שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:08 am

מארשירט אין די גאסן
צוגעלייגטע
46.JPG
46.JPG (102.59 KiB) געזעהן 1624 מאל
48.JPG
48.JPG (84.64 KiB) געזעהן 1624 מאל
43.JPG
43.JPG (146.74 KiB) געזעהן 1624 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:11 am

מ'נעמט פאזיציעס מיט אויסגעשטרעקטע געווער
צוגעלייגטע
50.JPG
50.JPG (90.2 KiB) געזעהן 1622 מאל
47.JPG
47.JPG (116.05 KiB) געזעהן 1622 מאל
49.JPG
49.JPG (106.9 KiB) געזעהן 1622 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:11 am

.
צוגעלייגטע
42.JPG
42.JPG (132.18 KiB) געזעהן 1620 מאל
44.JPG
44.JPG (112.47 KiB) געזעהן 1620 מאל
40.JPG
40.JPG (174.13 KiB) געזעהן 1620 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:12 am

גענוג איז גענוג

בשורות טובות!
צוגעלייגטע
31.jpg
31.jpg (62.3 KiB) געזעהן 1614 מאל
32.jpg
32.jpg (491.66 KiB) געזעהן 1618 מאל
45.JPG
45.JPG (110.98 KiB) געזעהן 1618 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

פרלמן משה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 8:29 am

תגובהדורך פרלמן משה » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 5:26 am

מען האט זיי שוין באפרייט צו קבורה?

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 5:34 am

Video Clips around the terrible Jersey City Shooting

Clips That were posted here on ivelt the last 18 hours
---

1.
Heimishe yungerman running out of his car
into a police van
https://www.dropbox.com/s/7e4kiaqijaz56 ... 4.mp4?dl=0

2.
all we can hear is gunshots, gunshots and gunshots
https://www.dropbox.com/s/dmbhu736s77t0 ... 2.mp4?dl=0

3.
down the road of the shotting
https://www.dropbox.com/s/47je6r3taea4p ... 3.mp4?dl=0

4.
watching from down the road
https://www.dropbox.com/s/4llh0viasnqqt ... 9.mp4?dl=0

5.
א שרעקעדיגע קליפ גלייך פון אנהייב, ווען די ערשטע פאליציאנטן זענען אנגעקומען אויף די צענע.
און איינע פון זיין איז געשאסן געווארן אין די פיס.
https://www.dropbox.com/s/sumumh8xwpdn3 ... 1.mp4?dl=0

6.
די פאליציי האבן אפגעפירט די 40 ת״ת צו א פאליציישע שעלטער ווי זיי זענען אלע אויסגעפרעגט געווארן, דערנאך האבן די פאליציי הויפטן געקומען זיך באדאנקן פאר די מלמדים, און בארואיגט די דערשראקענע קינדער וועלכע האבן זיך געפונען געציילטע פיס אוועק פון ווי הונדערטער קוילן זענען געשאסן געווארן!
https://www.dropbox.com/s/4m3n2i16gjmrm ... 4.mp4?dl=0

7.
קען מען איבערהערן די ג'רזי סיטי פאליצי דיספעטשינג
ס'הייבט זיך אן ביי די ערשטע טרעק בערך ביי 14-15 מינוט
https://www.dropbox.com/sh/63i6e0r3z3gn ... wbIYa?dl=0

8.
A guide from Chai Lifeline how to talk to kids about big tragadies
https://drive.google.com/file/d/1J9XAUB ... sp=sharing

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 5:50 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:i'm on the roof direct across the store I see 1 person down and what it looks like a coffee pot on top of him,
-

we saw 2 ppl come out from the van and go into the store, 1 black male and 1 black female


די ביסט געוועהן אויפן סצענע אין דזשוירזי סיטי פון די ערשטע מינוטן?
ביסטו שוין געקומען צו זיך?

אפשר קענסטו מיטטיילען מיט אונז אלע, נאך פאקטען וואס דיינע אויגן האבן געזעהן...

משהלע
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 6:54 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20191211-WA0013.jpg
IMG-20191211-WA0013.jpg (125.16 KiB) געזעהן 1291 מאל

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 6:55 am

moishy56 האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:i'm on the roof direct across the store I see 1 person down and what it looks like a coffee pot on top of him,
-

we saw 2 ppl come out from the van and go into the store, 1 black male and 1 black female


די ביסט געוועהן אויפן סצענע אין דזשוירזי סיטי פון די ערשטע מינוטן?
ביסטו שוין געקומען צו זיך?

אפשר קענסטו מיטטיילען מיט אונז אלע, נאך פאקטען וואס דיינע אויגן האבן געזעהן...


איך מיין ער שרייבט וואס די פאליס רעדט אויפן ראדיא.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:00 am

שמערלער האט געשריבן:מיטצוהאלטן די פאליס
https://www.broadcastify.com/listen/feed/25863/web


וואס איז טאקע פשט פון דעם?
יעדער מעג מיטהאלטען די אינערליכע police dispatching system?

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:09 am

פון די איד דעלי אימעיל
כל לבב דוי וכל ראש לחלי:
שוידערליכע שיסעריי אין אידישע גראסערי אין דזשערסי סיטי קאסט 2 אידישע לעבנס הי"ד



ניו דזשערסי – אין א טאג וואס וועט געדענקט ווערן אלס איינע פון די טראגישסטע טעג ביים יהדות החרדית אין ניו דזשערסי און גרעיטער ניו יארק, דורכגעווייקט מיט אנגסט און שרעק, נאך א שרעקליכע שיסעריי וואס איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג אינעם אידישן גראסערי אויף מארטין לוטער קינג אינעם ניי-אנטוויקלטן ישוב אין דזשערסי סיטי, ניו דזשערסי, און האט לאנגע שעה'ן געדויערט און געברענגט א צעמישעניש און אומקלארקייט וואס גענוי עס שפילט זיך אפ, האט מען שפעט ביינאכט געהערט אז די שיסעריי האט ליידער געקאסט די לעבנס פון צוויי אידישע נפשות יקרות וטהורות, השם ינקום דמם במהרה, וואס זענען געווען פונקט אינעם געשעפט און אויפ'ן פלאץ דערמארדעט געווארן קאלטבלוטיג דורך צוויי רוצחים און מערדער, וואס זענען שפעטער דערשאסן געווארן צום טויט דורך די פאליציי.

אגעהויבן אינמיטן טאג האט מען געהערט איבער שיסערייען אין דעם כשר'ן גראסערי געשעפט, וואס געפינט זיך הארט נעבן דעם בית המדרש אין דזשערסי סיטי, און אונטער די חדר פונעם ישוב. גלייך האט עס ארויסגערופן א ציטער און שרעק אומעטום, ספעציעל צווישן די היימישע אידישע איינוואוינער פונעם ישוב, אבער אויך די פילע טויזנטער אידן איבער גאנץ ניו יארק און איבער דער וועלט, וואס פילן זיך קרובים אל החלל, היות זיי האבן דארט בני משפחה, גוטע פריינט, חברים סוחרים אין דער געגנט וכדו', האבן זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן און די גאנצע צייט זיך נאכגעפרעגט און ארויסגעקוקט צו הערן גוטע בשורות.

אנהויב טאג האט מען געהערט באריכטן פון יונגעלייט וואס זענען געווען אין געשעפט עטליכע מינוט איידער די שיסערייען האבן זיך אנגעהויבן, מ'האט געהערט פון יונגעלייט וואס זענען אין שול, וואס געפינט זיך די נעקסטע טיר, און זענען פאר דעם געווען עפעס קויפן צו עסן. ספעציפיש האט מען געהערט פון א יונגערמאן וואס האט זיך געפונען אינעם געשעפט בעת די צוויי רוצחים און מערדער, א שווארצער פערשוין און א שווארצע פרוי, זענען אריינגעקומען מיט לאנגע אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס, און איינע האט אפילו פרובירט צילעווען מיט'ן רעוואלווער, נאר מיט סייעתא דשמיא האט דער יונגערמאן זיך גענומען די קוראזש, א שטופ געגעבן דעם רעוואלווער און ארויסגעלאפן זאפארט פון געשעפט עוד נשמתו בקרבו, און אזוי ניצל געווארן מיט נסי נסים און נאך אינדרויסן אויפ'ן גאס אויך אפגעשטעלט א אינגעלע וואס האט געוואלט גיין אין געשעפט, און אים מיטגענומען מיט זיך. כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

לויט ווי דער יונגערמאן האט דערציילט, זענען געווען בשעת מעשה אין געשעפט נאך צוויי אידן און א היימישע פרוי ביים רעדזשיסטער, האט מען שוין געוואוסט אז דארט געפינען זיך אידן, אבער קיין קלארע דעטאלן האט מען נישט געוואוסט. עקסטער האט מען אויך געהערט איבער נאך א יונגערמאן וואס איז געווען אין געשעפט, און אים האט מען שוין אפילו בפועל געשאסן, אבער ער איז תיכף ארויסגעלאפן און געבליבן לעבן. מ'האט אים אפגעפירט אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. מ'האט די גאנצע צייט נישט געוואוסט קלאר וויפיל נפשות גענוי עס זענען אין די גראסערי, און וואס דארט טוט זיך אפ. מ'האט בלויז געהערט קולות פון שיסערייען, וואס האט געמאכט פילן די גאנצע גאס ווי א שלאכטפעלד. די אידן וואס זענען געווען אינעם ביהמ"ד איין הויז דערנעבן, זענען געווען שעה'ן פארכאפט און נישט געקענט ארויסגיין. מ'האט נאר געזאגט תהלים די גאנצע צייט, און מתפלל געווען צו השי"ת עס זאל זיך נישט ענדיגן מיט קיין ביטערע נייעס.

אזוי האט מען מיטגעמאכט אנגעצויגענע שטונדן במשך פונעם גאנצן טאג, וואס האבן אויסגעקוקט ווי אן אייביקייט. מ'האט געזוכט און גענישטערט געוואויר צו ווערן אקוראטע אינפארמאציע, ווער ס'איז געווען דארט אין געשעפט, און צי ס'זענען דא איבערלעבער, און וואס גענוי עס קומט פאר. לויט די באריכטן פון פריער אין טאג, האט עס געלויטעט אז דאס געשעפט איז פשוט געפאלן א קרבן פון א דראג-פאליציי אפעראציע, אבער קיין גענויע דעטאלן האט מען נישט געוואוסט.

א שטארקן שרעק און ציטער האט מען אויך געהאט, וויסנדיג אז די חדר-קינדער געפינען זיך אין זייערע קלאסן אין די אויבערשטע שטאקן, און דא הערט מען שיסערייען נאכאנאנד. לשבחם פון די הנהלת התלמוד תורה און זייערע מחנכים דארף ארויסגעברענגט ווערן מיט וואס א געטריישאפט און פאטערליכע אויפזיכט זיי האבן געהאלטן די קינדער די גאנצע צייט, בעת די עלטערן זענען געווען דערשראקן ממש ביז צום טויט, נישט וויסנדיג בכלל וואס גענוי עס קומט פאר און צי ס'זענען חלילה דא פאטאליטעטן, האבן די געטרייע מלמדים זיי געפלעגט און געהאלטן מיט א מורא'דיגן אחריות.

היות א פאליציי אפיציר איז געווען פארמישט אין דער שיסעריי, איז עס גאנץ שנעל אויך געווארן א נאציאנאלע נייעס, געדעקט דורך אלע נייעס סטאנציעס, דערצו אז ס'איז געווען פארכאפטע משכונות אין א געשעפט, און מ'האט נישט געוואוסט זייער שיקזאל. אויך זענען פון איבעראל ארויסגעשיקט געווארן מעסעדזשעס איבער דער אנגעלעגנהייט. די ניו יארק פאליציי דעפארטמענט האט אראפגעשיקט צו דער סצענע ספעציעלע איינהייטן, באוואפנט מיט געווער. פון ווייסן הויז האט מען ארויסגעשיקט א מעלדונג אז פרעזידענט טראמפ האלט מיט די געשעעניש.

נאך עטליכע שעה האט מען שוין געהערט פון די אויטאריטעטן, אז די פאליציי האט ענדליך דערשאסן די צוויי רוצחים, אבער זיי האבן אויך געפונען אינעם געשעפט דריי אנדערע קרבנות ל"ע, נישט ארויסגעבנדיג קיין פרטים, האט מען ממש געטאפט אין דער פינסטער, וועלנדיג וויסן ווער דארט איז געווען. ערשט ביינאכט איז דערהאלטן געווארן די ביטערע נייעס, אז מ'האט אידענטיפיצירט די דריי אנדערע קרבנות, איינער א נישט-אידישער ארבעטער, און די אנדערע צוויי נפשות קדושות וטהורות, הבחור החשוב היקר, נוח לשמים ולבריות, אהוב על כל יודעיו ומכיריו, כמר משה צבי דייטש הי"ד (בן להבחל"ח הרה"ח ר' שלום הי"ו פון וויליאמסבורג), און האשה החשובה מרת לאה מינדל פערענץ הי"ד, אשת להבחל"ח הרה"ח ר' משה דוד הי"ו, בת הרה"ח ר' בנימין צבי גרינפעלד הי"ו, וועלכע איז פונקט געשטאנען ביים רעדזשיסטער און איז געווען פון די איידלסטע פרויען אין שטאט, וואס האט ממש געטון אלעס וואס שייך אונטערצוהאלטן דעם ישוב און אפילו דאס גאנצע געשעפט נאר געהאלטן אלס סערוויס פאר'ן עולם. ביידע זענען פון אויסגערופענע חשוב'ע סאטמארער משפחות אין ניו יארק.

די פארשידענע קערפערשאפטן און עסקנים זענען באלד אראפגעקומען און געארבעט שווער צו פארזיכערן כבוד המת אויפ'ן בעסטן פארנעם. שרייבנדיג די שורות שפעט ביינאכט הערט מען אז מ'האט שוין ארויסגעגעבן די גופים זיך צו קענען מטפל זיין און זיי ברענגען לקבורה דאס שנעלסטע וואס מעגליך.

לויט ווי מ'האט געהערט ביינאכט די הונטערלאגע פון דער געשיכטע, אומאפיציעל, האט א פאליציי אפיציר געזען די צוויי כוליגאנעס און מערדער, א מאן און א פרוי, פארן מיט א יו-על טראק א שטרעקע אוועק ביים סעמעטערי פון דזשערסי סיטי, און ווען זיי האבן פארדעכטיגט דעם טראק אין שייכות מיט אן אנדערן מארד פון ענדע פאריגע וואך, האט די פאליציי געהייסן דעם דרייווער זיך אפשטעלן, אבער תיכף איז ארויסגעשפרונגען איינער פון די מערדער און דערשאסן דעם פאליציי אויפ'ן פלאץ, אוועקפליענדיג ווייטער מיט'ן יו-על טראק ביז צו דעם כשר'ן גראסערי אין דזשערסי סיטי, אויף מארטין לוטער קינג דרייוו, וואס איז געווען בערך 12:30 מיטאג, דארט האבן זיי זיך אפגעשטעלט, ארויסגעשפרונגען פון טראק און אריינגעלאפן אין כשר'ן געשעפט און אנגעהויבן מיט די רציחה'דיגע שיסערייען, וואס האט אזוי געגרילצט און זיך געהערט ממש ווי אין א שלאכט זאנע.

תיכף ווען די רוצחים זענען אריינגעלאפן אין דעם קליינעם אידישן געשעפט, האבן זיי זאפארט אנגעהויבן שיסן די קרבנות אינעווייניג. לויט ווי דער מעיאר פון דזשערסי סיטי האט פארעפנטליכט, איז דאס ארט געווען אפיציעל א דירעקטער ציל פאר די מערדער. זיי זענען געווען באוואפנט מיט לאנגע רעוואלווערס און זייער א סאך קוילן, און זיי האבן אויך געהאט געמאכט רער-באמבעס אינעווייניג אינעם טראק. איין באשעפער ווייסט וואס א פינסטערע פלענער די צוויי מערדער האבן זיך אלץ געהאט געגרייט דורכצופירן קעגן אידישע קינדער, הי"ד, און האט זיך געענדיגט ליידער מיט די לעבנס פון צוויי ריינע אידישע נפשות, וועלכע זענען געפאלן עולות תמימות, צום צער און שמערצליכן ווייטאג פון אידן איבער דער גאנצער וועלט.

עס איז בעצם זייער שווער זיך צוזאמצוקלויבן און זיך צו קאנצענטרירן נאך אזא שווערן טאג, רפו כל ידים וכהתה כל רוח. די האנט צאפּעלט, דאס הארץ וויינט, דער גייסט איז צעקלאפּט, עס איז געווען א ביטערער טאג פאר'ן גאנצן אידישן ישוב אין דזשערסי סיטי, און פאר'ן גאנצן יהדות החרדית אין אמעריקע, ווען שעה'ן פון שוידערליכע שיסערייען, הארט ביים טיר, האט זיך אזוי ביטער געענדיגט מיט'ן פארלעשן דאס בליענדע לעבן פון צוויי יונגע אידישע נפשות, שנעקדו על קידוש השם, הי"ד, וואס מ'האט ארויסגעקוקט זיי זאלן ווייטער שפינען דעם אידישן לעבן, פירן אידישע הייזער, און דא האט זיך ליידער זייער פתיל החיים אזוי פלוצלינג און שוידערליך אפגעהאקט, איבערלאזנדיג אזא שרעקליכן חלל.

די אויפשוידערנדע און פרעצעדענטלאזע געשעעניש האט צעטרייסלט די אלע משפחות און גוטע פריינט ארום, די צענדליגער טויזנטער אידן פון ניו יארק רבתי און פון איבער דער גארער וועלט — וואס זענען נעכטן אלע פארוואנדעלט געווארן אין איין גרויסער משפּחה — זאל השי"ת געבן כח פאר די בני משפחה און גוטע פריינט און דעם גאנצן ישוב און די תושבי דזשערסי סיטי, די קרובים אל החלל, זיך צו קענען ספּראווען מיט אזא שמערצליכן אומהיילבארן ווייטאג, און מ'זאל מער נישט הערן אזוינע שוידערליכע געשעענישן. החומל על דל חמול על דלותם, וראה שפלותם ואורך גלותם, רפא נא שברם, ונחם אבלותם, כי אתה שברם ואתה אילותם, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ולא יוסיפו לדאבה עוד, אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדך השפוך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:15 am

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, איידער מען באשולדיגט דעם מעיאר פון זשורסי סיטי אין נישט האבן גענוג מיטגעפיל אדער סענסיטיוויטעט צו די אידישע קהלה, אז ער זעלבסט איז א איד, זיין מאמע איז אן אונגארישע אפשטאמיגע א קינד פון האלאקאוסט איבערלעבער און דער מעיאר זעלבסט איז ביז צו די זעקסטע קלאס געגאנגען אין אן ארטאדאקסישע אידישע שולע אין די אומגעגנט פון נוארק וואו ער איז אויםגעוואקסן.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:23 am

די מעשה מיט אזוי לאנג אפהאלטן חסד של אמת ארגיניזאציע'ס פון מטפל זיין מיט די הרוגים/קדושים הי"ד, איז לענ"ד א סקאנדאל, איך קען נישט הערן קיין תירוצים.

איך מיין אד די אמעריקאנע פאליציי איז נישט ווייניגער געשולט ווי די מדנ"י פאליצייי, און דארט איז אין די פארגאנגענהייט ליידער שוין געשעהן ענדליכע אינצינדענטען ל"ע, דער אייבישטער זאל א ודאי העלפן אז עס זאל טאקע נאר זיין אין די פארגאנגענהייט, און דארט איז אלע מאל חסד של אמת ציגעלאזט געווארן אין מינוט'ען נאך די אטאקע'ס, ווער רעדט פון לאנגע שעה'ן.

צ.ב.ש. ביי די הר נוף אטאקע וואס איז געשעהן 7.00 צופרי, איז די לווייה שוין געווען אין די פריע מיטאג שטונדען.

דאס איז א סקאנדאל וואס מען דארף אויסקלארן.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:24 am

מיט וואס קען מען עהם אפילו באשולדיגן?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:27 am

1.
וויפיהל היימישע 'שוהלען' איז דא אין דזערזי סיטי?

2.
וויפיהל היימישע 'Grocery Stores' איז דא אין דזערזי סיטי?

3.
וויפיהל היימישע משפחות וואוינען אין דזערזי סיטי?

4.
איך הער אז רובא דרובא תושבים אין דזערזי סיטי, שטאמען פון וויליאמסבורג.
ווי לאנג געדויערט צופארן פון וויליאמסבורג צו אין דזערזי סיטי?

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:28 am

מתון מתון האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:עס קומען אריין שמועות בשם עסקנים פון יהדות החרדית אין גרעיטער ניו יארק אז אויף קומענדיגע שבת פרשת וישב הבעל"ט ווערט אי"ה געפלאנט א גרויסע שבת חיזוק פאר די תושבי זשערסי סיטי. צענדליגער געסט, קרובי משפחה און ידידים פון תושבי זשערסי סיטי, וועלן אי"ה פראווענען די שבת בתוככי העיר, און דערביי ארויסווייזען שטיצע פאר זייער קרובים און ידידים תושבי זשערסי סיטי.

אויף מוצאי שבת ווערט אי"ה געפלאנט א גרויסע מלווה מלכה צוזאמען מיט א סעודת הודאה, ווי עס וועט זיך באטייליגען הונדערטער געסט מכל רחבי ניו יארק.



מעג מען מאכן א סעודת הודאה ווען עס האט געקאסט 4 נפשות נקיות?
מעשי ידי טבעו בים ואתם אומרים שירה?
ישב בדד וידום כי נטל עליו. כי בעל הגזירות נטל עליו גזירה זו (רש"י)


רבותי, נישט נאר זשורסי סיטי דארף מאכן א סעודת הודאה, נאר גאנץ וויליאמסבורג, בארא פארק, סטעטן איילאנד, און אלע אידן דא אין גרעיטער ניו יארק. מען באגרייפט נישט וואס דא איז פארגעקומען, א טעראר אטאקע!!!! לויט די יעצטיגע אינפארמאציע איז קלאר ווי דער טאג אז זיי האבן דירעקט געצילט אידן!!! זיי זענען געפלויגן א ווייטע מהלך פון די סעמעטערי ביז די אידישע געגנט און גלייך ביים אריינקומען האבן זיי געשאסן די אידישע קרבנות ליידער!!! זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט אריינקומען אין בית המדרש און מאכן דארט רחמנא ליצלן.

דאס מיינט אז דאס איז נישט קיין לאקאלע זשורסי סיטי פראבלעם, דאס איז [לכאורה] איסלאמישע טעראר וואס הויערט אויף די גאנצע אידנטום, זיי וואלטן פונקט אזוי געקומען קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק ה"י.

איך זעה נישט פארוואס א וויליאמסבורגער איינוואוינער אדער א בארא פארק'ע איינוואוינער זאל זיך פילן מער פארזיכערט ווי א זשורסי סיטי איינוואוינער, די טעראריסטן האבן געצילט אלע אידן!!! עס איז פערצופאל פארגעקומען דארט.

און עס טאקע שטארק יתכן אז זיי האבן געצילט צו קומען אין א גרעסערע אידישע געגנט - מיט זייער ווען וואס איז געווען אנגעפאקט מיט אויפרייס מאטריאל - נאר אזוי ווי די פאליציי האט זיי שוין אפגעשטעלט פארדעם צוליב זייער געגנב'טע יוהעיל, ממילא האבן זיי געכאפט די נענטסטע אידישע געשעפט און געמאכט זייער שחיטה רח"ל, יתכן אז ווען די פאליציי לויפט זיי נישט נאך וואלטן זיי טאקע געצילט צו קומען אויף ראדני סטריט היל"ת.

#אור בחושך
לעצט פאראכטן דורך טראק דרייווער אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:29 am

פעיק נוז האט געשריבן:אונז הימישע אידן האבן אזא ביטערע טראגעדיע נאך נישט געהאט דאכט זיך.

נישט צי קלענער מאכן.
אבער מומביי/קו 1/הר נוף/טולוז ועוד איז ל"ע געווען מער קדושים הי"ד

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:35 am

משהלע האט געשריבן:.

FBI לאזט זיך ארוי פון א קעיס ווי זיי זענען געווען פארמישט??? כ'מיין אז ער איז נאכנישט געגאנגן שלאפן דעי נאכט...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:42 am

אינטערסאנטע ציפערן:

די מערסטע צאל אייוועלט ליינערס אויף 1 מאל, פלעגט זיין 577,
אבער איז נעכטן ארויף צו 805.



נעכטן יום ג׳
1.20pm, איז געוועהן 472 אייוועלט ליינערס, צוליב די שיסעריי.
1.21pm איז געוועהן 511 אייוועלט ליינערס.

1.20pm.JPG
1.20pm.JPG (145.1 KiB) געזעהן 1015 מאל


1.28pm איז געוועהן 528 אייוועלט ליינערס.

1.28opm 528.JPG
1.28opm 528.JPG (86.61 KiB) געזעהן 1015 מאל


בערך 1.40pm האט ivelt געקראכט, און נישט געארבעט געהעריג פאר לאנגע לאנגע שעות.
ווען נישט עס קראכט, וואלט געקענט זיין 3,000 אייוועלט ליינערס אויף 1 מאל.

היינט יום ד׳ 7.30am איז געוועהן 309 אייוועלט ליינערס.

7.30am wedneaday.JPG
7.30am wedneaday.JPG (39.58 KiB) געזעהן 1015 מאל
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:47 am

moishy56 האט געשריבן:1.
וויפיהל היימישע 'שוהלען' איז דא אין דזערזי סיטי? 1 גרעסערע 5 קלענערע

2.
וויפיהל היימישע 'Grocery Stores' איז דא אין דזערזי סיטי? 1

3 וויפיהל היימישע משפחות וואוינען אין דזערזי סיטי? בערך 100

4.
איך הער אז רובא דרובא תושבים אין דזערזי סיטי, שטאמען פון וויליאמסבורג. ריכטיג
ווי לאנג געדויערט צופארן פון וויליאמסבורג צו אין דזערזי סיטי?
. ווענט זיך אין די טרעפיק צווישן א האלבע שעה און א שעה

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:52 am

צוויי היימישע אידן זענען אומגעברענגט געווארן צוואנציג שעה צוריק. מענטשן האבן פארלוירן זייערע ברודער און שוועסטער, זייערע קינדער, זייער ב"ב. לאז די אומוויכטיגע אייוועלט טסאטיסטיקס פאר א צווייטע מאל און א צווייטע אשכול.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:56 am

ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 8:03 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:https://www.charidy.com/jcvictims


איז דאס א קאמפיין פאר די מוסדות? טאמער יא איז דאס לענ"ד נישט אין צייט אין די מאמענט. איך בין נאך נישט אזוי זיכער ווער עס שטייט אינטער די קאמפיין, און ווי די געלט גייט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 8:04 am

לויט "דער איד" באריכט רעדט מען דא פון צוויי "שווארצע" פארשוינען, וואס דאס מיינט ווארשיינליך אז עס איז בכלל נישט פארבינדן מיט קיין איסלאמישע טעראר.

והשנית, מען האט זיי דאך אפגעשטעלט צום ערשט צוליב דעם וואס זיי זענען געווען פארבינדן מיט א שיסעריי ענדע פאריגע וואך, איז יענע שיסעריי אויך געווען געצילט קעגן אידן דווקא? איז דארט אויך געווען א טעראר אטאקע?

עס איז אסאך מער מסתבר אז מען רעדט דא פון צוויי אומציוויליזירטע פארשוינען, וואס זענען שוין געווען איבערגעשטרענגט פון גיין ליידיג, און זיי האבן געזוכט אויסצוגעבן זייער תאוה צו רציחה (אזויווי אלע אנדערע שיסערייען יעדע שני וחמישי ברחבי יונייטעד סטעיטס, ווען הונדערטער - אדער גאר טויזענטער - ווערן דערשאסן יערליך). ווען זיי האבן געזעהן אז מען איז אויף זייערע שפורן זענען זיי געלאפן שנעל זיך אויסגעבן צום לעצטן מאל, און זיכער האט די טבעיות'דיגע שנאת ישראל געשפילט א ראלע, און זיי האבן זיך דווקא אויסגעגעבן אויף א אידישע מקום, ליידער.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 8:08 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:טאקע אינטערסאנט וואס דער מעיאר זאגט, ביז יעצט האט דאס קלאר אויסגעזעהן ווי זיי זענען פשוט אנטלאפן פון די פאליציי.

אבער איין מינוט, אויב זענען זיי סתם אנטלאפן, וואס פאר א אינטערעס זאלן זיי האבן צו הרג'נען די אידן???, פארוואס זאלן זיי נעבעך שיסן די אומשילדיגע אידן אויב נישט טעראר, עס מאכט שוין איינמאל סענס!!!!


שפעקולאציעס איז דא גענוג, מ'קען זאגן אז זיי האבן זיך געוואלט באריקאדירן, און כדי קיינער זאל נישט דרייען א קאפ האבן זיי אויסגעקלינט דאס פלאץ פון דאס מינדערוויכטיגע זאך ביי זיי - לעבנס.

איי פארוואס זאלן זיי פונקט אויסקלייבן די אידישע געשעפט? איז אדער סתם אזוי.. (משמים). אדער האבן זיי באשלאסן אז ווי איידער שיסן נארמאלע גוים איז שוין ענדערש אפאר אידעלעך, אבער עס מוז נאך אלץ נישט זיין אז עס איז געווען א פון פאראויס געצילטע אטאקע.

אבער קען זיין אז עס איז אויך געווען אויף די אגענדע.


איך גלייב נישט אז דער מעיאר וואלט געזאגט זיין באהויפטונג - אז דאס איז געווען געצילט צו אידן - אן דעם וואס ער זאל האבן באווייזן דאס אינטערצושטיצן, ער איז דאך נישט די איינציגסטע וואס אינוועסטיגעיט, די פב"א איז אויך אינוואלווד, און אויב וואלט דאס געווען נישט אמת וואלט ער דאס נישט געזאגט.

אויב מאכט מען שפעקולאציעס, וועל איך אויך שפעקולירן אז זיי האבן טאקע געוואלט גיין אין די שוהל ענדערש ווי אין גראסערי, נאר אזוי ווי די פאליציי האט זיי שוין פריער געזעהן מיט הייס געווער און מען האט זיי קאנפראנטעט, ממילא זענען געלאפן אין גראסערי אין א געיעג צו מאכן זייער שחיטה וואס שנעלער פאר מען כאפט זיי. און די גראסערי איז געווען פאר זיי נענטער צו די האנט ווי דער שוהל

דארף מען נאך ווארטן אויף קלארער באריכטן


די עצם זאך אז מען האט מודיע געווען פאר טראמפ אזוי פרי, און די ווייט האוז האט ארויס געגעבען א סטעיטמענט פרי וכו', ווייזט אז דאס איז מער ווי סתם א לאקאלע שיסעריי, וואס איך גלייב אז מען איז נישט מודיע פאר די פרעזידענט יעדעס מאל וואס אזאנס געשעהט אין אמעריקא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”