איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע רעדע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע פארציע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:36 pm

100 פראצענט גערעכט
205
50%
גוט געזאגט, נאר צו שארף
100
25%
בכלל נישט גערעכט
101
25%
 
סך הכול שטימען: 406

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מוצ"ש ינואר 04, 2020 9:48 pm

פערפלוואל האט געשריבן:
דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך מיין אז מ'דארף זיך אביסל איבערטראכטן וויאזוי מען גייט זיך דא אום מיט די לעצטע געשעענישן
...

גוט געזאגט אבער...
לאמיר טאקע רעדן פון יעקב אבינו, וואס האט ער געטון?
דורן, תפילה, ו... מלחמה.
איך זאג נישט אז מען ברויך זיך באוואפענען מיט ריזיגע רעוואלווערס אבער עפעס השתדלות ברויך מען טון.

קודם כל נישט ריכטיג, ער האט זיך געגרייט צו די דריי זאכן, אבער למעשה האט ער נאר געטוען די ערשטע צוויי ווייל סהאט געארבעט און סהאט שוין נישט אויסגעפעלט מלחמה,
והשנית האט ער דאס געלייגט די לעצטע, נישט וואו ביי אונז וואס דאס איז די ערשטע זאך וואס מהערט פון אונזערע געטרייע ווארטזאגערס,

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מוצ"ש ינואר 04, 2020 9:52 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:
פערפלוואל האט געשריבן:
דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך מיין אז מ'דארף זיך אביסל איבערטראכטן וויאזוי מען גייט זיך דא אום מיט די לעצטע געשעענישן
...

גוט געזאגט אבער...
לאמיר טאקע רעדן פון יעקב אבינו, וואס האט ער געטון?
דורן, תפילה, ו... מלחמה.
איך זאג נישט אז מען ברויך זיך באוואפענען מיט ריזיגע רעוואלווערס אבער עפעס השתדלות ברויך מען טון.

קודם כל נישט ריכטיג, ער האט זיך געגרייט צו די דריי זאכן, אבער למעשה האט ער נאר געטוען די ערשטע צוויי ווייל סהאט געארבעט און סהאט שוין נישט אויסגעפעלט מלחמה,
והשנית האט ער דאס געלייגט די לעצטע, נישט וואו ביי אונז וואס דאס איז די ערשטע זאך וואס מהערט פון אונזערע געטרייע ווארטזאגערס,

די ערשטע זאך איז געווען מלחמה? אז די גייסט איבערזאגט די ליגנט עטליכע מאל וועסטו עס שוין אליין גלייבן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מוצ"ש ינואר 04, 2020 11:23 pm

וויפיל מענטשען אין ארגענעזישאן'ס קוקען ארויס די שווארצע זאלען בונטעווען אין ווארפען קאפלעך!!

דיבאלאזיא און קאומאו ווילען ווייל מזאל קענען פארדאמען טראמפ.

די, עי די על, וויל האבען פרישע סטאטיסטיקס פון אנטיסעמטיזעם. (און מאכען פרישע מיליאנען)

חב"ד וועט קענען זאגען פאר די שוואכע אידען אז מקען זיך נישט אויסמישען מיט די גוי, למעשה איז דאך הלכה הוא בידוע עישו שונא ליעקב, דער גוי האט דיך פיינט.

טראמפ וועט קענען טוויטען קעגען דיבאלזיא און קאומאו אז "ניו יארק איז א גיהנום".

דוב הייקינד וועט קענען פארדאמען אלע פאלאטישענס ווייל זיי פארדאמען נישט די BDS מאוומענט.

די פארפארענע וועלען שרייען משלאגט ענק וועגען ענקער חינוך טויג נישט (פארוואס דען האט מען ענק פיינט) און למעשה איז דאך הלכה הוא בידוע

די רעפארמערס/איוואט ליבערמאן וכת דילה ווייל זיי קענען פראווען א פוינט אז מדארף זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אסעמילירען מיט די גויאישע גאס אין סוועט זיך נישט אויפהערען ווילאנג ס"וועט ווערען כל הגוים בית ישראל (רלמ"ה) ווי נישט ווי איז הלכה הוא בידוע.

די אלע וואס זענען געפארקט ביי די מאנסי 7/11, "אפשר יעצט וועט שוין די עולם זעען אז מדארף זיך לערנען די איזרעלי קרב מגע,"

קורטיס סליווא וועט קען פארדאמאן קאומאוס נייע בעיל רעפארעם אין שרייען אז דיבלאזא הייבט קרייםס אין פירט די סיטי אין באד אריין,

אפסטעיט יונגסטערס וועלען שוין ענדליך קענען מאכען א נארמאלע זאך זיך צי דרייען און מאנסי מיט עוזי געווער אויף די פלייצע, נישט נאר אין די שטחים,

די ציונים , "אז דער עולם זאל עולה זיין קיין אשקלון ווי סרעגענט ראקעטס, ווי ספייפט כאטש פארדעם"!!, כמיין סיז דאך הלכה הוא בידוע עישו שונא ליעקב!

די אנטיסעמיטען , אז ענדליך דארפען שוין אידען זיך פארפאנצערען אין זייער שולען מיט העווי סעקיורעטי,

און עטס ווילטס נאך די שווארצע ליידיגייער זאלען נישט שלעפען ביי די פאלעס ? ווען אזוי סאך מענטשען קוקען אזוי ארויס אויף עס, און ארויף טאנצען דערויף ווי הייסע בארשט מיט קארטאפעל!!

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג ינואר 05, 2020 8:21 am

פאלעסיידס האט געשריבן:וויפיל מענטשען אין ארגענעזישאן'ס קוקען ארויס די שווארצע זאלען בונטעווען אין ווארפען קאפלעך!!

;l;p- :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג ינואר 05, 2020 9:42 am

לאנדאנער האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:05 pm

שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, וויפיל מ'האט געכאפט פון די שכנים, וויפיל שטיינער האט מען געווארפען אויף סוכות, און מ'האט זיך אפגעווישט די נאז (יא, די אוישוויץ איבערלעבער) און געגאנגען ווייטער.

מ'דארף נישט אויפבלאזען יעדע קלייניגקייט, און מאכן דערפון א בראטל, און יעדער זאל וויסען אז אנטיסעמיטיזם שטייגט, און אנדערע זאלן נאכטוהען.

אוודאי ווען ס'געשעהט אן ערנסטע געשעהעניש דארף מען עס באריכטן, אז מ'זאל קעיר נעמען, אבער לא זו הדרך פון בונטעווען וכו'.

ואני את נפשי הצלתי.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:44 pm

מען האט דא פיל ארומגערעדט וועגן דעת תורה, וכדו'.
איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע ראי' און סמך פון מגילת אסתר, דארט האט זיך אפגעשפילט ממש דאס זעלבע ווי ביי דעם זיצונג:

אסתר המלכה האט אראנדזשירט א מיטונג מיטן קעניג צו דן זיין די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם, און דארט צו דעם זיצונג האט זיך אויך געלאדנט דער הויפט דריי-קאפ פון דעם אנטיסעמיטישע מאוומענט, נישט קיין צווייטער ווי המן הרשע. און ביים זיצונג ווי אלע זענען געזעצן מיט די פאליטישע שמייכלען ארום א שיין געדעקטע טיש, זאגט דער קעניג מיט די פולסטע מאס ערנסטקייט "עד חצי המלכות... איך וועל טון וואס איך קען נאר דיר צו העלפן..."

שוין, מען זיצט ביים זיצונג און מען האט אנגעהויבן צו דן זיין: דער קעניג פרעגט "נו, לאמיר הערן דיינע זארגן.." און די שתדלן'טע פון כלל ישראל - אסתר המלכה הייבט אן צו אדרעסירן די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם וואס פלאגט דאס לאנד... כי נמכרנו אני ועמי... און דער קעניג פרעגט וואס גייט פאר? און... פלוצים... אסתר המלכה האט אויסגעפלאצט: "איש צר ואויב המן הרע הזה"

עטץ הערטס ווערטער?... אזוי רעדט א שתדלן פון כלל ישראל?! מען אטאקירט פאליטיקאנטן?! ווי איז דיין הכנעה פארן גוי?! גלות אידן?!.....

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:46 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דער לעגאו איז געוואלדיג! ווערט נאר בעסער און בעסער!

טענקס לעגאו!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:27 pm

איך האב געליינט די אינטערוויו וואס די בלאט האט געהאט מיט יוסי, און איך זעה אז ער איז יא היבש גערעכט, איך וואלט געראטן אז אלע וואס ווילן פארשטיין וואס דא איז געווען זאלן ליינען די אינטערוויו.

און גיימיר וואויטן פאר 1
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:55 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:איך האב געליינט די אינטערוויו וואס די בלאט האט געהאט מיט יוסי, און איך זעה אז ער איז יא היבש גערעכט, איך וואלט געראטן אז אלע וואס ווילן פארשטיין וואס דא איז געווען זאלן ליינען די אינטערוויו.

ביטע אהער שטעלן א קאפי/פיקטשער פונעם אינטערוויא פאר אחינו שבגולה וואס האבן נישט די בלאט. דאנקע שיינע.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:04 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:מען האט דא פיל ארומגערעדט וועגן דעת תורה, וכדו'.
איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע ראי' און סמך פון מגילת אסתר, דארט האט זיך אפגעשפילט ממש דאס זעלבע ווי ביי דעם זיצונג:

אסתר המלכה האט אראנדזשירט א מיטונג מיטן קעניג צו דן זיין די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם, און דארט צו דעם זיצונג האט זיך אויך געלאדנט דער הויפט דריי-קאפ פון דעם אנטיסעמיטישע מאוומענט, נישט קיין צווייטער ווי המן הרשע. און ביים זיצונג ווי אלע זענען געזעצן מיט די פאליטישע שמייכלען ארום א שיין געדעקטע טיש, זאגט דער קעניג מיט די פולסטע מאס ערנסטקייט "עד חצי המלכות... איך וועל טון וואס איך קען נאר דיר צו העלפן..."

שוין, מען זיצט ביים זיצונג און מען האט אנגעהויבן צו דן זיין: דער קעניג פרעגט "נו, לאמיר הערן דיינע זארגן.." און די שתדלן'טע פון כלל ישראל - אסתר המלכה הייבט אן צו אדרעסירן די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם וואס פלאגט דאס לאנד... כי נמכרנו אני ועמי... און דער קעניג פרעגט וואס גייט פאר? און... פלוצים... אסתר המלכה האט אויסגעפלאצט: "איש צר ואויב המן הרע הזה"

עטץ הערטס ווערטער?... אזוי רעדט א שתדלן פון כלל ישראל?! מען אטאקירט פאליטיקאנטן?! ווי איז דיין הכנעה פארן גוי?! גלות אידן?!.....

אויב דו האלטסט טאקע אז משם ראי' (שכל מעשי' בכל פרט ופרט היה עפ''י נביא מרדכי הצדיק) ביזטו גערעכט
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:34 am

די סך הכל איז, אז אמאל האט מען געוואוסט אז מען הארכט צו רבנים און עס איז דא א דעת תורה אויף יעדע זאך.

היינט איז איש כל הישר קען חלומ'ען הויעך וואס טוט זיך אין הימל, און ס'איז אדאפטירט געווארן א שיטה חדשה וואס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט עלי אדמות אמעריקע, אז אידן טארן נישט שטיין אויף זייער לעגאלע רעכט און מען דארף לאזן אנטיסעמיטיזם לויפן.

אוודאי דארפן אזעלכע האקעלע זאכן געפירט ווערן בהשכל ובדעת, און דורך מנהיגים יראי ד'. אוודאי איז פאראן א פליכט אז מען זאל לעבן בשלום מיט די גוים. אבער עס איז זיכער פאראן זמנים וואס מען טאר נישט זיצן מיט פארלייכטע הענט, און דראסטישע שריט מוז אונטערגענומען ווערן. אנטיסעמיטיזם איז עפעס וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן. אויב טוט מען עס נישט באקעמפן גענוג צייטליך, גיבט עס גענוג צייט פאר די שונאים אויסצונוצן אונזער שוואכקייט און גוטסקייט זיך צו מאכן באקוועם און ווערן לעגיטים.

גענוי ווי דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו דיין אגענדע ביי חינוך וועסטו ארויסגיין פראטעסטירן אין אלבאני, און דארט פארשטייסטו אז עס איז נישט קיין חילול ד'.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:48 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:מען האט דא פיל ארומגערעדט וועגן דעת תורה, וכדו'.
איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע ראי' און סמך פון מגילת אסתר, דארט האט זיך אפגעשפילט ממש דאס זעלבע ווי ביי דעם זיצונג:

אסתר המלכה האט אראנדזשירט א מיטונג מיטן קעניג צו דן זיין די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם, און דארט צו דעם זיצונג האט זיך אויך געלאדנט דער הויפט דריי-קאפ פון דעם אנטיסעמיטישע מאוומענט, נישט קיין צווייטער ווי המן הרשע. און ביים זיצונג ווי אלע זענען געזעצן מיט די פאליטישע שמייכלען ארום א שיין געדעקטע טיש, זאגט דער קעניג מיט די פולסטע מאס ערנסטקייט "עד חצי המלכות... איך וועל טון וואס איך קען נאר דיר צו העלפן..."

שוין, מען זיצט ביים זיצונג און מען האט אנגעהויבן צו דן זיין: דער קעניג פרעגט "נו, לאמיר הערן דיינע זארגן.." און די שתדלן'טע פון כלל ישראל - אסתר המלכה הייבט אן צו אדרעסירן די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם וואס פלאגט דאס לאנד... כי נמכרנו אני ועמי... און דער קעניג פרעגט וואס גייט פאר? און... פלוצים... אסתר המלכה האט אויסגעפלאצט: "איש צר ואויב המן הרע הזה"

עטץ הערטס ווערטער?... אזוי רעדט א שתדלן פון כלל ישראל?! מען אטאקירט פאליטיקאנטן?! ווי איז דיין הכנעה פארן גוי?! גלות אידן?!.....

קוק אין מדרש, ווי נישט פאליטיש זי איז געגאנגען, זי האט געוואלט ווייזן אויף אחשורוש אליין נאר דער מלאך האט איר אוועקגעשטופט
אז דו ווילסט גיין מיט פשטים קען מען שוין זאגן אז זי האט געוויזן אויף אחשורוש, און אחשורוש האט געפרעגט מיר מיינסטו? האט זי געענטפערט, ניין אין קוק אויף דיר און איך מיין יענעם.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 07, 2020 9:52 am

מי יודע האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:מען האט דא פיל ארומגערעדט וועגן דעת תורה, וכדו'.
איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע ראי' און סמך פון מגילת אסתר, דארט האט זיך אפגעשפילט ממש דאס זעלבע ווי ביי דעם זיצונג:

אסתר המלכה האט אראנדזשירט א מיטונג מיטן קעניג צו דן זיין די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם, און דארט צו דעם זיצונג האט זיך אויך געלאדנט דער הויפט דריי-קאפ פון דעם אנטיסעמיטישע מאוומענט, נישט קיין צווייטער ווי המן הרשע. און ביים זיצונג ווי אלע זענען געזעצן מיט די פאליטישע שמייכלען ארום א שיין געדעקטע טיש, זאגט דער קעניג מיט די פולסטע מאס ערנסטקייט "עד חצי המלכות... איך וועל טון וואס איך קען נאר דיר צו העלפן..."

שוין, מען זיצט ביים זיצונג און מען האט אנגעהויבן צו דן זיין: דער קעניג פרעגט "נו, לאמיר הערן דיינע זארגן.." און די שתדלן'טע פון כלל ישראל - אסתר המלכה הייבט אן צו אדרעסירן די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם וואס פלאגט דאס לאנד... כי נמכרנו אני ועמי... און דער קעניג פרעגט וואס גייט פאר? און... פלוצים... אסתר המלכה האט אויסגעפלאצט: "איש צר ואויב המן הרע הזה"

עטץ הערטס ווערטער?... אזוי רעדט א שתדלן פון כלל ישראל?! מען אטאקירט פאליטיקאנטן?! ווי איז דיין הכנעה פארן גוי?! גלות אידן?!.....

קוק אין מדרש, ווי נישט פאליטיש זי איז געגאנגען, זי האט געוואלט ווייזן אויף אחשורוש אליין נאר דער מלאך האט איר אוועקגעשטופט
אז דו ווילסט גיין מיט פשטים קען מען שוין זאגן אז זי האט געוויזן אויף אחשורוש, און אחשורוש האט געפרעגט מיר מיינסטו? האט זי געענטפערט, ניין אין קוק אויף דיר און איך מיין יענעם.....

אויב האט יוסי געשטעטנער געהייסן מרדכי הצדיק און גאנץ כלל ישראל פאסטן פאר דריי טעג איז די פוינט אקוראט....און ב''ה האלטן מיר נישט ביי די גזירה פון המן ווען גארנישט קען שוין נישט ערגער מאכן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:05 am

ר' יום טוב האט געשריבן:גענוי ווי דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו דיין אגענדע ביי חינוך וועסטו ארויסגיין פראטעסטירן אין אלבאני, און דארט פארשטייסטו אז עס איז נישט קיין חילול ד'.

איך פארשטיי נישט וויאזוי דו פארגלייכסט אנטיסעמיטיזם צו גזירות אויף אידישקייט
וז''ל הגה''ק מהרש''ב מליובאוויטש זי''ע
"ידעו נא כל העמים אשר על פני האדמה. כי רק גופותינו
נמסרו בגלות ובשעבוד מלכיות, ואילו נשמותינו לא
נמסרו לגלות ולשעבוד מלכיות. חייבים אנו להכריז
גלוי לעין כל, שבכל מה שנוגע לדתינו לתורת ישראל
ומצותיו ומנהגיו, אין מישהו שיכפה עלינו דעתו, ואין
שום כח של כפיה רשאי לשעבדנו. עלינו להצהיר בכל
תוקף עקשנתינו היהודית, ובכל תוקף כח המסירות
נפש היהודית זה אלפי שנה: אל תגעו במשיחי ובנביאי
אל תרעו"!
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:54 am

קו הישר האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:איך האב געליינט די אינטערוויו וואס די בלאט האט געהאט מיט יוסי, און איך זעה אז ער איז יא היבש גערעכט, איך וואלט געראטן אז אלע וואס ווילן פארשטיין וואס דא איז געווען זאלן ליינען די אינטערוויו.

ביטע אהער שטעלן א קאפי/פיקטשער פונעם אינטערוויא פאר אחינו שבגולה וואס האבן נישט די בלאט. דאנקע שיינע.

אויב איך וועל האבן צייט ביז א טאג צוויי דאס צו אריינסקענען אין מיין קאמפיוטער וועט מען עס אי"ה ארויפלייגן
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » דינסטאג ינואר 07, 2020 3:05 pm

געקאפיעט פון נטרונא אימעיל:

ס'איז באקאנט די ווערטער פון ספר שם משמואל פרשת שמות וועלכער ברענגט אז הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצללה"ה מפרשיסחא האט געזאגט אז ווען א גוי שרייט אויף א איד דברי זלזול, און דער איד ענטפערט פאר'ן גוי, איז ער דערמיט מאריך דעם גלות רח"ל, עכ"ד. דער שם משמואל פירט אויס: "נאר מען דארף סובל זיין דעם גלות מיט התנשאות הנפש, היפוך הכת הידועה וואס קענען נישט סובל זיין דאס כניעה און סבלות הגלות". עכ"ל. אויך ווען די גוי'אישע מענטשליכע אינסטינקט זאגט אז מיר דארפן זיך נישט לאזן, מיר דארפן צוריק קעמפן און אטאקירן ערוועלטע באאמטע און פאליטיקאנטן, איז אבער דער דרך התורה פאר אידן אין גלות אנדערש, מיר זאלן רעדן בהכנעה "כה תאמרון לאדוני לעשו", דאס וועט אונז העלפן און דאס וועט אונז שיצן פון אנטיסעמיטישע אטאקעס.

בנוסף דערצו איז אנגעוויזן געווארן דורך אחריות'דיגע עסקנים אז דער גאנצער געדאנק פון אויפבלאזן אנטיסעמיטיזם דורך אנצייגן דעם וואוקס פון שנאת ישראל, איז אפילו פון פראקטישן זין נישט קיין טובה פאר כלל ישראל, ווי עס לויטעט דער אנגענומענער "קאפיקעט קריים" קאנצעפט, וואס איז אן אנגענומענער פענאמען ביי די באהערדע אז קרימינאלן ווערן אינספירירט און מאטיווירט דורך זעהן און הערן ווי אנדערע קרימינאלן פירן דורך געוואלטאטן און דאס ברענגט א קייט רעאקציע פון נאך פארברעכער וועלכע וועלן פרובירן דאס צו נאכטון און אויך באקומען אויפמערזאמקייט.

ווען מען טומלט און מען פארשפרייט פאר די ברייטע גאס יעדע מינדערוויכטיגע אינצידענט וויאזוי א גוי טשעפעט א איד איז דאס נישט בלויז גורם צו מיניזירן אטאקעס קעגן אידן, נאר דאס ברענגט חלילה אז נאך גוים זאלן דאס פרובירן צו נאכמאכן, עס ווערט חלילה א 'טרענד' ווען זיי זעהן אז דאס ווערט פארוואנדלט אין נאציאנאלע נייעס. אלס ביישפיל, מיט עטליכע יאר צוריק ווען עס האט זיך פארשפרייט די וואנזיניגע און שעדליכע "נאקאוט" שפיל דורך יוגנטליכע אין ניו יארק, האבן די פאליצייאישע דעקטעטיוון דאן באשלאסן, נאך א וויילע וואס די אטאקעס האבן נישט נאכגעלאזט, אז מען זאל דאס פשוט מער נישט אויפשפילן פאר די פרעסע, און זינט דאן האט דאס זיך דאס ב"ה אפגעשטעלט, ווידעראום פארקערט איז קענטיג בחוש אז בלויז אין די לעצטע געציילטע וואכן האבן זיך געהעכערט אנטיסעמיטישע אטאקעס דורך שונאי ישראל וואס זעהן אז דאס איז יעצט אין "סטייל" און מאכן נאך איינער דעם אנדערן מיט נאכשרייען און שלאגן אידן אויף די גאסן.

לו חכמה ישכילו זאת. אידן אין ניו יארק און אומגעגנט דארפן רעאגירן מיט אחריות און סבלנות, מיט די פארצייטישע מהלך פון השתדלות בדרכי נועם וויאזוי מיר זענען זיך אומגעגאנגען במשך אלע דורות, וואס איז דער אמת'ער דרך התורה און די שמירה און קיום פון אידן בארצות גלותם ביז דעם גרויסן טאג פון נקמת ה' באדום.

הקול קול יעקב והידים ידי עשו; איבער די זינלאזע "סעלף דעפענס" רעטאריק

רעכטענקעדיגע מענטשן האבן זיך געריבן די אויגן פון די פרעסע באריכטן איבער עטליכע משולי המחנה וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אין פובליקום ביי א הכנסת ספר תורה אין מאנסי באוואפנט מיט גרויסע ביקסן מיט'ן אויסרייד אז מען דארף זיך 'באשיצן' און 'דעפענדן' פון שונאי ישראל, וואס איז א שפראך וועלכע ווערט לעצטנס געהערט מער אפט, כאילו אויב אידן וועלן זיך באוואפענען וועט מען זיין מער פארזיכערט רח"ל.

אידן דארפן זיך חזר'ן און געדענקן אז "לא באלה חלק יעקב", כלל ישראל איז נישט קיין פאלק ווי אלע פעלקער וועלכע שיצן זיך מיט דעם כח פון זייער וואפן און פויסט, די מעטאדן וועלכע העלפן פאר די אומות העולם זענען נישט בייהילפיג פאר אידישע קינדער, פונקט ווי אידן זענען אן עם הנבחר זענען אויך זייערע שיץ מיטלען און פארזיכערונגען פון א גאנץ אנדערע נאטור, מיט אן אנדערע סדר אלקי און מיט אנדערע פארשריפטן וירם קרן לעמו, לא עשה כן לכל גוי.

מיר געפינען שוין ביי די ברכות פון יעקב און עשו דעם גרויסן דיפערענץ פון די צוויי פעלקער, די ברכה פון יעקב איז "ויתן לך אלקים", השי"ת זאל דיך געבן, ווידעראום די ברכה פון עשו איז "ועל חרבך תחיה", זיין כח קומט דורך דעם שווערד. עשו'ס הצלה איז געוואנדן אין די שטארקייט פון זיין געווער, אבער די קיום פון יעקב איז אין זיין שטימע, זיין תורה און תפלה, וואס פארזיכערט אים אין אלע אומשטענדן ובזמן שהקול קול יעקב אין ידי עשו שולטים. ווי דער תנא רבי אלעזר בן פרטא זאגט אין מסכת ע"ז דף י"ז ע"ב "אי סייפא לא ספרא ואי ספרא לא סייפא", א איד וואס האלט דעם שווערד קען נישט זיין א איד וואס לערנט א ספר, דאס זענען צוויי קעגנזייטיגע נאטורן, די "ידי עשו" קענען קיינמאל נישט העלפן פאר דעם פאלק וואס דארף זיך באנוצן מיט'ן "קול יעקב". באלקים נעשה חיל והוא יבוס צרינו.

זיך מושטירן און זיך באוואפענען איז מעגליך א גוטע שיץ מיטל פאר די גויי הארץ אבער כלל ישראל האט אן אנדערע הנהגה, יצב גבולות עמים למספר בני ישראל, כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו, מיר זענען דער עם סגולה וואס ווערט געפירט מיט א העכערע הנהגה אלקות, און מיר געבן זיך נישט קיין עצה מיט די זעלבע מעטאדן און אויף די זעלבע שניט ווי אלע פעלקער. ווי דער פסוק איז מעיד: "כי לא בחרבם ירשו ארץ וזרועם לא הושיעה למו, כי ימינך וזרועך ואור פניך כי רציתם", די ישועה פון אידן איז נישט מיט דעם חרב וזרוע, נאר בלויז דורך ימינך וזרועך ואור פניך.

מען זעהט עס אפילו בחוש מיט די פליישיגע אויגן וויאזוי די זינלאזע סטראטעגיע פון "סעלף דעפענס" האט נאך קיינמאל נישט געברענגט קיין טובה פאר אידן. ס'איז גענוג צו דערמאנען אז דער גרינדער פון די מיליטאנטישע "דזשעי. די. על." גרופע, מאיר כהנא, וועלכער האט שטענדיג אגיטירט אז אידן אין אמעריקע זאלן זיך ארומטראגן מיט געווער און זיך לערנען סעלף דעפענס, איז זעלבסט אומגעקומען דורך א שיסער אין הארץ פון מאנהעטן, וואודעראום אז השי"ת וויל פארמיידן גרעסערע פאטאליטעטן דעמאלט איז גענוג א פשוט'ע 'קאווע טישל' צו אפשטעלן דעם רוצח פון מאנסי פון אויספירן זיינע ווייטערדיגע פלענער.

אונזער ישועה איז נישט דורך קעמפן מיט די אייגענע כוחות, אונזער הצלה איז נישט דורך אהערשטעלן א גוטע באשיצונג, מיר זענען דער עם ה' און מיר ווערן געפירט און דירעקטירט דורך השי"ת אליין. פארקערט גאר, די אלע סארט פעולות בזרוע בשר נעמען חלילה אוועק די שמירה עליונה וואס איז דא אויף אידן אין גלות. אויב אידן זענען חלילה נישט מקיים די עצה פון די תורה זיך צו פירן בהכנעה אין גלות, פארלירט מען דורך דעם די ספעציעלע השגחה און שמירה עליונה וואס איז דא אין גלות.

מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה אין דעם 'גדול הרועה המצילן', און זיך מחזק זיין מיט די שמירה עליונה און השגחה נפלאה וואס עס איז פארהאן פון השי"ת אויף אידן אין גלות, הן הן נוראותיו הן הן גבורתיו, ווי מבואר אין דברי חז"ל ובספה"ק אז אין גלות איז פארהאן א באזונדערע השגחה מיוחדת צו היטן און שיצן אויף אידן ובכל מקום שגלו שכינה עמהן, וואס דאס איז אונזער בעסטער געווער און הבטחה, ווי דער אלשיך הק' זאגט אין זיין פירוש אויף תהלים, אויפ'ן פסוק נשקו בר, לומר זאת עשו ויהיה לכם נשק וכלי זיין כנגד המלכיות להנצל מידם והוא טוהר לב לבלתי הרהר על אריכות הגלות או על דוחקו כי זכות האמונה והסבלנות עומדת לעד.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג ינואר 07, 2020 4:50 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די סך הכל איז, אז אמאל האט מען געוואוסט אז מען הארכט צו רבנים און עס איז דא א דעת תורה אויף יעדע זאך.

היינט איז איש כל הישר קען חלומ'ען הויעך וואס טוט זיך אין הימל, און ס'איז אדאפטירט געווארן א שיטה חדשה וואס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט עלי אדמות אמעריקע, אז אידן טארן נישט שטיין אויף זייער לעגאלע רעכט און מען דארף לאזן אנטיסעמיטיזם לויפן.

אוודאי דארפן אזעלכע האקעלע זאכן געפירט ווערן בהשכל ובדעת, און דורך מנהיגים יראי ד'. אוודאי איז פאראן א פליכט אז מען זאל לעבן בשלום מיט די גוים. אבער עס איז זיכער פאראן זמנים וואס מען טאר נישט זיצן מיט פארלייכטע הענט, און דראסטישע שריט מוז אונטערגענומען ווערן. אנטיסעמיטיזם איז עפעס וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן. אויב טוט מען עס נישט באקעמפן גענוג צייטליך, גיבט עס גענוג צייט פאר די שונאים אויסצונוצן אונזער שוואכקייט און גוטסקייט זיך צו מאכן באקוועם און ווערן לעגיטים.

גענוי ווי דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו דיין אגענדע ביי חינוך וועסטו ארויסגיין פראטעסטירן אין אלבאני, און דארט פארשטייסטו אז עס איז נישט קיין חילול ד'.

האסט אנגעהויבן אזוי גוט נאר אינמיטן האסטו געכאפט א שטיקל גליטש...

אמאל האט מען געוואוסט אז מען הארכט צו רבנים און עס איז דא א דעת תורה אויף יעדע זאך,

און וואס איז היינט? יעדע טאטער האט א מיינונג און איז א ווארט זאגער און זאגט ווי זיין שכל פארשטייט...
האסט דיך דורך גערעדט מיט א ריכטיגע דעת תורה? וואס זאגן אונזערע מנהיגי דורינו, דאס איז דער וועג?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג ינואר 07, 2020 4:52 pm

כא כא כא האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:די סך הכל איז, אז אמאל האט מען געוואוסט אז מען הארכט צו רבנים און עס איז דא א דעת תורה אויף יעדע זאך.

היינט איז איש כל הישר קען חלומ'ען הויעך וואס טוט זיך אין הימל, און ס'איז אדאפטירט געווארן א שיטה חדשה וואס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט עלי אדמות אמעריקע, אז אידן טארן נישט שטיין אויף זייער לעגאלע רעכט און מען דארף לאזן אנטיסעמיטיזם לויפן.

אוודאי דארפן אזעלכע האקעלע זאכן געפירט ווערן בהשכל ובדעת, און דורך מנהיגים יראי ד'. אוודאי איז פאראן א פליכט אז מען זאל לעבן בשלום מיט די גוים. אבער עס איז זיכער פאראן זמנים וואס מען טאר נישט זיצן מיט פארלייכטע הענט, און דראסטישע שריט מוז אונטערגענומען ווערן. אנטיסעמיטיזם איז עפעס וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן. אויב טוט מען עס נישט באקעמפן גענוג צייטליך, גיבט עס גענוג צייט פאר די שונאים אויסצונוצן אונזער שוואכקייט און גוטסקייט זיך צו מאכן באקוועם און ווערן לעגיטים.

גענוי ווי דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו דיין אגענדע ביי חינוך וועסטו ארויסגיין פראטעסטירן אין אלבאני, און דארט פארשטייסטו אז עס איז נישט קיין חילול ד'.

האסט אנגעהויבן אזוי גוט נאר אינמיטן האסטו געכאפט א שטיקל גליטש...

אמאל האט מען געוואוסט אז מען הארכט צו רבנים און עס איז דא א דעת תורה אויף יעדע זאך,

און וואס איז היינט? יעדע טאטער האט א מיינונג און איז א ווארט זאגער און זאגט ווי זיין שכל פארשטייט...
האסט דיך דורך גערעדט מיט א ריכטיגע דעת תורה? וואס זאגן אונזערע מנהיגי דורינו, דאס איז דער וועג?

ר' אברהם שור, האט געהאט לעצטנ'ס א דרשה איבער דעם חורבן, אז כהיום מיינען די עסקנים אז זיי פירן כלל ישראל.
כשמ"ו כן הוא

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 07, 2020 4:55 pm

סתם נייגעריג, נטרונא האט יא רבנים? אדער איז אויך נאר עסקנים? ווער זענען די אפיציעלע רבנים וואס נעמען אחריות אויף נטרונא, און אויף אלע זייערע שריט?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 07, 2020 5:24 pm

ביזדערווייל איז עס עסקנים ווערסעס עסקנים, נישטא קיין רבנים וואס שטיצן די ליבשאפט צום אנטיסעמיט טעאריע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג ינואר 07, 2020 6:36 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ביזדערווייל איז עס עסקנים ווערסעס עסקנים, נישטא קיין רבנים וואס שטיצן די ליבשאפט צום אנטיסעמיט טעאריע.

[quote=ר יום טוב] היינט איז איש כל הישר קען חלומ'ען הויעך וואס טוט זיך אין הימל, און ס'איז אדאפטירט געווארן א שיטה חדשה וואס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט עלי אדמות אמעריקע, אז אידן טארן נישט שטיין אויף זייער לעגאלע רעכט און מען דארף לאזן אנטיסעמיטיזם לויפן.[\guote]

הזהרו בדבריכם אלערט#
די מאכסט שוין א טעות (אומדירעקט) צוויי מאל, כאי' איינער האלט אז מטאר נישט שטיין אויף לעגאלע רעכטען און איינקלאג מיטן תורה,
די צווייטע טעות וואס די מאכסט, אז נטרונא (אויב די האסט זיי געמיינט) האט ליב אנטיסעמיטען חלילה, ווען זייער איינציגסטע ציל איז פלעין צי לעשען די פייער פון אנטיסעמיטיזעם, און נישט מאכען קיין אנטיסעמיטען ווי זיי האבען זייער שיין גראדע ארויסגעברענגט,

זיי האבען נישט ליב קיין גוי אין גויאישקייט מער ווי דיר! זיי רעדען פראקטיש הלכות דרך ארץ וויאזוי "מגייט זיך אום מיט א גוי" ער טרייט דיך אויסצילערענען וויאזוי מלעבט מיט וועלף, לכאורה דרייסט די ארום די ווערטער ווייל ביסט זייער נאאיוו

כוואלט דיך נישט געראטען אריין צי גיין און א וואלד פיל מיט בערען אדער וועלף און אנעמען אז זיי גייען עקטען צי דיר אזוי ווי מענטשען עקטען צי דיר , די וואלסט נישט אויסגעטרייט זיי צי מאכען פאר עקטשול מענטשען, און נאכדעם געקומען וויינען אויף איי וועלט אז די מענטשען וואס האבען די ארויסגעשלעפט פון וואלד צימזיקט, האבען זיך אנגענומען פאר די בערען,

כמיין אז אנשטאט אויסדרייען די ווערטער פון נטרונא (אויב האסטו זיי געמיינט) זאלסטו ענדערש אנעמען זייער עצה אין זעען סזאל נישט ווערען קיין קאפיקעטס,

ווען כהאב געזאגט אז די ביסט נאאיוו האב איך געמיינט צי זאגען אז די קענסט בכלל נישט דעם גוי די מיינסט אז אלע גוים באשטייען פון דיינע פאר שכנים פון דיין בלאק, יו דאונט העוו א איידיע וואסערע סיק פיפעל דער אוט דער, און נטרונא זאגט די חברה דארפען בכלל נישט וויסען אז די עקזיסט, נאר זיך בלייבען שלאגען ביי זיך אינדערהיים מיט זיינע דאמעסטיק וויילענס,

די ווייסט וויפיל מינע פעלקער און גרופעס סאיז דא אויף אונזער פלאנעט? ווילסט אנפאנגען פון אפריקע מיט זייער מענטשען פרעסער? אדער קיין פאקיסטאן? אדער ווילסטו קומען קיין אינדיע צי די סיקים ווי משעכט זיך אויס יאר יערליך, אין גלייב מיר אלע זענען זיי מלומדי מלחמה אין גרעסערע רוצחים ווי די קענסט נאר זיין און דריי גולגולים!
ענדערש נוץ דיין קעפעלע אזוי ווי אידען האבען גענוצט און אמעריקע די לעצטע דריי הונדרעט יאר, ווי מהאט געארבעט צוזאמען מיט זשארזש וואשינגטאן און עברהעם לינקלאן אז זיי זאלען זיך אננעמען פאר אונז אנטקעגען אלע אנטיסעמיטען און זיי זאלען טון די ארבעט! די פארשטייסט אז די היינטיגע אידישע סטעיט סענאטארס איז א תוצאה פון די "זשענטיילס" וועלכע האבען רחמנות געהאט אויף אונז און זענען געווען יושרדיגע מענטשען און געווען נארמאל און געגעבען גלייכבארעכטונג פאר אלע בירגער אין די אייבישטער האט זיי אריינגעגעבען און קאפ אז מזאל קענען פראקציטירען אלע רעליגיעס אן קיין שטער,

ווער האט געראטעוועט און באפרייט די אידען פון די נאצישע שלאנג? זשאבאטינסקי ? ראקאמוויסקי מיט זיינע קאפויס? די בונדיסטען רעזעוויסטען מיט זייער נערישע אויפשטאנד, וועלכע האבען מיט זייער קינדערישע הפקירות געוואלט זיך שלאגען מיט די דייטשע טאנקען מיט שטעקענעס און בענזין?
אזוי קוקט מען אויס ווען מפארלירט די שכל! אויב וועסטוך אנליינען מיט זייערע שטותים וועסטו מיט יעדער איינער וואס ליינט עס ווערען קאנפיוזד אין צימישט,
סא ווער האט אפגעשטעלט די מלחמה? די ציווילדעווטע בונדיסטען אדער די אמעריקאנע גוים? ווער האט אויפגעבראכען די טויערען פון אוישוויץ? די אמערקאנע שלוחים פונעם אייבירשטען! הערסט פאקטען?

דריי פליז נישט אויס כאי איינער האלט אז מטאר קיינמאל נישט גיין אין קאורט מיט א גוי אדער די טארסט קיינמאל נישט רופען קיין פאליס ווען א גוי שלאגט דיך אדער ווען די זעסט א גוי קומט אריין און שול און טשעפעט אנדערע אידען זאלסטו נישט קענען שיסען א באנק און זיין קאפ,
אדרבא ואדרבא ווען סקומט אראפ חו צי אזא מציאות דארפסטו טון אלעס אויף די וועלט צי העלפען א צווייטע איד, (אדער אפי א צווייטע מענטש אויב סשייך)
הערסט אנשטאט צי כאפען א קעמרע ווי א גרויסע גיבור לאחר המעשה אין שיקען אויף וואטסעפ ווי הצלה לויפט מיט בעטלעך מיט אידען וואס בלוט גיסט זיך פון זיי,
אדער קומען לאחר המעשה און זאגען באמבאסטישע סטעיטמענטס פאר די מידיא (כמיין נישט דיר דוקא , דעי וועם איך מיין קוק איך נישט יעצט אויף זיי!!) אנשטאט דעם פיקטשער געכאפאכץ מעסעזש געכאפאכץ טו ווי דעם פרומען כאנאקישען גליק און טון אלעס אויף די וועלט צי ראטעווען א צווייטע איד, הערסט עף בי איי מיט אלע אזויגעריפענע ווארטזאגער טוויטער רייצער, דיבלאזיא פארדאמער, האבען נישט געקענט כאפען דעם גוי איין אינגערמאן מיט א פליפ פאון האט געהאלפען די מעכטיגע עף בי איי,
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג ינואר 07, 2020 7:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 07, 2020 6:55 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:

סאיז דא א

סאיז דא א צייט ווען מען דארף ארויס רעדן, אבער מען דארף וויסן ווער און וויאזוי.

א מענטש וואס האט ליב צו העצן בכלליות און נוצט נישט אייביג סאשעל מידיע מיט די העכסטע מאס פאראנטווארטליכקייט, פארשטייט נישט ווי האקל עס איז די מצב פונעם איד דא, קען נישט זיין דער שליח.
שויתי ה' לנגדי תמיד

לבלר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

נקודה למחשבה

תגובהדורך לבלר » זונטאג ינואר 12, 2020 2:42 pm

די עשיו שונא ליעקב וועט סיייווי נישט זעהן קיין גוטס אויף אידישע קינדער, מיט'ן רעשן און פובליסיטי וועט נאר ברענגען ער זאל אויפכאפן שלעכטס
צוגעלייגטע
KIMG0026.JPG
KIMG0026.JPG (182.59 KiB) געזעהן 486 מאל
KIMG0027.JPG
KIMG0027.JPG (190.51 KiB) געזעהן 486 מאל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Mister, א גולם, אור, אידיאט, אמת משיח איז כמעט דא, בארג, בשבילי נברא, להודיע, משה חי, שמערלער און 78 געסט