שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

תענית חלום האט געשריבן:
צדיקים האט געשריבן:יעצט האט דער רבי גערעדט אין בית מדרש און געמאלדן

אז ער וועט מארגן דארפן גיין קיין אלבעני, ווי ער איז געלאדנט געווארן צו רעדן ביי די סטעיט אוו די סטעיט,

דער רבי האט מאריך געווען, אז פון די גאנצע אטאקע איז ער אלעס איבער געקומען ב"ה, און ס'האט אים נישט צוגערירט, אבער דאס איז געווען ביז פרייטאג, ווען ס'איז אים קלאר געווארן אז ער וועט מוזן גיין קיין אלבעני, דאס האט אים ממש בארירט, ער האט מער נישט געקענט עסן, (אין דעם באשרייבונג איבער שבת, האט יענער מיר געשריבן אין אישי, אז דער רבי האט כמעט נישט טועם געווען ביי ש"ס), דאס איז אים א גאר שווערע איבערקומעניש.

דאס איז אים זייער א שווערע איבערקומעניש, און ווייט נישט קיין כבוד, נאר וואס דען, מיר זענען אין גלות, און ער האט נישט קיין ברירה, און קען נישט אפאזאגן דעם גאווענער, וואס האט אים צוגענומען אלע תירוצים, ער זאל נישט קענען זיך אפזאגן פון קומען (איך האב געהערט א שמועה, אז דער גאווענער האט אפי' פארשפראכן צו צושטעלן א עליקאפטער, ער זאל קענען גיין אהין און צוריק, אן זיך דארפן לאנג אויפהאלטן, אבער איך קען דאס נישט באשטעטיגן).

פארשטייט זיך אז דארט גייט מען זאגן אז ס'איז אים א גרויס כבוד, און ער דאנקט זייער דעם גאווענער פארן כבוד, מיר זענען דאך מחיוב בכבודו של מלכות, און מ'וועט בעז"ה זיך שיין באדאנקען, מיר דארפן אנקומען צו זיי מיר זענען אין גלות, און מ'האפט דארט אויך צו מאכן א קידוש ה'.

דערנאך האט דער רבי צוגעלייגט, אז ביי שמו"ע איז ער מתפלל, אז אידן זאגן אים אז ס'איז ארויס געקומען אזא גרויסע קידוש ה' פון די מעשה, אפילו בעיניו איז דאס פשוט, ווייל אפי' נאך אזא מעשה דארף מען זיך נאך אלץ אויפפירן ווי א איד, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי, ס'איז ארויס געקומען א קידוש ה', בעהט ער ביים באשעפער, ער זאל דאס נישט קאליע מאכן.

דעריבער בעהט ער דעם עולם, אז בשעת ווען ער וועט דארט זיין, זאל מען מתפלל זיין פאר אים, אז ס'זאל טאקע ארויס קומען א קידוש ה', און ער שיקט ארויס שליחים צום ציון פון דעם ריבניצער, זיי זאלן פאר אים מתפלל זיין ביים ציון, בשעת ער וועט זיין אין אלבעני.

עד כאן בערך תוכן דבריו.

די רבי האט צוגעלייגט ״וועגן איך בין דארט - איז דאס נאכנישט קיין היתר עס צו וואטשן״


די רבי איז פיינע נייעס
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

דארף מען פרעגן ר' יונה לאנדא, צו ס'ליגן עפעס צדיקים אין אלבעני, צו ס'דא דארט קברי צדיקים
אפשר קען מען מאכן א נסיעה אהין מארגן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מען דערציילט (איך געדענק נישט מיט וועם, קען זיין עס זענען געווען עטליכע ענדליכע מעשיות)

מען האט געשיקט א שליחות צו רבי'ן פון קעניג'ליכן הויף (אדער פון פריץ וכדו') אז מען לאזט רופן, מען האט צוריק געשיקט אז מ'קען נישט קומען... האט מען געשיקט נאך שלוחים און חשובערע און מען האט נאכאלץ אפגעזאגט, אא"וו ביז מען האט געשיקט די גרעסטע אפיצירן וכו', גארנישט האט נישט געארבעט, און מען האט געשיקט דעם קעניגליכן פאראד מיט וואגאנען און ווייסע פערד צו גיין אפנעמען וכו'....

ווי איך האב געהערט פון איינע פון די גרויסע עסקנים אין מאנסי, וויפיל מעסעדזשעס מען האט געהאלטן אין איין שיקן אן אויפהער, מען האט ממש נישט נאכגעלאזט, פון א יעדע מין פערזענליכקייט וואס איז נאר דא, פון צווישן אידן עסקנים, און להבדיל גוים פאליטיקאנטן וכדו', און וויפיל מעסעדזשעס מען האט געשיקט לייגן פרעשור,
ער זאגט אז ער האט אליינס מיטגעהאלטן ווי מען האט צוריק געשיקט מערערע מעסעדזשעס אפצוזאגן, און מען האט פארלאנגט א סיבה, און אויף יעדע תירוץ וואס מען האט צוגעלייגט, איז מיטגעקומען נאך אן אפפער אפצושלאגן... (דאס האט ער נאר געהערט זאגט ער, אז חוץ פון אלע וואס ער האט מיטגעהאלטן, האט מען צוריק געשיקט מעסעדזשעס אפצוזאגן, מיט נאך אסאך, וואס ווי באקאנט האט די פארשעי'ע רבי שייכות מיט אסאך פון די גרויסע אפפישילס שוין פון לאנג, און טוט אויף אסאך פאר כלל ישראל מיט דעם)
זאל די באשעפער העלפן אז עס זאל טאקע נאר ארויסקומען א קידוש השם, און ח"ו נישט די פארקערטע, און מיר זאלן אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן. אמן
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

לכאורה האט געשריבן:כ'גלייב נישט אז ער גייט 'רעדן' דארט, ענדערש איז ער א געלאדנטער גאסט פונעם גאווערנאר צו זיין אנוועזנד ביים גאווערנארס רעדע, וואו ער וויל רעדן קעגן אנטיסעמיטיזם וכו'. אזוי איז אויך דער שטייגער ביי די פרעזידענטליכע סטעיט אוו די יוניאן, אז מען לאדנט פארשידענע פערזענליכקייטן צו זיין אנוועזנד בשעת מען רעדט איבער זיי וכדומה.

איך מיין אז ווי עס גייט די סדר געווענליך, און איך ווי איך האב געהערט פארשטיי איך אז עס איז אזוי איינגעפירט אלע יארן וואס דאס גייט אן, אז די מעמד הייבט זיך אן מיט א וואונטש פון א ראביי, און יעצט פילן זיי פאר א גרויס כבוד מיט א געלעגנהייט צו האבן אן 'ארטאדאקס'ישע רב'...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי, איך קען מיך נישט אזוי אויס אין אלבאני, קען זיין אז דארט איז יא איינגעפירט צו רופן א גאסט רעדנער אויך. (נאך איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז דער רבי גייט יא רעדן דארט, רבו עלי חבירי, איך געב אויף).
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:דארף מען פרעגן ר' יונה לאנדא, צו ס'ליגן עפעס צדיקים אין אלבעני, צו ס'דא דארט קברי צדיקים
אפשר קען מען מאכן א נסיעה אהין מארגן.

דער רבי האט דערמאנט אין זיינע ווערטער, אז מ'זאל נישט מיטקומען.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נישט דא קיין פלאץ אויפן העליקאפטער...
דביה תחדי נפשא
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

אינטערשטע שורה האט געשריבן:געהערט געציילטע שיעורים פינעם פארשעי רבי'ן ממש געוואלדיג מלא יהדות.די עיקר נישט צו לעבן מלמודה נאר מיט מחשבה.

דער וואס האט געהאט די זכי' האט נישט געדארפט ווארטן אויף דעי מעשה...

ער רעדט אלעמאל מורא'דיג, אבער דעי דרשות אין די לעצטע וואכן פאר חנוכה (אויב דו רעדסט טאקע פון דעם) איז טאקע זייער תוכן'דיגע און אויסגעארבעטע שיעורים, געבויעט ווי א בנין און קאנצעטרירט זייער אסאך כלליות'דיגע אינפארמאציע צו קענען לעבן דערמיט,

דער אמת איז אז די וואס דרייען זיך דארט הערן די זאכן כסדר און מ'לעבט דערמיט און עס איז גארנישט קיין חידושים, (איינער זאגט מיר אז ר' יוסף אלי' גליק האט איהם געזאגט, ער האט געהערט ווי הערשל פר"מ זאגט אז ער האט מורא'דיג גוט געענטפערט פאר די מידיע, מסתם האט איהם די פארשעי'ע רבי צוגעגרייט, האט ער געזאגט, איך וויל איהם געוואלט זאגן, יא, ער האט מיך טאקע צוגעגרייט, אבער נישט יעצט, נאר אין די לעצטע 12 יאר וואס איך דריי מיך דארט בתמידות...)

אבער פארט איז עס זייער צאמגענומען, און ווי די רבי זאגט אינעם לעצטן שיעור איז נאך אין פלאן בעז"ה צו געבן נאך בערך 2 לכאורה אלץ א המשך (מען האט דעמאלטס געמאלדן אז מ'קען עס הערן אויף 845-286-1021 איך מיין אז עס גייט נאך אן, איך האב שוין לאנג נישט פרובירט)
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

לכאורה האט געשריבן:אקעי, איך קען מיך נישט אזוי אויס אין אלבאני, קען זיין אז דארט איז יא איינגעפירט צו רופן א גאסט רעדנער אויך. (נאך איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז דער רבי גייט יא רעדן דארט, רבו עלי חבירי, איך געב אויף).

'לכאורה' גייט מען דאס מארגן געוואויר ווערן, ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן...
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

פעטער שמואל האט געשריבן:פריער געזעהן א טרופער אויף פיליס אין פראנט פון וויזניץ שטיבלעך.
צופרי איז געווען א ראמאפא פאליס קאר ביי טאשנאד.

'פערד' איז אבער זיכער נישטא אין מאנסי!...
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:זייער א שיינע דרשה

אגב, ס'איז מער א 'שמועס' נישט קיין דרשה און נישט קיין שיעור...
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

מי לה' אלי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:זייער א שיינע דרשה

אגב, ס'איז מער א 'שמועס' נישט קיין דרשה און נישט קיין שיעור...

קען איינער דאונלאודן/אפלאודן די דריי יסודות'דיגע שיעורים? (שיק מיר נישט די האטליין נומער, ש'כח).
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

יין שרף האט געשריבן:
מי לה' אלי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:זייער א שיינע דרשה

אגב, ס'איז מער א 'שמועס' נישט קיין דרשה און נישט קיין שיעור...

קען איינער דאונלאודן/אפלאודן די דריי יסודות'דיגע שיעורים? (שיק מיר נישט די האטליין נומער, ש'כח).

אפלאודן און דאונלאודן זענען צוויי פונקט פארקערטע זאכן! אנטשולדיגט.
תיקון: דו מיינסט צו פרעגן אויב איינער קען עס אפלאודן דא, דו זאלסט עס קענען דאונלאודן...
איך האב געוואלט, פרובירט, אבער עס איז נישט ערלויבט... (mp3) אויב איינער קען זאגן וויאזוי מ'קען עס מיטטיילן (אויב עס איז נאכנישט דא אינעם עבר - איך ווייס נישט) אדרבה
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

מי לה' אלי האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
מי לה' אלי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:זייער א שיינע דרשה

אגב, ס'איז מער א 'שמועס' נישט קיין דרשה און נישט קיין שיעור...

קען איינער דאונלאודן/אפלאודן די דריי יסודות'דיגע שיעורים? (שיק מיר נישט די האטליין נומער, ש'כח).

אפלאודן און דאונלאודן זענען צוויי פונקט פארקערטע זאכן! אנטשולדיגט.
תיקון: דו מיינסט צו פרעגן אויב איינער קען עס אפלאודן דא, דו זאלסט עס קענען דאונלאודן...
איך האב געוואלט, פרובירט, אבער עס איז נישט ערלויבט... (mp3) אויב איינער קען זאגן וויאזוי מ'קען עס מיטטיילן (אויב עס איז נאכנישט דא אינעם עבר - איך ווייס נישט) אדרבה

כמובן כוונתי דאונלאודן פון ווי מען קען נאר... און אפלאודן צו Dropbox אדער googl drive וכדו'.
אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. לערנער »

עפעס חדשות מיט ר' יהוסף בן פערל לרפו"ש, זייט די לעצטע אפדעיט אז ער אטעמט שוין אביסל אליינס?
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

דער איד דעלי

דער איד דעלי.png
דער איד דעלי.png (34.18 KiB) געזען 1300 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

farshlufen האט געשריבן:https://www.lohud.com/story/news/politics/politics-on-the-hudson/2020/01/08/monsey-rabbi-home-attacked-delivers-state-of-the-state-invocation/2843634001/

געבלאקט
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

דער רבי שליט"א איז ארויס געפארן אין די פארמיטאג שעות (מיט א עסקאורט וואס דער גאווענער האט צוגעשטעלט)
צוזאמען מיטן לאנגיעריגן גבאי הרה"ח ר' יחזקאל וויינבערגער שליט"א
הר"ר יוסף אלי' גליק הי"ו
הרב נפתלי זילבערבערג הי"ו (עלטסטע מעמבער און אנאפישל ספאקסמען פון די קהלה)
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

וויפיל אזייגער וועט די רבי רעדן?
ווי קען מען עס מיט האלטן לייוו?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

פעטער שמואל האט געשריבן:וויפיל אזייגער וועט די רבי רעדן?

איך מיין אז ארום
1:30
פעטער שמואל האט געשריבן:ווי קען מען עס מיט האלטן לייוו?

תענית חלום האט שוין נעכטן געשריבן
תענית חלום האט געשריבן:די רבי האט צוגעלייגט ״וועגן איך בין דארט - איז דאס נאכנישט קיין היתר עס צו וואטשן״


ארום 1:20 שטעלט זיך א מנין תהלים ביים רבי'ן אין ביהמ"ד
אזוי אויך ביים ציון פון ריבניצער, וועלן דעם רבי'ס שליחים אויך זאגן תהלים בשעת מעשה
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

פעטער שמואל האט געשריבן:וויפיל אזייגער וועט די רבי רעדן?
ווי קען מען עס מיט האלטן לייוו?

די רבי גייט אי״ה רעדן 1:30

אזוי ווי די גאנצע זאך איז זייער נישט ניחא פארן רבי׳ן - ממש כאילו כפאו… - ס׳איז נישט כאילו - נאר ממש כפאו - האט מען אפגעמאכט אז כדי די רבי זאל נישט דארפן זיצן און אויסהערן אלע זיינע שקוצעריי מיט זיין לינקע אגענדע, וועט די רבי קענען ארויסגיין שטילערהייט ווי נאר די גאווענער באגריסט דעם רבי׳ןס ווערטער אנפאנג זיין רעדע.
אוועטאר
מי שהוא
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2019 12:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שהוא »

מי לה' אלי האט געשריבן:
אינטערשטע שורה האט געשריבן:געהערט געציילטע שיעורים פינעם פארשעי רבי'ן ממש געוואלדיג מלא יהדות.די עיקר נישט צו לעבן מלמודה נאר מיט מחשבה.

דער וואס האט געהאט די זכי' האט נישט געדארפט ווארטן אויף דעי מעשה...

ער רעדט אלעמאל מורא'דיג, אבער דעי דרשות אין די לעצטע וואכן פאר חנוכה (אויב דו רעדסט טאקע פון דעם) איז טאקע זייער תוכן'דיגע און אויסגעארבעטע שיעורים, געבויעט ווי א בנין און קאנצעטרירט זייער אסאך כלליות'דיגע אינפארמאציע צו קענען לעבן דערמיט,

דער אמת איז אז די וואס דרייען זיך דארט הערן די זאכן כסדר און מ'לעבט דערמיט און עס איז גארנישט קיין חידושים, (איינער זאגט מיר אז ר' יוסף אלי' גליק האט איהם געזאגט, ער האט געהערט ווי הערשל פר"מ זאגט אז ער האט מורא'דיג גוט געענטפערט פאר די מידיע, מסתם האט איהם די פארשעי'ע רבי צוגעגרייט, האט ער געזאגט, איך וויל איהם געוואלט זאגן, יא, ער האט מיך טאקע צוגעגרייט, אבער נישט יעצט, נאר אין די לעצטע 12 יאר וואס איך דריי מיך דארט בתמידות...)

אבער פארט איז עס זייער צאמגענומען, און ווי די רבי זאגט אינעם לעצטן שיעור איז נאך אין פלאן בעז"ה צו געבן נאך בערך 2 לכאורה אלץ א המשך (מען האט דעמאלטס געמאלדן אז מ'קען עס הערן אויף 845-286-1021 איך מיין אז עס גייט נאך אן, איך האב שוין לאנג נישט פרובירט)

ר' יוסף אלי האט מיר געזאגט אז ער האט אנגערופען ר הערשל פריעדמאן אים דאס צו זאגן.....
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

Albany – The rebbe whose house in Monsey was the scene of one of the worst anti-Semitic violence in years was tapped by Gov. Andrew Cuomo to deliver the opening blessing at his annual address Wednesday afternoon.

Rav Chaim Leibish Rottenberg, the Kossoner rebbe of Forshay Road, will give the Invocation at the State of the State address in Albany, Rabbi Yisroel Kahan tweeted.

After the address, at 4 p.m., the rebbe will speak to the media for the first time since the stabbing attack on Chanukah, which injured five of his congregants. The press conference will be at his residence, 47 Forshay Road in Monsey.

One of the injured is still hospitalized and is in critical condition. The family of Yohosef ben Perel Neumann said that doctors have little hope for his recovery.

Grafton Thomas of Orange County has been arrested for the attack.

Cuomo has said he will propose in his address making attacks meant to instill fear in protected groups a class of domestic terrorism.

https://boropark24.com/forshay-rebbe-to ... e-address/
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יאסי געשטעטנער גייט אויך דארט זיין?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”