איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע רעדע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע פארציע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:36 pm

100 פראצענט גערעכט
205
50%
גוט געזאגט, נאר צו שארף
100
25%
בכלל נישט גערעכט
101
25%
 
סך הכול שטימען: 406

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 01, 2020 3:32 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:און אויב האלסטו אז איך לערן פאלש די של''ה זאלסטו אז אלע אונזערע רבי'ס און אלע דורות האבן געלערענט אזוי פאלש אינעם של''ה ווייל אזוי האבן זיי געהייסן זיך פירען
זאל געשטעטנער מאכען א אסיפת הרבנים און זיי זאגן רבותינו איר האט אלעמאל געלערנט פאלש פשט און איך וועל אייך אויסלערנען די ריכטיגע פשט און של''ה... נישט מאכן אזא החלטה אויף די אייגענע הענט און פארלערנען די של''ה אויף קול מבשר לויט זיי געשמאק..

עמער זעהן אויב די רבנים וועלן ארויסקומען מיט א מחאה.

ביזדערווייל זעה איך אין די לעצטערע טעג און וואכן אז יעקב אבינו לא מת, און אויף וואס עס האט נאר אויסגעפעלט איז ערשינען קול קורא'ס, און מחאות, עמער ווארטן א טאג צוויי, און זעהן וואס עס איז דער מיינונג פון רבותינו שליט"א.


איך ווייס פערזענדלעך פון 2 גרויסע ערענסטע רבנים ומנהיגי קהילות וואס זענען ממש ציטרייסעלט פון די נייע סכנה'דיגע צוגאנג בכלל און די אויבענדערמאנטע רעדע בפרטיות

זייערע נעמען ביטע.

גדולי ישראל, און ברט מנהיגי הקהילות האבן נישט קיין פראבלעם אז זייער נאמען זאל פאבלוצירט ווערן.

און אגב, איך גלייב אז אויב זיי זענען טאקע צוטרייסלט וועלן זיי נישט ווארטן לאנג צו מוחה זיין ברבים.


קענסט אליינס אויפיגערן וועלכע רבנים [פון מאנסי] מען מיינט....
אוקמי אחזקה, אז זיי וועלן נישט שווייגן די וואך ביי של"ס....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 01, 2020 3:38 pm

lebediger berel האט געשריבן:נישט צו גיין אינעם געשטעטנער אשכול ווייל כ'האלט באמת אז די וואס קריטיקירן און האלטן אפ אזא סארט ענטפער ווי געשטעטנער'ן האבן בלוט אויף זייער קרעדענשאל און (אפשר ע"פ הלכה איז עס נאך אלץ אזוי, אבער איך רעד כלל נישט פון הלכה, איך רעד פון פראקטיק) עס רעגט מיר אזוי אויף, וויל איך נאר דא צושיקן א שטיקל וואס כ'האב מיך דערמאנט א דעת זקנים אין פרשת וילך אויפן פסוק רעות רבות וצרות - זיבורא ועקרבא, אז אויב וועט מען נישט שרייען אויפן גוי וועט ער דיר מער שעדיגן, און אויב וועסט יא שרייען וועט ער דיך פיינט האבן.
עכ"פ די בעלי תוספות אליין שרייבן סאיז א פראבלעם,
אבער אראפצורייסן די וואס מאכן מ'זאל אונז נישט מער שעדיגן?
עניוועי כ'האף מען וועט מיר נישט ענטפערן דא נאר אהין שיקן דעם שטיקל ושלום על ישראל ושלום עלי נפשי, איך וויל נישט זען דעם ענטפער, אינגעלעך קריגט ענק צווישן זיך, איך האב נישט קיין כח ס'קאסט מיר בלוט
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 01, 2020 3:42 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איינער פון די זקני העדה שיקט מיר א אישי:
איך פארצייל דיר דעס אין אישי, קענסט עס פאוסטן וויאזוי דו ווילסט
און ביי דע וועי איך האב אויך מיטגעהאלטן ר' משה דוד'ס מהלך ביי די האוזינג פייט אין וויליאמסבורג תשנ"ב
און ביי די אינסינערעטאר וכו'
יעדע זאך האט זיין צייט,
ער האט אראפגעריסן דינקינס מיט קאטש מיט פאליטישענס אויף זייער זייט
אויפן ערגסטן!
ברבים!
איך בין געזיצן אין פאבליק הירינגס אין די איסט סייד וואו גאנץ סאטמאר מיט אפרים שטיין בראש זענען געשטאנערן און געפליקט שטיקער טויזנט מאל מער וואס מ'טוט היינט אין מאנסי
פרעג ר' אפרים שטיין ר' חיים משה שטויבער

דזשאסט טו סעט די רעקארד סטרעיט.

און איך געדענק נאך אויך די דאמאלדסדיגע מחאות און פאשקעווילן.

קען זיין אז ס'איז בבחינת אלו ואלו אדער זיבורא ועקרבא, און אפשר דארף מען טאקע ביידע, יאסי זאל טאן דאס זייניגע און די זאלן מוחה זיין, בבחינת הלכה ואין מורין כן, והבן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » מיטוואך ינואר 01, 2020 3:57 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד:

אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט זיצט אויף איינע פון די העכסטע פאזיציעס, ער איז אנגעקומען צו דעם פאזיציע רייטנדיג אויף אונזערע פלייצעס. זיין אפענע אנטיסעמיטישע אגענדע האט געטריבן די מאסן צו די שטום בודקעס אים צו אריין-וואוטן.
אבער ווי נאר ער האט געוואונען האבן די עסקנים געטוישט די אגענדע און זיך געפירט ווי "גלות אידן", און זיך מכניע געווען... מען האט אים אנגעהויבן צו לעקן מיט חנופה, מען האט זיך געזעצט מיט אים צום טיש און זיך פראבירט צו דורכשמועסן... און מען האט געטאפט א וואנט! מען האט נישט אויפגעגעבן, מען האט אים געברענגט צו א רבי'שע חתונה אין סקווירא וואו מען האט אים געגעבן כבוד מלא חפניים מען האט אים אויסגערופן און אלע האבן געקלאטשט... און וואס האט ער צוריקגעגעבן? געגאנגען רעדן צו די מידיע אז די מענער און פרויען טארן נישט זיין אין איין זאל! [איך כאפ בלויז אן די דוגמא וואס איך האב מיטגעהאלטן] און מען האט ווייטער נישט אויפגעגעבן, מען האט געטרייט אלע וועגן אבער לא עלתה בידם.

ווען עס איז געקומען צו זיין ווידערוויילונג קאמפיין זענען די עסקנים ארויסגעטרעטן קעגן אים בחרב וחנית להשמיד... מען האט אים אפן באשמוצט אן קיין רמזים, דאס איז א זאך וואס ווי ווייט איך געדענק האט מען דאס קיינמאל געטון בעפאר. און למעשה האט מען נישט מצליח געווען און ער האט געוואנען ווידערוויילונג. [למען האמת: איך מיין אז זיין ווידערוויילונג קאמפיין איז געווען פיל מער איינגעהאלטן...]

למעשה האט ער זיך בכלל נישט געטוישט, ער האט ווייטער מיטגעארבעט און צוגעשטימט מיט אונזערע שונאים, און מען האלט שוין איבער זיבן יאר וואס מען לעקט און מען חנפ'עט זיך און מען באקומט צוריק א מכה... און מען טאפט א דופן עקומה. בנוסף לזה איז אין די לעצטע פאר יאר דראסטיש פארשפרייט געווארן די מכה פון סאושעל מידיע וואס איז אן אפענע פלאטפארמע לכל צרי וכל זב אויסצוגעבן זיין בויך וויי אנקעגן דעם חסיד... און ערוועלטע בעאמטע פילן נישט פאר וויכטיג זיך אפצושאקלען דערפון, אדרבה מען שרייבט און מען שיקט... אבער ווען מען האלט שוין נאך די שרעקעדיגע רעזולטאטן פון די אויסטערלישע העצע, דאן קומען זיי צו לויפן "ווייל אזוי לוינט זיך פאליטיש" פון זיין זייט זאל מען האקן קעפ פי כמה ה"י!!! און דאס אז ערוועלטע בעאמטע האבן נישט קיין פראבלעם זיך צו אידענטיפיצירן מיט די אנטיסעמיטן, אבער פון חסידישע אידן שטייט ער אוועק, איז א גרויסע געפאר!

אצינד ווען מען איז געזיצן ביי א פריוואטע מיטונג האט ר' אשר גראסמאן ארויפגעברענגט דעם נושא, מיט אביסל א שארפערע טאן ווי מען רעדט געווענליך, נאכפאלגענדיג מיט ר' י"מ שפיטצער וואס האט ווייטער געשפינט דעם פאדעם אין דעם דירעקציע, און דאן האט יוסי – וואס איז נישט קיין ערוועלטע בעאמטע, און דעריבער ברויך ער נישט אבאכט געבן אויף זיין פאליטישע גראדקייט – געפלאצט און אויסגעשאסן דאס וואס אלע האבן אין בויך נאר קענען עס נישט אויסגעבן!

ניין, ער איז נישט געגאנגען צו די מידיע געבן זיין דרשה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי א פריוואטע זיצונג און דארט אים אריינגעגעבן... שטעל דיך פאר אז די דרשה ווערט געגעבן צו די מידיע, דער עולם וואלט זיך גערעגט: "האסט זייער גוט געזאגט... אבער נעקסט טיים זאג עס צו אים דירעקט! וואס דארפסטו אויפרייצן די שכנים וואס זעהן ווי א חסידישע איד שטעלט זיך אפציעל ארויס אראפרייסן אן elected official. מאך א זיצונג מיט די פאליטיקאנטן און דארט זאג וואס דו האסט צו זאגן...!!!" יעצט אז ער האט דאס געטון הערט מען שוין פלוצלינג א אנדערע טאן, ווי א ניק האט געשריבן:
נאך א נקודה, יאסי האט גערעדט צו די פאליטישאנ'ס אין פנים און זיי אנגעשריגן. משה דוד האט גערעדט צו די פרעסע און געשריגן אין אלגעמיין נישט דירעקט קעגן איינעם אין פנים.


אגב: יאסי האט אויך קיינעם נישט געקוקט אין פנים, און די AG האט זיך געוואונדערט פארוואס ער קוקט איר אן, האט ער איר גענטפערט איך רעד צום טאכטער און איך מיין די שנור...
און איך מיין אז זיין פוינט האבן די פאליטיקאנטן פארשטאנען בעסער ווי דעם ציבור, ער האט ארויסגעברענגט צוויי נקודות.
1] שטיי נישט מיט אונזערע שונאים! שטיצט זיי נישט און שרייבט נישט און ציטירט נישט פון זייערע בלאג'ס!
2] אנטלויף נישט פון די חסידישע געמיינדע כאילו אונז זענען עפעס אויסגעשלאסן פון די מענטשהייט! פיר דיך מיט אונז ווי מיט אלע ציווילע. דהיינו, מאך נישט די חורבן וועסטו נישט דארפן פארריכטן! ווייז אפן אז אונז זענען א נארמאלע טייל פון די קאמיוניטי, אנטלויף נישט פון קיין בילדער מיט חסידישע אידן, וועסטו נישט דארפן קומען זיצן מיט אונז נאך אן אטאקע! קום נישט יעצט אן ווי די מחותן מיט שיינע רייד אז מען מוז קעיר נעמען...!

[בכלל זע איך אז יעדער האט פארשטאנען וואס ער זאגט, נאר: "ער האט צופיל גערעדט פון די בילדער... נישט גענוג ארויסגעברענגט דאס אדער יענץ..." אבער ס"ה האסטו פיין פארשטאנען וואס ער האט געזאגט, האב איך פאר דיר נייעס אז די וועלכע זענען געזעצן דארט האבן עס אויך פיין פארשטאנען...]

סאו פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם אז מען דארף זיך זעצן און לעקן די שטויב פון זייער פוס, זאלן וויסן אז מען טוט דאס שוין פאר זיבן יאר, און בשכר זאת האט מען באקומען א שטויס און קאפ אריין... איז מען אצינד געגאנגען צום נעקסטן שטאפל: שפילסט תמים.... נו נו, כעל דיר זאגן אפן! האסטו, אויף דעם האסטו געווארט... האסט נישט געוואלט פארשטיין מיט רמזים, פיין, כוועל דיר עס זאגן אין פנים אריין!!!

און פאר די וואס טענה'ן אז די עלטערע עסקנים נוצן נישט דעם שפראך, פרעג איך די שאלה מיט וואס איך האב אנגעהויבן: "איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד", און דאס איז חוץ דעם וואס – לויט ווי יוסי זאגט – האבן אים טאקע די עלטערע באזעסענע עסקנים באדאנקט פארן זאגן דאס וואס האט געדארפט געזאגט ווערן, נאר זיי האבן פאליטיש נישט געקענט רעדן דעם שפראך.

און אחרון אחרון חביב, די וועלכע עס גרוילט זיי צו הערן אזעלכע סארט רעטאריק, זענען העפליך געלאדענט צו שיקן א אימעיל צו יוסי און אים אפירהאלטן אויף זיינע שוידערליכע גרויליגע מעשים.

אגב: דאס איז די של"ה הק' וואס יוסי האט דערמאנט אויף קול מבשר:
"ודע שענין פרשה זו לא לבד על יעקב יצא כי אם על יוצאי חלציו גם כן, כי מעשה אבות סימן לבנים וכמו שהאריך הרמב"ן... וכמו שנהג הוא לדורון לתפילה ולמלחמה, כן נוהגין אנחנו בדורינו לבני עשו, ואין כוחינו אלא בפינו להתפלל להשי"ת בעת צרה, ומלחמה להלחם עם האומות לא שייך לנו. אך ענין המלחמה עמהם, תוקף השתדלות שמחויבין השתדלנים מישראל, להעיז פניהם נגד מלך והשרים ולהשתדל עבור ישראל בכל כחם, אף שמראים להם פנים זועפות ודוחים אותם יחזרו וילכו, וזהו קיום ועמוד הגולה, כי הפרשה הזו הכל היא לדורות עד שיבא משיח צדקינו"

WOW זייער גוט געזאגט!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:11 pm

אגב, קומט נישט דווקא אריין דא, אבער דא מאכט עס נערוועז, מען דארף נישט ציטירן א גאנצע לאנגע תגובה כדי צו מגיב זיין, מען קען לאזן בלויז די נאמען אדער די ערשטע שורה. עס מאכט פשוט נערוועז ווען עס קומען ארויף לאנגע תגובות איינמאל און נאכאמאל בלויז פאר א קאמפלימענט, [איך נעם עס גערן, אבער מען קען עס מאכן אנגענעם]
שכח.

אוועטאר
קאלערדיג
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

תגובהדורך קאלערדיג » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:12 pm

בראנפן גלעזל האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:"[/b]

WOW זייער גוט געזאגט!

A1

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:31 pm

Kollel האט געשריבן:יאסי געווינט דא מיט א לענסלייד..
אפשר איז טאקע צייט פאר אים צו טראכטן נאכאמאל פון לויפן פאר קאנגרעס?

לענדסלייד? פון ביידע אפשעןס קעגען זיין מהלך איז פיפצוג פראצענט דא אקעגען, זשאסט סעיאינג

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:33 pm

דא האב איך געשריבען די תגובה
אבער די געדאנק איז נוגע צו די שמיעס פינקט אזוי

אורח הכבוד האט געשריבן:דא קען מען אינגאנצען נישט קיקען מיט די זעלבע גלעזער ווי די גוי צו געווער וועט דיר באשיצען צו נישט וכ''ו
ווי באקאנט שרייבט די יעבו''ץ אז איך שווער דאס אז אידען האלטן שוין אזוי לאנג און גלות כאטש אלע פעלקער ווילן איר פארטיליגען (אסאך אסאך מער ווי היינט) איז מער ניסים ווי קריאת ים-סוף!
אוודאי נארמאלע השתדלות דארף מען טוהן אבער אינזער קיום בגלות איז עפעס א העכערע כח און א ריזען נס נישט עפעס וואס לייגט זיך בכלל אויפן שכל ממילא איז נאנ-סענס צו דאבאטירען פון א פאליטישער פערספעקטיוו וואס קוקט אויס פאר א פשוטע ארבעטס אינגערמאן פאר ריכטיג צו טוהן
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:36 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:יאסי געווינט דא מיט א לענסלייד..
אפשר איז טאקע צייט פאר אים צו טראכטן נאכאמאל פון לויפן פאר קאנגרעס?

לענדסלייד? פון ביידע אפשעןס קעגען זיין מהלך איז פיפצוג פראצענט דא אקעגען, זשאסט סעיאינג

מען קען דאך קוקן פארקערט אויך.

פון ביידע אפציעס וועלכע זענען צופרידן אינגאנצן אדער כאטש אביסל איז דא 75 פארענט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:45 pm

!!!...He’s The Man
צוגעלייגטע
6403566D-31DF-4428-ABA6-DFB16153BDEF.jpeg
6403566D-31DF-4428-ABA6-DFB16153BDEF.jpeg (33.39 KiB) געזעהן 1272 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:54 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:יאסי געווינט דא מיט א לענסלייד..
אפשר איז טאקע צייט פאר אים צו טראכטן נאכאמאל פון לויפן פאר קאנגרעס?

לענדסלייד? פון ביידע אפשעןס קעגען זיין מהלך איז פיפצוג פראצענט דא אקעגען, זשאסט סעיאינג

מען קען דאך קוקן פארקערט אויך.

פון ביידע אפציעס וועלכע זענען צופרידן אינגאנצן אדער כאטש אביסל איז דא 75 פארענט.


די מיטעלסטע איז דאך אז ער האט גערעדט צי שארף און זיי זענען נישט מסכים מיט דע מהלך, ווייל ווען יא וואלט מען געווען 100% ציפרידען,

נו שוין. זעסטו שוין וויאזוי די אלע אנקענטעס אין סטאטסיטיקס קוקען אויס, און מעווינדערט פארוואס טראמפ האט געוואונען,

אנקענטעס זענען א פארט פון די קאמפיין,

עניוועי, צירוק צי ניימאן, סארי געשטעטענער.

אוועטאר
ס'איז א סוד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובהדורך ס'איז א סוד » מיטוואך ינואר 01, 2020 5:41 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד:

אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט זיצט אויף איינע פון די העכסטע פאזיציעס, ער איז אנגעקומען צו דעם פאזיציע רייטנדיג אויף אונזערע פלייצעס. זיין אפענע אנטיסעמיטישע אגענדע האט געטריבן די מאסן צו די שטום בודקעס אים צו אריין-וואוטן.
"[/b]

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- זייער זייער גוט
א סוד פאר גאנץ בראד

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך ינואר 01, 2020 5:52 pm

ס'איז א סוד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד:

אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט זיצט אויף איינע פון די העכסטע פאזיציעס, ער איז אנגעקומען צו דעם פאזיציע רייטנדיג אויף אונזערע פלייצעס. זיין אפענע אנטיסעמיטישע אגענדע האט געטריבן די מאסן צו די שטום בודקעס אים צו אריין-וואוטן.
"[/b]

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- זייער זייער גוט

וויטע לאפעז איז געווען סאך א ערגערע רשע אין ער האט סאך מער געריטען אויף אונזערע פלייצעס מיט אפענע אגענדעס קעגען אידען, אין מהאט אים אויסגעקראסט וויפיל סשייך , אויסגעזאגט דארט ווי מדארף אים וויפיל סשייך, אין געארבעט ביטער שווער אים צי בארואיגען, אין סהאט זיך אלעס אויסגעצאלט, אין די ענד אף די וועי זענען די זאכען 90 פראצענט נאר פאליטיקס , אבער קענען ארויס קיין פון קאנטראל אן דעם וואס מווייסט גוט וואס מטוט

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך ינואר 01, 2020 5:59 pm

דעס איז הא תניח ווען מען האט צי טון מיט א איטאליענער, אבער ווען די שונאים זענען רעפארמער, אין אידען וואס זענען מאכיל נבילות וטריפות פאר כלל ישראל אז האלב מאנסי דארף כשרן די קאך,

אדער אידען וואס קענען איבער פארען זייערע אייגענע תפילין מיט זייער קאר נאך א וואל פארלוסט, (פאר ווער סגעדענקט די מעשה) דעמאלטס איז דא נאך פעולות וויאזוי מבאהאנדעלט דאס

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך ינואר 01, 2020 6:13 pm

איך זע א גרויסע חלק געדענקט שוין נישט די מעשה מיט די תפילין,

סאיז געווען בערך א צוועלף יאר צירוק איז געווען זייער זייער היציגע וואלען סאיז געגאנגען זייער פערזענליך שוין דעמאלטס, און סאיז נאך געווען ממש אנפאנג פון די היימישע בלאק וואוט בקיצור איינע פון די קאנדידאטען וואס האט פארלוירען דעמאלטס, האט יענע ביינאכט גענומען זיין תפילין פאר זיין גערמאנישע טעמפעל צי וואס , אין פאר א פארזאמעלטע ציבור איבערגעפארען זיין תפילין,

דיסקלעימער איך בין נישט דארט געשטאנען אבער אזוי איז געווען באריכטעט, כמיין אפי' אויף קול מבשר פון איינע פון די אינטערוויאס האט מען גערעדט פון דעם

מחשב
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:35 pm

דרך אגב מאוד, יוסל זאגט אויף קולמע 118 אז די סיבה פארוואס ער האט געזאגט אז מ'ברויך נישט קיין לעגיסלאטיווע שריט איז ווייל "מ'קען נישט טשעפענען די ערשטע אמענדמענט, אידן דארפן האבן פרידאם אף ספיעטש".

כ'האב געהאט א שמעק אז ס'איז נישט סתם א פליטת פה.
הוי מחשב...

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:42 pm

בן בוזי האט געשריבן:@לעגאו מענטשעלע

גערעדט צו דער זאך
;l;p-

אט אזוי
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:12 pm

קוקט מיר אויס (לויט די ניקים) ווי די היזיגע מחלוקה איז תלוי בשיטת חצרות טעגלאש, דהיינו די אלע יאסי שטיצערס זענען מדמה מילתא למלתא.. אבער סאיז ווייט נישט די זעלבע ווי אראנדזש קאונטי, ואין כאן המקום להאריך.

אוועטאר
shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:34 pm

ווייס איך נישט ווי אזוי א לעגא מענטשעלע קען האלטן א פעדער און דער האנט און שרייבן נאכדערצו אזא לאנגע תגובה.

אבער איך מוז זאגן אז ס'איז סיי ניכרין אז די ביסט א איינוואוינער און ראקלענד קאונטי, און אויך קלאר און ריכטיג געשריבן.

שפתיים ישק.

(אלע אנדערע (שרייבערס) העצערעס און שיטה ברענגערס זענען קלאר נישט פון די מאנסי אומגעגנט, און קענען נישט די מציאות הדברים לא מיני ולא מקצתי)

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:04 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:איך ווייס פערזענדלעך פון 2 גרויסע ערענסטע רבנים ומנהיגי קהילות וואס זענען ממש ציטרייסעלט פון די נייע סכנה'דיגע צוגאנג בכלל און די אויבענדערמאנטע רעדע בפרטיות

אז די רעדסט שוין מיט קאודס (codes) וועל איך דיר זאגן אז איך ווייס פון גאר גרויסע ערנסטע רבנים ומנהיגי עדה וואס זענען פייער פאר אים און שטיצן גאר שטארק זיין גאנג.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

קישקע זאפט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 9:44 am

איך מיין אז די מערסטע נעגעטיוועטי באקומט ער אויף אידישע וועלט...

זיינע צוויי פינטלעך זענען זייער פשוט, און רוב שרייבער דא עגריען דערמיט, איר האלט ער וואלט עס געברויכט זאגן דיפרענטלי? גוט, איז אפשר גייט איר אריבער אהין ענד זשאסט דא איט די רייט וועי?...

אינזערע ברידער און מאנסי האבן א סיריעס פראבלעם, איז דא עפעס מיט וואס איר קענט העלפן א חוץ דעזיגנירן א אשכול אים צו קריטיקירן?

פעלט עסקנים אמת?
#אייקנוי.

אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

תגובהדורך מעכטיג גרויס » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 9:57 am

נאכען עים אויסהערן אויף 118 מיז איך זאגען אז ניכרין דברי אמת ער איז זייער גערעכט וועל מיר וואויטען פאר 1

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 10:34 am

קישקע זאפט האט געשריבן:איך מיין אז די מערסטע נעגעטיוועטי באקומט ער אויף אידישע וועלט...

זיינע צוויי פינטלעך זענען זייער פשוט, און רוב שרייבער דא עגריען דערמיט, איר האלט ער וואלט עס געברויכט זאגן דיפרענטלי? גוט, איז אפשר גייט איר אריבער אהין ענד זשאסט דא איט די רייט וועי?...

אינזערע ברידער און מאנסי האבן א סיריעס פראבלעם, איז דא עפעס מיט וואס איר קענט העלפן א חוץ דעזיגנירן א אשכול אים צו קריטיקירן?

פעלט עסקנים אמת?
#אייקנוי.

איך ווייס נישט וואס די רעדסט רוב תגובות דא זענען לטובתו, אין די וואלן קומט ער אריין מיט א לענדסלייד, חוץ א מעשה האט אים די באשעפער געשאנקען מיט א איבעריגע מאס סעלף קאנפעדענץ (גיימיר נישט אריין אויב סאיז דוקא א מעלה..) במילה אינטערעסירט אים גאנץ קנאפ אונזער קריטיק,
#צייט צו לויפן פאר אפיס.
אפילו אן קיין אינדורסירונגען פון אינזערע אינסטיטוציעס האט ער ברענעדיגע שטיצער
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 11:43 am

א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן סיי אין פאבליק און סיי אין אישי, איך האב נישט גע'חלום'ט אז איך וועל באקומען אזויפיל פידבעק. שכח פאר אלע.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 11:54 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:איך מיין אז די מערסטע נעגעטיוועטי באקומט ער אויף אידישע וועלט...

זיינע צוויי פינטלעך זענען זייער פשוט, און רוב שרייבער דא עגריען דערמיט, איר האלט ער וואלט עס געברויכט זאגן דיפרענטלי? גוט, איז אפשר גייט איר אריבער אהין ענד זשאסט דא איט די רייט וועי?...

אינזערע ברידער און מאנסי האבן א סיריעס פראבלעם, איז דא עפעס מיט וואס איר קענט העלפן א חוץ דעזיגנירן א אשכול אים צו קריטיקירן?

פעלט עסקנים אמת?
#אייקנוי.

איך ווייס נישט וואס די רעדסט רוב תגובות דא זענען לטובתו, אין די וואלן קומט ער אריין מיט א לענדסלייד, חוץ א מעשה האט אים די באשעפער געשאנקען מיט א איבעריגע מאס סעלף קאנפעדענץ (גיימיר נישט אריין אויב סאיז דוקא א מעלה..) במילה אינטערעסירט אים גאנץ קנאפ אונזער קריטיק,
#צייט צו לויפן פאר אפיס.
אפילו אן קיין אינדורסירונגען פון אינזערע אינסטיטוציעס האט ער ברענעדיגע שטיצער

נע.. איך גיי נישט וואוטען פאר אים. איך בין נישט זיינס א חסיד, טראץ וואס דא איינמאל איז זיין פלאפ אויסגעקומען געלונגען.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט