איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע רעדע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע פארציע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:36 pm

100 פראצענט גערעכט
205
50%
גוט געזאגט, נאר צו שארף
100
25%
בכלל נישט גערעכט
101
25%
 
סך הכול שטימען: 406

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:48 am

ווען איינער רעדט צו איינעם און ער וויל אויפטהון עפעס טאמער רייסט ער אים אראפ געווענטליך לאט זיך עס אויס מיט גארנישט. ער האט זייער גוט געזאגט אבער נישט

געדארפט רעדן בלשון נוכח, און די חלק פון אוועק מאכן אז מען קומט ווען חב''ד צינד די מנורה האט נישט אויסגעפעלט. מען קען רעדן וואס מען דארף טוהן מער נישט אוועק מאכן

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:49 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:ווען איינער רעדט צו איינעם און ער וויל אויפטהון עפעס טאמער רייסט ער אים אראפ געווענטליך לאט זיך עס אויס מיט גארנישט. ער האט זייער גוט געזאגט אבער נישט

געדארפט רעדן בלשון נוכח, און די חלק פון אוועק מאכן אז מען קומט ווען חב''ד צינד די מנורה האט נישט אויסגעפעלט. מען קען רעדן וואס מען דארף טוהן מער נישט אוועק מאכן

ווייל עד דעי גייט אהין יעדעס יאר און פאסט עס יא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:49 am

מחשב האט געשריבן:בכלל פעלט א אפציע "טיילווייז גוטע פונקטן", נישט אינגאנצן גערעכט און נישט טאטעלי ראונג.

נישטא אפילו א טיילווויז גוטע פונקט אויף עד דעי וכת דיליה
ער האט נאך צו ווייניג געפוינט זייער רשעות און רציחה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:52 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
צדיקים האט געשריבן:הערנדיג דעם שמועס פון פארשעי רבי
איז יוסי זיכער נישט גערעכט

זייער כדי אויסצוהערן
ס'גייט א קלארקייט אויפן גאנצן נושא, איבער וואס מ'האט אנגעפילט דא אפאר בלעטער

ווער ס'וויל הערן א רב....

נאכאמאל אלעס וואס איך שרייב איז וויאזוי און ווי שטארק מען קאכט פעסטראמי און וואס מען דארף טון פעסטראמי זאל זיין גוט און געשמאק צו עסן!
אויב פעסטראמי איז כשר בעלאנגט צו א רב און נישט צו מיר און נישט צו דיר!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:54 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:יא!........
און כ'מיין מיר טרייען אויפצוטוען נישט נקמה-נעמען!.......

דאס וואס יאסי האט געטון, עקזעקטלי דאס און פונקט דאס און נאר טאקע דאס הייסט אויפצוטוען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:01 am

מיין פראבלעם איז, אז ער האט רוב צייט גערעדט ווי א קאזאק הנגזל אז מ'קומט נישט צו אונזערע עווענטס, ווער דארף זיי בכלל ביי אונזערע ליכט צינדן אדער דינערס? ווען ער האלט ווען זיין פאקוס אויף דער פראבלעם פון סאושעל מידיע העיט און רעדט בכלל נישט פון דעם פרט פון מופיע זיין ביי מעמדים וואלט עס געווען ריכטיג און אויפגעטוען, אבער ער האט גענומען א גאלדענע געלעגענהייט ארויסצוברעגען דעם וויי געשריי און עס געמאכט פאר א כבוד פראבלעם
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ולהוי ידוע

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:02 am

און מיט דעם בין איך פארטיג איך עפן בלי נדר נישט אויף דעם אשכול אפילו, עס באדערט מיך און עס רעגט מיך ווייל די זאך קאסט באמת אידיש בלוט אן קיין גוזמאות דוגמאות משלים
נאר פשוט פאקטיש
מענטשן געדענקען נישט און ווייסן נישט וואס מען האט אלץ געטון, וויאזוי מען האט געקעמפט אין וויליאמסבורג ביים אינסינערעטאר און האוזינג, וויפיל פאבליק הירינגס און גאווערמענט פלעצער מען האט זיך געשלאגן ווען איך בין געווען א גרויסער בחור סוף ל' אנפאנג מ' יארן, און איך בין געזיצן מיט ידידי ר' חיים משה שטויבער לאויו"ש און ער האט איבערגעגעבן פונקטליכע הוראות פון רביה"ק בעל ויוא"מ וויאזוי מען דארף זיך פירן ביי אזעלכע און ענליכע פעלער. אבער דעמאלטס איז דער שאדן ווייט נישט געווען ווי ביז היינט!
צוריק צום נושא
איך האב מיך געשלאגן מיט יאסי ערגעץ אינמיטן די רובאשקין פרשה, מיר האבן געהאט אנדערע מיינונגען וויאזוי צו שאפן געלט און איבער פי אר, איך בין בכלל נישט געווען אנטציקט פון אים דעמאלטס, אויך איבער אנדערע נושאים.
אבער דא האט ער אויסגענוצט א איינמאליגע געלגענהייט וואס האט זיך פונקט געמאכט און וועט זיך שוין אי"ה נישט מאכן מער, צו שיצן אויף אונזער בלוט - און מען טאר אים נישט אראפ רייסן דערפאר נאר געבן די שטערקסטע שטיצע וואס איז שייך
און אפילו אויב ער האט געטון עפעס ראנג
איז עס געווען טעה בדבר מצוה ונכשל, נישט געזיצן און געטרינקען קאפי און געגעסן פאטעיטא טשיפ און איינגעקנייטשט דעם שטערן און געבלעימט יענעם, ער האט זיך מבזה געווען צו שיצן אויף אחב"י
יהי חלקי עמו
וחסל איך שפאר צו דעם אשכול ביי מיר און איך גיי נישט מער ענטפערן און נישט קוקן אויף דעם אשכול בלי נדר חוץ אויב יאסי אליין וועט מיר בעטן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:04 am

גרינע בוים האט געשריבן:מיין פראבלעם איז, אז ער האט רוב צייט גערעדט ווי א קאזאק הנגזל אז מ'קומט נישט צו אונזערע עווענטס, ווער דארף זיי בכלל ביי אונזערע ליכט צינדן אדער דינערס? ווען ער האלט ווען זיין פאקוס אויף דער פראבלעם פון סאושעל מידיע העיט און רעדט בכלל נישט פון דעם פרט פון מופיע זיין ביי מעמדים וואלט עס געווען ריכטיג און אויפגעטוען, אבער ער האט גענומען א גאלדענע געלעגענהייט ארויסצוברעגען דעם וויי געשריי און עס געמאכט פאר א כבוד פראבלעם

וואס פארשטייסטו נישט אז ער קומט און ער לייגט עס ארויס קען ער אונז מער נישט אראפ רייסן אלץ א ציבור, ווייל ער ווערט איינס מיט אונז דאס איז די פאליטישע קונץ פון עס בעטן פון אים! אזוי קען ער מער נישט לויפן "קעגן אונז" בויעט עס מער נישט די אינטערעסע ביי אים אונז אראפצורייסן
דער פראבלעם איז אז מען מאכט אונז פאר א פאנטשינג באל, מען בויעט אויף אלע שלעכטע חלקים און מען בלאזט עס אויף, נאכדעם לויפט מען קעגן אונז, און מען פארבינדט זיין קעגנער מיט אונז און דאס טוט ער שוין ארום פינף יאר אין א צי
ואין פוצה פה ומצפצף אין די דעמאקראטישע אמעריקע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:23 am

און? וואס האט קראקע מיט בעט געוואנט? איך האב ארויס געברענגט א נקודה אז ער האט צופיל גערעדט פון די זופ און כמעט נישט מדגיש געווען דער קניידל...
עץ חיים הוא למחזיקים בה

גלות איד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

וואס זאגט יאסי אליין?

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:28 am

נאכ'ן צושניידן יאסי מיט זיין דרשה אין די לעצטע 13 בלעטער, פונקטליך וואס ער וואלט געדארפט זאגן און ווי אזוי, און מיט וועלכע דעת תורה און עלטערע עסקנים ער וואלט זיך געדארפט אדרוכרעדן, יעצט איז שוין צייט צו הערן וואס יאסי אליין זאגט דערוועגן.

גייט ארויף אויף 118 און הער עם אויס, ער וועט זיין סופרייזד.

#לכף זכות

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:33 am

גלות איד האט געשריבן:נאכ'ן צושניידן יאסי מיט זיין דרשה אין די לעצטע 13 בלעטער, פונקטליך וואס ער וואלט געדארפט זאגן און ווי אזוי, און מיט וועלכע דעת תורה און עלטערע עסקנים ער וואלט זיך געדארפט אדרוכרעדן, יעצט איז שוין צייט צו הערן וואס יאסי אליין זאגט דערוועגן.

גייט ארויף אויף 118 און הער עם אויס, ער וועט זיין סופרייזד.

#לכף זכות

מה זה 118?
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

גלות איד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:41 am

קול מבשר 1-1-8

רעלאטיוו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:26 pm

תגובהדורך רעלאטיוו » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:04 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:און איך בין צוריק געקומען צום קאמפיוטער צו געבן מיין לעצטע ווארט
שלום לאם (איך ווייס מען וועט ענטפערן קטנות, אבער ביג פיקטשער איז דער אמת וואס איך ווייס מיליאן פראצענט) מיט נקדימון, האבן געענדיגט מיט תפיסה חרוב געמאכט זייער לעבן און פארלוירן ריזיגע פראצענטן אויב נישט אלעס פון זייער פארמעגן נאר וועגן מען האט פארשוויגן די העצע!!!!!!!!!!
פאקט פאקט פאקט!
און אפשר אויך נאך מענטשן
עס איז נישטא קיין ברירה
ועוד ידם נטוי' אויב מען וועט נישט ענטפערן ווי מעדארף
קינדערלעך ארויס פון שוויץ!!!!!!!!!!!

וואס מיינט ענטפערן מיט קטנות? ר' שלום לאם האט אלעס געטוהן לויטן געזעץ?

לפי איך האב געהערט בשם די לויערס, איז אין די USA נאך קיינמאל ארויסגעקומען אזא פסק פאר אזא סארט קלאגע.

ווי דער הרב אלטער -איך מיין לעבעדיגער- בער ברענגט ארויס איז דאס געווען א שטאלץ פאר די פראסעקיוטער און ריכטער זיך צו באגיין מיטן שטרענגסטן אויפן. דער ריכטער האט געלייגט א שטארקע געוויכט ארויסצוברענגען די שטארקע דעמעדז וואס איז געטון געווארן, ווען אין פאקט האבן זיי בכלל נישט מצליח געווען ביי יענע וואלן.

אלענפאלס, דא איז נישט די בלומינגבורג אשכול, אבער מען קען זיך אראפלערנען אז אלעס ווערט געפירט דורך דעם דעת הקהל, און אויב די אפיצעלע באאמטע ערלויבן צו סעטן די סטנדערד אז סאיז נארמאל צו זוכן צו אינטערברענגען די אידן, (בפרט מיט די מהלך פון נעמען פריוואטע קרבנות), דארפן מיר דאס פארדאמען אויפן שטערקסטן אויפן אז זיי זאלן שעמען דערמיט.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:41 am

איך בין נייגעריג וויפיל ניקס וואס רייסן אים אראפ וואוינען דא אין ראקלענד

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:45 am

lebediger berel האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סאיז מיר באמת אינטערעסאנט די אנקעטע, אין ריעל לייף האביך נאכנישט געטראפן דער וואס האלט די "100% גערעכט" אויסוואל, איי געס איט אלל דעפּענדס אן עידזש.

ווייל יעדער האט מורא אין בעסמעדרעש צו ענטפערן די סאקאלד פרומע קנאות'דיגע אויסגערעכנטע אידן וואס האבן נאכנישט אריין געלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו העלפן א איד נאר קענען פרעדיגן מיינונגען מיטן פארקנייטשטן שטערן!
אדער פרומקייט אדער סאקאלד ליבעראליזים!

;l;p- ;l;p- ;l;p-

יעדער טרעפט נאר אין ריעל לייף, מיט וועמע ער דרייט זיך.

אינטערעסאנט, איך האב יא געטראפן אסאך אין ריעל לייף.

היינו טעמא, והיינו טעמא.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

גליק
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

תגובהדורך גליק » מיטוואך ינואר 01, 2020 12:48 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (737.65 KiB) געזעהן 668 מאל

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:33 pm

איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד:

אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט זיצט אויף איינע פון די העכסטע פאזיציעס, ער איז אנגעקומען צו דעם פאזיציע רייטנדיג אויף אונזערע פלייצעס. זיין אפענע אנטיסעמיטישע אגענדע האט געטריבן די מאסן צו די שטום בודקעס אים צו אריין-וואוטן.
אבער ווי נאר ער האט געוואונען האבן די עסקנים געטוישט די אגענדע און זיך געפירט ווי "גלות אידן", און זיך מכניע געווען... מען האט אים אנגעהויבן צו לעקן מיט חנופה, מען האט זיך געזעצט מיט אים צום טיש און זיך פראבירט צו דורכשמועסן... און מען האט געטאפט א וואנט! מען האט נישט אויפגעגעבן, מען האט אים געברענגט צו א רבי'שע חתונה אין סקווירא וואו מען האט אים געגעבן כבוד מלא חפניים מען האט אים אויסגערופן און אלע האבן געקלאטשט... און וואס האט ער צוריקגעגעבן? געגאנגען רעדן צו די מידיע אז די מענער און פרויען טארן נישט זיין אין איין זאל! [איך כאפ בלויז אן די דוגמא וואס איך האב מיטגעהאלטן] און מען האט ווייטער נישט אויפגעגעבן, מען האט געטרייט אלע וועגן אבער לא עלתה בידם.

ווען עס איז געקומען צו זיין ווידערוויילונג קאמפיין זענען די עסקנים ארויסגעטרעטן קעגן אים בחרב וחנית להשמיד... מען האט אים אפן באשמוצט אן קיין רמזים, דאס איז א זאך וואס ווי ווייט איך געדענק האט מען דאס קיינמאל געטון בעפאר. און למעשה האט מען נישט מצליח געווען און ער האט געוואנען ווידערוויילונג. [למען האמת: איך מיין אז זיין ווידערוויילונג קאמפיין איז געווען פיל מער איינגעהאלטן...]

למעשה האט ער זיך בכלל נישט געטוישט, ער האט ווייטער מיטגעארבעט און צוגעשטימט מיט אונזערע שונאים, און מען האלט שוין איבער זיבן יאר וואס מען לעקט און מען חנפ'עט זיך און מען באקומט צוריק א מכה... און מען טאפט א דופן עקומה. בנוסף לזה איז אין די לעצטע פאר יאר דראסטיש פארשפרייט געווארן די מכה פון סאושעל מידיע וואס איז אן אפענע פלאטפארמע לכל צרי וכל זב אויסצוגעבן זיין בויך וויי אנקעגן דעם חסיד... און ערוועלטע בעאמטע פילן נישט פאר וויכטיג זיך אפצושאקלען דערפון, אדרבה מען שרייבט און מען שיקט... אבער ווען מען האלט שוין נאך די שרעקעדיגע רעזולטאטן פון די אויסטערלישע העצע, דאן קומען זיי צו לויפן "ווייל אזוי לוינט זיך פאליטיש" פון זיין זייט זאל מען האקן קעפ פי כמה ה"י!!! און דאס אז ערוועלטע בעאמטע האבן נישט קיין פראבלעם זיך צו אידענטיפיצירן מיט די אנטיסעמיטן, אבער פון חסידישע אידן שטייט ער אוועק, איז א גרויסע געפאר!

אצינד ווען מען איז געזיצן ביי א פריוואטע מיטונג האט ר' אשר גראסמאן ארויפגעברענגט דעם נושא, מיט אביסל א שארפערע טאן ווי מען רעדט געווענליך, נאכפאלגענדיג מיט ר' י"מ שפיטצער וואס האט ווייטער געשפינט דעם פאדעם אין דעם דירעקציע, און דאן האט יוסי – וואס איז נישט קיין ערוועלטע בעאמטע, און דעריבער ברויך ער נישט אבאכט געבן אויף זיין פאליטישע גראדקייט – געפלאצט און אויסגעשאסן דאס וואס אלע האבן אין בויך נאר קענען עס נישט אויסגעבן!

ניין, ער איז נישט געגאנגען צו די מידיע געבן זיין דרשה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי א פריוואטע זיצונג און דארט אים אריינגעגעבן... שטעל דיך פאר אז די דרשה ווערט געגעבן צו די מידיע, דער עולם וואלט זיך גערעגט: "האסט זייער גוט געזאגט... אבער נעקסט טיים זאג עס צו אים דירעקט! וואס דארפסטו אויפרייצן די שכנים וואס זעהן ווי א חסידישע איד שטעלט זיך אפציעל ארויס אראפרייסן אן elected official. מאך א זיצונג מיט די פאליטיקאנטן און דארט זאג וואס דו האסט צו זאגן...!!!" יעצט אז ער האט דאס געטון הערט מען שוין פלוצלינג א אנדערע טאן, ווי א ניק האט געשריבן:
נאך א נקודה, יאסי האט גערעדט צו די פאליטישאנ'ס אין פנים און זיי אנגעשריגן. משה דוד האט גערעדט צו די פרעסע און געשריגן אין אלגעמיין נישט דירעקט קעגן איינעם אין פנים.

אגב: יאסי האט אויך קיינעם נישט געקוקט אין פנים, און די AG האט זיך געוואונדערט פארוואס ער קוקט איר אן, האט ער איר גענטפערט איך רעד צום טאכטער און איך מיין די שנור...
און איך מיין אז זיין פוינט האבן די פאליטיקאנטן פארשטאנען בעסער ווי דעם ציבור, ער האט ארויסגעברענגט צוויי נקודות.
1] שטיי נישט מיט אונזערע שונאים! שטיצט זיי נישט און שרייבט נישט און ציטירט נישט פון זייערע בלאג'ס!
2] אנטלויף נישט פון די חסידישע געמיינדע כאילו אונז זענען עפעס אויסגעשלאסן פון די מענטשהייט! פיר דיך מיט אונז ווי מיט אלע ציווילע. דהיינו, מאך נישט די חורבן וועסטו נישט דארפן פארריכטן! ווייז אפן אז אונז זענען א נארמאלע טייל פון די קאמיוניטי, אנטלויף נישט פון קיין בילדער מיט חסידישע אידן, וועסטו נישט דארפן קומען זיצן מיט אונז נאך אן אטאקע! קום נישט יעצט אן ווי די מחותן מיט שיינע רייד אז מען מוז קעיר נעמען...!

[בכלל זע איך אז יעדער האט פארשטאנען וואס ער זאגט, נאר: "ער האט צופיל גערעדט פון די בילדער... נישט גענוג ארויסגעברענגט דאס אדער יענץ..." אבער ס"ה האסטו פיין פארשטאנען וואס ער האט געזאגט, האב איך פאר דיר נייעס אז די וועלכע זענען געזעצן דארט האבן עס אויך פיין פארשטאנען...]

סאו פאר די אלע וואס האבן א פראבלעם אז מען דארף זיך זעצן און לעקן די שטויב פון זייער פוס, זאלן וויסן אז מען טוט דאס שוין פאר זיבן יאר, און בשכר זאת האט מען באקומען א שטויס און קאפ אריין... איז מען אצינד געגאנגען צום נעקסטן שטאפל: שפילסט תמים.... נו נו, כעל דיר זאגן אפן! האסטו, אויף דעם האסטו געווארט... האסט נישט געוואלט פארשטיין מיט רמזים, פיין, כוועל דיר עס זאגן אין פנים אריין!!!

און פאר די וואס טענה'ן אז די עלטערע עסקנים נוצן נישט דעם שפראך, פרעג איך די שאלה מיט וואס איך האב אנגעהויבן: "איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד", און דאס איז חוץ דעם וואס – לויט ווי יוסי זאגט – האבן אים טאקע די עלטערע באזעסענע עסקנים באדאנקט פארן זאגן דאס וואס האט געדארפט געזאגט ווערן, נאר זיי האבן פאליטיש נישט געקענט רעדן דעם שפראך.

און אחרון אחרון חביב, די וועלכע עס גרוילט זיי צו הערן אזעלכע סארט רעטאריק, זענען העפליך געלאדענט צו שיקן א אימעיל צו יוסי און אים אפירהאלטן אויף זיינע שוידערליכע גרויליגע מעשים.

אגב: דאס איז די של"ה הק' וואס יוסי האט דערמאנט אויף קול מבשר:
"ודע שענין פרשה זו לא לבד על יעקב יצא כי אם על יוצאי חלציו גם כן, כי מעשה אבות סימן לבנים וכמו שהאריך הרמב"ן... וכמו שנהג הוא לדורון לתפילה ולמלחמה, כן נוהגין אנחנו בדורינו לבני עשו, ואין כוחינו אלא בפינו להתפלל להשי"ת בעת צרה, ומלחמה להלחם עם האומות לא שייך לנו. אך ענין המלחמה עמהם, תוקף השתדלות שמחויבין השתדלנים מישראל, להעיז פניהם נגד מלך והשרים ולהשתדל עבור ישראל בכל כחם, אף שמראים להם פנים זועפות ודוחים אותם יחזרו וילכו, וזהו קיום ועמוד הגולה, כי הפרשה הזו הכל היא לדורות עד שיבא משיח צדקינו"

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:41 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו די עלטערע עסקנים האבן געדארפט פעיסן אזא מציאות וואס מען האט אצינד אין ראקלענד:

ייש"כ לעגאו פאר דיינע קלארע ווערטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:42 pm

וואף! לעגאו קומט אריין קלארער פון קלאר. ווי נאר לעגאו קען!

טענקס לעגאו!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:56 pm

לעגאו, פון טיפן הארצן וויל איך מיך באדאנקען, נישט שייך עס בעסער צו מסביר זיין!

אגב,א דאנק פארן לעבעדיגן בערל וואס האט אנגעהובן שפינען די פאדעם צו זיין דירעקציע.
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מיטוואך ינואר 01, 2020 6:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך ינואר 01, 2020 2:07 pm

@לעגאו מענטשעלע

גערעדט צו דער זאך
;l;p-
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך ינואר 01, 2020 2:08 pm

בן בוזי האט געשריבן:@לעגאו מענטשעלע

גערעדט צו דער זאך
;l;p-
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך ינואר 01, 2020 2:13 pm

ייש"כ לעגאו פאר דיינע קלארע ווערטער
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

!want to be good
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך ינואר 01, 2020 2:20 pm

די רעגירונג האט פאריגע וואך ארעסטירט א גוי'אישע מוטער פאר טשיילד אביוז, פאר דעם וואס זי האט געשיקט איר 4 יעריג זון אין פאבליק שולע יעדן טאג אן א מאנטל, און וויפיל מהאט איר געבעטן אין אויפגעפאדערט זי זאל אים קויפן איינס האט זי זיך פשוט אויסגעלאכט.

צוויי וואכן צוריק פרייטיג איז די קינד צוזאמגעפאלן, און איז אין א קריטישע מצב זייט דעמאל'ס און ראנגעלט זיך פאר זיין לעבן.

די מוטער טענה'ט אז זי איז נישט פארנאכלעסיגט, והא ראי' אז זי שטייט ביים שפיטאל בעט זייט ער איז דארט, און זי וויינט אפילו, וואס דאס ווייזט ווי שטארק זי האט אים ליב.

וואס זאגט איר צו די מאמע??

דאס שרייט יוסי, קום נישט ''נאר צו טראגעדיעס'', שטיי אגאנץ יאר מיט די אידן.

ודי בזה. תן לחכם ויחכם, ומכלל הן וכו'.
(מעשה שלא היה)

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך ינואר 01, 2020 2:23 pm

!want to be good האט געשריבן:די רעגירונג האט פאריגע וואך ארעסטירט א גוי'אישע מוטער פאר טשיילד אביוז, פאר דעם וואס זי האט געשיקט איר 4 יעריג זון אין פאבליק שולע יעדן טאג אן א מאנטל, און וויפיל מהאט איר געבעטן אין אויפגעפאדערט זי זאל אים קויפן איינס האט זי זיך פשוט אויסגעלאכט.

צוויי וואכן צוריק פרייטיג איז די קינד צוזאמגעפאלן, און איז אין א קריטישע מצב זייט דעמאל'ס און ראנגעלט זיך פאר זיין לעבן.

די מוטער טענה'ט אז זי איז נישט פארנאכלעסיגט, והא ראי' אז זי שטייט ביים שפיטאל בעט זייט ער איז דארט, און זי וויינט אפילו, וואס דאס ווייזט ווי שטארק זי האט אים ליב.

וואס זאגט איר צו די מאמע??

דאס שרייט יוסי, קום נישט ''נאר צו טראגעדיעס'', שטיי אגאנץ יאר מיט די אידן.

ודי בזה. תן לחכם ויחכם, ומכלל הן וכו'.
(מעשה שלא היה)

גוטע משל.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווארץ אפעל און 22 געסט