שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re:

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג דעצמבער 13, 2020 1:50 pm

סטיטשינער האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז די רבי האט זיך נישט אדורכגעשמועסט מיט פראגרעמינג?

ער האט יא...
השם גבולך שלום לפ"ק

צדיקים
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

תגובהדורך צדיקים » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 1:52 pm

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:די רבי האט אין א לענגערע שמועס, אין א שיעור בעניני חנוכה ארויסגעברענגט די צדדים בנוגע מאכן א סעודת הודאה, און האט געזאגט אז אזויווי ער איז א נוגע בדבר האט ער דאס אדורכגעשמועסט מיט גדולים דאהי און פון די מרחקים און דאס איז וואס זיי האבן געהייסן, אז מען איז מחוייב צו מאכן א סעודת הודאה און די רבי האט אויך אנגעוויזן עטליכע פעלער ווי למשל די פני יהושע ווען עס האט פאסירט אומגליק אין שטאט און אסאך זענען אומגעקומען און בדרך נס האט ער זיך ארויסגעדרייט, און נאך פארשידענע פעלער, און ווי אויך האט טאקע די רב ישליט"א געהייסן אז יעדער דארף פארטיילן צדקה, יעדער לפי ערכו וויפיל ער קען, און בנוסף לזה איז די סעודת הודאה בעיקר פאר אלע וואס זענען דארט געווען בשעת מעשה און באופן נס געראטעוועט געווארן, וואס עס איז דא אסאך אזעלכע,

מ'קען הערן דעם שיעור אויף 845-286-1021
נאכדעם 1 -2 - 5 פון מעין מעניאו (ארום 15 מינוט).

צדיקים
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

תגובהדורך צדיקים » מאנטאג דעצמבער 14, 2020 2:31 pm

מחרב הצלתני.jpg
מחרב הצלתני.jpg (239.55 KiB) געזעהן 1659 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14758
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 15, 2020 6:01 pm

הרה"ח ר' יוסף גלוק הי"ו מיט דעם טישעל וואס ער האט געווארפען אויף דעם רוצח ימ"ש
Untitled.jpg
Untitled.jpg (76.81 KiB) געזעהן 1410 מאל

דער טיש וואס מען האט געמאכט דערפין פאר די חנוכה מנורה אין קאסיאן פארשעי מיט דעם אויפשריפט
נס גדול הי' פה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 11:30 am

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

תגובהדורך אינטערסאנטע איד » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 9:35 am

צוריק צום סעודת הודאה: נעכט ביינאכט איז פארגעקומען א הערליכע סעודת הודאה, ווי געשריבן פון פאראויס איז דאס געווען בעיקר פאר די בעלי הנס, דאס הייסט אזעלכע וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה, און אפילו טייל זענען בפועל געשעדיגט געווארן אבער בדרך נס געראטעוועט געווארן, על פי פקודת די רבי שליט"א האט מען נישט אדווערטייזט די סעודת הודאה אין ערגעץ נאר פשוטע אינוויטעישענס פאר די בעלי הנס ומשפחתם, און פאר די חברי הקהילה וידידי הביהמ"ד, און די אלע וואס זענן געקומען זענען געווען אזעלכע וואס האבן פערזענליך געשפירט א חלק פון די נס, אפילו רבנים זענען נישט געלאדענט געווארן, כדי נישט צו מאכן קיין גרויסע פאמפע, די וואס זענען געקומען זענען געווען אזעלכע וואס זענען היימיש און דרייען זיך דארט מזמן לזמן, און האבן אליין געוואלט אנטייל נעמען, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע האט אייניקלעך וואס זענען בשעת מעשה דארט געווען און ב"ה זיך געראטעוועט די לעצטע מינוט פון אונטער די הענט פון די רוצח, איז געקומען אפילו די רבי האט איהם נישט געלאדענט פשוט מיטצוהלאטען די שמחה פון זיין אייניקלעך,

די רבי שליט"א ביי די דברות קודש האט שטארק ארומגערעדט וואס א איד דארף זיך מקבל זיין ווען די רבוש"ע מאכט איהם אזא נס, און אז קיין שום זאך פון די רבוש"ע געשעט נישט אן קיין סיבה, מיר ווייסן טאקע נישט פונקטליך וואס, אבער היות די גוי איז אריין געקומען מיט א חרב, חרב איז נוקמת נקם ברית וואס דאס איז קבלות בעניני קדושה, וואס יעדער דארף זיך מאכן א חשבות הנפש, וואס ער קען זיך מקבל זיין אין די נושא, ווי אויך אין פרשת ויחי שטייט דאך בחרבי ובקשתי, און דארט שטייט אין תרגום בצלותי ובבעותי, וואס דאס גייט ארויף אויפן דאווענען, האט די רבי ארום גערעדט בנוגע תפלות, אז מען זאל דאווענען די גאנצע דאווענען מלפניו ומלאחריו, וואס ליידער לעצטנס איז די סטייל אז מענטשן קומען אהן צום דאווענען אין כאפן זיך מיט ביי וכו', און אזוי אויך לויפט מען שוין ארויס כמעט נאך פאר מען איז אנגעקומען, און ווי אויך אז בשעת דאווענען זאל עס זיין א דאווענען נישט פארנומען מיט אנדער זאכן, ווי אויך די עיקר אז א סעודת הודאה מיינט נישט אז נאך די סעודת הודאה איז מען געענדיגט, נאר מען דארף כסדר דאנקען און לויבן די רבוש"ע פאר די נס, און מען דארף זיכער מאכן אז די רבוש"ע האט פארדינט פון דעם געשעפט און נישט ח"ו פארקערט, דאס מיינט כסדר זיך חזר'ן וואס מיר זענען שולדיג פאר'ן רבוש"ע און מטיב זיין די מעשים,

מאנסיער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 1:57 am

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

תגובהדורך מאנסיער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:45 pm

עפעס געווען נעכטן אין די נייעס וועגן גרעפטן טאמעס איינער קען צוברענגען? יישכ
לשנה הבאה בירושלים

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:56 pm

מאנסיער האט געשריבן:עפעס געווען נעכטן אין די נייעס וועגן גרעפטן טאמעס איינער קען צוברענגען? יישכ

viewtopic.php?p=2696249#p2696249
ליין פון דא אין ווייטער
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

סעודת הודאה תשפ"ב

תגובהדורך תענית חלום » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 2:39 pm

סעודת הודאה תשפ"ב
צוגעלייגטע
Forshay Chanika View 1.jpg
Forshay Chanika View 1.jpg (721.38 KiB) געזעהן 375 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Mister, monroe10950, PetalBot, police, SemrushBo, winner, אגד, אוסף החסיל, אור, אלי' מקוה יוד, בדרך, סאבאבא, שאהן הענניטי און 59 געסט