אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג ינואר 12, 2020 6:54 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:ס'צירקולירן ארום קליפס פון די פראטעסטן אין איראן. אין איין אינטערסאנטע ספעקטאל האבן געוויסע - ווארשיינליך געשיקט דורך די רעגירונג - אנגעפעינט אויף די ערד א בילד פון די פענער פון אמעריקע און פון מדינת ישראל, און וואונדערליך איז געווען וויאזוי די סטודענטן/פראטעסטירער האבן דירעקט אויסגעקרויזט און געמאכט זיכער נישט צו טרעטן אויף די פענער, און ווען עטליכע זענען דירעקט יא געגאנגען דערויף זענען זיי באשייגעצט געווארן.

זייער זייער זייער אינטערסאנט!!
כמדומני אז דאס איז דאס ערשטע מאל זינט '79 וואס די ציווילע באפעלקערונג דריקט אויס בפרהסיא שטיצע פאר מד"י!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 12, 2020 9:39 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:טשאדעלע. איך קלער אז אויב די מיליטער וועט איבערנעמען די מאכט אין איראן קען זיין א געלעגענהייט צו נארמאליזירען די מאכט אזא שטייגער ווי מיצרים

וועלכע מיליטער?

די איראנער
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג ינואר 12, 2020 10:31 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:ס'צירקולירן ארום קליפס פון די פראטעסטן אין איראן. אין איין אינטערסאנטע ספעקטאל האבן געוויסע - ווארשיינליך געשיקט דורך די רעגירונג - אנגעפעינט אויף די ערד א בילד פון די פענער פון אמעריקע און פון מדינת ישראל, און וואונדערליך איז געווען וויאזוי די סטודענטן/פראטעסטירער האבן דירעקט אויסגעקרויזט און געמאכט זיכער נישט צו טרעטן אויף די פענער, און ווען עטליכע זענען דירעקט יא געגאנגען דערויף זענען זיי באשייגעצט געווארן.

שכח פארן ברענגען כסדר גוטע פאראינטערסירט קרישקלעך און אפדעיטס

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » זונטאג ינואר 12, 2020 11:07 pm

dovidal האט געשריבן:זענין געווען אידען אויף דעם פליגער ?

אחד הטייסים בטיסה האוקראינית אשר הופלה היה יהודי
אלכסיי נאומקין טייס מדריך בעל מעל 12000 שעות הטסה במטוסי בואינג היה בין ההרוגים.
ת. נ. צ. ב. ה....
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 12, 2020 11:39 pm

שטייענדיג שוין איבער 10 טעג נאכן אומברענגען דעם טרויעריג בארימטער בוטשער "מעידזשער קאסאם סולימאני" דער סעקאנד אין קאמענד פון איראן, איז כדי צו כאפן א שנעלער בליק אויף צוריק.


אין די מינוטן נאך די אטאקע אויף סולימאני ווען די וועלט איז געכאפט געווארן אין שאק פון טראמפ'ס געוואגטע און בראווע דורכגעטראכטער אונטערנעמונג, האבן די פראפעסארן, פאליטיקאנטן, אנאליסטן, בעאבאכטער און זעלבסט געקרוינטע עקספערטן פאראויס געזאגט אז ס'גייט יעצט זיין כאאס, אויפברויז, אינסטעביליטי, ביז אזוי ווייט ווי א דריטע וועלט מלחמה... געוויסע האבן דאס אפי' אנגערופען "א קריגס דעקלעראציע"...

שטייענדיג מער ווי 10 טאג שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע שווארצע נבואות'ער זענען בעזרת ה' נישט מקוים געווארן, ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מאכטפולע איראן איז נישט מער ווי א פאפירענע טיגער וואס קען סטראשען און שרייען טויט צו אמעריקע אבער גארנישט מער ווי דעם...

זיי האבן כמעט נישט געקענט טרעפן אין ציהל מיט די 15 מיסלס געשאסן פון "איראנער טעריטאריע" אויף אמעריקאנער צילן, 4 פון די מיסלס זענען בכלל נישט אנגעקומען קיין איראק... איין מיסל וואס האט שוין יא דערגרייכט א ציהל איז דאס גאר געווען אן איראקער ציהל... אלע איבעריגע זענען געפאלן אדער אויף דער ערד אדער אויף האלב ליידיגע סטארידזשעס, און איבער אלעם איז קיין איין אמעריקאנער אדער אפילו איראקער איז ניטאמאל פארוואונדעט געווארן.

פון די אנדערע זייט, זייענדיג אונטער היסטעריע, פחד, און ענקזייעטע פון אמעריקע האבן זיי זאגאר אראפגעשאסן א ציווילע פליגער, אן עירליין אנגעפילט מיט אומשולדיגע אויסלענדישע מענטשן, אומשולדיגע איראנע בירגער, צענדליגער פרויען און קליינע קינדער וואס האט נאר געברענגט אויפברויז אנטקעגן זיי.

נאכן לייקענען שטיין און ביין פאר עטליכע טעג אויף די ראט פון רוסלאנד אז זיי זאלן נאכטוהן דאס וואס רוסלאנד האט געטוהן 5 יאר צוריק ווען זיי האבן קיינמאל נישט מודה געווען אין אראפשיסן די מאלאזיע פליגער, איז אבער אונטערגעקומען צופיל שטארק איבערצייגנדע באווייזן, אריינגערעכנט אמעריקאנער סעטעלייטס וואס האבן אויפגעכאפט צוויי סורפעיס טו עיר מיסילס זיך הייבן פון טעהראן, האבן זיי בבושת פנים געמוזט עפנטליך מודה זיין אין די טראגעדיע,

חוץ וואס דאס וועט ווארשיינליך קאסטן די פאסטנס אדער גאר די לעבנס פון כאטש עטליכע פון די פאראנטווארטליכע הויכראנקיגע גענעראלן פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע, האט דאס אויך געברענגט אז די פאראייניגונג וואס די לאנד האט געהאט ביי די לויה פון סולימאני איז גאר שנעל פארשוואונדן געווארן, נישטא קיין זכר דערפון..! אנשטאט שטאלצירן מיט די מאסן ראליס וואס שרייען טויט צו אמעריקע, דארפן זיי בלאקירן די אינטערנעט אז די וועלט זאל נישט זעהן ווי די חברה שרייען טויט צו כומעיני...
ועל כגון דא נאמר, פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן...

די אלע איראנער פראקסיס וואס האבן זיך אינגאנצן פארלאזט אויף איראנס שטארקייט און מעכטיגקייט מיט סולימאני אלץ סימבאל פון שטארקייט און אומזיגבארקייט האבן זיך פלוצלינג דערזעהן אהן קיין פירער, אהן זייער רוקנביין, אהן דער פעסטער איראן, און אויב איז דאס נישט גענוג האבן די פירער פון די טעראריסטישע גרופעס אנגעפאנגען ציטערן פאר זייער אייגענע לעבנס, כאסאן נוסראלע ציטערט פונעם אייגענעם שאטן וואוסענדיג אז ער איז אויך איינע פון די אמעריקאנע צילן.

אין איראן גופא אנטוויקלט זיך ווידער די אינערליכע מי בראש קריגערייען צווישן די מיליטער און די רעוואלוציע גווארדיע, צווישן די פרעזידענט/פארלימענט מיטגלידער און די סופרים פירער און זיינע מיניסטארן.


אין אמעריקע האט מען פארגעסן פון די אימפיטשמענט כישוף פאנג, די מיאוסע פנים פון די ליבעראלן איז ארויפגעשווימען ווען זיי האבן קוים געקענט ארויסמורמלען עפעס א שלעכט ווארט אויף סולימאני, טראמפ'ס אפראוועל וועט זיכער עטוואס שטייגן אין די נעקסטע פאר וואכן, טראמפ'ס שונאים האבן באקומען א געלעגנהייט פאר א פרישע קאמף מיט איהם איבער מלחמה מאכט, און ביז דערווייל בויט טראמפ ווייטער די גרעניץ וואנט, און סענדערס געווינט די דעמאקראטישע נאמינאציע...


סוף פסוק אלעס איז צוריק צום אלטן, מיט די בענעפיט אז די וועלט איז יעצט אויף מער א זיכערע פלאץ מיט די אפוועזנהייט פונעם מייסטער טעראריסט סולימאני.
און די איראנער זענען פארנומען מיט זייערע אייגענע אינערליכע פראבלעמען.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 12, 2020 11:46 pm

הערליך!

שכח פאראינטערעסירט, שכח הרב פאלעסיידס פאר דיין הערליכע באריכטן!

ואגב, שכח טייערע שרייבער! די פלאץ איז לעצטענס שטארק געשטיגן בכמות ואיכות!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג ינואר 12, 2020 11:48 pm

הערליכע תגובה הרב פאראינטערסירט, איין פרט צוצילייגען, א אנקעטע גענומען צוויי דריי טעג צירוק אין אמעריקע ווייזט אז דאס פאלק איז מיט צען פונקטען מערהייט קעגן טראמפ בנוגע די איראן אקציע.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג ינואר 12, 2020 11:49 pm

אויב האט מען זיך איינגערעדט די פראטעסטען זענען נאר וועגן די פליגער, אבער די לאנד איז פאראייניגט אקעגן אמעריקע, קען מען שוין זעהן ביי דעמאסטראציעס ווי מפליקט בילדער פון דעם בוטשער סאלאמאני.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 12, 2020 11:50 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הערליך!

שכח פאראינטערעסירט, שכח הרב פאלעסיידס פאר דיין הערליכע באריכטן!

ואגב, שכח טייערע שרייבער! די פלאץ איז לעצטענס שטארק געשטיגן בכמות ואיכות!!
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 12, 2020 11:52 pm

דער בוטשער דער בוטשער דער בוטשער... יאפ. דאס איז עס!

איין וויכטיגע פרט איז כדי אנצומערקן, אז אפילו די שוין יא נישט געשטויגענע נקמה.. האט איראן אזאנס געציטערט און געשפירט פאר וויכטיג אז אמעריקא זאל זיין נאטאפעקירט איבער זייערע פלענער... אז זיי זאלן זיך גרייטן באצייטענס און באהאלטן די טרופן.

פאראינטערסירט!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 12, 2020 11:52 pm

הויעך האט געשריבן:אויב האט מען זיך איינגערעדט די פראטעסטען זענען נאר וועגן די פליגער, אבער די לאנד איז פאראייניגט אקעגן אמעריקע, קען מען שוין זעהן ביי דעמאסטראציעס ווי מפליקט בילדער פון דעם בוטשער סאלאמאני.

יאפ ווער האט זיך דאס געגלייבט...

דראפבאקס.


----
שכוח פאר די באדאנקערס! ס'איז גראדע אנגענעם צו באקומען א דאנק....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 12, 2020 11:54 pm

איך פארשטיי בכלל נישט די באדייט פון די פאריגע וואכעדיגע פראטעסטן קעגן דאס אומברענגען סאולימאני. דער מערדער האט דאך זיי מיט נישט מער ווי געציילטע וואכן בעפאר געבוטשערט אין די מאסן, וואס פאר א סימפאטיע זאלן זיי האבן צו אים? איך זע אפילו נישט וויאזוי די נאציאנאלע שטאלץ זאל זיך אויפוועקן ווען מען רעדט פון איינעם וואס האט זיי געמערדעוועט מאסיוון פארנעם.

פאראינטערסירט שכח, שיינע ס"ה.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 12, 2020 11:55 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:אויב האט מען זיך איינגערעדט די פראטעסטען זענען נאר וועגן די פליגער, אבער די לאנד איז פאראייניגט אקעגן אמעריקע, קען מען שוין זעהן ביי דעמאסטראציעס ווי מפליקט בילדער פון דעם בוטשער סאלאמאני.

יאפ ווער האט זיך דאס געגלייבט...

דראפבאקס.


----
שכוח פאר די באדאנקערס! ס'איז גראדע אנגענעם צו באקומען א דאנק....

סענייעס!
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 12, 2020 11:56 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:הערליכע תגובה הרב פאראינטערסירט, איין פרט צוצילייגען, א אנקעטע גענומען צוויי דריי טעג צירוק אין אמעריקע ווייזט אז דאס פאלק איז מיט צען פונקטען מערהייט קעגן טראמפ בנוגע די איראן אקציע.

די אנקעטעס זענען נאך גענומען געווארן ווען מ'איז געווען זיכער (ווייל אזוי האט די מידיע פארקויפט) אז ס'גייט קומען א מעכטיגע ריספאנס פון איראן, אבער יעצט נאכן זעהן ווי איראן איז נישט מער ווי א זייפן בלאז, וועט זיך די דעת הקהל פון די אינדעפענדענט וויילער (כ'רעד נישט פון די אנטי טראמפ'ערס) ווארשיינליך טוישן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:17 am

ישר כח פאראינטערסירט!
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:28 am

פאראינטערעסירט. זייער גיט ארויסגעברענגט

אגב איך בין פאר א לייק קנעפל ענדערש ווי דארפן צולייגן תגובות וואסגעבן נישט צו צו די שמיעס. איך וואלט געלייקט איעדע גיטע תגובה און איך גלייב איעדער וואלט אזוי געטין און עס וואלט געווען א טובה פאר איעדעם
Liberalism is a mental disorder

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:29 am

הערליך שיין, שכוח פ-איראן-טערעסירט!!
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:38 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:הערליכע תגובה הרב פאראינטערסירט, איין פרט צוצילייגען, א אנקעטע גענומען צוויי דריי טעג צירוק אין אמעריקע ווייזט אז דאס פאלק איז מיט צען פונקטען מערהייט קעגן טראמפ בנוגע די איראן אקציע.

די אנקעטעס זענען נאך גענומען געווארן ווען מ'איז געווען זיכער (ווייל אזוי האט די מידיע פארקויפט) אז ס'גייט קומען א מעכטיגע ריספאנס פון איראן, אבער יעצט נאכן זעהן ווי איראן איז נישט מער ווי א זייפן בלאז, וועט זיך די דעת הקהל פון די אינדעפענדענט וויילער (כ'רעד נישט פון די אנטי טראמפ'ערס) ווארשיינליך טוישן.


Washington (CNN)A majority of Americans said they disapprove of President Donald Trump's handling of Iran and feel less safe, according to a ABC News/Ipsos poll released on Sunday

The poll shows 56% of Americans said they disapprove of the way Trump is dealing with escalating tensions with Iran while 43% said they approved. The poll was conducted on January 10-11, the same week Iran launched retaliatory attacks against Iraqi bases housing US troops after an American drone strike killed Iranian commander Qasem Soleimani

Asked about the US airstrike, the majority, 52%, said it has made the United States less safe. Only 25% of Americans said they felt more safe and 22% said it has not had much of an effect. Thirty two percent of respondents said they are somewhat concerned about the possibility of the US getting involved in a full-scale war with Iran, while 41% said they are somewhat concerned, 20% are not so concerned and 7% are not concerned at all

Broken down by party affiliation, a total of 94% of Democrats and 52% of Republicans said they were either very concerned or somewhat concerned about the potential of another conflict in the Middle East, whereas only 6% of Democrats and 48% of Republicans said they were not so concerned or not concerned at all

Similar to the ABC poll, a USA Today/Ipsos poll conducted after the US airstrike on Soleimani, found that 55% of Americans believe the Iranian military leader's killing made the US less safe

This ABC News/Ipsos poll was conducted Jan. 10-11 and has a margin of error of: +/- 4.8 percentage points

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:53 am

כקען מיר פארשטעלן וויזוי סננ האט געפרעגט די שאלה;

''העלא וואס האלט איר איבער טראמפ'ס (וועלכער האלט אינמיטן ווערן אימפיטשט) רצחנ'ן איראנ'ס מערסט פאפולער מיליטערישער גענעראל וועלכער האט אויך געהאלפן אמעריקע קעגן אייסיס? הא?''

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:02 am

עס איז נישט קיין סי ען ען אנקעטע.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:08 am

עי בי סי ס'א חילוק

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 13, 2020 1:37 am

אויך יו עס עי טודעי.

און בכלל שטייט אלעמאל די ווארדינג פון אנקעטעס, עס איז נישט אזוי ווי דו שפעקולירסט.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 13, 2020 2:35 am

מ'דארף מאכן א טויש
אלע פראטעסטעירער קעגן מלחמה מיט איראן אין אמעריקא זאל מען אריבער דאמפפען קיין איראן, און אלע פראטעסטירער אין איראן זאל מען איינלאדענען פאר א בעסערע לעבן אין אמעריקא.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 13, 2020 2:41 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פאר אינטערעסאנטקייט, די איראנער האבן אראפגעשאסן דעם פליגער נישט ווייל זיי האבן געמיינט אז דאס איז אן אמעריקאנער מיליטערישע פליגער, נאר ווייל זיי האבן געמיינט אז דאס איז א קרוז מיסיל...

וויאזוי אזא טעות פאסירט איז העכער מיין פארשטאנד. די געשיכטע איז ממש שוידערליך!

Wow אנבעליוועבל.
דאס מיינט אז זיי זענען געהעריג צוריקגעשטאנען מיט טעכנאלאגיע.

אמעריקע'ס אראפשיסן די ציווילע פליגער אין 1988 איז געווען ווייל די קרו מעמבערס פון די יו-עס-עס ווינסענס קרוז שיף האבן געמיינט אז דאס איז א פייטער דזשעט, אבער נישט אן אויפטוישונג מיט א מיסל.

ולא זו בלבד, די פליגער איז געווען אויפן דיירעקשאן אוועק פון אריאן, און זיי האבן געמיינט אז עס איז א מיסל וואס קומט צי פליעהן קיין איראן.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:35 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א דוגמא פון א צוקומפטיגער נארישע און א״ג סקאנדאל, אויף וואס די אמעריקאנע בירגער וועלן ברויזן.

איך בין כמעט ביי די מיינונג אז להד״ם. די טראמפ אנגעגעבענע תירוץ פארן עלימאנירן סאלעמאני צוליב א באלדיגע געפאר אויף 4 אמעריקאנע אמבעסאדאר׳ס איז שטותים. אבי א תירוץ צו מאכן דעם אנטענטאט מער דראמאטיש, און אפילו מער כשר.


נבס באריכטעט יעצט פון פינף אפישעלס, אז טראמפ האט שוין אויטאריזירט צו אומרענגען אטאקע פאר '7 מאנאטן צוריק'! אבער ער האט געשטעלט א תנאי: נאר אויב איראן'ס שטייגנדע אגרעסיע וועט ברענגען די טויט פון אן אמעריקאנער, ווי אויך האט ער פארלאנגט צו האבן די לעצטע ווארט בעפאר סיי וועלכע ספעציפישע אפעראציע.


האמער דא א טיפישע טראמפ-ווייט-האוז צומישעניש.
טראמפ טוט צום זאך, אבער רעדט איבער די מאס, פאמפעיא פאלגט אים נאך אין וואנט אריין, די איבריגע קאבינעט פרובירן זיך אפצושאקלען פון זיינע סטעיטמענטס, און די מידיע מיט די דעמס זענען נאר פארנומען מיט טראמפ'ס ליגנטס.

לויט די פאלגנגע ארטיקל פון נבס, האט זיך טראמפ געהאלטן קאנסיסטענט ביי זיין רויטע ליניע: די טויט פון אן אמעריקען.

קודאס מיסטער פרעזידענט!

https://www.nbcnews.com/politics/nation ... s-n1113271
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Idea, Of course, אור, אידיאט, איפכא מיסתבר, ארויף, מהיות טוב, מטעמים, נעכטיגן טאג, צדיק בן צדיק, קו הישר, ר' זעקל, שיעלע בהמה, שתקן און 107 געסט