אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג פאברואר 16, 2020 1:30 pm

כיזבאללא שטעלט אוועק סטאטוע פון איראנער גענעראל קאסאם סוליימאני די סטעטשו איז אַוועקגעשטעלט געווארן אויף אַזאַ פאַרנעם, אַז סוליימאני טייטלט מיט'ן פינגער אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אלס א סטראשע אַז איראַן וועט נישט אויפהערן מיט אירע אַטאַקעס אויף מדינת ישראל.
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg (17.15 KiB) געזעהן 2245 מאל

צו זעהן די פייערינג:
https://www.bhol.co.il/news/1079831
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג פאברואר 17, 2020 2:44 am

לעכטל האט געשריבן:כיזבאללא שטעלט אוועק סטאטוע פון איראנער גענעראל קאסאם סוליימאני די סטעטשו איז אַוועקגעשטעלט געווארן אויף אַזאַ פאַרנעם, אַז סוליימאני טייטלט מיט'ן פינגער אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אלס א סטראשע אַז איראַן וועט נישט אויפהערן מיט אירע אַטאַקעס אויף מדינת ישראל.
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg

צו זעהן די פייערינג:
https://www.bhol.co.il/news/1079831

אוי, איז דאס שרעקעדיג...
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 5:37 am

לעכטל האט געשריבן:כיזבאללא שטעלט אוועק סטאטוע פון איראנער גענעראל קאסאם סוליימאני די סטעטשו איז אַוועקגעשטעלט געווארן אויף אַזאַ פאַרנעם, אַז סוליימאני טייטלט מיט'ן פינגער אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אלס א סטראשע אַז איראַן וועט נישט אויפהערן מיט אירע אַטאַקעס אויף מדינת ישראל.
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg

צו זעהן די פייערינג:
https://www.bhol.co.il/news/1079831

די אויסגעשטרעקטע פינגער האט די רינגל אויף זיך?

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג פאברואר 17, 2020 7:40 am

נאך ראקעטן אויף אמעריקאנער באזע


bagdad.jpg
bagdad.jpg (60.18 KiB) געזעהן 2002 מאל


באגדאד – א סעריע ראקעטן האבן באטראפן א מיליטערישע באזע וואו אמעריקאנער טרופן און אנדערע קאאליציע קרעפטן זענען סטאנציאנירט אין דער איראקער הויפטשטאט באגדאד, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. עס איז די לעצטיגסטע אין א סעריע אטאקעס אויף אמעריקאנער איינריכטונגען אין איראק, און די אלע אטאקעס ווערן דורכגעפירט דורך פרא-איראנער גרופעס וואס זוכן אויסצונוצן דעם פאליטישן כאאטישן צושטאנד אין איראק אויף אנצודרייען אנטי-אמעריקאנער סענטימענטן ביים פאלק.


דער דעלי איד

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 9:17 am

די נקמה פון איראן צו די אידן צום טויט פון סולימאני:

...דיווחים שמגיעים מאיראן, מספרים כי קיים חשש שמשמרות המהפכה יהרסו את קבריהם ההיסטוריים של מרדכי ואסתר במדינה וימירו את המקום לטובת הממשל...
איינער האט מער פרטים?
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:11 pm

קבר מרדכי ואסתר איז אין געפאר

unnamed.jpg
unnamed.jpg (59.97 KiB) געזעהן 1794 מאל

איראן – איראנער אויטאריטעטן האבן געסטראשעט אז זיי וועלן פארניכטן דעם היסטארישן קבר פון מרדכי ואסתר וואס געפינט זיך אין דער שטאט האמאדאן, און זיי וועלן פארוואנדלען דאס ארט אלס א קאנסולאט אפיס פאר פאלעסטינע. די אינפארמאציע קומט פון דער "אראם" ארגאניזאציע וועלכע פאררופט זיך אז זיי רעפרעזענטירן אלע מינאריטעטן רעליגיעס אין איראן. ווי די ארגאניזאציע זאגט איז די פרישע סטראשע געקומען פון מיטגלידער פון דער איראנער באסיזש באוואפנטע גרופע, וועלכע האט שוין פרובירט איבערצופאלן דעם קבר פארלאפענעם שבת.

דער איד דעילי
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:25 pm

אין איראן האבן די קאנסערוואטיוון טאקע אפגעהאלטן שטארקע זיגן ביי די פארליאמענט וואלן צוריקכאפנדיג די מאיאריטעט פון די רוהאני מעסיגע וועלכע האבן געוואונען מיט פיר יאר צוריק אין א קאמפיין פאר מער פארהאנדלונג מיט די מערב וועלט וועלכע איז איצט אויף הינקעדיגע פיס,
אבער עס ווערט באריכטעט א גאר שוואכע טורנאוט, די נידריגסטע ראטע זייט די 1979 רעוואלוציע,
איראנער באאמטע לייגט אן די שולד אויף עטליכע פאקטארן, אריין גערעכנט די שרעק וואס מענטשען האבן איבער די קאראנע וויירוס און א שלעכטע וועטער,
- זיי זאגן אז אויב מען באטראכט די אומשטענדן איז עס אין פאקט א גאנץ שיינע וואל באטיילעגונג.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג מארטש 01, 2020 5:32 pm

צוויי ראקעטן זענען געשאסן געווארן אין געגענט פון די אמעריקאנער אמבאסאדא אין איראק'ס הויפטשטאט באגדאד. ביידע ראקעטן זענען געפאלן אינערהאלב די שטארק-באשיצטע גרינע זאנע וואו עס געפונען זיך רעגירונג געביידעס און אמבאסאדאס. איינס פון זיי איז געפאלן גאר נאנט צו די אמעריקאנער אמבאסאדא, אבער עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום געשעדיגטע.

געוואלטיג
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מארטש 11, 2020 5:41 pm

יעצט באמערקט די תגובה, שטארק הנאה געהאט, לכבוד פורים

ציגרעטל האט געשריבן:(מעגליך עמיצער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה)

שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער מציאות

כ'האב אמאל געהערט (דאכצעך פון הערשל פר''מ) אז דעי וואס זאגן אז אין וומס''ג איז נישטא קיין עירוב, האלטן אז וומס''ג איז א רשות היחיד... דעי וואס זאגן אז וומס''ג האט יא א עירוב האלטן אז וומס''ג איז א רשות הרבים...
ודוק ותשכח

להבדיל בין עניין לעניין

שטעלט זיך ארויס אז ווען טראמפ איז פרעזידענט, זענען די דיעפ סטעיט אינטעל קאמיוניטי חברה גערעכט אז איראן איז נישט קיין עכטע געפאר.. און ווען אבאמא איז פרעזידענט, איז טראמפ גערעכט אז איראן איז יא אן עכטע געפאר...
ותשכח ודוק

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מארטש 11, 2020 5:59 pm

לכבוד פורים האב איך געטראכט אזוי:
אז סאיז א שאד געווען די גאנצע אקציע אויף סולעמאני. און קאראנע וואלט שוין קעיר גענומען פון אים.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מארטש 11, 2020 7:53 pm

שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 11, 2020 7:57 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

די ביזט ערענסט?

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 11, 2020 7:58 pm

געשאסן פון איראן?

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:02 pm

אויב אמת איז עס א שטארקע נקמה פאר סאלאמאניס טויט
טראמפ וועט מיזן ענטפערן אז נישט איז ער א גרויסע לוזער

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:13 pm

די פענטעגאן באשולדיגט נאך נישט קיינעם

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:17 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

די ביזט ערענסט?

געווענלעך איז מיין אינפא קראנט, ווארט נאך אפאר מינוט וועסט עס זעען אויף סי ען ען, (קען זיין יעצט וועלען זיי ענדליך אפלאזען די קאראנע פאניק)

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:19 pm

אמעריקא זאל ריספאנדען מיטן שיקן א קראונע אנגעשטעקטער צו כומעיני
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:27 pm

אויב סאיז איראן ווילען זיי מין הסתם דיסטרעקטען זייערע בירגער פון זייער דיזעסטער האנדלונג מיט די קאראנע, אין אנדרייען אומרוען מיט אמעריקע

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:34 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

די ביזט ערענסט?

געווענלעך איז מיין אינפא קראנט, ווארט נאך אפאר מינוט וועסט עס זעען אויף סי ען ען, (קען זיין יעצט וועלען זיי ענדליך אפלאזען די קאראנע פאניק)


וועגן דעם האב איך געפרעגט איך זע עס נישט באריכטעט און ערגעץ... זעט אויס קאראונע איז וויכטיגער

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 11, 2020 9:23 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:די פענטעגאן באשולדיגט נאך נישט קיינעם

וואס הייסט זיי באשולדיגן נאך נישט? וואס איז די שאלה? קלערן זיי אז אפשר האט בטעות פריינטליכע פייער געשאסן 15 ראקעטס אויף זייער אייגענע בעיס?
סאיז אדער איראן אליינס אדער איינער פון זייער פראקסיס אין איראק!

בכלל איז נישט קיין מעידשער נייעס אז צוויי זעלנער זענען געהארגעט געווארן און איראן? קיינער רעדט כמעט נישט דערפין אלעס איז פארנימען מיט קאראונע... טראמפ האט אויך יעצט צופיל אויפן קאפ וועגן דעם וויירוס איך גלייב נישט ער גייט עפעס טון יעצט.. איראן האט אויסגענוצט א גוטן געלעגענהייט!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג מארטש 13, 2020 7:53 am

אמעריקע באמבארדירט איראנער גרופע


unnamed.jpg
unnamed.jpg (54.01 KiB) געזעהן 383 מאל


באגדאד – די אנגעצויגנקייט צווישן די אמעריקאנער מיליטער און פרא-איראנער באוואפנטע באנדעס אין איראק האט נעכטן צוריק אויפגעפלאקערט, ווען אמעריקע האט דורכגעפירט א סעריע באמבארדירונגען אויף איין אזא שאיאטישע מוסולמענער באנדע. די פרא-איראנער קרעפטן האבן דורכגעפירט מיטוואך אינדערפרי א באמבארדירונג אויף אן איראקער מיליטערישע באזע פון וועלכע צוויי אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען, און אין רעאקציע האט אמעריקע נעכטן באמבארדירט עטליכע פאזיציעס פון די גרופע. דער פענטאגאן האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט שטיל בלייבן ווען זי ווערט אטאקירט.


פון דער דעלי איד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, דברים אלו, מיכאלבאחת, ציפקע, ר' יעקל, שרייב-פעדער און 75 געסט