרד הבריאות האט געשיקט פאר אלא מענטשן און ארגענזציעס וואס פייערן ל"ג בעומר מיט סעודות אדער הדלקות וכדומה אז די יאהר גייט מירון זיין פארשפארט ל"ג בעומר אין עס וועט נישט פארקומען קיין שום הדלקה וכיו"ב.
אינערסאנט אויב אזא דראסטישן טריט קען טאקע געשען.
מצד אחד איז עס צו שארף, מצד שני איז גענוג איין מענטש זאל ברענגן חלילה א מחלה פאר טויזנטע יודן ה"י.
אויב עמיצער ווייסט צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, ביטע מעלדן!

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מאנטאג מארטש 09, 2020 5:54 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך הער שמועסן אין בית המדרש, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע ריכטיג.
על כל פנים פארציילן זיי אז משרד הבריאות האט געשיקט פאר אלא מענטשן און ארגענזציעס וואס פייערן ל"ג בעומר מיט סעודות אדער הדלקות וכדומה אז די יאהר גייט מירון זיין פארשפארט ל"ג בעומר אין עס וועט נישט פארקומען קיין שום הדלקה וכיו"ב.
אינערסאנט אויב אזא דראסטישן טריט קען טאקע געשען.
מצד אחד איז עס צו שארף, מצד שני איז גענוג איין מענטש זאל ברענגן חלילה א מחלה פאר טויזנטע יודן ה"י.
אויב עמיצער ווייסט צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, ביטע מעלדן!

דער מודעה איז ממש נישט אמת, שקר מתחילתו ועד סופו, דאס קומט פון מענטשן וואס האבן ליב אריין צו לייגן אנדערע אין א פאניק, און אזוי ווערן זיי אליינס רואיגער.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:00 pm

דמשק האט געשריבן:איך האב געפארקט און כרמיאל,עס איז צוגעשטעלט דארט ריזיגע פארקינג לאטס (בחינם)
און באסעס פארן די גאנצע 24 שעה
די לעצטע 2-3 יאר האבן פארשפארן זיי די גאנצע געגענט נעבן מירון פאר קארס,נאר באסעס קענען פארן
אין די סיסטעם פון די באסעס איז עד להפלא
ז'איז א מחי' מיט'ן אייגענעם קאר
#מייןמיינונג

איך האב געדארפט זוכן פארקינג אין כרמיאל פאר א האלבע שעה, און דערנאך געזיצן אויפן באס קיין מירון זײער לאנג

א גוטן יונה
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » מאנטאג מארטש 09, 2020 6:22 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך הער שמועסן אין בית המדרש, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע ריכטיג.
על כל פנים פארציילן זיי אז משרד הבריאות האט געשיקט פאר אלא מענטשן און ארגענזציעס וואס פייערן ל"ג בעומר מיט סעודות אדער הדלקות וכדומה אז די יאהר גייט מירון זיין פארשפארט ל"ג בעומר אין עס וועט נישט פארקומען קיין שום הדלקה וכיו"ב.
אינערסאנט אויב אזא דראסטישן טריט קען טאקע געשען.
מצד אחד איז עס צו שארף, מצד שני איז גענוג איין מענטש זאל ברענגן חלילה א מחלה פאר טויזנטע יודן ה"י.
אויב עמיצער ווייסט צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, ביטע מעלדן!


ביז ל"ג בעומר וועט שוין אזוי שטארק זיין פארשפרייט די קראונע דארט אין ארצינו הק' אויכעט (ווייל ס'איז נישט מעגליך עס צוריקצוהאלטן..) אז מ'וועט שוין יעדעם אריינלאזן...
כנלענ"ד
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

התבונני
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מיטוואך מארטש 11, 2020 12:27 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך הער שמועסן אין בית המדרש, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע ריכטיג.
על כל פנים פארציילן זיי אז משרד הבריאות האט געשיקט פאר אלא מענטשן און ארגענזציעס וואס פייערן ל"ג בעומר מיט סעודות אדער הדלקות וכדומה אז די יאהר גייט מירון זיין פארשפארט ל"ג בעומר אין עס וועט נישט פארקומען קיין שום הדלקה וכיו"ב.
אינערסאנט אויב אזא דראסטישן טריט קען טאקע געשען.
מצד אחד איז עס צו שארף, מצד שני איז גענוג איין מענטש זאל ברענגן חלילה א מחלה פאר טויזנטע יודן ה"י.
אויב עמיצער ווייסט צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, ביטע מעלדן!

פארוואס זאלן זיי דאס טוהן ?
די וויירוס שטארבט דאך אפ פון היץ...

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך מארטש 11, 2020 1:31 pm

גלייב שווער עס שטארבט פון היץ, עס איז געווען די ווארימסטע וועטערס אין אמעריקע, ווי אויך איז א"י יעצט היפש ווארעם און דאך זעט מען קעיסעס.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך מארטש 11, 2020 1:34 pm

לעיקוואד האט געשריבן:גלייב שווער עס שטארבט פון היץ, עס איז געווען די ווארימסטע וועטערס אין אמעריקע, ווי אויך איז א"י יעצט היפש ווארעם און דאך זעט מען קעיסעס.

וואס הייסט? 2 וואכן צוריק ווען ס'איז געווען קאלט האבן זיי עס געכאפט און יעצט קומט עס ארויס. לאמיר זעהן ווען ס'וועט זיין אפאר ווארימע וואכן אין א צוה אויב דעמעלץ וועט זיך עס אויך פארמערן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
שלמה מולכו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: לג בעומר-מירון תש"פ - נייעס און בולעטין

תגובהדורך שלמה מולכו » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 4:11 pm

כלל וכלל האט געשריבן:הושענא נפש מבהלה

׳די מחלה קימט אט׳, ׳די מחלה איז שוין דא׳

׳וואס קען מען טאן׳ ׳אנה אני בא׳

מיין הארץ איז אבער באתרא קדישא



אלע בחורים מחוץ לעיר אהיים גייען זיי

פלענער פאר חול המועד ציריסן און צוויי

ליזענסק איז ליידיג, אוי עס טוט וויי

מיין הארץ איז אבער באתרא קדישא



חתונות אפגעראכטן איבערנאכט

בר מצוות, אין באהעלטענישט געמאכט

איבערקערענישן און לופטפעלדער נישט מער געדאכט

מיין הארץ איז אבער באתרא קדישא



געווארט צי באקימען די הזמנה ווי יאר יערליך

צו בעטן במקום קיבול תפילות זיך צי קענען האלטן ערליך

צי קענען גיסן פעסער אהבה טרערלעך

מיין הארץ איז אבער באתרא קדישא



צי פארפאסן א לג בעומר ביי רבי שמעון לאזט זיך נישט קלערן

הייליגע טאטע טיה אינז באשערן

די ביטערע מחלה און שרעק זאל בטול ווערן

אז מיין הארץ זאל בחוש זיין באתרא קדישא



צו קענען בעטן פאר צרכי עמך ישראל

אז היא ימליץ טוב בעדינו פאר יודן איבעראל

אפנעמען שפע קודש אן א גבול אן א צאל

מיין הארץ וועט זיין באתרא קדישא!

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: לג בעומר-מירון תש"פ - נייעס און בולעטין

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 22, 2020 5:32 am

מחפשים מנהל למירון.jpg
מחפשים מנהל למירון.jpg (52.33 KiB) געזעהן 508 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re:

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 22, 2020 5:36 am

שטייט נישט גארנישט וועגען לג בעומר. קיין ראיה איז עס נישט.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: Re:

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג מארטש 22, 2020 8:33 am

סטיטשינער האט געשריבן:שטייט נישט גארנישט וועגען לג בעומר. קיין ראיה איז עס נישט.

ס'דארף גארנישט שטיין.
יעדער פארשטטיט אז אויב די מצב וועט ווייטער אנגיין אזוי ביז דעמאלס, איז נישטא פון וואס צו רעדן...
זאל די אייבישטער מרחם זיין און אוסלייזן פונעם טומעלדיגע מצב במהרה.

געלויבט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re:

תגובהדורך געלויבט » זונטאג מארטש 22, 2020 5:50 pm

גבר ישראל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך הער שמועסן אין בית המדרש, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע ריכטיג.
על כל פנים פארציילן זיי אז משרד הבריאות האט געשיקט פאר אלא מענטשן און ארגענזציעס וואס פייערן ל"ג בעומר מיט סעודות אדער הדלקות וכדומה אז די יאהר גייט מירון זיין פארשפארט ל"ג בעומר אין עס וועט נישט פארקומען קיין שום הדלקה וכיו"ב.
אינערסאנט אויב אזא דראסטישן טריט קען טאקע געשען.
מצד אחד איז עס צו שארף, מצד שני איז גענוג איין מענטש זאל ברענגן חלילה א מחלה פאר טויזנטע יודן ה"י.
אויב עמיצער ווייסט צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, ביטע מעלדן!

דער מודעה איז ממש נישט אמת, שקר מתחילתו ועד סופו, דאס קומט פון מענטשן וואס האבן ליב אריין צו לייגן אנדערע אין א פאניק, און אזוי ווערן זיי אליינס רואיגער.

גראדע האב איך געהערט פון גאר א קראנטע מקור אז אויף דע יאר איז 10% שאנסן אז סאיז זאל עפעס פארקומען ל"ג בעומר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט