אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:12 am

אפשר קען מען שוין אפטיילן אן עקסטערע אשכול בלויז פאר נייעס און אן עקסטערע אשכול פאר מיינונגען און עצות און אלעס ארום?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:14 am

אוואדי, וועגן דעם ווען סאדאם האט אנגעפאנגען מאכן פראבלעמען אים קאוועיט, איז מען אריינגעגאנגען און עין געסטאפט.
אבער סתם אריינגיין און אראפווארפן א דיקטאטור?? קוק וויאזוי ס'האט זיך אויסגעצאלט, וויפיל טעראריסטישע גרופעס זענען אויפגיוואקסן וועגן דעם?!
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:16 am

וועמען האט מען פלעין אראפגעווארפען?

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:21 am

די חידוש איז אז רוב עולם ווייסט ניטאמאל היינט ציטאגס די גאנצע השתלשלות וואס די וועלטס פראבלעם איז געווען מיט סאדאם'ן אין מבאמבעלט נאך שוין יארען די טאלקינג פוינטס פון cnn פון RT און פון ספוטניק

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:26 am

איך זעה אז דו אינגנארסט אינגאנצן ווער איז אין 2016 געלאפן אויף דעם ליין.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:31 am

יאפ און ער איז געווארען ערגער דערין ווי א טאג, אבער זיינע מעשים מיט דיבורים זענען צוויי אנדערע באשעפענישען, ווען סקומט צי שפילען געימס מיט אנדערע לענדער, מקען שוין היינט זאגען, סאיז נישטא קיין לאנד, ובעיקר שונאים וואס ווייסען וואס טוט זיך ביי אים אין קאפ, פארפאלען ער איז געווען ביז די 70 אין די ביזנעס וועלט,

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:35 am

יא, אבער וואונדער זיך נישט ווער עס האט געהאלפן איבערשרייבן היסטאריע פאר יעדן דא.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:45 am

צל עובר האט געשריבן:יא, אבער וואונדער זיך נישט ווער עס האט געהאלפן איבערשרייבן היסטאריע פאר יעדן דא.

אבער נישט סתם,

אבער ער האט גוטע אינטעשאן ווען ער טוט די זאכען, ער האט שוין אויסגעחלומט אסאך זאכען די לעצטע פערציג יאר, און נאך פון ניקסאנס אין הענרי קיסינדזשערס צייטען, אין יעצט טרייט ער עס אויסציפירען,
און לאמיר האפען אז סוועט ארויסקומען למעשה א טובה פאר די וועלט, אין די בייזוויליגע עלעמענטען זאלען נישט מצליח זיין מיט זייערע פלענער און סזאל נישט שאטען פאר קיין שום אידיש קינד בכל אתר ואתר,

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג ינואר 06, 2020 1:28 am

די נייגעריגער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווען טעראריסטען ווי למשל איראן איז אין טשארדזש ווערט עס א סכנהדיגע פלאץ מה שאין כן ווען פוטין איז אין טשארדזש איז עס א סטראטעגישע דורעכפאל פאר אמעריקע אבער עס איז ווייט נישט קיין סכנה פאר די פלאץ.

דאס איז די חילוק פון רוסלאנד, סאודי אראביע, עגיפטען און טערקיי ווי איידער איראן וואס ברענגט מיט מיט זיך אין יעדע פלאץ די כיזאבאלא און די הוטיס וואס ברענגען א ענדלאזע פלייץ פון טעראריזעם און די לאנד - אזוי ווי עס זעהט טאקע אויס תימן אדער ווי סיריע (פאר רוסלאנד) איראק (פאר אייסיס)

סאו ווען מען טוישט אויף די קורדענס בעלי בתים פון אמעריקע צו רוסלאנד אדער טערקיי איז עס אפשר א סטראטעגישע טעות פאר אמעריקע אבער זיי זענען בכלל נישט קיין סכנה און מען הערט טאקע נישט קיין פראבלעמען פון יענע זייט אין די לעצטע פאר חדשים.



אבער למעשה וואס איז שכלדיג צו טאן יעצט

אויב סיריע איז רעלאטיוולי שטיל און די פראבלעם בלייבט נאר איבער אין איראק און אין תימן האט טראמפ געטוהן די ריכטיגע זאך מיטען אומברענגען דער נאמבער איין מאן וואס איז געשטאנען אינטער די קוליסען פון איראנס אינוואלוומענט אין די אלע פלעצער.

גייט איראן צוריק טוהן? זיי זאגען אז יא און עס איז ערווארטעט אז יא, זיי מיזען עס טוהן פאר זייער אייגענע פרעסטיזש און פאר זייער אייגענע הצלחה אבער מצד השני איז בכלל נישט באטעמט צו וויסען אז זיי באקומען גראד צוריק א טוץ פון שרעקליכע באבמבאדירונגען און כאאס אין איראן קען באדייטען אז די בעלי בתים זאלען פארלירען קאנטראל וואס פון דארט ביז א בירגער קריג איז א קאצען שפרינג, די איראנע זענען זייער שטייפע מענטשען און וועלן נישט נאכלאזען, עס איז באמת שווער פאראויסצוזאגען וויאזוי דאס גייט זיך ענדיגען.

דאס איז זיי זאגען קלאר אז זיי גייען פאליטיש (באמבאדירען מיליטערישע סייטס) ווייזט עס אז זיי פלאנען צו פיהרען א פראפעשאנעל קריג און נישט קיין קריג אזוי ווי טעראריסטען וואס האט א מעלה אז עס גייט נישט קאסטען די לעבן פון ציווילע און א שטילשטאנד גייט הייסען א שטילשטאנד און אויסארבייטען א שלום גייט האבען א שאנס די מינוט וואס איינער ווערט מיד.

וואס גייט זיין? וויייסט נאר די הייליגע באשעפער און אויב וועט מען גוט מתפלל וועט מען בקרוב זעהן אז אלעס איז לטובה.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4350
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג ינואר 06, 2020 1:53 am

ס'איז א שאנדע צו זען וואו די דעמעקראטן געבן אזא חיזוק פאר איראן. זיי מעגן זיך שעמען. אין אזא צייט ברענגט מען ארויס וואספארא טעראריסט און מערדער סוליימאני איז געווען, נישט מ'איז פארנימען מיט אמעריקע'ס נישט גערעכטיקייט...

אנא עבדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג ינואר 06, 2020 2:27 am

אמביציע האט געשריבן:ס'איז א שאנדע צו זען וואו די דעמעקראטן געבן אזא חיזוק פאר איראן. זיי מעגן זיך שעמען. אין אזא צייט ברענגט מען ארויס וואספארא טעראריסט און מערדער סוליימאני איז געווען, נישט מ'איז פארנימען מיט אמעריקע'ס נישט גערעכטיקייט...

לאמיר האפן אז דאס גייט זיי טאקע אינטערברענגן ביי די וואלן וואס קומט אט אט..

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:52 am

פארשטייער פון די אידישע קהילה ביים אפגעבן זייערע טרייסט וואונטשן פאר די סולימאני פאמיליע.
photo_2020-01-06_11-50-56.jpg
photo_2020-01-06_11-50-56.jpg (66.31 KiB) געזעהן 1211 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

ירנן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » מאנטאג ינואר 06, 2020 7:29 am

גרינע האט געשריבן:פארשטייער פון די אידישע קהילה ביים אפגעבן זייערע טרייסט וואונטשן פאר די סולימאני פאמיליע.
photo_2020-01-06_11-50-56.jpg

דעיס איז אין איראן?
שרייב זיך איין צו פארדינן געלט ביי איינקויפן איר פארדינט 10$ פאר מער אין אישי
Home Depot - Staples - eBay - Amazon - Target -BestBuy - Lowe's - Walmart

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:37 am

גרינע האט געשריבן:פארשטייער פון די אידישע קהילה ביים אפגעבן זייערע טרייסט וואונטשן פאר די סולימאני פאמיליע.
photo_2020-01-06_11-50-56.jpg

א ברירה האבן זיי
שרייב אין מעק

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:08 am

ודרשו שת שלום העיר...
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:35 am

גראדע היטן זיי שטארק אויף די לאקאלע אידישע געמיינדע, סיי ווייל עס לוינט זיי פאליטיש, און סיי ווייל א חשובע משפחה אידישע ביליאנערן אפשטאמיגע פון איראן שמירן די רעדער.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:40 am

הייסט אז ס'איז דא נאך קעש חוץ אבאמא'ס...
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:49 am

ווי סאך אידן זענען דא אין איראן?
זיי זעהן אויס זייער היימיש.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:08 am

כא כא כא האט געשריבן:אפשר קען מען שוין אפטיילן אן עקסטערע אשכול בלויז פאר נייעס און אן עקסטערע אשכול פאר מיינונגען און עצות און אלעס ארום?

גא"מ

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:08 am

מי כעמך האט געשריבן:ווי סאך אידן זענען דא אין איראן?
זיי זעהן אויס זייער היימיש.

וויפקידיע שרייבט 9,826

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:09 am

ירים הודו ביים לאזן הערן איבער איראן'ס נוקלערע וואפען

20200106_100720.jpg
20200106_100720.jpg (49.52 KiB) געזעהן 581 מאל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:22 am

זיצט דער גרויסער אמעריקע איבערגעלייגט, און ווארט אנגעצויגן אויפן ציפעדיגן פראק פון די איראנער...

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:25 am

צווייפעל האט געשריבן:זיצט דער גרויסער אמעריקע איבערגעלייגט, און ווארט אנגעצויגן אויפן ציפעדיגן פראק פון די איראנער...

קוקט אויס עס איז א סטראשע אזויווי אלע סטראשעס פון זיי

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:25 am

אהבת השם האט געשריבן:ירים הודו ביים לאזן הערן איבער איראן'ס נוקלערע וואפען

20200106_100720.jpg

קענסט נישט וויסן וואס זיין נעקסטע סטעפ איז
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:28 am

צווייפעל האט געשריבן:זיצט דער גרויסער אמעריקע איבערגעלייגט, און ווארט אנגעצויגן אויפן ציפעדיגן פראק פון די איראנער...

די רגע ער כאפט א פראק געט ער צוריק א שטויס.ער איז זייער אנגעצויגן ווייל ער וויל שוין געבן דעם שטויס אין דער פראקער האט זייער מורא פאר דעם שטויס
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנא עבדא, לאמיר פארשטיין, פארפלאנטערט און 105 געסט