אייוועלט באריכטן ארויס פון די שטום בודקעס-2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך פאברואר 12, 2020 7:48 pm

די chairman פון די Iowa דעמאקראטישע פארטיי האט רעזיגנירט, צוליב די חרובע ציילונג

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:58 pm

למעשה זענען די ניו העמשיר ציפערן נאכנישט סערטיפייד, און עס איז צוגעקומען נאך אפאר טויזנט, לויט די אפיציעלע ציפערן האבן די דעמאקראטן געהאט איבער דריי הונדערט טויזנט שטימען!

Updating for preliminary total ballots cast posted on the NH SoS site (h/t @cinyc9):

Dem 300,622
Rep 156,418
Total 457,040

VEP turnout rate of 42.4%
https://t.co/pby6muqrhT
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דערווייל איז נאכניש געפראווד געווארן קיין סוירדזש אין די דעמעקראטישע פריימערי! ווען סעט זיין א סטעיט וואס לאזט נאר דעמעקראטן, דעמאלטס קעמען רעדן פון א סוירטש...

פארקערט דאס צייגט ווי שטארק דעמאקראטן זענען, אז אפילו אינדעפענדענטס און רעפובליקאנער שטראמען צו זיי. אזש אז זיי ברעכן אלע רעקארדס!

וואס? אז זיי וואוטן פאר סענדערס און האקן ליצנות פון די דומע ליבעראלן?
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:05 pm

כ'גלייב שווער, סענדערס האט בלויז פארלוירן מעסיוולי פון לעצטע געלויף. די וואס האבן שיין פארדינט זענען די מעסיגע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:56 pm

עס איז גאנץ קלאר געווען אסאך קעיסיק וויילער פאר עמי.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:09 am

צל עובר האט געשריבן:קענסט עס ספינען ווי אזוי דו ווילסט, ניינטי פייוו פראצענט, האט ער ניכט.

עניוועי, די דעמאקראטן האבן געבראכן די 08 טוירנאוט! דער עולם כאפט וואס דאס מיינט? יענע יאר זענען איבער 36 געגאנגען שטימען אין די דעמאקראטישע פריימערי, ביי פאר די מערסטע אין די היסטאריע, מיט מיליאנען מער ווי די דעמאקראטן אדער רעפאבליקאנער בלוטיגע פריימעריס אין 16, וועלכע האבן ביידע געהאט אין די געגענט פון 30 מיליאן שטימען.

איי אייאווע? עס איז שוין היינט היפש א רויטע סטעיט, און סוף כל סוף האבן מענטשן ווייניגער געדולד צו זיצן אזא פיר פינעף שעה בײ א קאוקעס ווי צוועלף יאר צוריק.

סא טראמפ האט נישט קיין 95%.
1 אין ניו העמפשיר איז דא א אפענע פריימערי אז טראמפ האסערס קענען אריינקומען אין שטימען אקעגן אים
2 טראמפ האט אנגעצויגן איבער 85% קאמפערט צי אבאמא אין 12. האט באקומען איבער 81% אין בוש אין 04. האט באקומען איבער 79%
תורה איז די בעסטע סחורה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:48 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דערווייל איז נאכניש געפראווד געווארן קיין סוירדזש אין די דעמעקראטישע פריימערי! ווען סעט זיין א סטעיט וואס לאזט נאר דעמעקראטן, דעמאלטס קעמען רעדן פון א סוירטש...

פארקערט דאס צייגט ווי שטארק דעמאקראטן זענען, אז אפילו אינדעפענדענטס און רעפובליקאנער שטראמען צו זיי. אזש אז זיי ברעכן אלע רעקארדס!



אקעי... שכח
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:50 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דערווייל איז נאכניש געפראווד געווארן קיין סוירדזש אין די דעמעקראטישע פריימערי! ווען סעט זיין א סטעיט וואס לאזט נאר דעמעקראטן, דעמאלטס קעמען רעדן פון א סוירטש...

פארקערט דאס צייגט ווי שטארק דעמאקראטן זענען, אז אפילו אינדעפענדענטס און רעפובליקאנער שטראמען צו זיי. אזש אז זיי ברעכן אלע רעקארדס!

וואס? אז זיי וואוטן פאר סענדערס און האקן ליצנות פון די דומע ליבעראלן?



נאו, זיי האבן געוואוט פאר פיעט/קלאובעטשער, אזוי וועלן ביידע, בלייבן אין די רעיס און לאזן בערני געווינען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:47 am

https://www.nytimes.com/2020/02/12/us/p ... e=Homepage

די ארטיקל אין ניו יארק טיימס איז מסביר אז ס'בכלל קיין ענטוזיאסטישער רעקארד ברעיקינג געווען אין נ.ה דעמאקראט פריימערי
געשריבן דורך: נעכטן

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 4:03 pm

עס איז ארויסגעקומען פרישע נומערן פון ניו העמפשער, בלומבערג האט באקומען 1.7 פראצענט אין די דעמאקראטישע פריימערי!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 4:26 pm

ליבלעך האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען פרישע נומערן פון ניו העמפשער, בלומבערג האט באקומען 1.7 פראצענט אין די דעמאקראטישע פריימערי!

וויאזוי קען זיין? די ס"ה פאר "אנדערע קאנדידאטן" איז דאך געווען 1.5% אלעס אינאיינעם?
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 4:59 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען פרישע נומערן פון ניו העמפשער, בלומבערג האט באקומען 1.7 פראצענט אין די דעמאקראטישע פריימערי!

וויאזוי קען זיין? די ס"ה פאר "אנדערע קאנדידאטן" איז דאך געווען 1.5% אלעס אינאיינעם?

אנדערע קאנדידאטן מיינט לכאורה פון דעי וואס זענען געווען אויף די בעלאטס, בלומבערג איז א רייט אין.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 5:09 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען פרישע נומערן פון ניו העמפשער, בלומבערג האט באקומען 1.7 פראצענט אין די דעמאקראטישע פריימערי!

וויאזוי קען זיין? די ס"ה פאר "אנדערע קאנדידאטן" איז דאך געווען 1.5% אלעס אינאיינעם?

אנדערע קאנדידאטן מיינט לכאורה פון דעי וואס זענען געווען אויף די בעלאטס, בלומבערג איז א רייט אין.

ניין. דאס איז באזונדער פון די 33 קאנדידאטן אויפן בעלאט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:52 pm

מאדנע ווי אלע וואס קענען נישט סטאפן רעדן אז טראמפ האט נישט 95% וועגן איין סטעיט מיט א אפענע פריימערי פארגעס"ן עפעס פון אייאווע.. דארט האט טראמפ געווינען מיט 97%! נאך מיט וואלש אין די פיעלד [...] ווי זענט עטס געווען לעצטע וואך שרייען אז טראמפ איז א ליגנער, ער זאגט 95 ווען באמת איז עס 97! הא?

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין מיינונג צי ער האט יא אדער נישט 95%, ס'געפעלט מיר נאר די בולט'ע טשערי פיקינג נאך מיט די גלאטע פנימ'ער.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:56 pm

א קאוקעס, פובליק! אין פובליק האט ער %100 טאקע, אינטערסאנט ס'נאר %97

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:07 pm

עס איז געווען א קאוקעס ווי מען שטימט ברבים, און די גאנצע דעבאטע איז געווען נאך אייאווע פאר ניו העמשיר, אויב טראמפ ברויך קאמפיינען אין [אייאווע און] ניו העמשיר זיך צו קענען ווייטער איינרעדן אז ער האט 95, וואס געוויסע ניקס זענען געווארן אפענדעט, און געקלעימט אז די איינרעדעניש איז גאר אז ער האט נישט, האט מען געברענגט אביסל ניו העמשיר אנקעטעס, אז זיי זאלן אביסל זעהן וואס טוצעך, אבער די אפענדעט חברה זענען ווייטער געווען רעלענטלעס. וועגן דעם דערמאנט מען זײ נאך ניו העמשיר..

אז קיין 95% האט ער נישט.

אויב דו ווילסט דווקא, ביידע אינאיינעם האט טראמפ געהאט ארום 87%-88%, זינט אין אייאווע איז בלויז געווען אביסל איבער 30 טויזנט רעפאבליקאנער שטימען, קעגן איבער 150 טויזנט אין ניו העמשיר.

אבער דער עיקר פוינט איז אז דער גאנצער שמועס האט זיך אנגעהויבן מיט אייאווע פרייסד אין.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:50 am

@צל שיין פארענטפערט

ביי די וועי 88 % איז אויך הערליך פאר די רעפאבליקענס

88 און 95 א נישטיגע 7 % ביני לביני מה הוא...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:58 am

כאפצעם האט געשריבן:א קאוקעס, פובליק! אין פובליק האט ער %100 טאקע, אינטערסאנט ס'נאר %97

און דאס אז ניו העפשיר איז אן אפענע פריימערי וואו אויך דעמאקראטן קענען שטימען? דאס מאכט נישט אויס...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:32 am

שליו ודגים האט געשריבן:@צל שיין פארענטפערט

ביי די וועי 88 % איז אויך הערליך פאר די רעפאבליקענס

88 און 95 א נישטיגע 7 % ביני לביני מה הוא...


88% איז גאר גאר שיין, און איז זייער נאנט צו די נעשענעל אנקעטעס, אבער די דעבאטע דא איז געווען איבער די 95%, וואס טראמפ האט נישט.

אבער ער וויל מאיזה סיבה שהוא אונז/זיך איינרעדן אז ער האט יא.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:36 pm

די ענגילטיגע רעזולטאטן פון די 2020 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימערי אין ניו העמפשור איז ווי פאלגענד:

סאנדערס: 25.6%
בוטידזשעדזש: 24.3%
קלאבוטשער: 19.7%
ווארען: 9.2%
ביידען: 8.3%
סטייער: 3.6%
גאבארד: 3.3%
יענג: 2.8%
בלומבערג: 1.6%
פטעטריק: 0.4%
טראמפ: 0.4%
בענעט: 0.3%
די איבריגע 23 נעמען אויפ'ן בעלאט, 17 רעגעסטרירטע רייט-אינ'ס, און אלע אנדערע רייט-אינ'ס: 0.5%

בלומבערג און טראמפ זענען נישט געווען אויפ'ן בעלאט, נאר זענען געווען רעגיסטרירטע רייט-אינ'ס.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:26 pm

פאר די אלע וואס זאגן אז בערני און די לינקע לאגער וואלטן געדארפט זיין פיל שטערקער נעמענדיג אין באטראכט 2016, האב איך באטראכט די רעזולטאטן און איך באמערקט דאס פאלגענדע:

אין די פריסינקטס ווי בערני איז געווען אין 2016 שטערקער ווי די סטעיט דורכשניט, איז טוירנאוט ארויפגעגאנגען פיל שוואכער ווי אין די געגנטער ווי ער איז געווען אין 2016 געווען שוואכער ווי די סטעיט דורכשניט.

מער פונקטליך געזאגט: אין ניו העמפשור זענען דא דריי הונדערט פריסינקטס, און די הונדערט שטערקסטע בערני 2016 פריסינקטס (ער האט באקומען דארט א סך הכל פון 72%) איז טוירנאוט ארויף מיט ווייניגער פון ניין פראצענט, אין די הונדערט שוואכערע פריסינקטס פאר בערני אין 2016 (ער האט באקומען דארט א סך הכל פון 64%) איז טוירנאוט ארויף מיט איבער צוואנציג פראצענט, און אין די הונדערט שוואכסטע בערני 2016 פריסינקטס (ער האט באקומען דארט א סך הכל פון 55%)איז עס ארויף מיט איבער 23 פראצענט!

דאס הייסט אז גאר א גרויסע טייל פון בערני'ס שטארקייט אין ניו העמפשור אין 2016 איז געווען צו פארדאנקען דאס אז די מעסיגע האבן נישט געהאט קיין אויסוואל, און די איינע קאנדידאטקע וואס זיי האבן שוין יא געהאט איז געווען די טרוקענע פארהאסטע קלינטאן, און דערפאר זענען גאר אסאל פון זיי געבליבן אינדערהיים, געבנדיג די געלעגנהייט פאר בערני צו באקומען אזעלכע גרויסע פראצענטן אין די סטעיט טראצדעם וואס פיל א קלענערע פראצענט פון דעמאקראטישע וויילער וואלטן געשטימט פאר אים.

אבער יעצט ווען די מעסיגע האבן א ריזיגע אויסוואל, זענען זיי געקומען שטימען אין די מאסן, און האט צוגעברענגט אז די לינקע פליגל איז געווען דארט אסאך שוואכער ווי דעמאלס.

און באמת האט די גאנצע זאך אז די לינקע זענען אין ניו העמפשור איבער זעכציג פראצענט נישט געהאט קיין פשט, ווייל זיי זענען אין ערגעץ נישט אזוי שטארק, אין ניו העמפשור איז בכלל נישט באקאנט צו זיין א ספעציעל לינקע סטעיט. און די נאראטיוו אז מ'שטימט פשוט פאר'ן שכן האט אויך נישט קיין זין ווען מ'רעדט פון אזא שטארקע חילוק אין א פארמעסט מיט אזעלכע אידעאלאגישע דיפערענצן (און מ'דארף געדענקען אז קלינטאן איז אויך געקומען פון די דערנעבנדיגע ניו יארק...), אבער אז מאסן מעסיגע בלייבן אינדערהיים קען מען עס שוין פארשטיין.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 9:35 pm

דעמאקראטישע פארטיי אין נעוואדע מעלדט אז 11,800 מענטשן האבן היינט געשטימט אין די נעוואדע עירלי וואוטינג

טעיפ רעקארדער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

תגובהדורך טעיפ רעקארדער » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 10:19 pm

עס זענען אויך דא רעזולטאטן פאר וועם מען האט געשטימט?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 10:45 pm

אודאי נישט.

די ציפערן זענען פון ביז 5 אזייגער ביי זיי, דאס איז אכטע איסטערן.

עס איז אויך דא ערלי וואויטינג ביז דינסטאג, אבער אויף א קלענערן פארנעם.

די קאוקעס אליינס וועט זיין שבת קודש פרשת משפטים.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:47 am

וויאזוי ארבעט ערלי וואויטינג ביי א קאוקעס?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אוצר און 35 געסט