גאווערנער קאומאו שטעלט זיך ארויס גאר שטארק לטובת די אידישע באפעלקערונג אין נוי יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

גאווערנער קאומאו שטעלט זיך ארויס גאר שטארק לטובת די אידישע באפעלקערונג אין נוי יארק

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:54 pm

ס'דארף באמת באגריסט ווערן די גאווענער'ס פרעצעדענטלאזע שטיצע פאר די אידישע קאמיונעטי
סיי מיטן תיכף אראפקומען די קומענדיגע צופרי נאכן שטעכעריי אין מאנסי אויפן צענע אין שפעטער צו אנדערע אידישע געגענטער צו ווייזן אז ער איז דא אין ער איז גרייט צו העלפן מיט וואס ער קען נאר

אין שפעטער ביי די סטעיט אויף די סטעיט האט ער אוועקגעגעבן זייער אסאך צייט צו אדרעסירן די אנטעסעמיטשע רדיפות קעגן אידן אין פארגעשלאגן פארשידענע זאכן צו אדרעסירן דעם פראבלעם אין אזוי אויך מכבד געווען די פארשעי'ר רב מיט א דרשה צוצוגעבן ערנסקייט צו די זאך

אין די קלימאקס איז געקומען היינט ווען ער איז אראפגעקומען קיין מאנסי צו מעלדן אז די סטעיט גייט פאנדן א פראיעקט צו אינסטאלירן פלעיט רידערס אויף די גאסן פון מאנסי אין די אומגעגנט
וואס דאס גייט זיין א מורא'דיגע הילף צו קענען כאפן פארברעכער אין א קורצע צייט אזוי אויך געמאלדן אז ער גייט פארלאנגען צוצולייגן צו די פובליק סקול קאריקעלעם לערעס וועגן אידן אין אנטעסעמיטיזעם

בקיצור א ריכטיגע אוהב ישראל וואס גייט ארויס פון זיין וועג צו העלפן די אידישע באפעקערונג
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

קליגער מענטש
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 29, 2019 5:01 pm

קאומאו

תגובהדורך קליגער מענטש » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:09 pm

ער איז פון די איינציגסטע רעגורונג חברה מיט וועם מען גיין צום טיש

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:20 pm

גערעכט, נישט קיין חילוק צו ער האט אייגענע חשבונות צו וואס, איז ער דא. מען דארף פראבירן אים נישט צו מאכן פאר אן אנטיסעמיט. (למשל אייכענשטיין)
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:21 pm

ער איז אינזער פריינט?!
#ריזיין_נאו
#פעלדער
צעקה בקול דממה דקה

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:33 pm

מזה בן מזה
אזוי געזען ביי זיין טאטע

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:48 pm

מיט דעם אז ער גייט איינשטעלן רידערס אין מאנסי בין איך נישט אזוי ווייט מסכים, ווייל ס'שטעלט נאך שטערקער אראפ די הנחה אז אידן זענען עפעס א מציאות פון א טארגעט, סוי עניוואן וואס זוכט א שוואכלינג וועם צו פייניגן ח"ו וועט שוין וויסן וואו צו גיין, ער וועט העכטסענס דארפן שווערער ארבעטן צו אויסקרויזן די סקיוריטי.

אבער מיט דעם אז ער וועט לערנען מיט די גוים וועגן אנטי-סעמיטיזם בין איך גאר שטארק דערמיט! (דער רב אין פלארידע האט אויך דאס געזאגט ווער סגעדענקט).
אין די נייע גיידליינס ווילן זיי פארלאנגן פון אונז אידן אז מען זאל לערנען וויאזוי צו פארנעמען אנדערע סארטן מענטשן. אבער קודם דארפן זיי לערנען - להבדיל - זייערע קינדער.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:51 pm

צו פארדאנקען די מאוומענט ביי חרדים צו וואטען רעפאבליקען.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:54 pm

בענאק האט געשריבן:מיט דעם אז ער גייט איינשטעלן רידערס אין מאנסי בין איך נישט אזוי ווייט מסכים, ווייל ס'שטעלט נאך שטערקער אראפ די הנחה אז אידן זענען עפעס א מציאות פון א טארגעט

נאך די קלעצקי טראגעדיע רח"ל אין ב"פ, האט מען אינסטאלירט קאמערעס - איז בארא פארק געווארן א טארגעט? אדער בדרך הטבע געווארן מער סעיף?

אם ד' לא ישמור עיר שוא שקד שומר
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:58 pm

שרייזשע האט געשריבן:ער איז אינזער פריינט?!

אייביג געווען נאך אלץ האד סעקרעטערי אונטער קלינטאן און אלעמאל אלץ גאווענער
קוק איבער זיינע VETOS

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג ינואר 13, 2020 8:24 pm

בענאק האט געשריבן:מיט דעם אז ער גייט איינשטעלן רידערס אין מאנסי בין איך נישט אזוי ווייט מסכים, ווייל ס'שטעלט נאך שטערקער אראפ די הנחה אז אידן זענען עפעס א מציאות פון א טארגעט, סוי עניוואן וואס זוכט א שוואכלינג וועם צו פייניגן ח"ו וועט שוין וויסן וואו צו גיין, ער וועט העכטסענס דארפן שווערער ארבעטן צו אויסקרויזן די סקיוריטי.

אבער מיט דעם אז ער וועט לערנען מיט די גוים וועגן אנטי-סעמיטיזם בין איך גאר שטארק דערמיט! (דער רב אין פלארידע האט אויך דאס געזאגט ווער סגעדענקט).
אין די נייע גיידליינס ווילן זיי פארלאנגן פון אונז אידן אז מען זאל לערנען וויאזוי צו פארנעמען אנדערע סארטן מענטשן. אבער קודם דארפן זיי לערנען - להבדיל - זייערע קינדער.

איך שמעק אין דעם תגובה אז איר האט נישט געהערט וואס הרב רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט״א האט גערעדט נאך דעם טראגעדיע.

הרב שלעזינגער האט זייער אוועק געמאכט די פאקט אז יודן זענען פארנימען די טעג צו סעלף דיפענס עצות ווען נישט דאס איז די סיבה פארוואס די אייבערשטער האט געברענגט די צרה. די אייבערשטער ריפט דעם כלל ישראל האט הרב שלעזינגער געוויינט אין יודן אנשטאט פון טראכטען פון תשובה אין תיקון המעשים טראכט מען פון אנדערע זאכן. דאס אז מען האט אונז פיינט איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין ביז משיח׳ס טאג, למה נקרא סיני שמשם ירדה שנאה. די געדאנק פון טארגעט איז נישט אין איינקלאנג מיט הרב שלעזינגער רייד.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג ינואר 13, 2020 8:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מאנטאג ינואר 13, 2020 8:27 pm

ער איז זייער א שטארקע אוהב ישראל
אין איז נישט ביזי צו נעמען יעדערזאך אנקעקן טראמפ [ווי דיבלאזיא]
נאר איז דא צו טון למעשה
שרייב אין מעק

איבערגעדרייטע בענקל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:22 pm

דער קאומאו איז בכלל נישט אונזער פריינט. יא ער קומט טאקע אראפ צולויפן צונונז יעדע שייני וחמישי. אבער דעיס איז בכלל נישט קיין ראיה, ער מיט זיין טאטע מאריא קאומאו זענען בלויזע געלונגענע פאליטיקאנטען.
דיבלאזיא מיט קארטעז מיט אלע אנדערע טוען ממש די זעלבע זאך.

אוודאי טאר מען זיי נישט פארשרייען פארן זיך מאכן כאילו עס גייט זיי טאקע צון הארצען.אבער לאמיר אויך נישט פאלן א קרבן צו זייער פאליטישע פראפעגאנדע.
"איך זיך א פראטעקטאר פון מיינע פראטעקטארס" (היימיש)

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:26 pm

דעבלאזיא מיט קארטעז טוען די זעלבע?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:55 pm

צו זאגען אז קאומאו איז נישט קיין אידישע פריינט איז א ליגענט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

איבערגעדרייטע בענקל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:55 pm

יא דיבלאזיא איז אויכעט געקומען אפילוַמער מאהל ווי קאומאוַ צוַ ווילאמסבורג און בארא פארק, און אויכעט געשנאדערט געלט פאר אונז.
און קארטעז אוודאי שוואכער, אבער אי אויכעט געקומען צו די מארטש צו פארדאמען אנטיסעמעטיזעם.
"איך זיך א פראטעקטאר פון מיינע פראטעקטארס" (היימיש)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:05 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:דער קאומאו איז בכלל נישט אונזער פריינט. יא ער קומט טאקע אראפ צולויפן צונונז יעדע שייני וחמישי. אבער דעיס איז בכלל נישט קיין ראיה, ער מיט זיין טאטע מאריא קאומאו זענען בלויזע געלונגענע פאליטיקאנטען.
דיבלאזיא מיט קארטעז מיט אלע אנדערע טוען ממש די זעלבע זאך.

אוודאי טאר מען זיי נישט פארשרייען פארן זיך מאכן כאילו עס גייט זיי טאקע צון הארצען.אבער לאמיר אויך נישט פאלן א קרבן צו זייער פאליטישע פראפעגאנדע.

אין זאכן וואס כ'האב קיין מושג געווענטליך פראביר איך נישט אריינצורעדן. אבער זעענדיג אן אשכול ווי איינער נאכן צווייטן שרייבן אנדערש פון דיר, קען איך זיך פארשטעלן אז אויב זאגסטו פארקערט מוז זיין אז עפעס ווייסטו מער פון אנדערע, איר קענט אפשר פארציילן אויף וואס ס'איז געבויעט די סטעיטמענט אז ער איז בכלל נישט אונזער פריינט?

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:06 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:דער קאומאו איז בכלל נישט אונזער פריינט. יא ער קומט טאקע אראפ צולויפן צונונז יעדע שייני וחמישי. אבער דעיס איז בכלל נישט קיין ראיה, ער מיט זיין טאטע מאריא קאומאו זענען בלויזע געלונגענע פאליטיקאנטען.
דיבלאזיא מיט קארטעז מיט אלע אנדערע טוען ממש די זעלבע זאך.

אוודאי טאר מען זיי נישט פארשרייען פארן זיך מאכן כאילו עס גייט זיי טאקע צון הארצען.אבער לאמיר אויך נישט פאלן א קרבן צו זייער פאליטישע פראפעגאנדע.

האבן מיר אסאך פריינט, אין פאליטיק איז עס א פריינטשאפט וואס איז התלויה בדבר, אויב מען וועט שטימען אנטקעגן זיי וועט מען פארלירן די אהבה פון קאומא און דיבלאזיא. וואס ווילסטו, זיי זאלן אונז סתם ליב האבן ווייל מיר זענען אידישע קינדער?
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:08 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:דער קאומאו איז בכלל נישט אונזער פריינט. יא ער קומט טאקע אראפ צולויפן צונונז יעדע שייני וחמישי. אבער דעיס איז בכלל נישט קיין ראיה, ער מיט זיין טאטע מאריא קאומאו זענען בלויזע געלונגענע פאליטיקאנטען.
דיבלאזיא מיט קארטעז מיט אלע אנדערע טוען ממש די זעלבע זאך.

אוודאי טאר מען זיי נישט פארשרייען פארן זיך מאכן כאילו עס גייט זיי טאקע צון הארצען.אבער לאמיר אויך נישט פאלן א קרבן צו זייער פאליטישע פראפעגאנדע.

אין זאכן וואס כ'האב קיין מושג געווענטליך פראביר איך נישט אריינצורעדן. אבער זעענדיג אן אשכול ווי איינער נאכן צווייטן שרייבן אנדערש פון דיר, קען איך זיך פארשטעלן אז אויב זאגסטו פארקערט מוז זיין אז עפעס ווייסטו מער פון אנדערע, איר קענט אפשר פארציילן אויף וואס ס'איז געבויעט די סטעיטמענט אז ער איז בכלל נישט אונזער פריינט?

ער האט הויכע סטאנדארטן. וויל קאומא זאל אויפווייזן אז זיין גוטסקייט איז אן סיי וועלכע חשבונות.
שויתי ה' לנגדי תמיד

yid
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:43 pm

today in monsey
צוגעלייגטע
cumo forshay.jpeg
cumo forshay.jpeg (87.3 KiB) געזעהן 670 מאל
cumo forshay1.jpeg
cumo forshay1.jpeg (71.15 KiB) געזעהן 670 מאל

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:51 pm

עסקנות גערעדט האט מען א שטערקערע כח השתדלנות אין די סיטי ווי אין די סטעיט, ווען מאסטעד האט פראבירט צו העצן אין סיטי האל האט ער געטאפט א וואנט משא״כ ביי די סטעיט.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:58 pm

דריידל האט געשריבן:צו פארדאנקען די מאוומענט ביי חרדים צו וואטען רעפאבליקען.


מיינסט צו זאגן אז טראץ וואס בארא פארק און פלעטבוש האבן געשטימט קעגן אים, נאכן זיין גוט צו אידן פאר 4 יאר, צוליב דעם בלויזן חטא פון נישט זיין אין טראמפס פארטיי, מיט דעם אלעם איז ער נאך גוט צו אידן?
20200113_225629.jpg
20200113_225629.jpg (215.72 KiB) געזעהן 610 מאל
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:10 pm

צל עובר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צו פארדאנקען די מאוומענט ביי חרדים צו וואטען רעפאבליקען.


מיינסט צו זאגן אז טראץ וואס בארא פארק און פלעטבוש האבן געשטימט קעגן אים, נאכן זיין גוט צו אידן פאר 4 יאר, צוליב דעם בלויזן חטא פון נישט זיין אין טראמפס פארטיי, מיט דעם אלעם איז ער נאך גוט צו אידן?
20200113_225629.jpg

איך גלייב דריידל איז געווען סארקאסטיש
שויתי ה' לנגדי תמיד

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:42 pm

Goodmorning האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צו פארדאנקען די מאוומענט ביי חרדים צו וואטען רעפאבליקען.


מיינסט צו זאגן אז טראץ וואס בארא פארק און פלעטבוש האבן געשטימט קעגן אים, נאכן זיין גוט צו אידן פאר 4 יאר, צוליב דעם בלויזן חטא פון נישט זיין אין טראמפס פארטיי, מיט דעם אלעם איז ער נאך גוט צו אידן?
20200113_225629.jpg

איך גלייב דריידל איז געווען סארקאסטיש

וואס איך מיין צו זאגן איז אז די דעמאקראטישע פאליטישאנס האבן אמאל געוויסט אז זיי האבן די אידישע וואוטס אין טאש. מ'האט בלויז געדארפט שמירן די פאר עסקנים דורך ווארפן אפאר ביינדלעך און ס'איז געפארן א באן. די אידישע בלאק וואוט איז געווען פארזיכערט.
זאכן האבן זיל געטוישט לעצטנס און קאומא ווייסט אז טאמער וויל ער האבן א באקוועמע דעמאקראטישע מערהייט אין די ניו יארקע לעג'יסלעיטאר דארף ער ברענגען רעזאלטס פאר די פשוטע עמך איד.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 13, 2020 11:56 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:עסקנות גערעדט האט מען א שטערקערע כח השתדלנות אין די סיטי ווי אין די סטעיט, ווען מאסטעד האט פראבירט צו העצן אין סיטי האל האט ער געטאפט א וואנט משא״כ ביי די סטעיט.

פשוט ווייל די סיטי דארף מער די אידישע שטימען ווי די סטעיט.

אפי' אסאך אידן שטימען רעפובליקען, איז עס נאכאלץ וויכטיג פאר א פריימערי פארמעסט.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:13 am

דריידל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:צו פארדאנקען די מאוומענט ביי חרדים צו וואטען רעפאבליקען.


מיינסט צו זאגן אז טראץ וואס בארא פארק און פלעטבוש האבן געשטימט קעגן אים, נאכן זיין גוט צו אידן פאר 4 יאר, צוליב דעם בלויזן חטא פון נישט זיין אין טראמפס פארטיי, מיט דעם אלעם איז ער נאך גוט צו אידן?
20200113_225629.jpg

איך גלייב דריידל איז געווען סארקאסטיש

וואס איך מיין צו זאגן איז אז די דעמאקראטישע פאליטישאנס האבן אמאל געוויסט אז זיי האבן די אידישע וואוטס אין טאש. מ'האט בלויז געדארפט שמירן די פאר עסקנים דורך ווארפן אפאר ביינדלעך און ס'איז געפארן א באן. די אידישע בלאק וואוט איז געווען פארזיכערט.
זאכן האבן זיל געטוישט לעצטנס און קאומא ווייסט אז טאמער וויל ער האבן א באקוועמע דעמאקראטישע מערהייט אין די ניו יארקע לעג'יסלעיטאר דארף ער ברענגען רעזאלטס פאר די פשוטע עמך איד.


או אינו, עס איז דאך נישט אזוי.

נישט אז קואמא דארף בכלל א באקוועמע דעמאקראטישע מיאריטעט אין אלבאני
נישט אז אידישע שטימען מאכן אויס לגבי דעם צופיל
נישט אז אידן שטימען בכלל רעפאבליקאנער אין די לעגיסלאטור פארמעסטן, דארט שטימט דער עולם ווייטער געהעריג פאר די דעמאקראטן

בד"וו שוין דורי דורות זענען די דעמאקראטן נישט געווען אזוי שטארק פארזיכערט, און אזוי שטארק באקוועם, מיט זייערע מיאריטעטן אין אלבאני.

ביז 2018 איז דער סטעיט סענאט געווען ביי די רעפאבליקאנער, איצטערט איז עס פארזיכערט און באקוועם ביי די דעמאקראטן, מיט 40 קעגן 23 זיצן, און די קאמפיין אין 2020 וועט זיין צו האבן צוויי דריטל, אזוי ווי די דעמאקראטן האבן שוין פון לאנג אין סטעיט אסעמבלי.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”