אלעס ארום מייקל בלומבערג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בונם שארף
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 5:42 pm

תגובהדורך בונם שארף » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:59 pm

סיגוט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אז באמת איז בלומבערג יא א אוהב דת, נאר ער האט נישט קיין ברירה וכו'.

קען איך באשטיין צו הערן פונעם ציבור צי איינער ווייסט מער איבער דעם בחור, און וואס איז זיין מיינונג און באצאונג צו היימישע אידן באמת.

איך האב אליין געהערט פון ר' משה דוד הי"ו אז ער איז אוזער גרעסטער שונא, דאס ערגסטע וואס שייך, ער זאגט אז ער מ'טאר אפילו נישט איבערזאגן וואס ער האט אלץ געזאגט ביי פריוואטע מיטינגען אנקעגן אונז, אבער ער איז א כופר בעיקר און שונא דת מוחלט.

עס קען זיין ער מיינט צו זאגן אז ר' משה דוד האט נישט קיין ברירה
ונזכה ונחיה ונראה ביי די נ"י פריימערי וועם מ'וועט אינדארסירן


א חידוש נפלא וואס דו זאגסט בשם ר' משה דוד אז ער איז נישט קיין שונא הדת ווען איך געדענק בשעתו האט ער קלאר געזאגט אז יא. א חוץ אויב השוחד יעור עיני חכמים. געלט האט דער בלומבערג גענוג יעדעם אינטערצוקויפן.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:06 pm

Kosher Travel האט געשריבן:צו דער שרייבער אז מייק בלומבערג איז א דל גאה, אנטשולדיגט, רעדט נישט קיין שטותים. ער איז נישט קיין דל גאה. די הייליגע גמרא זאגט דריי מענטשן האט מען פיינט, און איינע פון זיי איז א דל גאה. פארוואס? ווייל מיט וואס האלסטו זיך גרויס. דאס מיינט נישט אז אן עושר מעג זיך גרויסהאלטן, עס מיינט פשוט אז מען האט איהם נישט אזוי פיינט. מייקל איז א עושר אדיר, א self made millionaire. ער איז ווערדט איבער 60 ביליאן (יא, מיט א בית).

בנוגע צו ער איז א שונא ישראל, צו א שונא דת... איך קען א פרומע איד וואס ארבייט פאר Bloomberg Media און ווערט גאר שיין באצאהלט און באהאנדעלט, אריינגערעכענט unlimited sick pay. וואס מען טרעפט היינט כמעט נישט אזיינס.

בנוגע די גאנצע מערכה וועגען מ"פ, איך האב אסאך צו שרייבן. א חלק וועלן מיך רופן צו פארפרומט, א חלק אן אפיקורס. וועל איך שווייגן. איך וועל נאר אזויפיהל זאגן, אז די עסקנים פון אמאהל האבן געוויסט אז מען טוט זאכן "בעיקר" אונטער די פורהאנגען. שתדלנות האט מען געדארפט קענען. מען האט אסאך מער אויפגעטוהן שטילערהייט אונטערן טיש. נישט איעדע נושא, נאך דערצו אזאלעכע האקעלע זאכן וואס פון גדי אייגענע פרומע מאדערן ארטאדאקסן האט מען געליטן, וואס מאנכע האבן געהאלטן אז עס איז נישט קיין פראבלעם, האט מען געדארפט זיך אומגיין אויף א גאר האקעלע און דעליקעט וועג. נישט אז מען זאל נאך זאגן אז די חסידים זענען עקסטערמיסטן. וד"ל.

האסט א פוינט, אבער אינעם עצם ענין וויל איך נישט אריין גיין פאר א סאך סיבות, און למעשה וואס גייט מען טאקע טוהן אז ער וועט זיין די נאמינאציע? פארשטייט זיך אז דא אין ניו יארק גייט מען אים אינדארסן, און דער אשכול מוזען גונז זיין.

א נקודה וואס רירט אן א משהו וואס ווערט דא אויס געשמועסט איז שעלי סילווער וואס איז א ארטאדאקסישע איד און האט אינטרודוסט די אלע בילס נגד התורה אין אלבעני, און ווי אזוי מען האט זיך באנומען צו אים בברירה ובדלית ברירה. געדענקטס אז ווען עס קומט למעשה האבן מיר נישט קיין סאך ברירות און מען וואוט פאר וועם מען מוז. מיר זענען נאך אלץ אין גלות און מיר האבן זיך אלע מאל צוגעשטעלט לויט די מצב.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:12 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
בנוגע צו ער איז א שונא ישראל, צו א שונא דת... איך קען א פרומע איד וואס ארבייט פאר Bloomberg Media און ווערט גאר שיין באצאהלט און באהאנדעלט, אריינגערעכענט unlimited sick pay. וואס מען טרעפט היינט כמעט נישט אזיינס.



וואס האט הודי מיט כוש? אז עק צאלט שיין פאר זיינע ארבעטערס, און אז איינע פון די הונדרעטע ארבייטערס אין בלומבערג מידיא איז א היימישע איד מאכט דאס אים אויס שונא ישראל אדער שונא דת?
"איך זיך א פראטעקטאר פון מיינע פראטעקטארס" (היימיש)

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:19 pm

איך האלט נישט אז בלומבערג איז א שונא דת - ער האט בעסערע דאגות. די אויסגעשפראכענע שונאי דת זענען געווענדליך אנאימפלאיד אדער סתם שלאמזלנים און זיי גיבן אועס זייער ווייטאג אויף די אידן צוליב קנאה.
ביי בלומבערג איז דאס נישטא. ער איז אבער א שרעקליכע בעל גאוה און רעכענט זיך נישט מיט אנדערע. אבער לגבי אידעשקייט האט ער נישט קיין פראבלעם ווילאנג ס'שטערט נישט זיין אג'ענדע. ער האט מנדב געווען שווערע מיליאנען פאר איזראעלישע אינסטיטוציעס און שעמט זיל נישט צו אידענטיפייען אלץ איד.
אמך וואלט אבער קיינמאל נישט געוואוט פאר צוליב זיין ליבעראלע אידעאלאגיע וואס מאכט לייף מיזרעבעל

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:21 pm

איינער האט נאכגעזאגט א שקר גס בשם רמ"ד ניעדערמאן און יעדער איז דן בדבריו, איינער שטימט צו, איינער איז מחולק... ווער עס האט נאר אמאל גערעדט מיט רמ"ד ווייסט אז לא היו דברים מעולם.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:23 pm

דריידל האט געשריבן:ער האט מנדב געווען שווערע מיליאנען פאר איזראעלישע אינסטיטוציעס און שעמט זיל נישט צו אידענטיפייען אלץ איד.


דערפאר איז ער נישט קיין שונא הדת ? איזראעלישע אינסטוטציעס דארף צו זיין א ראי' אויף דת ?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:27 pm

צ/ק
אנשטאט אים באטיטלען אלץ נאר א "שונא דת" וואלט איך ענדערש געזאגט אז ער איז בכלליות א "שונא מין האנושי".

ער איז א געספוילטע אנגעבלאזענע ביליאנער וואס אלעס איז אלעמאל געגאנגען זיין וועג און קיינער האט אים קיינמאל נישט געטשעלענדזשט אויף עפעס, ולא עצבו אביו מימיו לאמר מדוע ככה עשית.

נישט אומזינסט האט ער קיינמאל נישט חתונה געהאט, אדער אויפגעשטעלט א פאמיליע, ער קען פשוט נישט האבן איינעם אין זיין לעבן וואס ער זאל דארפן זיך צושטעלן צו, אדער אמאל דארפן עפעס אוועקגעבן פון זיין אנוכיות.

אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זעהן אז דאס ליגט אונטער זיין גאנצע פערסאניליטי, און אסאך פון זיינע זאכן וואס ער שטייט פאר זענען אדעתא דהכי.
אני ואפסי, ואין עוד בלעדי.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:31 pm

באלייכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ער איז אין מיינד נישט אזוי ווייט העיטפוהל ווי ער דיסרעספעקט טראדישען אוועראלל און נאך מער קוקט ער עס אראפ ווען עס איז א ארטאדאקסישע איד - ער אליינס היט נישט גארנישט און רעספעקט נישט איינער וואס לעבט א העכערע לעבן און ער רעספעקט עס נאך ווייניגער ווען יענער איז א ערליכע איד.

וויט דעיט ביאינג סעיד לויפט ער אבער בכלל נישט אויף די פלאטפארמע, ער לויפט אויף די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי און ער איז עקסעלענט אין גאווערמענט מענעזשמענט און ריסטראקטשערן גרויסע קאמפעניס און אויף דעם לויפט ער.

ווער עס האלט אז ווער עס איז פרעזידענט מאכט אויס ביינונז היימישע אידען קען איך זעהן זיך צוריק האלטען פון שטומען פאר אים אבער ווער עס האלט אז א פרעזידענט מאכט נישט עכט אויס ביינונז היימישע אידער דאן איז ער א סאליד קאנדידאט.


א מין גערעדעכס, לאמיר פארשטיין געבען וואס די זאגסט. אויב האלטסטו אז דער מייקל האסט דיך, ער פיינט דיך, ער פארטראגט נישט דיין הלוך ילך אבער די ביזט פון דעי מענטשען וואס האלטן אז א פרעזידענט מאכט נישט אויס פאר דע בירגער פערזענליך, די האלטס צו האבן א פרעזידענט וואס קען באפרייען א רבאשקין איז זין לאז, ס'פעלט נישט אויס. דאן יא וואוט פאר מייק...

אגב, און די היינטיגע אמעריקע האט א פרעזידענט א שטארקע עפעקט אויף יעדען בירגער פערזענליך, די השחתה געזעצן איז געפערלעך, און ווער דער פרעזידענט איז מאכט א דיפרענס.

איר קענט זאגען אז איר האלט אז א פרעזידענט מאכט אויס - גראדע איז שוין דא געוועהן לאנגע באשרייבעכצער אז עס מאכט נישט אויס סאו סעיוו יור עקסטרע ברעיט. סאו אויב דו האלטסט א פרעזידענט מאכט יא אויס אין רובאשקין יוכיח וואוט פאר טראמפ, דאן וויל איך וויסען צו דו האסט געוועלט פאר קלינטאן ווייל ער האט ארויס געלאזט די סקווירא אידען און צו דו האלטסט אז איינער פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען וואלטען ארויס געלאזט רובאשקין אדער יעצט מיז מען וואוטען פאר טראמפ פארעווער?
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:33 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:נישט אומזינסט האט ער קיינמאל נישט חתונה געהאט, אדער אויפגעשטעלט א פאמיליע, ער קען פשוט נישט האבן איינעם אין זיין לעבן וואס ער זאל דארפן זיך צושטעלן צו, אדער אמאל דארפן עפעס אוועקגעבן פון זיין אנוכיות.

דו ביזט נישט דער ערשטער פון וועמען איך הער אז דער בלומבערג איז א אלטע בחור, און קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער א שנעלע זוך אויף וויקפידיע צייגט מיר אז ער איז געהעריג געווען חתונה געהאט פאר א לענגערע וויילע, און ער האט אפילו צוויי קינדער.
https://en.wikipedia.org/wiki/Michael_Bloomberg
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

צדיק בן צדיק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:35 pm

מיין פראבלעים מיט מיכל בלומבערג איז אז ער איז אנפרעדיקטעביל, ווער עס ווייסט נישט, איז ער געווען א ״לייף לאנג״ דעמאקראט, ביז ווען ער איז געלאפן פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי וואס דענסמאהל איז ער פלוצלינג געווארן א רעפובליקען, נאך צוויי טערמס ווען ער איז געלאפן פאר א דריטע מאל (די סיטי קואנסעל האט געטוישט די טערם-לימיטס געזעץ ספעציעל פאר איהם, סארא חוצפה) איז ער געווארן אן אינדיפענדענט וואס ער איז עד היום הזה ועד בכלל!

די אלע אינדיפענדענטס האבן א פראבלעים אז מען ווייסט נישט וואס גייט זיי אנכאפן מארגן און וואס זייערע פאליסיס וועלן זיין, ווער געדענקט ווען בלומבערג האט געוואלט מאכן א געזעץ וויפיל זאלץ רעסטוראנטן זאלן מעגן אריינלייגן אין זייערע עסען, וכדומה

די זעלבע מיט בערני סענדערס, און נישט פארגעסן די מלך פון אלע אינדיפעמדענטס אונזער הויכגעשעצטע פרעזידענט טראמפ יר״ה וואס כאטשיג וואס איך עגרי מיט רוב זיינע פאליסיס, איז נישט זיכער וואס ער קען נאך אלס אויפקומען מיט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11902
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:39 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

בפשטות איז גוט אז ווער עס שמועסט איבער די האקעלע נושאים זאל זיך פארשטעלן כאילו ער שרייבט אן ענגלישע בריוו צום ניו יארק טיימס. נישט קיין שפילעכל, ספעציעל יעצט.


מיט וואס זענען זיי בעסער ווי מייקל?


מזל מיינט מסתמא צו זאגן אז זיינע מענטשן, נישט די ניק, קענען אידיש אויך.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

נקודהלע
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:46 pm

מטעמים האט געשריבן:
באלייכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ער איז אין מיינד נישט אזוי ווייט העיטפוהל ווי ער דיסרעספעקט טראדישען אוועראלל און נאך מער קוקט ער עס אראפ ווען עס איז א ארטאדאקסישע איד - ער אליינס היט נישט גארנישט און רעספעקט נישט איינער וואס לעבט א העכערע לעבן און ער רעספעקט עס נאך ווייניגער ווען יענער איז א ערליכע איד.

וויט דעיט ביאינג סעיד לויפט ער אבער בכלל נישט אויף די פלאטפארמע, ער לויפט אויף די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי און ער איז עקסעלענט אין גאווערמענט מענעזשמענט און ריסטראקטשערן גרויסע קאמפעניס און אויף דעם לויפט ער.

ווער עס האלט אז ווער עס איז פרעזידענט מאכט אויס ביינונז היימישע אידען קען איך זעהן זיך צוריק האלטען פון שטומען פאר אים אבער ווער עס האלט אז א פרעזידענט מאכט נישט עכט אויס ביינונז היימישע אידער דאן איז ער א סאליד קאנדידאט.


א מין גערעדעכס, לאמיר פארשטיין געבען וואס די זאגסט. אויב האלטסטו אז דער מייקל האסט דיך, ער פיינט דיך, ער פארטראגט נישט דיין הלוך ילך אבער די ביזט פון דעי מענטשען וואס האלטן אז א פרעזידענט מאכט נישט אויס פאר דע בירגער פערזענליך, די האלטס צו האבן א פרעזידענט וואס קען באפרייען א רבאשקין איז זין לאז, ס'פעלט נישט אויס. דאן יא וואוט פאר מייק...

אגב, און די היינטיגע אמעריקע האט א פרעזידענט א שטארקע עפעקט אויף יעדען בירגער פערזענליך, די השחתה געזעצן איז געפערלעך, און ווער דער פרעזידענט איז מאכט א דיפרענס.

איר קענט זאגען אז איר האלט אז א פרעזידענט מאכט אויס - גראדע איז שוין דא געוועהן לאנגע באשרייבעכצער אז עס מאכט נישט אויס סאו סעיוו יור עקסטרע ברעיט. סאו אויב דו האלטסט א פרעזידענט מאכט יא אויס אין רובאשקין יוכיח וואוט פאר טראמפ, דאן וויל איך וויסען צו דו האסט געוועלט פאר קלינטאן ווייל ער האט ארויס געלאזט די סקווירא אידען און צו דו האלטסט אז איינער פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען וואלטען ארויס געלאזט רובאשקין אדער יעצט מיז מען וואוטען פאר טראמפ פארעווער?


קודם כל יא, איך האלט אז ווען סיי וועלכע קאנידאט לאזט ווען ארויס רובאשקן וואלט ער באקומען גאר אסאך שטוצע, והא ראיה גאר אסאך טראמפ העיטערס, ווי למשל וועלוועל שמעלצער, שמעון ראלניצקי און נאך זאגן אז דאסמאל וועלן זיי אים מוזן בע"כ ווידערערוויילן.

דאס וואס דו זאגסט וועגן סקווירא, האט געוויסע חילוקים, קודם כל ס'נישט געווען פרוי קלינטן אליינס נאר איר מאן, צווייטענס שטיל גערעדט, אסאך פון אונז דארפן נאך ליידער אביסל ארבעטן אויף פארגינען א צווייטע חסידות [מילד גערעדט] (משא"כ ליבאוויטש פילט קיינער נישט היייטניגע צייטן ווי זיי זענען ענליך צו אונז, און ער איז נישט אזוי ווייט ארויסגעקומען צו א רבי, וואס די העדליינס האבן געשיינט צו אים, נאר מער צו כלל ישראל, איז עס אסאך גרינגער צו פארדייען...) וויזוי פלעגט ער נאר זאגן? כ'האב ליב א יעדע איד, אפי' פון אסטראליע, כהאב נאר א פראבלעם מיט 10 - 15 שכנים... :grin: :-( - ודו"ק כי נכון הוא
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:49 pm

נקודהלע האט געשריבן:[
קודם כל יא, איך האלט אז ווען סיי וועלכע קאנידאט לאזט ווען ארויס רובאשקן וואלט ער באקומען גאר אסאך שטוצע, והא ראיה גאר אסאך טראמפ העיטערס, ווי למשל וועלוועל שמעלצער, שמעון ראלניצקי און נאך זאגן אז דאסמאל וועלן זיי אים מוזן בע"כ ווידערערוויילן.

[א[/size]


ווי מען זעט טאקע אז דיבלאזיע איז 'זייער פאפולער' ביי אונזער עולם, טראץ זיין ארויסגיין פון וועג לטובותינו איינמאל און נאכאמאל.

נאך איינער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:54 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:צ/ק
אנשטאט אים באטיטלען אלץ נאר א "שונא דת" וואלט איך ענדערש געזאגט אז ער איז בכלליות א "שונא מין האנושי".

ער איז א געספוילטע אנגעבלאזענע ביליאנער וואס אלעס איז אלעמאל געגאנגען זיין וועג און קיינער האט אים קיינמאל נישט געטשעלענדזשט אויף עפעס, ולא עצבו אביו מימיו לאמר מדוע ככה עשית.

נישט אומזינסט האט ער קיינמאל נישט חתונה געהאט, אדער אויפגעשטעלט א פאמיליע, ער קען פשוט נישט האבן איינעם אין זיין לעבן וואס ער זאל דארפן זיך צושטעלן צו, אדער אמאל דארפן עפעס אוועקגעבן פון זיין אנוכיות.

אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זעהן אז דאס ליגט אונטער זיין גאנצע פערסאניליטי, און אסאך פון זיינע זאכן וואס ער שטייט פאר זענען אדעתא דהכי.
אני ואפסי, ואין עוד בלעדי.

בינעך פלעין נייגעריג וואס דיין אנפניען אויף טראמפ איז?

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:56 pm

להודיע האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:[
קודם כל יא, איך האלט אז ווען סיי וועלכע קאנידאט לאזט ווען ארויס רובאשקן וואלט ער באקומען גאר אסאך שטוצע, והא ראיה גאר אסאך טראמפ העיטערס, ווי למשל וועלוועל שמעלצער, שמעון ראלניצקי און נאך זאגן אז דאסמאל וועלן זיי אים מוזן בע"כ ווידערערוויילן.

[א[/size]


ווי מען זעט טאקע אז דיבלאזיע איז 'זייער פאפולער' ביי אונזער עולם, טראץ זיין ארויסגיין פון וועג לטובותינו איינמאל און נאכאמאל.

פאפולער און שטיצן איז נישט דער זעלבע זאך, ווען מען הייסט מיר וואטן פאר דיבלאזיא אלס א הכרת הטוב וואלט איך אזוי געטוהן, און ווען איך וואוין אין סקווירא וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן.

און מען איז נאך נישט פארטיג נאר מיט רובאשקין, מען קוקט ארויס אויף די באפרייאונג פון נאך אידן.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:56 pm

אביונה האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך ווייס נישט אויף וואס ער לויפט, אבער אזא איינער (נאך דערצו א יוד) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז אידן ווואס אונז פיר מיר זיך שוין פאר 1000ער יאר, איז אן אפיקורס און א שייגאץ און ער טאר נישט באקומען קיין איין יודישע וואוט,



וואָו, וואָו, וואָו, אונז האמיר דא א סאליד פוסק אָן באָורד...

צו ער טאר נישט באקומען קיין איין אידישע וואוט קען איך נישט זאגן, ווייל איך בין נישט קיין פוסק, אבער לגבי ווער ס'איז אן אפיקורס פסק'נט די רמב"ם אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ח) אז "שלשה הן הנקראים אפיקורסין: האומר שאין שם נבואה כלל ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם, והמכחיש נבואתו של משה רבינו, והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם." דאס הייסט אז לויט'ן רמב"ם איז אן אפיקורס נישט דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז וכו'.
.

סיריעס?
דו האלסט טאקע אז דער צ.. רותחת מייק גלייבט אין נבואה?? אדער אין משה רבינו??
א יוד וואס רעדט אזוי קעגן אברהם אבינו, איז אן אפיקורוס למהדרין מן המהדרין,


איך האב מיך נישט באצויגן צו בלומבערג'ס פרעזענליכקייט, נאר צו יאנקעל פעדראטשיק'ס הנחה אז "אזא איינער (נאך דערצו א יוד) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז אידן ווואס אונז פיר מיר זיך שוין פאר 1000ער יאר, איז אן אפיקורס".

ווייל די וועלט ארבעט נישט אזוי אז איינער באשליסט די דעפענישאן פון א ווארט, און דאס איז עס.

נקודהלע
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:00 pm

להודיע האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:[
קודם כל יא, איך האלט אז ווען סיי וועלכע קאנידאט לאזט ווען ארויס רובאשקן וואלט ער באקומען גאר אסאך שטוצע, והא ראיה גאר אסאך טראמפ העיטערס, ווי למשל וועלוועל שמעלצער, שמעון ראלניצקי און נאך זאגן אז דאסמאל וועלן זיי אים מוזן בע"כ ווידערערוויילן.

[א[/size]


ווי מען זעט טאקע אז דיבלאזיע איז 'זייער פאפולער' ביי אונזער עולם, טראץ זיין ארויסגיין פון וועג לטובותינו איינמאל און נאכאמאל.

מ'מוז אים נישט ליב האבן, אבער יא שטוצן, ס'זעלבע ביי דיבלאזיאוי

אדרבה, נישט צו לאנג צוריק איז דא געווען אינעם אשכול איבער פעלדער'ס בריוו וואס פארלאנגט צו דעבלאזיאוי צו ריזיינען, דאכט זיך אריבער %90 פון דער עולם וואס האט געהאלטן אז פעלדער טוט אן עולה(!) (יא, בערך אזא % ווי די פערצענט טראמפ שטיטצער ס'דא ביי אונז [לויט עמי])
אויף דעם זאגט מען שאלת חכם חצי תשובה

יעצט זע איך אז @זארג נישט האט ארויסגעברענגט בערך די פוינט
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:16 pm

נקודהלע האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט וועגן סקווירא, האט געוויסע חילוקים, קודם כל ס'נישט געווען פרוי קלינטן אליינס נאר איר מאן, צווייטענס שטיל גערעדט, אסאך פון אונז דארפן נאך ליידער אביסל ארבעטן אויף פארגינען א צווייטע חסידות [מילד גערעדט] (משא"כ ליבאוויטש פילט קיינער נישט היייטניגע צייטן ווי זיי זענען ענליך צו אונז, און ער איז נישט אזוי ווייט ארויסגעקומען צו א רבי, וואס די העדליינס האבן געשיינט צו אים, נאר מער צו כלל ישראל, איז עס אסאך גרינגער צו פארדייען...) וויזוי פלעגט ער נאר זאגן? כ'האב ליב א יעדע איד, אפי' פון אסטראליע, כהאב נאר א פראבלעם מיט 10 - 15 שכנים... :grin: :-( - ודו"ק כי נכון הוא


סאו די זאגסט בעיסיקלי אז ווען טראמפ וואלט באפרייט א סקווירא חסיד וואלט ער נישט געמיינט כלל ישראל נאר סקווירא, אבער ווען ער באפרייט א חב"ד'סקער וואס קיינער פילט נישט ווי זיי ענדלען צו כלל ישראל האט ער עס פשוט געטוהן פאר כלל ישראל...

נקודהלע
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:28 pm

אידישע געדאנקען האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט וועגן סקווירא, האט געוויסע חילוקים, קודם כל ס'נישט געווען פרוי קלינטן אליינס נאר איר מאן, צווייטענס שטיל גערעדט, אסאך פון אונז דארפן נאך ליידער אביסל ארבעטן אויף פארגינען א צווייטע חסידות [מילד גערעדט] (משא"כ ליבאוויטש פילט קיינער נישט היייטניגע צייטן ווי זיי זענען ענליך צו אונז, און ער איז נישט אזוי ווייט ארויסגעקומען צו א רבי, וואס די העדליינס האבן געשיינט צו אים, נאר מער צו כלל ישראל, איז עס אסאך גרינגער צו פארדייען...) וויזוי פלעגט ער נאר זאגן? כ'האב ליב א יעדע איד, אפי' פון אסטראליע, כהאב נאר א פראבלעם מיט 10 - 15 שכנים... :grin: :-( - ודו"ק כי נכון הוא


סאו די זאגסט בעיסיקלי אז ווען טראמפ וואלט באפרייט א סקווירא חסיד וואלט ער נישט געמיינט כלל ישראל נאר סקווירא, אבער ווען ער באפרייט א חב"ד'סקער וואס קיינער פילט נישט ווי זיי ענדלען צו כלל ישראל האט ער עס פשוט געטוהן פאר כלל ישראל...


כ'האב דאס נישט געזאגט

כ'האב געזאגט אז מענשטן (נישט וואס דער פרעזידענט מיינט, נאר אונז חסידים צווישן זיך) קענען זיך ליידער גרינגער פרייען אזוי. נישט אז ס'איז גערעכט, נאר נישט יעדער איז גענוג אויסגעארבעט... ודי בזה. (כ'מיין אז ווען משפחת הירצפעלד האט באקומען זייער באליבטע ווען פאר די 4 קראנקע קינדער האבן זיך מענטשן מער געפריידט ווי ווען אונזערע חסידות'ן האבן געהאט גוטע טשערעטי קאמפיין וכו')
אגב סתם פאר דיין אינפאוי: חב"ד איז אויך פון כלל ישראל און זיי זענען אויך א חסידות.

פארפארן אביסל, צוריק צו בלומבערג...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:46 pm

לאמיר אוועקגיין פון יודישקייט א מינוט
דער וועט ארויסגעבען יעדן צווייטן טאג פרישע גזירות אווי זיין היסטארי אין נוי יארק האט געוויזן

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:49 pm

איך ווייס נישט וויאזוי ער קען געווינען א דעמאקראטישע פריימערי.

איך האב די לעצטע פאר טעג געלייענט די דעטאלן פון עטליכע פריימערי אנקעטעס, און מיין אויג האט אויפגעכאפט אז ביי אלע האט בלומבערג דריי מאל א אומגינסטיגע ראטע ווי די אנדערע דעמאקראטן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:08 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי ער קען געווינען א דעמאקראטישע פריימערי.

איך האב די לעצטע פאר טעג געלייענט די דעטאלן פון עטליכע פריימערי אנקעטעס, און מיין אויג האט אויפגעכאפט אז ביי אלע האט בלומבערג דריי מאל א אומגינסטיגע ראטע ווי די אנדערע דעמאקראטן.

ווייל אויב עס זאל זיך אויס לאזן ביי א בראוקערד קאנווענשן סענדערס אדער ער, קען שטארק ימלט זיין אז די רוב וועלן וואוטן פאר אים. נישט ווייל מען וויל אים נאר ווייל מען וויל נישט דער אנדערע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

guar
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

תגובהדורך guar » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:30 pm

איך מיין אז דאס וואס בלומבערג, שטייגן און די פאולס איז נאר טעמפארערי, ווייל קיין איין קאנדידאט האט זיך נאך נישט עכט גענומען איבער זיינע ביינער געהעריג סוף כל סוף לויפט ער נישט און די פריע שטאטען, אבער איינמאל ער קומט אופן אובנאן אוי וועט גיין מכות, בפרט דעם "סטאפ ענד פריסט" פראגראם וואס ער האט איינגעפירט קעגען די שווארצע וועט אים יעצט אזוי בעקפייערען, אימזיסט מעג ער וויינען מיט קראקאדייל טערערן אז ער טוט תשובה, ער האט געמאכט א טעות, די שווארצע וועלען אים דאס נישט מוחל זיין, ווייל דאס ווייזט בעצם זיין פארדארבענע נאטור, זיין סעלף העיטינג פיפל, ער האט פשוט פיינט די מענטשהייט, און אוודאי מענארעטי און להבדיל יודן ובפרט חסידישע, נאר יעצט כדי צו געווינען טוט ער מכלומרשט תשובה, און האפענטליך וועט ער טראסקענען און די פאולס און וועט דארט טרעפן זיין ענדע,
מיר סיטי איינווינער האב מיר זייער אסאך עקספיריענס מיט דעם מאניאק און בעל גאווה וואס ס'איז נישטא זיינס גלייכן, ער האט פראבירט ענג צו מאכן פאר די מענשטהייט מיט וואס נאר מעגליך, יעדן טאג נייע גזירות, זאלץ צוקער, סאדע, בייק לענס, גהעכערט אויף מער ווי דאפעלט פארקינג שטראפן, וכו וכו איך געדענק נישט אלעס, אלעס מכלומרשט פאר די ווילזיין פון די מענטשהייט, אבער עס איז שקר וכזב ער איז א שרעקליכער מושחת במידות, קוקט אויף יעדעם פון אויבן אראפ, ער האט ליב צו פייניגן א צווייטן, נישט אימזיסט איז ער אן אלטער בעטשלער, און זיין אדמיניסטראציע האט יעדער געציטערט פון אים אפילו צו זאגן עפעס א קריטיק אדער וואס, MONEY TALKS ,
טראמפ קען זיך פארשטעקן פאר בלומבערגס פארדארבענקייט, און דאס וואס ער וויל אראפזעהן טראמפ איז נישט מחמת ער וויל ראטעווען אמעריקא אדער ער האט נישט ליב זיינע פאלעסיס, נאר פשוט פאר זיין עגאיזם ער האלט נישט אויס און פגרט אוועק אז טראמפ האט געוואנען די פרעזידענסי, הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם.... אויב מען קען אים בכלל אנרופן אדם.
איך האף נאר אז בערני מיט די אנדערע קאנדידאטן וועלן אים צומאלן [שאר הקללות נמחקו]

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג פאברואר 11, 2020 11:56 pm

מרדכי בן זאב הלל בלומבערג

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:50 am

חברה, לאמער וואוטן פאר בלומבערג, אמעריקא גייט ווערן א לאנד צו די זאך! 16 אנסעס סאדע? ארויס! האט קאפס? ארויס! מציצה? אסור! גאנס מעגן נאר גענג מעמבערס האבן און פאר א נויט העט מען נאך אפשאפן בעיל...

וואוט פאר מייק!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביסל טיפער, בשבילי נברא, דוקטור, טשעירמאן, יאנקעל פעדראטשיק, ירוושלמי22, נו שוין, פ' לך לך, פרייליכען, ר' זעקל און 59 געסט