אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש ינואר 18, 2020 10:41 pm

הויעך האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:כ׳האב געמיינט אז מען האט באקומען א ווארענונג פון בעפאר.

דאס האט שוין איינע פון די גענעראלן געזאגט גראד אז סאיז ליגענט


עפעס א ווארענוג איז געווען, די שאלה איז ווי קלאר, אדער צו א מיסל האט נישט געבלאנדשעט,
בכלל די אלע נייעס אז סאלדאטען זענענן געוואען סירעסלי געשעדיגט איז דען שוין באשטעטיגט ערגעץ אנדערש חוץ די סי ען ען אז"ג?! איך וואלט נאך נישט געסיינט דערויף.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 19, 2020 12:18 am

פרישע טוויטער מלחמה....


Make Iran Great Again
צוגעלייגטע
b1682b526fad4726a146c01ea2e71b89.jpg
b1682b526fad4726a146c01ea2e71b89.jpg (66.52 KiB) געזעהן 2072 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג ינואר 19, 2020 10:34 am

סיפורי צדיקים האט געשריבן:פאר הר גריזים ארטיקל

א צומישטע פראפאגאנדע ארטיקל, האלבע אמת'ן מיט גאנצע ליגענטס, אבער עס איז אנטי טראמפ. ;l;p-


מען קען עס רופן א פראפאגאנדע ארטיקל, אבער עס איז נישט צומישט, אלע פאקטן שטימען, און זיין נערעטיוו שטימט מיט די פאקטן, כאטש עס איז נישט מוכרח.

איך וואלט עס ענדערש גערופן אן אפיניאן.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג ינואר 19, 2020 10:40 am

כאפצעם האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:און יא ווען מאטאקירט א באזע און קיינער ווערט נישט עט די מאמענט דירעקט געשעדיגט איז זייער נארמאל צו זאגן אלעס איז פיין

סאלדאטן זענען געפלויגן פון טאוערס און געליטן קענקאשענס, דאס הייסט געשעדיגט ווען פונקטליך, נעקסטע יאר פסח?

די נעקסטע צופרי איז די מעשה געווען רעפארטעד אין די ניו יארק טיימס די גאנצע מעשה בשם דעם גענעראל פון די סאלדאטן, אבער ער האט גארנישט געזאגט אז זיי זענען געשעדיגט געווארן, ווען מען וועלט שוין דעמאלט געוואוסט גלייב איך אז ער וואלט דערציילט.

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » זונטאג ינואר 19, 2020 11:03 am

גענומען פון דא
https://www.defense.gov/explore/story/A ... le-attack/
Commanders in Iraq took every necessary step to ensure the safety of U.S. forces during the Jan. 8 missile attack by Iran on Al Asad Air Base, Chief Pentagon Spokesperson Alyssa Farah said today.

Pentagon leaders were notified yesterday that several service members were examined for concussions following the attack, Farah told members of the Pentagon press corps.

"This is in line with reporting requirements, and the commander on the ground took the appropriate steps to ensure the service members received the appropriate level of care," she said. "We fully expect the service members to return to their duty when deemed medically able."
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 19, 2020 12:49 pm

ברעיקינג!!

אין א מאסיווע קלאפ פאר א אמעריקע, האט איראן דורכגעפירט א סוקסעספולע "נקמה אקציע" קעגן אמעריקע! אזאנס וואס אמעריקע האט שוין נישט אריינגעהויבן זינט די אטאקע אויף פוירל הארבער אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה!

די אקציע איז פארגעקומען פאריגן פרייטאג, אינמיטן די וועכנטליכע געבעטן, ווען דער איראנער גייסטליכער כומעיני - וואס האט די וואך אנגעפירט די פרעפלערייען, עפעס וואס ער האט שוין נישט געטון די לעצטע אכט יאר - האט געלאזט אין גאנג, א גאר שארפע קאנטער אטאקע אויף אמעריקע'ס אומברענגען סואלימאני, נעמליך, מיטן אנרופן די אמעריקאנער פירער "קלעצער"!!!..........

די אטאקע איז גאר א פראפארציאנאלע אין זין פון ווארט, ממש מדה כנגד מדה, וויבאלד די אמעריקאנער האבן זיך ארויסגעוויזן די לעצטערע צייטן אלס געוואלטיגקע קלעצער, וואס קענען גארנישט טון און מען קען זיי נישט ברענגען דורכצופירן למעשה קיין שום פאקטישע מאוו ווען עס קומט צו איראן. ממילא לעומת זה האט איראן זיי דערלאנגט א פראסק אויף צוריק, ממש צום פינטל ארויסברענגענדיג דערמיט אמעריקעס גרעסטע שוואכקייט.

אינערהאלב די רעגירונג קארידארן הערשט א שרעק'ליכע אנגעצויגנקייט. פרעזידענט טראמפ זיצט יעצט מיט זיינע העכסטע מיליטערישע באאמטע אין סיטואציע צימער, צו באהאנדלען דעם געשאפענעם סיטואציע, און די גאנצע וועלט'ס אויגן זענען געוואנדן צו אמעריקע צו זען וויאזוי זיי גייען רעאגירן צו אזא אטאקע. עס הייסט אז אין א שעה וועט דער פרעזידענט געבן א דעקלעראציע צום פאלק, מאנכע שפעקולירן אז עס קומט א מלחמה, אבער נישט כאפן.. ונזכה ונחי' ונראה. דער אויבערשטער זאל האלטן זיי רעכטע האנט, עס זאל נישט שאטן קיין שום איד.....

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר וכו'...........
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 19, 2020 12:51 pm

איינער ווייסט וואס עס מיינט פעיק ניוז?

דא האט איר פון דער דעילי איד

אמעריקאנער סאלדאטן יא פארוואונדעט געווארן

איין טאג נאך איראן’ס ענטפער-אטאקע אויף צוויי אמעריקאנער באזעס אין איראק נאכ’ן טויט פון זייער הויפּט גענעראל קאסעם סאלעימאני, האט פּרעזידענט טראמפּ דערציילט פאר’ן פאלק, אז ער האט געפרעגט זיינע מיליטערישע גענערעלער צי עס זענען דא פארוואונדעטע צווישן די אמעריקאנער סאלדאטן, און ווען מען האט אים געענטפערט אז “נישטא קיין איינער”, האט ער באשלאסן אז מען דארף נישט רעאגירן.

יעצט טוט די אמעריקאנער פארטיידיגונג דעפּארטמענט באשטעטיגן אז אין די איראנישע אטאקע זענען 11 אמעריקאנער סאלדאטן פארוואונדעט געווארן, א זאך וואס איז פריער נישט אנטפּלעקט געווארן.

אבער עס רעדט זיך פון לייכטע וואונדן וואס זענען געווען מער "טראומא נאכווייען", ווי איידער פיזישע וואונדן וואס זיי האבן געליטן פון די מיסילס. א טייל פון די 11 פארוואונדעטע סאלדאטן זענען אפּגעפירט געווארן קיין קואוועיט אדער דייטשלאנד פאר בעסערע מעדיצינישע באהאנדלונג.

.................
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג ינואר 19, 2020 1:34 pm

גוט!

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג ינואר 19, 2020 1:59 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ברעיקינג!!

אין א מאסיווע קלאפ פאר א אמעריקע, האט איראן דורכגעפירט א סוקסעספולע "נקמה אקציע" קעגן אמעריקע! אזאנס וואס אמעריקע האט שוין נישט אריינגעהויבן זינט די אטאקע אויף פוירל הארבער אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה!

די אקציע איז פארגעקומען פאריגן פרייטאג, אינמיטן די וועכנטליכע געבעטן, ווען דער איראנער גייסטליכער כומעיני - וואס האט די וואך אנגעפירט די פרעפלערייען, עפעס וואס ער האט שוין נישט געטון די לעצטע אכט יאר - האט געלאזט אין גאנג, א גאר שארפע קאנטער אטאקע אויף אמעריקע'ס אומברענגען סואלימאני, נעמליך, מיטן אנרופן די אמעריקאנער פירער "קלעצער"!!!..........

די אטאקע איז גאר א פראפארציאנאלע אין זין פון ווארט, ממש מדה כנגד מדה, וויבאלד די אמעריקאנער האבן זיך ארויסגעוויזן די לעצטערע צייטן אלס געוואלטיגקע קלעצער, וואס קענען גארנישט טון און מען קען זיי נישט ברענגען דורכצופירן למעשה קיין שום פאקטישע מאוו ווען עס קומט צו איראן. ממילא לעומת זה האט איראן זיי דערלאנגט א פראסק אויף צוריק, ממש צום פינטל ארויסברענגענדיג דערמיט אמעריקעס גרעסטע שוואכקייט.

אינערהאלב די רעגירונג קארידארן הערשט א שרעק'ליכע אנגעצויגנקייט. פרעזידענט טראמפ זיצט יעצט מיט זיינע העכסטע מיליטערישע באאמטע אין סיטואציע צימער, צו באהאנדלען דעם געשאפענעם סיטואציע, און די גאנצע וועלט'ס אויגן זענען געוואנדן צו אמעריקע צו זען וויאזוי זיי גייען רעאגירן צו אזא אטאקע. עס הייסט אז אין א שעה וועט דער פרעזידענט געבן א דעקלעראציע צום פאלק, מאנכע שפעקולירן אז עס קומט א מלחמה, אבער נישט כאפן.. ונזכה ונחי' ונראה. דער אויבערשטער זאל האלטן זיי רעכטע האנט, עס זאל נישט שאטן קיין שום איד.....

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר וכו'...........


די דעמס טענה'ן אז אויב טראמפ רעאגירט נישט איז עס א צייכען פון שוואכקייט, און א קלארע אפנויג פון זיין סטעטמעינט אז ער גייט רעאגירען צו יעדע איראן אטאקע.

פעלאוסי פארלאנגט באלדיגע ענטפערס.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום זונטאג ינואר 19, 2020 2:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 19, 2020 2:00 pm

פעיק איז פיין!!! יעצט קען שוין ראמני עגריען צו רעמאווען?!
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג ינואר 19, 2020 2:54 pm

הר גריזים האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:

אהבת השם, א בריליענט אנאליז! ;l;p-


א צומישטע פראפאגאנדע ארטיקל, האלבע אמת'ן מיט גאנצע ליגענטס, אבער עס איז פרא טראמפ. ;l;p-


דיס תגובה געשריבען ביי אנטי טראמפ....

אויב האט איר וואס אפצופרעגן אהבת ארטיקל וואלט מיר געוואלט הערן

שליו דעס איז פאר דיר, געלאזט מער ווייניגער די זעלבע נאר אביסל ארומגעטוישט, גוט שבת.



זייטיגע נאטיץ
לאמיר נעמען פאר א ביישפיל איראן:

דער אויסערן פאליטיק דאקטארין פון די פארגאנגענע אבאמא אדמיניסטראציע איז מער-ווייניגער געווען, ער האט צאמגעברענגט די גאנצע וועלט, אלע אייראפעשיע מדינות האבן צוזאמען געלייגט די שטערקסטע פרעשור אויף איראן, מאקסימייזד גאר שארפע סאנקציעס ווילאנג איראן האט מחוסר ברירה מסכים געווען צו פארהאנדלען ווי ביידע זייטן האבן פראבירט ארויסצובאקומען די מערסטע לטובתם, אבאמא האט אבער בעיקר געוואלט איין זאך, אפשטעלן איראן פון האבן א אטאם באמבע! אבאמא האט בדיעבד פארקיקט אויף אנדערע זייערע ואפן פראגראמען וויייל די עיקר איז געווען אפצוהאלטן איראן פון קענען דערגרייכן נוקלארע געווער, אבאמא האט געטראכט ענדערש שיק איך פאר איראן א ביליאן דאלער אין קעש ווי איידער אויסקוקן ווי בוש אין עיראק און אנהייבן א אומענבארע מלחמה וואס האט אפגעקאסט פאר אמעריקע טריליאנען. סיי אמעריקע און סיי די מדינת ישראל שפיאנאזש אינסטאנצן, זענען קיינמאל נישט געווען גענצליך איבערגעצייגט אז איראן האלט זיך טאקע ווירקליך צו צום אפמאך. מדינת ישראל האט אפילו אין א העכסט געוואגטע אקציע באוויזן צו לייגן די האנד אויף קריטישע אינפארמאציע וועלכע האבן דייטליך געצייגט אז איראן ארבייט נאכאלס אין געהיים צו ערצייגן נוקליארע וואפן. אבער עכ"פ קיין צו ערענסטע פארשריט האבן זיי נישט געקענט מאכן אין דער צייט וואס די וועלט האט זיי מער ווייניגער געהאלטן אין קאנטראל זיי זאלן זיך האלטן צום אפמאך.

פרעזידענט טראמפ נישט קענענדיג צוזען ווי די גאנצע וועלט געט קרעדיט פאר אבאמא פארן צוברענגן א דיעל וואס פאראלאזירט איראן פון דערגרייכן נוקלארע געווער האט נאר געוואלט זען דעם דיעל אראפ, ווי דער נייער ענגלישער פרעימער האט לעצטענס געזאגט אז מ'דארף ווען פשוט א נאמען געבן פארן דיעל אז ס'איז א טראמפ דיעל און טראמפ וועט זיין צופרידן און טראמפ האט עס נאך גאר איבערגעזאגט ביי א ראלי אין ווינסקאנסין אז דער נייער ענגלישער פרעימאר מיניסטער האלט אויך אז מ'דארף מאכן א טראמפ דיעל..

דער פרעזידענט האט פון זיינע ערשטע שריט אלס פרעזידענט זיך גענצליך ארויסגעצויגן פון דעם אבאמא אפמאך. די אלע וויינערייען פון די קעגנער אין וואשינגטאן אז דאס וועט זיין א קאטאסטראפע זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, דער פרעזידענט האט געטרייט וויפיל ס'איז שייך צוריק אנצוצוען די מצב אין די מיטל מזרח, אז איראן זאל וואס מער עובר זיין אויפן דיעל כדי צו קענען ווייזן אז איך בין געווען גערעכט, די דיעל איז א דורכפאל פונם ערשטן מינוט, איראן פון זייער זייט ווילנדיג זייער שטארק קענען אנהייבן האנדלן געהעריג מיט די וועלט, און אז קאמפעניס זאלן קומען דארט אינוועסטירן האט פראבירט די שטערקסטע פון זייער זייט זיך ווייטער זיך האלטן צום דיעל אויב די אייראפעשיע מדינות זאלן זיך האלטן צו זייער טייל אינם אפמאך, אמעריקע אונטער טראמפ האט אבער אונטערגעשטעלט פיסלעך ווי נאר שייך, געווארענט יעדע קאמפעני מיט ערענסטע קאנסעקווענצן און סאנקציעס אויב גייען זיי טון ביזנעס מיט איראן, די קעגנער אין וואשינגטאן האט געשריגן גיוואלד, ער שטופט איראן בידים אונטערצונעמען ווילדע שריט, אבער דער פרעזידענט כדרכו וואס פארשטייט אייביג בעסער פון זיינע ראטגעבער און אדמעניסטראציע איינגעשטעלטע האט זיך פון זיי גאנץ קנאפע צו טאן געמאכט.

אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט אויך אנגעהויבן א זינלאזע אמפעריי מיט נאט''א. ער האט זיך גענומען פארפירן אז די נאטא לענדער צאלן נישט איין גענוג וויפיל זיי דארפן און טאקע באוויזן ארויסצושלעפן אביסל מער געלט פון געציילטע מדינות אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געבליבן אנגעווייטאגט און אנגעזויערט אויף טראמפ אז ח"ו אין א פאל ס'וועט זיך מאכן א קאנפליקט ערגעץ אין אמעריקע וועט בעטן די הילף מיט נאטא ווען זיי הונדערט מאל טראכטן צו זיי זאלן טאקע שטיין צו הילף פאר אמעריקע.

אין רעאקציע צו די סאנקציעס האט איראן אנגעהויבן ארום צו ווילדעווען אינעם מיטל מזרח. זיי האבן סאבאטזשירט א אויל קוואל אין סאודיע אראביע, זיי האבן אראפגעשאסן צוויי אמעריקאנע פילאטלאזע פליגערס, זיי האבן פארכאפט א בריטישער אויל טאנקירער אינעם הארמוז אפגאס, און נאך. דער פרעזידענט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין א פאפירענע טיגער נאך מער ווי אבאמא, געהאלטן אין איין סטראשענען און פארפירן אבער ווען ס'איז געקומען למעשה און די פליגערס זענען שוין כמעט געווען אין די לופטן פאר נקמה אקציעס נאך די דראון אראפשיס האט טראמפ אין די לעצטע מינוט ארויסגעטשיקענט מיט די טענה אז ס'קען קאסטן צופיל קרבנות.

איראן האט ערענסט זיך דערזען אז טראמפ איז אסאך א גרעסער שוואכלינג ווי אבאמא, אין כוחו אלא בטוויטס, ער סטראשעט בלויז אבער האלט זיך נישט צו דערצו. אבער זיי האבן פארזען איין זאך אז טראמפ איז זייער שטארק דא פאר זיין כבוד, און בילדער פון ווילדע פראטעסטן ביי די איראקע אמבאסאדע אין איראק פון די כאיאטישע מצב דארט ווי די מאסן פראבירן זיך אריינצורייסן אין די אמבאסאדע דארט האט ארויסגענומען דעם טראמפ גענצליך פון די כלים און ער האט באפוילן פאר זיינע גענעראלן אראפצוקניידלען דעם סולאמעיני וואס איז געווען פון די מאכפולסטע קעפ אין איראן, די אמעריקאנע מיליטער וואס האט געהאט צוגעשטעלט א ליסטע פון אפציעס פאר טראמפ וואספארא נקמות ס'איז אלץ שייך אונטערצונעמען האט געהאט געלייגט די אפשען די לעצטע אויף די ליסט וויסנדיג אז דאס וועט זיין א אקציע וואס מ'קען נישט אויסרעכענען וואס די קאנסעווענצן דערפון וועלן זיין און צו דאס וועט נישט פירן צו א פולקאמע מלחמה, אבער טראמפ ברענעדיג פאר כעס וויאזוי די מידיע איז מדמה די איראק אמבאסאדע איבערפאל צו די בענגאזי אמבאסאדע איבערפאל האט זיך פארעקשנ'ט אז ער וויל זען סולאמעיני טויט, כדי דאס זאל האבן א פנים פאר די וועלט האט די אדמעניסטראציע ארויסגעלייגט אז טראמפ האט באפוילן צו הרג'ענען סולאמעיני נאכדעם וואס א קאנטראקטער וואס האט אמעריקאנער בירגערשאפט איז אומגעקומען פון מיסיל פון א פרא איראנע מיליציע פארדעם האט דער פרעזידענט באשלאסן אראפצורוימען סולאמעיני.

די קעגנער אין וואשינגטאן האט געלארעמט און געשריגן אז דער פרעזידענט איז גרייט אנצוהייבן א דריטער וועלטס קריג פאר זיין עגא אן קיין לעגיטימע סיבה , זיי האבן דורכגעפירט רעזעלוציעס אין קאנגרעס אפצושוואכן דעם פרעזידענט, א ביל וואס האט גאנץ שטארקע מעגליכקייטן דורכצוגיין אויך אין סענאט.

טראמפ האט ווייטער געשיקט זיינע טוויטס ווי ער האט געווארענט מיט די שארפסטע, אויב אמעירקאנער נכסים וועלן נאך איינמאל געשעדיגט ווערן האט שוין אמעריקע גרייט 52 צילן אין איראן אריינגערעכעט קולטארע פלעצער ווי מ'גייט גלייך נקמה נעמען און זאפארט צוריקשיסן אז איראן זאל זיך נישט וואגן אפי' פון טראכטן צוריקצושיסן.

איראן האט אבער באשלאסן אז זיי גייען יא אנפייפן דעם טראמפ און ס'גייט יא קומען א נקמה, זיי האבן באשאסן א אמעריקאנער באזע אין איראק מיט 16 באליסטישע מיסעלס. וואס לויט די לעצטיגע בילדער געצילט אין פינטל, ווייזנדיג פאר די וועלט אז זיי האבן זייער פונקטליכע וואפנס, אבער זענען געווען גענוג קלוג און איינגעהאלטן מודיע צו זיין אומדירעקט פון פאראויס ווי זיי גייען שיסן אז ס'זאל זיין צייט צו עקוואירן די טרופן פון דארט כדי די יעצטיגע רייבעריי זאל זיך מיט דעם אפשטעלן און ס'איז ב"ה טאקע נישט געווען קיין פאטאליטעטן אויף די אמעריקאנער זייט כאטש וויס ס'ווערט היינט באריכטעט זענען יא עטליכע סאלדאטן פארווינדעט געווארן און אפגעפירט געווארן אין שפיטעלער אין דייטשלאנד. טראמפ האט אבער נאך די אטאקע איינגענומען א שווייגעניש, א מעסעדש וואס ער האט געזאלט געבן פארן פאלק איז געווארן אפגעשטיפט צום נעקסטן טאג וואס דאן האט טראמפ קאפוטולירט צו די איראנער און באשלאסן זיי צו לאזן אין די יעצטיגע רונדע מיט די לעצטע ווארט.


בסה שרייבט ער דא אז טראמפ האט נישט אויסגעהאלטן אבאמאס דיעל וויל אבאמא האט עס געמאכט הוילע רעטאריק פון א טראמפ העיטער וויייט פונעם מציאות
מציאות איז דער דיעל כו"ע מודה אז ס'איז שוואכע מעשיות ס'האט נישט אפגעהאלטן פון איראן ניטאמאל א אטאם באמבע און אפי' ווילסט אפווענדן די מציאות איז עס אויך נאר פאר א קורצע זמן און די מציאות איז אז סולעמאני איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין שטיק צו הרגענען אמעריקאנע צו אין איראק צו אין סיריע

איך פארשטיי בכלל נישט דעס אז ס'איז גענוג אפצוהאלטן איראן 'בלויז' פון א אטאם איז דאך בעצם גאר א שוואכע חשבון פ"וו אויס טראמפ זאגט ר' איד איך האלט נישט ביים בלייבן מיט אזא שוואכע דיל מיינט עס אז ער האלט נישט אויס 'אבאמא' ??? בקיצור הוילע רעטאריק

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 19, 2020 3:31 pm

ישר כח@הר גריזים פארן ברענגען.

פון ווי קומט דער הערליכער אנאליז?
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 19, 2020 3:43 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח@הר גריזים פארן ברענגען.

פון ווי קומט דער הערליכער אנאליז?

דאס איז בלויז אן אויסגעדרייטע ווערסיע פון @אהבת השם'ס הערליכע אנאליז...

viewtopic.php?p=2080903#p2080903
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 19, 2020 3:49 pm

דאס אז איך דיסעגרי מיט אהבת פעלט מסתמא נישט אויס צו שרייבן, הר גריזים האט גאר געשריבן דעם הערליכן אנאליז?

ישר כח.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

תגובהדורך רבי מנשה » זונטאג ינואר 19, 2020 4:03 pm

BREAKING: The United States has received intelligence regarding a potentially imminent attack being planned against its military personnel stationed in Germany according to an official memo. - Newsweek

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 19, 2020 4:09 pm

פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה.

די איראן אינטער כומעיני וואס שיסט ארויס געלט און שטיצע איבער די גאנצע מיטעל מזרח צו פארשפרייטען טעראר, כאאס און די טויט פאר מאמעס און קינדער איז נאך אזא גרויסע פראבלעם ווי נוקלעאר.

איך ווייס אז מען קען טענהן אז למעשה אטאקירען זיי נישט מיט דעם אמעריקע אויף אמעריקעס ערד און נאר נוקלעאר איז א סכנה פאר אמעריקע אבער א נארמאלע מענטש איז נישט אזוי סעלפיש! א מענטש מיט הארץ קעירט ווען מען הערט אז מען הרגעט אומשולדיגע ציווילע מענטשען.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג ינואר 19, 2020 4:19 pm

מטעמים האט געשריבן:פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה..


א האלבע וועלט ליידט דירעקט אדער אומדירעקט פון איראן'ס טעראר עקספארט ביזנעס,
אבער די פראבלעם איז טראמפ ווייל ער האט צונישט געמאכט אבאמא'ס פעלערדיגע דיעל, און ער האט גע'הרג'ט סולימאני, וואס דאס האט געוויזען פאר איראן און פאר די וועלט אז טעראר איז מער נישט לעגעטימע פאך, און עס וועט אפגעענפערט ווערן מיט שטארקייט.

גאו פיגער.

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » זונטאג ינואר 19, 2020 4:37 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ברעיקינג!!

אין א מאסיווע קלאפ פאר א אמעריקע, האט איראן דורכגעפירט א סוקסעספולע "נקמה אקציע" קעגן אמעריקע! אזאנס וואס אמעריקע האט שוין נישט אריינגעהויבן זינט די אטאקע אויף פוירל הארבער אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה!

די אקציע איז פארגעקומען פאריגן פרייטאג, אינמיטן די וועכנטליכע געבעטן, ווען דער איראנער גייסטליכער כומעיני - וואס האט די וואך אנגעפירט די פרעפלערייען, עפעס וואס ער האט שוין נישט געטון די לעצטע אכט יאר - האט געלאזט אין גאנג, א גאר שארפע קאנטער אטאקע אויף אמעריקע'ס אומברענגען סואלימאני, נעמליך, מיטן אנרופן די אמעריקאנער פירער "קלעצער"!!!..........

די אטאקע איז גאר א פראפארציאנאלע אין זין פון ווארט, ממש מדה כנגד מדה, וויבאלד די אמעריקאנער האבן זיך ארויסגעוויזן די לעצטערע צייטן אלס געוואלטיגקע קלעצער, וואס קענען גארנישט טון און מען קען זיי נישט ברענגען דורכצופירן למעשה קיין שום פאקטישע מאוו ווען עס קומט צו איראן. ממילא לעומת זה האט איראן זיי דערלאנגט א פראסק אויף צוריק, ממש צום פינטל ארויסברענגענדיג דערמיט אמעריקעס גרעסטע שוואכקייט.

אינערהאלב די רעגירונג קארידארן הערשט א שרעק'ליכע אנגעצויגנקייט. פרעזידענט טראמפ זיצט יעצט מיט זיינע העכסטע מיליטערישע באאמטע אין סיטואציע צימער, צו באהאנדלען דעם געשאפענעם סיטואציע, און די גאנצע וועלט'ס אויגן זענען געוואנדן צו אמעריקע צו זען וויאזוי זיי גייען רעאגירן צו אזא אטאקע. עס הייסט אז אין א שעה וועט דער פרעזידענט געבן א דעקלעראציע צום פאלק, מאנכע שפעקולירן אז עס קומט א מלחמה, אבער נישט כאפן.. ונזכה ונחי' ונראה. דער אויבערשטער זאל האלטן זיי רעכטע האנט, עס זאל נישט שאטן קיין שום איד.....

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר וכו'...........

איך פארשטיי אז די לאכסט דערפון, אבער אונזער מעכטיגער פרעזידענט טראמפ ווערט שטארק באליידיגט ווען איינער זאג א שלעכט ווארט אויף אים, אין קען עס נישט אראפשלינגען, עיין ערך נארט קארעא וכו'
סא איך מיין אז דער איראנער האט געצילט נאר טראמפ, אין נישט אז אונז זאל מער זיך דערשרעקן

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » זונטאג ינואר 19, 2020 4:50 pm

מטעמים האט געשריבן:פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה.

די איראן אינטער כומעיני וואס שיסט ארויס געלט און שטיצע איבער די גאנצע מיטעל מזרח צו פארשפרייטען טעראר, כאאס און די טויט פאר מאמעס און קינדער איז נאך אזא גרויסע פראבלעם ווי נוקלעאר.

איך ווייס אז מען קען טענהן אז למעשה אטאקירען זיי נישט מיט דעם אמעריקע אויף אמעריקעס ערד און נאר נוקלעאר איז א סכנה פאר אמעריקע אבער א נארמאלע מענטש איז נישט אזוי סעלפיש! א מענטש מיט הארץ קעירט ווען מען הערט אז מען הרגעט אומשולדיגע ציווילע מענטשען.

איך זעה אז עס באדערדט דיך זייער שטארק דאס אירנערער טעראר, גרעכט עס איז א מוראדיגע פראבלעם, אבער וואס איז מיט סאודי ארביע? זיי שטיצען טעראר דורך שטיצען מיט געלט און וואפען פאר סוניס, אין תימן, איראק, וכו'
זיי געבן אויס ביליאנען $ א יאר צו פארשפרייטען די ראדיקאלסטע שיטות פין איסלאם אויף די וועלט
וביותר זענען 15 פין די 9/11 אטאקירער אויף אמעריקא געקומען פין סאדי ארביע
איך קען דא אויסרעכענען אן שיעור מיט וויפעל זיי טעראזירען "זייער אייגענע צווילע בירגער", וואס האבען ניטאמאל נארמאלרע מענטשליכע רעכטען, וואס מען פארשווייגט ווען זיי הארגנען אזוי ברוטאל א רעפארטער אויף אן אופן וואס קיין שום לאנד אויך די וועלט טוט נישט, מען האקט הענט פין גנבים, וכו' אפגרעדט לגבי פרויען וכו' דארט איז נישט דא קיין וואלען (אין איראן יא! נאכמער פרייער ווי רוסלאנד!),
איראן איז בשיטה אקעגו אייסיס, צוליב רעגליעזע חילוקים, סד"א איז בשיטה אינאיינעם מיט אל קיידא, אין בין לאדין שטאמט פין דארט אין באקומען געלט שטיצע פין זיי, ווער געדענקט נאך ווען נאך 9/11 ווען די הימלען זענען געווען פארשלאסען האט נאר סד"א געמעגט ארויסנעמען זייערע בירגער פין דא
יעצט לעצטענס אין א באזע האט א סד"א מיליטערמאן געהארגט אמעריקאנע סאלדאטען, אז מען האט געמוזט סטאפען זייער טריענונג בכלל
מיך באדערט אסאך מער די שטיצע פאר סאודי אראביע
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג ינואר 19, 2020 4:57 pm

הר גריזים האט געשריבן:
זייטיגע נאטיץ
לאמיר נעמען פאר א ביישפיל איראן:

דער אויסערן פאליטיק דאקטארין פון די פארגאנגענע אבאמא אדמיניסטראציע איז מער-ווייניגער געווען, ער האט צאמגעברענגט די גאנצע וועלט, אלע אייראפעשיע מדינות האבן צוזאמען געלייגט די שטערקסטע פרעשור אויף איראן, מאקסימייזד גאר שארפע סאנקציעס ווילאנג איראן האט מחוסר ברירה מסכים געווען צו פארהאנדלען ווי ביידע זייטן האבן פראבירט ארויסצובאקומען די מערסטע לטובתם, אבאמא האט אבער בעיקר געוואלט איין זאך, אפשטעלן איראן פון האבן א אטאם באמבע! אבאמא האט בדיעבד פארקיקט אויף אנדערע זייערע ואפן פראגראמען וויייל די עיקר איז געווען אפצוהאלטן איראן פון קענען דערגרייכן נוקלארע געווער, אבאמא האט געטראכט ענדערש שיק איך פאר איראן א ביליאן דאלער אין קעש ווי איידער אויסקוקן ווי בוש אין עיראק און אנהייבן א אומענבארע מלחמה וואס האט אפגעקאסט פאר אמעריקע טריליאנען. סיי אמעריקע און סיי די מדינת ישראל שפיאנאזש אינסטאנצן, זענען קיינמאל נישט געווען גענצליך איבערגעצייגט אז איראן האלט זיך טאקע ווירקליך צו צום אפמאך. מדינת ישראל האט אפילו אין א העכסט געוואגטע אקציע באוויזן צו לייגן די האנד אויף קריטישע אינפארמאציע וועלכע האבן דייטליך געצייגט אז איראן ארבייט נאכאלס אין געהיים צו ערצייגן נוקליארע וואפן. אבער עכ"פ קיין צו ערענסטע פארשריט האבן זיי נישט געקענט מאכן אין דער צייט וואס די וועלט האט זיי מער ווייניגער געהאלטן אין קאנטראל זיי זאלן זיך האלטן צום אפמאך.

פרעזידענט טראמפ נישט קענענדיג צוזען ווי די גאנצע וועלט געט קרעדיט פאר אבאמא פארן צוברענגן א דיעל וואס פאראלאזירט איראן פון דערגרייכן נוקלארע געווער האט נאר געוואלט זען דעם דיעל אראפ, ווי דער נייער ענגלישער פרעימער האט לעצטענס געזאגט אז מ'דארף ווען פשוט א נאמען געבן פארן דיעל אז ס'איז א טראמפ דיעל און טראמפ וועט זיין צופרידן און טראמפ האט עס נאך גאר איבערגעזאגט ביי א ראלי אין ווינסקאנסין אז דער נייער ענגלישער פרעימאר מיניסטער האלט אויך אז מ'דארף מאכן א טראמפ דיעל..

א מענטש וואס גלייבט באמת (און נישט אלס זיין זייט און פאליטיק)אז די אבאמא דיעל האט געקענט אפהאלטען איראן פון האבן נוקלארע געווער און נישט עס איז געווען סתם בת היענה און ראלען די באל און האפן אז עס וועט ראלען לכל הפחות צו די נעקסטע פרעזידענט אפילו ווי לאנג עס איז געווען אין קראפט איז א טיפש

און נאך א גרעסערע טיפש איז איינער וואס גלייבט אז טראמפ'ס פראבלעם מיט די דיעל איז געווען נאר אז אבאמא האט עס געמאכט און נישט אז ער האט פיינט אזעלכע טיפשתדיגע דיעלס וואס מען מאכט מיט לענדער
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 19, 2020 5:17 pm

עפרות זהב האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה.

די איראן אינטער כומעיני וואס שיסט ארויס געלט און שטיצע איבער די גאנצע מיטעל מזרח צו פארשפרייטען טעראר, כאאס און די טויט פאר מאמעס און קינדער איז נאך אזא גרויסע פראבלעם ווי נוקלעאר.

איך ווייס אז מען קען טענהן אז למעשה אטאקירען זיי נישט מיט דעם אמעריקע אויף אמעריקעס ערד און נאר נוקלעאר איז א סכנה פאר אמעריקע אבער א נארמאלע מענטש איז נישט אזוי סעלפיש! א מענטש מיט הארץ קעירט ווען מען הערט אז מען הרגעט אומשולדיגע ציווילע מענטשען.

איך זעה אז עס באדערדט דיך זייער שטארק דאס אירנערער טעראר, גרעכט עס איז א מוראדיגע פראבלעם, אבער וואס איז מיט סאודי ארביע?

ווי קומט דא אריין סאודי אראביע ווען מען רעדט פון איראן?

איראן שרייט אז די סאודיס זענען אויך טעראריסטען, סאו דאס דארף מאכען אמעריקע זאל לאזען איראן טוהן וואס זיי ווילען און ווייטער עקספארטען טעראר? הזאת לאגיש? עפעס א מין ליבעראלע פארדרייטע שיטה וואס קומט פון די אבאמא ספין רום וואס לא זכיתי להבין.

אבאמא האט געהאט די ברירה צו האמערן קעגן די סאודיס מיט זיינע דרשות אז די סאודיס ווייאלעטן היומען רייטס אנשטאט איז ער געגאנגען און געגעבען א ברייט האנט פאר זייערע שונאים צו גיין און נאך מער אינטערצינדען א הייסע פראקסי מלחמה איינער מיטען צווייטען.

הזאת חכמה?!
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג ינואר 19, 2020 5:18 pm

מטעמים האט געשריבן:פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה.

די איראן אינטער כומעיני וואס שיסט ארויס געלט און שטיצע איבער די גאנצע מיטעל מזרח צו פארשפרייטען טעראר, כאאס און די טויט פאר מאמעס און קינדער איז נאך אזא גרויסע פראבלעם ווי נוקלעאר.

איך ווייס אז מען קען טענהן אז למעשה אטאקירען זיי נישט מיט דעם אמעריקע אויף אמעריקעס ערד און נאר נוקלעאר איז א סכנה פאר אמעריקע אבער א נארמאלע מענטש איז נישט אזוי סעלפיש! א מענטש מיט הארץ קעירט ווען מען הערט אז מען הרגעט אומשולדיגע ציווילע מענטשען.

מזל טוב צו דיין 6000! ביסט פון די בעסטע שרייבערס אויף אונזער וועלטל!

פאר טראמפ לענ"ד באדערט בכלל נישט מער די רציחות אויף ציווילע, ער האט מסכים געווען בשיטה איבערצוגעבן די קורדן פאר טערקיי אן קיין בלינק אין די אויג,
און דערווייל זע איך נישט ווי ער גייט אנקומען בעסער איבער איראן ווי אבאמא (אראפקניידלען סולמעיני איז נישט קיין לאנג טערם סאלאשן, יעדער איז רעפלעיסעבעל, ס'איז ס"ה א געזונטע פליק)

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג ינואר 19, 2020 5:27 pm

הר גריזים האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה.

די איראן אינטער כומעיני וואס שיסט ארויס געלט און שטיצע איבער די גאנצע מיטעל מזרח צו פארשפרייטען טעראר, כאאס און די טויט פאר מאמעס און קינדער איז נאך אזא גרויסע פראבלעם ווי נוקלעאר.

איך ווייס אז מען קען טענהן אז למעשה אטאקירען זיי נישט מיט דעם אמעריקע אויף אמעריקעס ערד און נאר נוקלעאר איז א סכנה פאר אמעריקע אבער א נארמאלע מענטש איז נישט אזוי סעלפיש! א מענטש מיט הארץ קעירט ווען מען הערט אז מען הרגעט אומשולדיגע ציווילע מענטשען.

מזל טוב צו דיין 6000! ביסט פון די בעסטע שרייבערס אויף אונזער וועלטל!

אז יענער קען קענסטו אויך

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 19, 2020 5:33 pm

א דאנק הר גריזים, איך האב אליינס נישט באמערקט.

איך גלייב אז יעדע יו עס פרעזידענט שטערט די רציחות אין אנדערע לענדער עס איז נאר א שאלה וואס מען זאל טוהן און וויפיעל מען דארף טוהן דערצו?! דאס האט שוין יעדע פרעזידענט געהאט א אנדערע מיינונג.

אבאמא האט לדעתי פארפעהלט צו טוהן עפעס איבער די זשענאסייד אין סיריע און געמאכט א האלבע דיעל מיט איראן וואס פראטעקט (כאטש האלבוועגס) אמעריקע אבער לאזט איבער א דיזעסטער אין די מיטעל מזרח.
טראמפ זעהט יא די פראקסי מלחמות פון איראן אלס א דיסטעבלייזער אין די מיטעל מזרח און וויל נאר א דיעל מיט איראן וואס אינקלוד די אויפהערן פון עקספארטירען טעראר אין די געגענט - וואס ער האט אויך אינזין געהאט איזראעל.
סיריעס טראמפ זעהט דערווייל אויס סאליד שטיל, די לעצטע שטיק צייט הערט מען נאר אז די קורדס האבען שיין איבער געגעבען די צוואנציג מייל וואס טערקיי האט פארלאנגט און עס איז שטיל אין לאנד, העמיר זעהן צו דאס גייט זיין טראמפס גרעסטע סוקסעס צו נישט.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 6:03 pm

מטעמים האט געשריבן:פאר ווער עס שרייבט די אנאליז, איך האב איין פרט ווי איך קריג מיר מיט אים זייער שטארק, דאס אז איראנס פראבלעם איז נאר זייער נוקלעאר אמביציעס איז א סטופיד און דענזשרעס מחשבה.

די איראן אינטער כומעיני וואס שיסט ארויס געלט און שטיצע איבער די גאנצע מיטעל מזרח צו פארשפרייטען טעראר, כאאס און די טויט פאר מאמעס און קינדער איז נאך אזא גרויסע פראבלעם ווי נוקלעאר.

איך ווייס אז מען קען טענהן אז למעשה אטאקירען זיי נישט מיט דעם אמעריקע אויף אמעריקעס ערד און נאר נוקלעאר איז א סכנה פאר אמעריקע אבער א נארמאלע מענטש איז נישט אזוי סעלפיש! א מענטש מיט הארץ קעירט ווען מען הערט אז מען הרגעט אומשולדיגע ציווילע מענטשען.

יא, אבער נאכן עס אויספרובירן צו זיך אננעמען פאר די "אומשולדיגע ציווילע מענטשן", האט מען געזען אז ס'ארבעט פשוט נישט, און מער טעראריסטישע גרופעס ווערן אויפגעבויעט, ואיראק ליביע מצרים סיריע הוכיח.


#רעזשים_טשעינזש_דאזנט_ווארק_אינ'ם מיטל מזרח
נישט קיין חילוק ווי לשם שמים'דיג מ'מיינט עס.....
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Programming, אידישע געדאנקען, אלטער, דברים אלו, פייווישעל, שאבעלע, שמייכל תמיד און 72 געסט