אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

איראק-איראן ענערגיע וועט אנגיין


באגדאד – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט באנייען ערלויבעניש פאר דער איראקער רעגירונג, אריינצוליפערן נאטורליכע גאז ענערגיע קראפט פון איראן. דער סארט האנדל איז אומלעגאל אונטער די אמעריקאנער סאנקציעס קעגן איראן, אבער ביז יעצט האט אמעריקע ערלויבט איראק צו זיין אויסגעשלאסן פון די סאנקציעס, ווייל זי איז קריטיש אנגעוויזן אויף די איראנער ענערגיע סופליי. מען האט געמיינט אז טראמפ וועט נישט באנייען די ערלויבעניש פאר איראק, צוליב זייער פארלאנג אז אמעריקע זאל ארויסנעמען אלע טרופן, אבער אין א פרואוו צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט, וועט מען עס יא ערלויבן ווייטער.


פון דער דעלי איד
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

א גולם האט געשריבן:
איראק-איראן ענערגיע וועט אנגיין


באגדאד – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט באנייען ערלויבעניש פאר דער איראקער רעגירונג, אריינצוליפערן נאטורליכע גאז ענערגיע קראפט פון איראן. דער סארט האנדל איז אומלעגאל אונטער די אמעריקאנער סאנקציעס קעגן איראן, אבער ביז יעצט האט אמעריקע ערלויבט איראק צו זיין אויסגעשלאסן פון די סאנקציעס, ווייל זי איז קריטיש אנגעוויזן אויף די איראנער ענערגיע סופליי. מען האט געמיינט אז טראמפ וועט נישט באנייען די ערלויבעניש פאר איראק, צוליב זייער פארלאנג אז אמעריקע זאל ארויסנעמען אלע טרופן, אבער אין א פרואוו צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט, וועט מען עס יא ערלויבן ווייטער.


פון דער דעלי איד

אוי וויי א בראך אויף קאלאמבוס, שוין ווייטער א קוויד פרא קווא... דער פרעזידענט גייט דא פארלעצן די סאנקציעס וואס "קאנגערס" האט ארויף געלייגט אויף איראן, כדי אז איראק זאל זיך איבער בעטען מיט "אים" און ער זאל ווידער דערוועלט ווערן, ואין לך קוויד פרא קווא גדול מזה! ער האט פארפאטשקעט און כמעט געברענגט א דריטע וועלט מלחמה, און וויל זיך ראטעווען און ווערן ריעלעקטעד, און מיט וואס, מיט פארלעצן די סאנקציעס פאר די אייגענע אינטערסן!

אבער אחרי שובי נחמתי, אז לויט א דעת יחידאה וואס לשעה פסקנ'ט מען אזוי אין דער סענאט און נישט אין דער קאנגרעס, איז זינט מען קען אויך זאגן (כאטש עס איז רחוק רחוק מאד אזוי צו זאגן) אז אפשר א ספק ספיקא און א הוה אמינא שבהוה אמינא האט ער אויך אפשר אפשר אינזין געהאט דאס גוטס פון לאנד (זיינע שטיצער פונעם לאנד פארשטייט זיך), דערובער איז ער אינעם בדיעבד שבדיעבד'דיגן רעידנדז פון זיינע "רעכטן", און כאטש עס איז א געמיינער זאך זיך אליין צו אינזין האבן (און קיין איין פרעזידענט פאר אים און נאך אים האט זיך נישט דערווייגט אזוי צו טוהן), אבער פארט איז אמעריקע א מלכות של חסד (אפילו צו אזא רעפובליקאנער אימפיעטשטער און צופראסקעטער פרעזידענט) און מען קען גאר נישט טוהן נאר שווייגן און ליידן, אדער מאכן א שיף סטייל טענטרום און שפריצן פייער פון די אויגן און צורייסן און פארברענען אלע געלט וואס דער פרעזידענט האט געמינטעד און זיך חבר'ן מיט אמעריקע'ס שונאים און פיינט האבן אירע פריינד.
the friends of my enemy (i.e. Putin) is my enemy, and the enemy of my enemy (i.e. Iran) is my friend

דיסקלעימער (מען קען נישט וויסן ווער עס קען עס נאך אן נעמען ערענסט), בין איך מוסר מודעה אז איך מיין עס נישט ערענסט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
ציגרעטל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

אינטערסאנטע היכי תמצי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגרעטל »

(מעגליך עמיצער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה)

שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער מציאות

כ'האב אמאל געהערט (דאכצעך פון הערשל פר''מ) אז דעי וואס זאגן אז אין וומס''ג איז נישטא קיין עירוב, האלטן אז וומס''ג איז א רשות היחיד... דעי וואס זאגן אז וומס''ג האט יא א עירוב האלטן אז וומס''ג איז א רשות הרבים...
ודוק ותשכח

להבדיל בין עניין לעניין

שטעלט זיך ארויס אז ווען טראמפ איז פרעזידענט, זענען די דיעפ סטעיט אינטעל קאמיוניטי חברה גערעכט אז איראן איז נישט קיין עכטע געפאר.. און ווען אבאמא איז פרעזידענט, איז טראמפ גערעכט אז איראן איז יא אן עכטע געפאר...
ותשכח ודוק
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

;l;p-
ציגרעטל האט געשריבן:(מעגליך עמיצער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה)

שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער מציאות

כ'האב אמאל געהערט (דאכצעך פון הערשל פר''מ) אז דעי וואס זאגן אז אין וומס''ג איז נישטא קיין עירוב, האלטן אז וומס''ג איז א רשות היחיד... דעי וואס זאגן אז וומס''ג האט יא א עירוב האלטן אז וומס''ג איז א רשות הרבים...
ודוק ותשכח

להבדיל בין עניין לעניין

שטעלט זיך ארויס אז ווען טראמפ איז פרעזידענט, זענען די דיעפ סטעיט אינטעל קאמיוניטי חברה גערעכט אז איראן איז נישט קיין עכטע געפאר.. און ווען אבאמא איז פרעזידענט, איז טראמפ גערעכט אז איראן איז יא אן עכטע געפאר...
ותשכח ודוק
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

כיזבאללא שטעלט אוועק סטאטוע פון איראנער גענעראל קאסאם סוליימאני די סטעטשו איז אַוועקגעשטעלט געווארן אויף אַזאַ פאַרנעם, אַז סוליימאני טייטלט מיט'ן פינגער אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אלס א סטראשע אַז איראַן וועט נישט אויפהערן מיט אירע אַטאַקעס אויף מדינת ישראל.
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg (17.15 KiB) געזען 4177 מאל

צו זעהן די פייערינג:
https://www.bhol.co.il/news/1079831
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

לעכטל האט געשריבן:כיזבאללא שטעלט אוועק סטאטוע פון איראנער גענעראל קאסאם סוליימאני די סטעטשו איז אַוועקגעשטעלט געווארן אויף אַזאַ פאַרנעם, אַז סוליימאני טייטלט מיט'ן פינגער אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אלס א סטראשע אַז איראַן וועט נישט אויפהערן מיט אירע אַטאַקעס אויף מדינת ישראל.
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg

צו זעהן די פייערינג:
https://www.bhol.co.il/news/1079831

אוי, איז דאס שרעקעדיג...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לעכטל האט געשריבן:כיזבאללא שטעלט אוועק סטאטוע פון איראנער גענעראל קאסאם סוליימאני די סטעטשו איז אַוועקגעשטעלט געווארן אויף אַזאַ פאַרנעם, אַז סוליימאני טייטלט מיט'ן פינגער אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אלס א סטראשע אַז איראַן וועט נישט אויפהערן מיט אירע אַטאַקעס אויף מדינת ישראל.
whatsapp-image-2020-02-16-at-115018.jpg

צו זעהן די פייערינג:
https://www.bhol.co.il/news/1079831

די אויסגעשטרעקטע פינגער האט די רינגל אויף זיך?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

נאך ראקעטן אויף אמעריקאנער באזע


bagdad.jpg
bagdad.jpg (60.18 KiB) געזען 3944 מאל


באגדאד – א סעריע ראקעטן האבן באטראפן א מיליטערישע באזע וואו אמעריקאנער טרופן און אנדערע קאאליציע קרעפטן זענען סטאנציאנירט אין דער איראקער הויפטשטאט באגדאד, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. עס איז די לעצטיגסטע אין א סעריע אטאקעס אויף אמעריקאנער איינריכטונגען אין איראק, און די אלע אטאקעס ווערן דורכגעפירט דורך פרא-איראנער גרופעס וואס זוכן אויסצונוצן דעם פאליטישן כאאטישן צושטאנד אין איראק אויף אנצודרייען אנטי-אמעריקאנער סענטימענטן ביים פאלק.


דער דעלי איד
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

די נקמה פון איראן צו די אידן צום טויט פון סולימאני:

...דיווחים שמגיעים מאיראן, מספרים כי קיים חשש שמשמרות המהפכה יהרסו את קבריהם ההיסטוריים של מרדכי ואסתר במדינה וימירו את המקום לטובת הממשל...
איינער האט מער פרטים?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

קבר מרדכי ואסתר איז אין געפאר

unnamed.jpg
unnamed.jpg (59.97 KiB) געזען 3736 מאל

איראן – איראנער אויטאריטעטן האבן געסטראשעט אז זיי וועלן פארניכטן דעם היסטארישן קבר פון מרדכי ואסתר וואס געפינט זיך אין דער שטאט האמאדאן, און זיי וועלן פארוואנדלען דאס ארט אלס א קאנסולאט אפיס פאר פאלעסטינע. די אינפארמאציע קומט פון דער "אראם" ארגאניזאציע וועלכע פאררופט זיך אז זיי רעפרעזענטירן אלע מינאריטעטן רעליגיעס אין איראן. ווי די ארגאניזאציע זאגט איז די פרישע סטראשע געקומען פון מיטגלידער פון דער איראנער באסיזש באוואפנטע גרופע, וועלכע האט שוין פרובירט איבערצופאלן דעם קבר פארלאפענעם שבת.

דער איד דעילי
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אין איראן האבן די קאנסערוואטיוון טאקע אפגעהאלטן שטארקע זיגן ביי די פארליאמענט וואלן צוריקכאפנדיג די מאיאריטעט פון די רוהאני מעסיגע וועלכע האבן געוואונען מיט פיר יאר צוריק אין א קאמפיין פאר מער פארהאנדלונג מיט די מערב וועלט וועלכע איז איצט אויף הינקעדיגע פיס,
אבער עס ווערט באריכטעט א גאר שוואכע טורנאוט, די נידריגסטע ראטע זייט די 1979 רעוואלוציע,
איראנער באאמטע לייגט אן די שולד אויף עטליכע פאקטארן, אריין גערעכנט די שרעק וואס מענטשען האבן איבער די קאראנע וויירוס און א שלעכטע וועטער,
- זיי זאגן אז אויב מען באטראכט די אומשטענדן איז עס אין פאקט א גאנץ שיינע וואל באטיילעגונג.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

צוויי ראקעטן זענען געשאסן געווארן אין געגענט פון די אמעריקאנער אמבאסאדא אין איראק'ס הויפטשטאט באגדאד. ביידע ראקעטן זענען געפאלן אינערהאלב די שטארק-באשיצטע גרינע זאנע וואו עס געפונען זיך רעגירונג געביידעס און אמבאסאדאס. איינס פון זיי איז געפאלן גאר נאנט צו די אמעריקאנער אמבאסאדא, אבער עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום געשעדיגטע.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

יעצט באמערקט די תגובה, שטארק הנאה געהאט, לכבוד פורים

ציגרעטל האט געשריבן:(מעגליך עמיצער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה)

שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער מציאות

כ'האב אמאל געהערט (דאכצעך פון הערשל פר''מ) אז דעי וואס זאגן אז אין וומס''ג איז נישטא קיין עירוב, האלטן אז וומס''ג איז א רשות היחיד... דעי וואס זאגן אז וומס''ג האט יא א עירוב האלטן אז וומס''ג איז א רשות הרבים...
ודוק ותשכח

להבדיל בין עניין לעניין

שטעלט זיך ארויס אז ווען טראמפ איז פרעזידענט, זענען די דיעפ סטעיט אינטעל קאמיוניטי חברה גערעכט אז איראן איז נישט קיין עכטע געפאר.. און ווען אבאמא איז פרעזידענט, איז טראמפ גערעכט אז איראן איז יא אן עכטע געפאר...
ותשכח ודוק
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

לכבוד פורים האב איך געטראכט אזוי:
אז סאיז א שאד געווען די גאנצע אקציע אויף סולעמאני. און קאראנע וואלט שוין קעיר גענומען פון אים.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פאלעסיידס האט געשריבן:שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

די ביזט ערענסט?
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

געשאסן פון איראן?
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

אויב אמת איז עס א שטארקע נקמה פאר סאלאמאניס טויט
טראמפ וועט מיזן ענטפערן אז נישט איז ער א גרויסע לוזער
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די פענטעגאן באשולדיגט נאך נישט קיינעם
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

די ביזט ערענסט?

געווענלעך איז מיין אינפא קראנט, ווארט נאך אפאר מינוט וועסט עס זעען אויף סי ען ען, (קען זיין יעצט וועלען זיי ענדליך אפלאזען די קאראנע פאניק)
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

אמעריקא זאל ריספאנדען מיטן שיקן א קראונע אנגעשטעקטער צו כומעיני
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אויב סאיז איראן ווילען זיי מין הסתם דיסטרעקטען זייערע בירגער פון זייער דיזעסטער האנדלונג מיט די קאראנע, אין אנדרייען אומרוען מיט אמעריקע
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פאלעסיידס האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:שכח פארן ארויפברענגען די אשכול.

15 ראקעטען זענען יעצט געשאסען געווארען אויף א אמעריקאנע באזע אין צפון באגדאד, 11 זענען פארוואונדעט געווארען דריי טויט צוויי זענען אמעריקאנע זעלנער אין איינס איז א בריטישע

די ביזט ערענסט?

געווענלעך איז מיין אינפא קראנט, ווארט נאך אפאר מינוט וועסט עס זעען אויף סי ען ען, (קען זיין יעצט וועלען זיי ענדליך אפלאזען די קאראנע פאניק)


וועגן דעם האב איך געפרעגט איך זע עס נישט באריכטעט און ערגעץ... זעט אויס קאראונע איז וויכטיגער
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פאלעסיידס האט געשריבן:די פענטעגאן באשולדיגט נאך נישט קיינעם

וואס הייסט זיי באשולדיגן נאך נישט? וואס איז די שאלה? קלערן זיי אז אפשר האט בטעות פריינטליכע פייער געשאסן 15 ראקעטס אויף זייער אייגענע בעיס?
סאיז אדער איראן אליינס אדער איינער פון זייער פראקסיס אין איראק!

בכלל איז נישט קיין מעידשער נייעס אז צוויי זעלנער זענען געהארגעט געווארן און איראן? קיינער רעדט כמעט נישט דערפין אלעס איז פארנימען מיט קאראונע... טראמפ האט אויך יעצט צופיל אויפן קאפ וועגן דעם וויירוס איך גלייב נישט ער גייט עפעס טון יעצט.. איראן האט אויסגענוצט א גוטן געלעגענהייט!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

אמעריקע באמבארדירט איראנער גרופע


unnamed.jpg
unnamed.jpg (54.01 KiB) געזען 2333 מאל


באגדאד – די אנגעצויגנקייט צווישן די אמעריקאנער מיליטער און פרא-איראנער באוואפנטע באנדעס אין איראק האט נעכטן צוריק אויפגעפלאקערט, ווען אמעריקע האט דורכגעפירט א סעריע באמבארדירונגען אויף איין אזא שאיאטישע מוסולמענער באנדע. די פרא-איראנער קרעפטן האבן דורכגעפירט מיטוואך אינדערפרי א באמבארדירונג אויף אן איראקער מיליטערישע באזע פון וועלכע צוויי אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען, און אין רעאקציע האט אמעריקע נעכטן באמבארדירט עטליכע פאזיציעס פון די גרופע. דער פענטאגאן האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט שטיל בלייבן ווען זי ווערט אטאקירט.


פון דער דעלי איד
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”