שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:04 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אויף יאשיהו המלך שטייט יא אין חז"ל א מספר וויפיל חיצים מען האט אריינגעשאסן אין אים, 300 חיצים! עד שעשאוהו ככברה, און מען דערמאנט עס אין די קינות לת"ב, זעהט אויס אז ס'מאכט יא עפעס אויס רח"ל

דאס איז דאך בפשטות געווען נאך איידער ער איז אויסגעגאנגען.

אוודאי אזוי די נביא האט דאך נאך געזעהן ווי ער זאגט עפעס נאכדעם און ער האט מורא געהאט אז ער רעדט אויפן אויבערשטען און ער האט זיך צוגעבויגן און געהערט ווי ער זאגט צדיק הוא ה' און דאס איז שוין געווען נאכדעם וואס מ'האט אים געשאסן מיט די 300 חיצים
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

ידיד כל חי
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:30 pm

ציגעלע האט געשריבן:וואסע פשט אז אויף די קעמרא וואס איז נעכטען ארויס געקומען זעהט מען קלאר אז די רוצחים שטורעמען גראד די גראסערי מען זעהט נישט זיי זאלען טרייען קודם די אנדערע טיר?

עס איז נישט אינגאנצן אזוי, קוק גוט, וועסטו זעהן אז ער געבט זיך א קליינע בייג.
(דארפסט פארשטיין אויפן ערשטן קליפ, זעהט מען די סטאר אין זייער א קליינע שטח, ממש אין די סייז פון איין טיר, און באמת איז עס אין די גרויס פון 4-5 טירן, דאס מיינט אז א קליינע בייג איז באמת א גרויסע חילוק).
דרך אגב, איינער האט פריער געשריבן אז אין די צווייטע קליפ, האבן זיי באמת געמיינט די גראסערי, און דאס וואס ער בייגט זיך, איז נאר ווייל ער האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן צום שותף, עס איז אמת, אז ער דרייט זיך אויס צום שותף, אבער מען זעהט קלאר אז ער צילט צו גיין שיף, און ער געבט זיך א דריי אוועק די לעצטע מינוט.
קוק עס איבער.
אזוי אויך, זעהט מען אן אינטערסאנטע זאך, אז מען קוקט גוט נאך די צוויי שאסן נאך דעם לאקס יונגערמאן, זעהט מען א פיס אדער א חלק פון א קערפער, צוריקאריינגיין אין גראסערי, דאס מיינט אז עס קען זיין אז איינער פון זיי האט ארויסגעשטעקט די קאפ, און דעמאלטס שוין געזעהן אז פאליס קומט צו לויפן.
אזוי אויך, קען זייער מעגליך זיין, אז די רוצחים זענען נישט ארויסגעקומען פון די בעק, ווייל אזוי ווי זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס ווארט זיי אפ אינדרויסן, האבן זיי פלעין מורא געהאט צו ארויסגיין, ווייל אפשר וועט פליען א קויל, און אזויווי זיי זענען געווען אונטען, האבן זיי נישט געהאט קיין קלארע מהלך צו זעהן, צו עס איז סעיף פאר זיי ארויסצוגיין.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:30 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ההםםם אזוי? פון וואנט ווייסט איר אז ער פילט נישט, איר רעדט פון עקספיריענס? פון מיין גמרא קומט אויס אז דער מת שפירט שוין איינמאל.

אין בשר המת מרגיש באיזמל?

און אפילו לויט די מסקנא רעדט מען לכאורה נאר פון ווערים, אבער א פשוט'ער איזמל, מאן יימר?

כ'זיך נישט צו פארדרייען די שמועס אבל ידועה בזה דברי הרשב"א [שנפסק כמותו ברמ"א] והתיו"ט ודברי גדולי האחרונים שהקשו ותירצו דבריהם, אבל למעשה עי' מנחת אלעזר (ח"ד סי' כ"ח) לענין ניתוחי מתים שהוכיח שאין לחלק בין איזמל לרמה, דא"כ היה לו להגמרא לחלק בזה, וראה גם בשפת אמת שם על הש"ס.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

סיום דברי ר' א"מ מלאך שליט"א

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:32 pm

און רבותי די עיקר שבעיקרים, דער אייבירשטער ווייזט אונז שוין גאנץ קלאר, אז די גלות טעג אין אמעריקא ענדיגן זיך שוין גאר בקרוב, אונז זעמיר זייער זייער באקוועם געזעצן דא עטליכע יאר פון די צווייטע וועלט מלחמה און ווייטער, און דער רבוש"ע גיבט אונז שוין א שטיקל שאקעלע און ער זאגט אונז: מיינע טייערע קינדער מען דארף זיך שוין גרייטן צו ביאת משיח צדקינו וואס גייט געשעהן האפענטליך ממש בקרוב בימינו אמן.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4021
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:33 pm

דער אשכול איז שוין 44 בלאט
און איך בייס מיך שוין די ליפן פונעם ערשטן בלעטל יעדעס מאל צוליב א אנדערע זאך
אבער יעצט
אפשר קענען מיר זיך מקבל זיין איין זאך, כאטש אין דעם אשכול
נאר פאזיטיוו, כ'רעד עטליסט פון מענטשן אדער מרמז זיין מענטשן וואס זענען בני ברית
לאמיר רעדן די פאזיטיווע זייט פון יחידים קהלות מנהיגים מגידים וכו' וחסל,
נישט איך בין בעסער, איך בין גוט, כלל ישראל איז גוט, וכו' כו' ואכמ"ל
מיט דעם קען מען בלייבן?
אויב דארפט איר איינעם אראפרייסן זאל זיין זיידי בערעלע איר ווייסט דאך סיי ווי נישט ווער איך בין
אבער,, נישט ברמז נישט מיט א דריי מיט די נאז אויף קיינעם!!!!!!!!!!
הכו"ח ז"ב מבארא פארק
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:37 pm

https://www.charidy.com/jcvictims

ישראל הם נתבעים ונותנים

טיייערע אידן מיט א בקשה פון חבירים, ידידים פון די צובראכענע משפחה בפרט און די תושבים בכלליות פון זשערסי סיטי

לאמיר ווייזן אז געלט איז נישט קיין אפהאלט צוריקצושטעלן א צובראכענע איד אויףדי פיס וואס האט פארלוירן זיין ווייב און פרנסה און איבערגעבליבן מיט חובות ,
אין צוריקשטעלען די ישוב אויף די פיס און קענען ווייטער אנגיין ,מען קען נישט באשרייבן די ווייטאג וואס דאראט הערשט , טאטעס פארלאזן נישט די הייזער , צו קענען זיין מיט די קינדער און מיט די ווייב , לאמיר ארויסווייזן סאלדירקייט אז געלט איז נישט קיין פראגע צייכען

געטס וואס איר קענט,העלפטס פארשפרייטען די לינק פונעם קאמפיין , שיקטס עס אויף אימעיל, טעקסט, גרופעס , סאשעל מידיע , ווייזן פאר איד וואס איר קענט האבן א השפעה צו געבן , בזכות דעם זאלט איר קיינמאל וויסן פון קיין צער אייך און אייער משפחה .אמן

טוט א חסד פאר די קדושים
לע"נ משה צבי ז"ל השם ינקום דמו בן ר' אברהם שלום אהרןנ"י.
לע"נ בתיה לאה מינדל ז"ל השם ינקום דמה בת ר' בנימין צבי נ"י.
ת.נ.צב.ה.

https://www.charidy.com/jcvictims
צוגעלייגטע
IMG-20191212-WA0310.jpg
IMG-20191212-WA0310.jpg (220.92 KiB) געזעהן 916 מאל
IMG-20191212-WA0311.jpg
IMG-20191212-WA0311.jpg (254.4 KiB) געזעהן 916 מאל

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:39 pm

מען האט צוגעלייגט 50 פעיזשעס , מען קען געבן אויף זייערע פעיזשעס אלס הכרות הטוב וכדומה

https://www.charidy.com/jcvictims

תזכו למצוות
צוגעלייגטע
IMG-20191212-WA0309.jpg
IMG-20191212-WA0309.jpg (302.08 KiB) געזעהן 888 מאל
IMG-20191212-WA0308.jpg
IMG-20191212-WA0308.jpg (230.11 KiB) געזעהן 888 מאל

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:43 pm

פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:48 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0

דער תמימותדיגער אינגל [מיט א באקס, אנגעטוהן אין א מאנטל, פיאות פארשטעקט אונטער די האד,] וואס אנטלויפט... הפלא ופלא!!! מען קען שרייבן א בוך דא.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

1חכם
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 11:53 pm

תגובהדורך 1חכם » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:48 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0


wow

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:51 pm

מיר געפעלט נישט די מענטשן וואס הייבן פונקט אן צו אוועק גיין ממש הארט פארן אנקומען דער ווען
האט איינער דאס באמערקט?
参考专家

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:51 pm

ידיד כל חי האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:וואסע פשט אז אויף די קעמרא וואס איז נעכטען ארויס געקומען זעהט מען קלאר אז די רוצחים שטורעמען גראד די גראסערי מען זעהט נישט זיי זאלען טרייען קודם די אנדערע טיר?

עס איז נישט אינגאנצן אזוי, קוק גוט, וועסטו זעהן אז ער געבט זיך א קליינע בייג.
(דארפסט פארשטיין אויפן ערשטן קליפ, זעהט מען די סטאר אין זייער א קליינע שטח, ממש אין די סייז פון איין טיר, און באמת איז עס אין די גרויס פון 4-5 טירן, דאס מיינט אז א קליינע בייג איז באמת א גרויסע חילוק).
דרך אגב, איינער האט פריער געשריבן אז אין די צווייטע קליפ, האבן זיי באמת געמיינט די גראסערי, און דאס וואס ער בייגט זיך, איז נאר ווייל ער האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן צום שותף, עס איז אמת, אז ער דרייט זיך אויס צום שותף, אבער מען זעהט קלאר אז ער צילט צו גיין שיף, און ער געבט זיך א דריי אוועק די לעצטע מינוט.
קוק עס איבער.
אזוי אויך, זעהט מען אן אינטערסאנטע זאך, אז מען קוקט גוט נאך די צוויי שאסן נאך דעם לאקס יונגערמאן, זעהט מען א פיס אדער א חלק פון א קערפער, צוריקאריינגיין אין גראסערי, דאס מיינט אז עס קען זיין אז איינער פון זיי האט ארויסגעשטעקט די קאפ, און דעמאלטס שוין געזעהן אז פאליס קומט צו לויפן.
אזוי אויך, קען זייער מעגליך זיין, אז די רוצחים זענען נישט ארויסגעקומען פון די בעק, ווייל אזוי ווי זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס ווארט זיי אפ אינדרויסן, האבן זיי פלעין מורא געהאט צו ארויסגיין, ווייל אפשר וועט פליען א קויל, און אזויווי זיי זענען געווען אונטען, האבן זיי נישט געהאט קיין קלארע מהלך צו זעהן, צו עס איז סעיף פאר זיי ארויסצוגיין.

זייער שווער אנצונעמען דיין השערה אז זיי האבן געוואלט ארויסגיין גלייך נאכן שיסן נאר זעענדיג די פאלעציי זענען זיי צוריק אריין, ווייל קיין שום פאליס איז נישט געווען צום געפינען ביז עטליכע מינוט שפעטער, דאס קען מען קלאר זעהן אויף די קליפ ווי מ´זעהט דעם גאנן גאס, מזעהט נישט קיין שום פאליס זיי נאכלויפן

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:56 pm

פנים אל פנים מיטן רוצח
צוגעלייגטע
Boy.jpg
Boy.jpg (36.82 KiB) געזעהן 708 מאל

טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:57 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0

שרעקעדיג צו זען די גאן זיך ארויס שטעקן פון די טיר שיסענדיג אויף לאקס

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:57 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:די אלע סנייפערס זענען אנגעקומען שעות שפעטער.

שעות? פון די ראדיא קוקט אויס אז 1 אזייגער רעדן זיי שוין פון די דעכער.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:58 pm

די קליינע בייג וואס יענער גיבט איז צום ריכטונג פון די זייטיגע טיהר נעבן דעם גראסערי וואס פירט צו די אויבערשטע שטאק, אבער נאך א צעקונדע כאפט עס אז די טיהר צום גראסעריי איז גאר אינמיטן.

דאס קינד שטייט ביים טיהר פון ביהמ"ד און זיי זענען היבש אפגעריקט.

א פאליציאנט איז "יא" תיכף געקומען צו לויפן פון די נעקסטע בלאק, מען קען דאס זען אויף די קליפ וואס'ז ארויסגעקומען היינט צופרי פון די טראפיק לייט. אלע זאגן אז דאס האט פאקטיש געראטעוועט דעם מצב ווייל וועניש וואלטן זיי ח"ו ארויסגעלאפן אין גאס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:59 pm

און זיי האבן יא געשאסן תיכף נאכן ארויסקומען פון ווען אינעם ריכטונג פונעם גראסעריי.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:00 am

מומחה יוחס האט געשריבן:מיר געפעלט נישט די מענטשן וואס הייבן פונקט אן צו אוועק גיין ממש הארט פארן אנקומען דער ווען
האט איינער דאס באמערקט?

נאר ער שפאצירט אוועק. און זיין עזר כנגדו גייט אים נאך.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (12.42 KiB) געזעהן 660 מאל
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:02 am

ערליכער האט געשריבן:מען האט צוגעלייגט 50 פעיזשעס , מען קען תגעבן אויף זייערע פעיזשעס אלס הכרות הטוב וכדומה

https://www.charidy.com/jcvictims

תזכו למצוות

האמיר געגעבן אכצן פאר יעדן נפש מבני משפחתי פאר כופר נפש און אלס הכרת הטוב פארן בוכ"ע

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:03 am

1חכם האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0


wow

ביים סוף זעט מען ווי זי שטרעקט ארויס דעם גאן פונעם אויפגעשפראלטן פענסטר אים נאכצושיסן. שרעקעוודיג.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:03 am

טראכט א מינוט האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0

שרעקעדיג צו זען די גאן זיך ארויס שטעקן פון די טיר שיסענדיג אויף לאקס

יא מ'זעהט עס זייער קלאר.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:04 am

מומחה יוחס האט געשריבן:מיר געפעלט נישט די מענטשן וואס הייבן פונקט אן צו אוועק גיין ממש הארט פארן אנקומען דער ווען
האט איינער דאס באמערקט?

נישט געטראכט, אבער יעצט אז דו זאגסט האב איך עס איבערגעקיקט, ויש לדון...

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:06 am

פליגל האט געשריבן:די קליינע בייג וואס יענער גיבט איז צום ריכטונג פון די זייטיגע טיהר נעבן דעם גראסערי וואס פירט צו די אויבערשטע שטאק, אבער נאך א צעקונדע כאפט עס אז די טיהר צום גראסעריי איז גאר אינמיטן.

דאס קינד שטייט ביים טיהר פון ביהמ"ד און זיי זענען היבש אפגעריקט.

א פאליציאנט איז "יא" תיכף געקומען צו לויפן פון די נעקסטע בלאק, מען קען דאס זען אויף די קליפ וואס'ז ארויסגעקומען היינט צופרי פון די טראפיק לייט. אלע זאגן אז דאס האט פאקטיש געראטעוועט דעם מצב ווייל וועניש וואלטן זיי ח"ו ארויסגעלאפן אין גאס.

עס קען זיין אז ער האט געמיינט אז די גראסערי טיר איז די מעין טיר צום ביהמ"ד, ער ווייסט דאך נישט וואס עס מיינט א "כשרע סטאר" ביי אים איז דאס איין גרויסע "דשואיש סענטער".
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (98.45 KiB) געזעהן 577 מאל
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:07 am

גארנישט יש לדון, ס'א טיפישער קופקע וואס גיבט זיך א לעז אויף.

קיין שום ענין צו ניצן די פב"א ברילן ווען ס'פעלט נישט אויס.
נאט אייך א גרינע...


פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 12:10 am

פליגל האט געשריבן:די קליינע בייג וואס יענער גיבט איז צום ריכטונג פון די זייטיגע טיהר נעבן דעם גראסערי וואס פירט צו די אויבערשטע שטאק, אבער נאך א צעקונדע כאפט עס אז די טיהר צום גראסעריי איז גאר אינמיטן.

דאס קינד שטייט ביים טיהר פון ביהמ"ד און זיי זענען היבש אפגעריקט.

א פאליציאנט איז "יא" תיכף געקומען צו לויפן פון די נעקסטע בלאק, מען קען דאס זען אויף די קליפ וואס'ז ארויסגעקומען היינט צופרי פון די טראפיק לייט. אלע זאגן אז דאס האט פאקטיש געראטעוועט דעם מצב ווייל וועניש וואלטן זיי ח"ו ארויסגעלאפן אין גאס.

איך האב נישט באמערקט דעם פאליציאנט, אויב מעגליך צוצייגן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], joegreen, א. לערנער, גליטשעדיג, וויכטיג מאכער, יש ברירה, פייערקרעקערס, פרישוואסער, פרעג נישט, קרייסלער און 53 געסט