מיר האבן אלע מיטגעוויינט! מיר האבן אלע געלאזט טרערן פאר יואלי'ס מצב! מיר זענען אלע אויפגעשטאנען מיט אונזערע פולסטע כוחות, און אויסגערופן אנטשלאסן: יואלי! דו וועסט נישט בלייבן אליינס, קיינמאל!!!
עס קומען טרערן, עס שטורעמען געפילן, כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהן, פון אלע שיכטן און קרייזן, פון דער נאנט און פון דער ווייט, אלע כאיש אחד בלב אחד האבן זיך אנגערופן צו יואלי: דו ביסט מיט אונז! דו ביסט אונזער ברודער! דו ביסט אונזער הארץ!
מען האט דערגרייכט דעם ציל!!!
כלל ישראל ווי איינער האבן ביישטייערט "א פערטל מיליאן"!
מי כעמך ישראל! אזא חיזוק! אזא אנשלוס! אזא ווארימקייט!!!
דער ציל איז געהעכערט געווארן צו 360 טויזענט דאללאר, די ווייטערדיגע הכנסות וועלן זיין אוועק געשטעלט אויף א מהלך צו קענען שטעלן די משפחה אויף די פיס אויף ווייטער.
וויפיל איז דער עכטער ציל? א האלב מיליאן? א מיליאן? יא און יא! יואלי איז "קריטיש אנגעוויזן" אויף די ווייטערדיגע הכנסות, יואלי'ס משפחה איז "קריטיש אנגעוויזן" אין יעדן איינציגן דאללאר!!
לאמיר אלזא גרייכן דעם צווייטן – און אפילו העכערן – ציל, לאמיר ברענגען א מתנה צום טאט'ן אין הימל, וויפיל ליבשאפט מיר, זיינע זיסע קינדערלעך, האבן איינער צום צווייטן. עס איז זיכער אז דער נחת רוח איז גרויס, עס איז זיכער אז דער שכר איז גרויס! ס'איז קיין ספק נישט אז יעדער משתתף וועט געבענטשט ווערן פון טאטן אין הימל מיט חיי נחת ותענוג מתוך אושר ועושר לאורך ימים ושנים טובים!