אייוועלט באריכטן ארויס פון די שטום בודקעס-2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

אייוועלט באריכטן ארויס פון די שטום בודקעס-2020 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:43 am

ברוכים הבאים!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:43 am

ווי שוין איבערצייגט מערערע מאל איז פאסיג צו האבן א באזונדערע אשכול פאר נייעס און נאטיצן איבער סיי וועלכע טעמע וואס ווערט איבערגעהיצט מיט דעבאטעס און רעטאריק

עס זענען דא פארשינדארטיגע מיינונגען דערוועגן דא אויפן וועלטל אבער גענוג וועלן קענען עדות זאגן איבער די תועלת פון א צוטיילטע אשכול פארמאט אין די נארוואס פארלאפענע אימפיטשמענט עפאכע ווען עס איז געווען א באזונדערע ווינקל וואס האט געדינט אין מערסטנס פעלער פאר נייעס און נאטיצן און גאר באגרעניצטע לייכטע אויסטוישן דא און דארט

דעריבער קען די ווינקל דא דינען אלץ געוואונטשענע פלאטפארמע פון ווי צו מעלדן טרוקענע אפדעיטס ארויס פון די שטום בודקעס אנגעהויבן מארגן נאכט ווען וויילער אין אייאווע גייען אפגעבן זייערע שטימען און אפילו אפדעיטס אין די טעג בעפאר די וואלן אבער ממש נאר איבער נאטיצן ארום די טוירנאוט וכדומה

אנקעטעס און געווענליכע קאמפיין נייעס ביטע פארזצען אינעם אנדערן אשכול ווייל עס וועט פארדרייען דעם אשכול פון איר באגרענצטע ציהל

קיינער איז נישט פארפליכטעט צו אנערקענען אין די לעגימיטעט און זיך רעכענען מיט די עקזיסטענץ פון די אשכול און ווער עס שפירט פאר בעסער צו באריכטן אינעם דעבאטע אשכול יעשה את שלו בכל הכבוד אבער פאר די וועלכע שפורן יא אז אזא געדאנק איז בעסער זאל די דאזיגע אשכול דינען דעם צוועק

אזויפיל יא, ביטע ביטע ביטע נישט אנפיקעווען דעם אשכול מיט ענדלאזע קריגערייען איבער אויב די אשכול פעלט אויס אדער נישט און אויב מערסטנס מיטגלידער וועט עס נישט געפעלן וועט די אשכול סייווי לאנדן אויפן גרונד שנעלער ווי די פארלירער אין די מארגנדיגע קאקוס

יישר כח
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג פאברואר 03, 2020 9:14 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:44 am

א וויכטיגע הקדמה האסטע פארגעסן
הבל הבלים אמר קהלת הכל הבל
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:44 am

א לעכטיגן פרימארגן!

מארגן אוונט גייט ווערן אפגעגעבן די ערשטע שטימען אין די 2020 למספרם פריימערי סעזאן מיט דעם וואס וויילער פון ביידע פארטייען גייען מאכן זייער אויסוואל אין די אייאווע קאקוס און פאלגענד איז א שטיקל באריכט איבער וואס עס גייט זיך מארגן אפשפילן און כאטש א שמעק פון וואס איז צו ערווארטן

די קאקוסעס ווערן אפגעהאלטן צושפרייט לענגאויס 1678 פריסינקטס אויף די דעמאקראטישע זייט און די אויפגאבע פון איטליכער קאמפיין איז צו געפונען א קאמפיין ארגאנאזירער וועלכע זאל פארזיכערן ווי מער שטיצער פונעם קאמפיין זיך צו באווייזן און איבערצייגן אומבאשלאסענע וויילער פארוואס זייער קאנדידאט איז דאז מערסטע געאייגנט צו ווערן ערוועלט אלץ די פארטיי'ס נאמיני

ארויסצוברענגן וויילער אין אזא טאג קען זיין היבש שווער און קאמפיינס דארפן צו האבן עכט מאטיווירטע ארגאנאזירערס וועלכע זאל ארויסשלעפן וואס מער מענטשן פון שטוב פאר א מיטינג וועלכע קען רואיג געדויערן א שטונדע אדער צוויי

די באדייט פון די ווארט קאקוס איז אן אלטע אויסדרוק צו באצייכענען א מיטינג וואו מען ערלעדיגט ביזנעס אנגעלעגנהייטן און איז היסטאריש גענוצט געווארן צו באצייכענען די צוזאמקומפטן אין אייאווע אין וועלכע עס זענען ערלעדיגט געווארן די ביזנעס פון די לאקאלע סטעיט פארטייען

די אייאווע קאקוס גייט שוין צוריק פאר לאנגע יארן און פלעגט דינען הויפטזעכטליך צו באשטימען פארטיי ווירטשאפט, ערוועלן דעלעגאטן צום סטעיט פארטיי קאנווענשאן ביי וועלכע מען פארמירט די פארטיי פלאטפארמע און אגענדע
די דאטום פונעם קאנווענשאן פלעגט זיין אלעמאל אנדערש און געווענליך טיף אריין אין די פרעזידענט פריימערי סעזאן וועלכע האט געמיינט אז די פארמעסט פאר פרעזידענט פלעגט שפילן גאר א קליינע ראלע אין די קאקוס און גאר ווינציג איינפאכע וויילער פלעגן זיך דארט באטייליגן

אזלעכע מיטינגען פלעגן געווענליך פאסירן ווען צום ביישפיל, דזשאן סמיט וועלכע איז געווען א סטעיט פארטיי באאמטע האט זיך פארבונדן טעלעפאניש מיט ריק דעיוויס וועלכע האט פונקט ווי אים אויף פארנומען א פאזיציע אין די פארטיי און די צוויי האבן זיך אפגעשמועסט ווען זיך צו טרעפן אין עימיצן'ס סאלאן און דארט "אפגעראכטן" די קאקוס

אין 1968 למספרם האט די פארטיי באשטעטיגט א טויש צו זיין מער אפן מיטן פובליק און איינגעפירט אז מען מוז פארעפנטליכן די דאטום און לאקאל פון די מיטינגען 30 טעג בעפאר זיי ווערן אפגעראכטן

די קליינע רעפארם האט אבער געעפנט די וועג פאר א מאסיווע טויש אינעם גאנצן קאקוס סטרוקטור וועלכע האט נאכגעפאלגט בלויז 4 יאר שפעטער ווען די פארטיי האט אנערקענט אין די גלענצנדע געלעגנהייט פון שענקן מער אויפמערקזאמקייט צום פראצעדור האט דאן ארויפגערוקט די דאטום פון די קאקוס צו פעדערן די ביז דאן ערשטע סטעיט ניו העמפשיר און אזוי איז די סטעיט צוביסלעך אויסגעשטיגן אלץ די ראש המדברים אין די פרעזידענט פריימעריס פארמעסטן

זינט א קאקוס איז אזוי אנדערש ווי א געווענליכע פריימערי און גאר אייגנארטיג וועלן קאמפיינס פרובירן צו טרעפן קאקוס ארגאנאזירער וועלכע זענען פון די באטרעפנדע געגנט און קענען זיך מיט לאקאלע איינווואוינער ווייל עס איז גרינגער צו באארבעטן שכנים און באקאנטע

אן עקסטערע מיסיע פאר די ארגאנאזירער וועט זיין צו האלטן אן אויג אויף באשלאסענע וויילער וועלכע פלאנען צו שטימען פאר קאנדידאטן וועלכע וועלן פארפעלן אנצוציען אין זייער פריסינקט די נויטיגע 15% און דאן אויטאמאטיש ווערן אן אפענע ציהל פון די ארגאנאזירער זיי אריבערצוגעוואונען צו זייער זייט ביי די נאכפאלגענדע רונדע

די ציפער דעמאקראטישע וויילער אין אייאווע איז ערווארטעט צו זיין גאר הויך און געשאצט צו גרייכן ערגעץ צווישן 100 און 200 טויזנט און זייער העכסטע רעקארד דערווייל איז געווען ארום 240 טויזנט

ווי געשריבן וועלן רעפובליקאנער אויך קאקוסן אין די זעלבע נאכט זינט די רעפובליקאנע סטעיט פארטיי האט אנדערש ווי א רייע סטעיט פארטייען נישט אפגערופן די קאוקאס אבער עס איז נישט ערווארטעט קיין ערנסטע באטייליגונג זינט פרעזידענט טראמפ איז דער ערוואטעטער זיגער

אויפן רעפובליקאנע טיקעט וועלן ערשיינען פרעזידענט טראמפ צוזאמען מיט זיינע אפאנענטן וואלש און וועלד וועלכע זעענען ביידע היינט אין די מאין אייאווע

די רעלעוואנץ וואס רעפובליקאנער וויילער קענען פארט האבן אין די מארגנדיגע פראצעדור איז די לייכטע וואל געזעצן אין אייאווע וועלכע ערלויבט וויילער צו טוישן פארטיי רעגיסטראציע אויפן ארט בעפאר די וואלן וואס באדייט אז רעפובליקאנער וועלכע האבן אן אינטערעסע צו העלפן באשליסן ווער עס איז די דעמאקראטישע געוואונער קען טוישן פארטיי פאר א נאכט און אזוי קענען אריינרעדן אין די דעמאקראטישע פארמעסט

דעמאקראטישע קאנדידאטן וועלכע זענען געווען אראפגעבונדן אין די לעצטע וואכן אין סענאט האבן נארוואס באקומען עטוואס מער צייט צו קאמפיינען און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב און וויפיל ערנסטע שאדן זייער אפוועזנהייט אין די סטעיט אין די לעצטע קריטישע טעג האט זיי אפגעקאסט

טראץ וואס די סענאטארן וועלכע לויפן פאר פרעזידענט האבן טאקע נישט געקענט אלינס קאמפיינען אין די סטעיט האבן זיי יא פרובירט צו האבן דארט זייערע פארטרעטער וועלכע זאל אנהאלטן ענערגיע צווישן זייער שטיצער ווי עליזאבעט ווארען וועלכע אהין געשיקט איר צו קאמפיין אויפטריטן איר מאן און איר הונטל

אצינד א שטיקל בליק אויף עלעקשאן נאכט:
אום אכט אזייגער איסטערן טיים אין אוונט הויבן זיך אן די קאוקאסעס אבער די טיהרן עפענען זיך שוין א שטונדע בעפאר
די לאקאלן זענען נישט די זעלבע ואו מען שטימט אין די אלגעמיינע וואלן און איז טייל פון די ארבעט פון די ארגאנאזירער צו פארזיכערן אז מענטשן זענען באקאנט וואו אהין צו גיין זייענדיג אין מערסטנס פעלער לאקירט אין אזלעכע ערטער ווי שולעס אין גימאנעזיום'ס

איינמאל מען איז געשטאנען אין ליניע אריינצוגיין בעפאר זייגער אכט (אויפן ניו יארקער זייגער) קען מען מער נישט ווערן אפגעוויזן איינטריט און ווי עס מאכט זיך אפט ווען עס איז דא לאנגע ליניעס וועלן די באאמטע ערשט אפשפארן די לאקאלן שפעטער ווי געפלאנט

יעדע פריסינקט באקומט צוגעטיילט פון די פארטיי א טעמפארערי פארזיצער וועלכע טוט איינפעדימען די קאקוס און ער פירט אדורך אן אפשטימונג און אין געווענליכע פעלער ווערט יענער אריינגעשטימט אנצופירן מיט די גאנצע פראצעדור און דערנאך וועלן טייל קאמפיינס פארלאנגען און באקומען א געלעגנהייט אז זייער ארגאנאזירער קורצליך צו פארשטעלן זייער קאנדידאט און זייערע אייגנשאפטן

די פראצעדור דערנאך איז אנדערש ביי די צוויי פארטייען און ביי די רעפובליקאנע פארטיי איז זי מער איינפאך ווען אלע אנוועזנדע וועלן זיך זעצן צום טיש און יעדער וועט אויספולן א פאפירענע בעלאט און אריינווארפן אין א שאכטל וועלכע ווערט דערנאל געפנט דורך פארזיצער וועלכע ליינט פאר אלע בעלאטס פארנט פון יעדן און דאן שיילט זיך ארויס א געוואונער מאכנדיג די סיסטעם גאר ענליך צו א געווענילכע פריימערי מיטן אויסנאם אז דא קען יעדער מיטהאלטן פאר וועם מען יעדער שטימט

ביי די דעמאקראטן איז עס אביסל מער קאמפליצירט ווען טראץ וואס מען מעג אפיציעל זיצן וועט עס געווענליך נישט פאסירן נאר די וויילער גרופירן זיךארום די ארגאנאזירער פון די קאנדידאט וועם זיי שטיצן און יעדע גרופע שטעלט זיך ביי א באזונדערע ווינקל אין צימער
געוויסע קאמפיינס קענען ארויסשטעלן טעוועלעך צו רופן פאר שטיצע און אפילו אויסטיילן קוכן און אנדערע איבערבייס

אין קלענערע פריסינקטס וועלן גלייך קלאר ווערן אז געוויסע גרופעס ציען אן ווינציגער ווי 15% און דאן געדויערט ארום 15 מינוט פאר די שארית הפליטה פון די שוואכע קאנדידאטן צו באשליסן וואס זיי ווילן טוען
זיי קענען ווערן צוגעצויגן צו אנדערע קאנדידאטן אדער איינפאך פארלאזן דאס ארט און זיך גיין לייגן שלאפן און דערנאך קומט פאר די ענדגילטיגע ציילונג צו זעהן וויפיל יעדע קאנדידאט באקומט

וואס פאסירט נאכדעם איז אזוי:
ביז היינט איז געווען בלויז איין אפיציעלע באריכט ארויס פון יעדע פריסינקט וועלכע האט איינפאך איינגעמאלדן וויפיל פראצענט דעלעגאטן יעדע קאנדידאט גייט באקומען צום סטעיט קאנווענשאן פונעם באטרעפנדער דיסטריקט און די באריכט האט די מידיא גענוצט צו קענען באריכטן ווי זאכן האלטן

די דאזיגע סיסטעם האט באדייט אז מען האט פלעגט נישט באקומען קיין באריכטן איבער וויפיל מענטשן האבן געשטימט פאר וועלכע קאנדידאט נאר בלויז די פראצענט דעלעגאטן יענער באקומט צוגעטיילט

אין אן ערשט מאליגן טויש האט אבער די פארטיי איינגעפירט אז היי יאר גייט זיין א באזונדערע ציילונג ווי וויילער גייען קענען גלייך ביים אנקומען אויספולן א פאפיר און אויסקלויבן זייער בעפארצוגטע קאנדידאט און אויך האבן א שאנס צו שרייבן ווער זיי וועלן אויסקלויבן אלץ צווייטע אויסוואל אין פאל זייער קאנדידאט ציעט נישט אן די מינומום 15%
די טויש באדייט אז די פארטיי וועט האבן פאפירענע רעקארדס אין פאל סיי וואס ווערט אומקלאר איבער די אויסגאנג און אויך אז די פרעסע וועט האבן נאך א קוואל פון ווי צו באריכטן

דעריבער דארף מען וויסן צו ערוואטן דריי סארט ציפערן וועכלע זענען די ערשטע אויסוואל אויף די פאפירן, די רעכענונג נאכן איינשליסן די צווייטע אויסוואל און די הויפט באריכט וועכע פלעגט ביז היינט זיין די איינציגסטע באריכט און איז ערווארטעט צו פארבלייבן די סטאנדארט מערסט אקוראטע באריכט וועלכע איז די געווענליכע רענונג פון וויפיל פראצענט דעלעגאטן יעדע קאנדידאט באקומט

די דיפרענץ צווישן די דעלגאטן פראצענט הויפט באריכט און די פאפיר בעלאט באריכט איז גאר גרויס ווייל עס קען פאסירן אז איין קאנדידאט זאל שטארק אנציען אין קאונטיס מיט שטארק אנגעלייגטע פאפולאציעס און אלץ רעזולטאט וועט מען הערן אז קאנדידאט פלוני געניסט פון גאר שטארקע שטיצע אין די "פאפולערע וואוט" רעכענונג אבער דער זלעבער קאנדידאט קען מעגליך האבן ווייניגער שטיצע ווען מען רעכנט עס אויסגעשפרייט לענגאויס די גאנצע סטעיט און אלץ רעזוולטאט אריינקומען שוואכער אין טוירמס פון פראצענט דעלעגאטן

די אינטערסאנטע מעגליכע ערשיינונג איז גאר ענליך צו די מעגליכקייט אין די אלגעמיינע וואלן צו געוואנען די נויטיגע צאל עלעקטארעל שטימען און מיט דעם די פרעזידענטשאפט אין די זעלבע צייט וואס דער פארלירער געוואונט די פאפולערע וואוט באקומענדיג מער שטימען און שטארק באוואוינטע שטאטן אבער נישט גענוג עלעקטארעלס

די מעגליכקייט ווערט ארויסגעברענגט צו געדענקן אז טראץ וואס טייל וועלן באריכטן די רעזולטאטן ארויס באזירט אויף וואס די פאפירענע בעלאטס צייגן דארף מען געדענקן אז עס איז בלויז די אפיציעלע דעלגאטן פראצענט ציילונג וואס מאכט אויס

אין פאל אבער וואס די דיפרענץ צווישן די צוויי סארט ציילונגען גייט זיין גאר גרויס קען די פאפיר ציילונג יא טראגן א מער ערנסטע געוויכט ווייל די קאנדידאט מיט שטארקע שטיצע אין די פאפולערע וואוט ציילונג וועט זיך דערקלערן זיגער כאטש אויף דעם פראנט
און טראץ זיין קלענערע צאל דעלעגאטן וועט עס יענעם מעגליך פארוואנדלען אין די "צווייטע געוואונער פון די נאכט" זינט א זיג אין אייאווע איז בלויז מער סימבאליש און צו צייגן שטארקקייט און אויפטרייבן מאמענטום פאר די נאכפאלגענדע שטאטן
א שטייגער ווי די 2004 למספרם דעמאקראטישע פריימערי אין וועלכע דזשאן קערי האט פאקטיש אפגעהאלטן א סורפרייז זיג אבער יענע נאכט האט מען גערעדט פון " צוויי געוואונער" זינט דזשאן עדווארדס איז אריינגעקומען גאר א נאנטע נומער צוויי צו אלעמענס סורפרייז

נאך א טויש איז געווארן איינגעשטעלט היי יאר אז אין פאל עימיצער האט זיך געשטעלט ביי א געוויסע גרופע און נאכן ענשטן ציילונג שטעלט זיך ארויס אז אן אנדערע גרופע מאגלט די נויטיגע 15% און דער וואס איז ביי די גרופע מיט מער פון 15% וועט וועלן פאר סטראטעגישע אינטערעסן אריבערגיין צו די אויסגעשפילטע גרופע (זינט זיין קאנדידאט האט סייווי די נויטיגע צאל און פאר זיין קאנדידאט לוינט זיך בעסער צו האלטן דעם אויסגעשפילטן קאנדידאט אינעם פארמעסט צו צושפליטערן זיין אפאנענטס שטימען) וועט מען עס מער נישט קענען טוהן און די איינציגסטע טויש נאכן ציילונג איז אריבערצוגיין פון א גרופע אונטער 15% צו א גרופע מיט מער ווי 15%

נאך א טויש וועט זיין אז אין פאל נאכן ציילונג שטעלט זיך ארויס אז עס האט זיך פארמירט א גרופע פון אומבאשלאסענע וויילער וועלכע גרייכן 15% אדער מער וועלן יענע וויילער אויך נישט קענען מער טוישן גרופע נאר באקומען צוגעטיילט די פארדינטע פראצענט "אומאראפגעבונדענע דעלעגאטן"

איין טויש וועלכע די פארטיי האט געטרוימט איינצופירן איז צו ערלויבן אפצוגעבן א שטימע דורך אנדערע מיטלען אויב מען קען נישט זיין אנוועזנד אבער די נאציאנאלע פארטיי האט עס בלאקירט אנגעבליך צוליב זיכערהייט אורזאכן און די סטעיט פארטיי האט זיך געמוזט באגניגן מיט א בלאסערע טויש איינשטעלנדיג 99 אזויגערופענע סאטעלייט קאקוסעס אין קאמיוניטי ערטער ווי גרויסע ארבעטס פלעצער וואו וויילער וועלכע קענען עס נישט מאכן צו די געווענליכע לאקאלן זאלן קענען קאוקאסן אין די צענטערן אין וועלכע זיי געפונען זיך געווענליך דורכן טאג

באוזנדער וועט ווערן צוגעשטעלט די מעגליכקייט צו קאקוסן אין אנדערע סטעיטס אין וועלכע עס געפונען זיך קאנצעטרירט גרעסערע גרופעס אייאווע איינוואוינער א שטייער ווי פלארידא וואס באדייט אז מען גייט שוין מאגן שטימען אין די סאנשיין סטעיט..
די זעלבע וועט פארקומען אין א רייע לאקלאן אין אויסלאנד צוצושטעלן די מעגליכקייט פאר אייאווע איינווואוינער וועלכע זענען נישט דאהי צו קענען אפגעבן זייער שטימע

די פראגע וועלכע יעדער וויל וויסן איז וואו און וואס דארף מען קוקן מארגן נאכט צו באקומען די ערשטע אנונג איבער וואס צו ערווארטן

די סאמע ערשטע וויצו קוקן איז ארויף אויפן הימל און באטראכטן די וועטער צושטאנד זינט עס איז אנגענומען אז א שווערערע וועטער באדייט א קלענערע טוירנאוט און שפילט געווענליך אריין אין די הענט פון קאנדידאטן מיט מער ענערגיש און אויפגעהייטערטע וויילער
אין די לעצטע טעג איז געווען גאר קאלט און פראסטיג אבער די טעמפעראטור איז צוביסלעך ארויף אין הויערט אין די פערציגער נעכטן און היינט און איז ערווארטעט צו זיין מילד און רעלאטיוו שיין פאר אנהויב פעברואר למספרם דורכאויס די מארגנדיגע טאג


אנדערש ווי אין אן אלגעמיינע פארמעסט ווען עס שלאגן זיך צוויי גרויסע פארטייען און מען ווייסט פון פאראויס ווי יעדע פארטיי דארף זיין שטארק איז א פריימערי אין אזא גרויס מיט עטליכע קאנדידאטן אין צענטער און אויף לינקס איז גאר שווער פאראויסצושאצן איבער ווי אזוי אפילו צו שאצן בכלל אבער אויף וויפיל עס איז שייך איז די פאלגענדע א שטיקעלע ליסטע וואס און וואו נאכצופאלגן אנטוויקלונגען

דזשאנסאן קאונטי ווערט אסאך מאל באצייכנט ווי די מערסט פראגרעסיוו קאונטי און די סטעיט און בערני סאנדערס האט עס געוואנען מיט ארום 60% צוריק אין 2016 למספרם און עס קען זיין אינטערסאנט נאכצופאלגן ווי אזוי די ארטיגע רעזולטאטן גייען זיך דאסמאל שפאלטן צווישן סאנדערס און ווארען און קען זיין אן אנדייטונג ווער פון די צוויי באקומט א גרעסערע שטיק (און מיט וויפיל גרעסער) ווי דעם צווייטן פונעם ליבעראלן בלאק

דערנאך איז דא פאולק קאונטי וועלכע איז די גרעסטע קאונטי אין די סטעיט און הילערי קלינטאן האט עס געוואונען מיט ארום 53% אין די 216 למספרם קאוקאס און עס קען זיין אינטערסאנט צו זעהן ואוס עס קומט ארויס פון דארט

אויך איז דא דעביוק קאונטי וועלכע איז געגגאנגען פאר אבאמא און דערנאך אריבער צו טראמפ אין 2016 למספרם און איז געווענליך א דעמאקראטישע קאונטי אבער באזעצט מיט בלויע קאלנער און רעליגיעזע וויילער

אין די מאין איז דא דאלאס קאונטי וועמענס באפעלקערונג איז דראמאטיש געוואקסן און קען דעריבער זיין נאך א קאונטי אינטערסאנט צו זעהן איר אפעקט אויף די רעזולטאטן

אריבער צו מערב אייאווע וועלכע איז די רעפובליקאנע פעסטונג פון די סטעיט און דעריבער נישט אזוי רעלעוואנט אבער איינע קאונטי דארט איז וואודבערי קאונטי און קען יא זיין מער אינטערסאנט אין שפילן א ראלע זייענדיג איינע פון די 10 גרעסטע קאונטיס אין די סטעיט און אויסמאכנדיג א באדייטנדע פראצענט אין די טאטאל רעזולטאטן
וואודבערי האט אויך סאנדערס געוואונען אין 2016 למספרם

איז ווער גייט געוואונען, און מיט וויפיל?
שווער צו וויסן גענוי אבער אנקעטעס זאגן דאס זייעריגע בעת אייווועלט אנאליסטן נאכן זייערע פאראויסשאצונגען און מיר דא וועלן לאזן די וויילער אין אייאווע באשליסן

די איינציגסטע זאך וואס איז מען קען יא קלאר וויסן איז די אטמאספערע אויף די גראונד און איבער קאמפיין אינפראסטרוקטור און אין געביט פון ארגאנאזירונג און קאמפיין ראלי באטייליגונג איז קלאר אז סאנדערס, ווארען און בוטידזשעדזש זענען די דריי שטארקסטע
די דריי אויבנדערמאנטע קאמפיינס זענען אויך שטארק פאראויס ווען עס קומט צו אנגאזשירן וויילער וועלכע שטימען נישט געווענליך אין די קאקוסעס און אינדעפענטדענט און אפילו מעסיגע רעפובליקאנע וויילער

מיט דעם אלעם פירן די ביידען, קלאובאשאר און אנדערע אויך ערנסטע קאמפיין אפאראטן ווי אויך נאך קלענערע קאנדידאטן ווי די ענדו יענג וועמענס קאמפיין וואלונטירן קלאפן אויף גאר אסאך טירן

טולסי גאבארד האט מער ווייניגער אויפגעגעבן אויף די סטעיט און פארלייגט זיך איצט בעיקר אויף ניו העמפשיר

בלייבט איבער צו ווארטן אויף מארגן נאכט ווען די רעזולטאטן וועלן אריינקומען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג פאברואר 03, 2020 9:13 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:47 am

הכל הבל »
א גרויסן ייש''כ
אלקי, נשמה שנתת בי, טהורה היא! ! !

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:50 am

גרויסן דאנק. ערשטע מאל איך פארשטיי די קאוקאס פרעצעדור.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:58 am

WOW WOW טענקס הבל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג פאברואר 02, 2020 12:32 pm

Good morning האט געשריבן:גרויסן דאנק. ערשטע מאל איך פארשטיי די קאוקאס פרעצעדור.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג פאברואר 02, 2020 12:40 pm

אנבעליוועבעל דזשאב, טענקס עי געזיליאן!

בינעך שוין פולי גרייט פארן מארגנדיגן שיעור
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג פאברואר 02, 2020 12:51 pm

הייליג!! א גרויסען ישר כח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג פאברואר 02, 2020 1:05 pm

וואף וואט עי לעקטשור!!!!

אין לי מילים...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 1:46 pm

אייאווע אייוועלט ליינער: איר ווילט ארויסגיין שטימען פאר ווארען און איר זענט אנגעוויזן אויף א בעביסיטער?
די ווארען קאמפיין שטעלט צו טשיילדקעיר

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג פאברואר 02, 2020 3:02 pm

נאך א מזל אז הבל האט נישט גע׳אסר׳ט אים צו באדאנקן אין דעם אשכול...
מעסיוו דזשאב!! טענקס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:09 pm

אויסער די אייאווע קאוקאסעס גייט מארגן ווערן ארויסגעשיקט ארום 7 מיליאן מעיל אין בעלאטס צו קאליפארניע דעמאקראטישע פריימערי וויילער

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:23 pm

ווען גייט מען מארגען וויסען די רעזאלטס פון די אייאווע קאוקאסעס?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:30 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ווען גייט מען מארגען וויסען די רעזאלטס פון די אייאווע קאוקאסעס?

באשריבן די סקעדזשועל אינעם באריכט ארויפציהר

רעזולטאטן קומען אריין טראפנסווייז און יעדע געגנט איז אנדערש

עס הויבט זיך אן אום אכטע צייט ניו יארקער זייגער און געדויערט געווענליך אומגעפער איין שטונדע אדער מער

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:32 pm

א ריזיגע שכח פאר דיין קלארע קאוקוס באריכט! קריסטעל קלאר און אינטערעסאנט!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:33 pm

אן איינאוווינער אין עימס אייאווע גיבט איבער אז זי האט היינט זונטאג באקומען דריי טיר קלאפערייען
פונעם ווארען קאמפיין, פון די בוטידזשעדזש קאמפיין און פון די יענג קאמפיין ועוד היום גדול

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:45 pm

אפשר קען איינער (דרעזנער.....?) כאפן א באזוך אין פאטסוויל אייאווע, יעצט, מיר האבן דארט כאטשיק פופציג שומרי תומ"צ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:54 pm

זיי רעדן אידיש? אויב יא, ווייסט איינער וויאזוי איך קען זיי שיקן עפעס א לינק?...

א דאנק הכל הבל פאר דיינע רייכע באריכטן, דא און איבעראל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג פאברואר 02, 2020 6:15 pm

Yang2020 האט געשריבן:זיי רעדן אידיש? אויב יא, ווייסט איינער וויאזוי איך קען זיי שיקן עפעס א לינק?...

א דאנק הכל הבל פאר דיינע רייכע באריכטן, דא און איבעראל.


ווען איך האב ווען נישט מורא פון גילוי האק איך דיר אן מיט די חברה דארט... עס זענען דא דארט ירושלים׳ער אידן...

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 02, 2020 8:13 pm

טענקס עי מיליאן!!


אבער אויב דו האסט נאך געדולד.. ווי אזוי שאצט מען אפ וויפיל פראצענט דעלעגאטן יעדע קאנדידאט באקומט??


ווי אויך.. לויטן חשבון פון 56 דעלעגאטן פאר אייאווע, קומט אויס אז יעדע פון די פרינסינקטס באקומט א 03. פון א דעלעגאט, סאו "פראצענט דעלעגאטן" מיינט פון דיע 03. פון א דעלעגאט??
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג פאברואר 02, 2020 8:22 pm

פעיק נוז האט געשריבן:WOW WOW טענקס הבל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:44 am

א גרויסן דאנק הבל, מז"ט צו דיין נייער טיטל.

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווי אויך.. לויטן חשבון פון 56 דעלעגאטן פאר אייאווע, קומט אויס אז יעדע פון די פרינסינקטס באקומט א 03. פון א דעלעגאט, סאו "פראצענט דעלעגאטן" מיינט פון דיע 03. פון א דעלעגאט??

ווען ער רעדט פון דעלעגאטן רעדט ער פון דעלעגאטן צו די סטעיט קאנווענטשען.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 9:25 am

קארל ראוו שאצט אז בוטידזשעדזש קומט ארויס היינט נאכט העכער די ערווארטונגען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט