האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

לייף אינשורענס
104
28%
ערבים
81
22%
ביידע
117
32%
איך פלאן צו מאכן א פאליסי
45
12%
איך פלאן נישט צו מאכן א פאליסי
18
5%
 
סך הכול שטימען: 365

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 15, 2019 7:25 pm

איך דיסעגרי מיט רוב הערות דא.. מיין גראסערי פארקויפט אויך ברויט נאר ווייל ער מיינע זיך, די זעלבע איז מיט דוקטורים. זיי מיינען בלויז זייער פרנסה. פארוואס זאל איך מיר לאזן אינטערזיכן?

פארוואס זאל איך מיר קויפן א היט ווען דער סוחר טוט דאס נאר ער זאל מאכן א דאללער? איך פיל מער נישט אן מיין קאר מיט געז! כ׳האב אויסגעפונען אז דער אייגענטומער פארגינט געלט אויף ״מיין חשבון״!

יאפ. דער לייף אינשורענס אגענט פארדינט געלט. און דער וואס זעצט אן א פאליסי איז א גרויסע רחמניות. עס ווענדט אבער גארנישט אפ. איך האב מער ווי איין פאליסי, איך האלט א שטענדיגע עיני פקיחה דערויף, איך האב עס בעזהשי״ת אויסגעשטעלט אויף לאגישער א מהלך.. און יא. מיינע פאליסיס זענען געקומען נאכן באקומען א פאון קאל פון א אגענט. וואס איז דער פראבלעם?

האט נישט מורא, כ׳האב באקומען מער ווי איין פאון קאל, שוין אנגעהויבן פון א טאג נאך שבע ברכות גענוי ווי יעדער איינער. כ׳ווייסט נישט אויב ס׳איז שוין אמאל געווען עימיצער וואס זאל אויפהייבן דעם טרייבל, אנרופן דעם אגענט אז ער וועל מאכן א פאליסי, פלעין.. ווייל כ׳האב יעצט אזוי באשלאסן.די צווייטע, דריטע פערטע... יא, דעמאלטס רופט מען שוין יא אן דעם אגענט.. אז מ׳וויל מוסיף זיין.

לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 15, 2019 7:47 pm

די גאנצע נושא פון לייף אינשורענס, די מעלות פון האול לייף ווס טוירעם אינשורענס, איז לויט ווי יאך געדענק שוין געווארן אויסגעקייעט עטליכע מאל, און טאקע וויכי איז געווען פון די הויפט דעבאטירער דארטן, כ'האב פרובירט צו מאכן א שנעלער געזיך און דאס פאלגענדע איז מיר ארויסגעקומען.

מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

לייף אינשורענס

אינוועסטירונגען; לייף אינשורענס, באנדס, מיוטשעל פאנדס


ערבים (די ארגינעלע נושא פון די אשכול... :wink: ) איז שוין אויך געווארן אויסגעדראשן אויף 10 בלעטער.
ערפארונג מיט ערבים


און דא פרעגט וויכי אזוי תמימות'דיג ווער ס'קען זיך אויס מיט לייף אינשורענס... חחח....!
אינשורענס פאליסי'ס!!
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך דיסעגרי מיט רוב הערות דא.. מיין גראסערי פארקויפט אויך ברויט נאר ווייל ער מיינע זיך, די זעלבע איז מיט דוקטורים. זיי מיינען בלויז זייער פרנסה. פארוואס זאל איך מיר לאזן אינטערזיכן?


מיינסט מסתמא נישט מיין הערה.. ווייל דו באציעסט זיך נישט דערצו...

אגב, איין דענטיסט האט מיר געזאגט אז כ'האב אסאך לעכער אין די ציין... און ווען כ'בין זיך געגאנגען אינטערזוכן ביי א צווייטן איז לפלא געווארן פיל ווייניגער לעכער... צופעליג האט דער צווייטער געארבייט אין א סענטער און נישט ער איז געווען דער וואס בילט פאר יעדן לאך באזונדער.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:17 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:די גאנצע נושא פון לייף אינשורענס צווישן האול לייף ווס טוירעם אינשורענס, איז לויט ווי יאך געדענק שוין געווארן אויסגעקייטעט עטליכע מאל, און טאקע וויכי איז דער הויפט דעבאטירער דארטן, כ'האב פרובירט צו מאכן א שנעלער געזיך און דאס איז מיר ארויסגעקומען.

מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

לייף אינשורענס

אינוועסטירונגען; לייף אינשורענס, באנדס, מיוטשעל פאנדס


ערבים (די ארגינעלע נושא פון די אשכול... :wink: ) איז שוין אויך געווארן אויסגעדראשן אויך 10 בלעטער.
ערפארונג מיט ערבים


און דא פרעגט וויכי אזוי תמימות'דיג ווער ס'קען זיך אויס מיט לייף אינשורענס...! חחח....
אינשורענס פאליסי'ס!!



די אשכול איז געמאכט צו זען וויפיל פראצענט פון אונזער עולם האט קאוועראידזש, און וויסן די סיבה פארוואס א געוויסע פראצענט מאכן נישט קיין פאליסיס.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:20 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.

די לייף אינשורענס עידשענטס געבן זיך נישט אפ מיט דיסעביליטי, עכ"פ די וואס איך האב געפרעגט, אפשר ביסטו מער מרחיב את הדיבור איבער דעם.

און אז מען רעדט שוין דערפון פארוואס זאל יעדע טערם נישט זיין געבאנדלט מיט א דיסעביליטי.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:40 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך דיסעגרי מיט רוב הערות דא.. מיין גראסערי פארקויפט אויך ברויט נאר ווייל ער מיינע זיך, די זעלבע איז מיט דוקטורים. זיי מיינען בלויז זייער פרנסה. פארוואס זאל איך מיר לאזן אינטערזיכן?

פארוואס זאל איך מיר קויפן א היט ווען דער סוחר טוט דאס נאר ער זאל מאכן א דאללער? איך פיל מער נישט אן מיין קאר מיט געז! כ׳האב אויסגעפונען אז דער אייגענטומער פארגינט געלט אויף ״מיין חשבון״!



לא זכיתי להבין, שני חילוקים פשוטים.

1) פארן דאקטער/הוט/גאז צאל איך !!! איז זיין אינטערעס אז "איך" זאל זיין צופרידן, פארן אגענט צאלט די פירמע, איז זיין אינטערעס אז "זיי" זאלן זיין צופרידן, ופשוט.

2) דאקטער/הוט/גאז פארשטיי "איך" וואס איך דארף, און וואס איך באקום, לייף אינשורענס פארשטייט מ'כלומר'שט "ער" וואס איך וואס איך דארף, און וואס ער גיט מיר, ער פראבירט מיך צו ברענוואשן אז איך דארף עס, דער נושא איז פרעמד פאר רוב אינגעלייט, ע"כ איז זיי פיל גרינגער אריינצומיירענען א אומשולדיג קרבן.

והעיקר, אלע אויבנדערמאנטע זאכן זענען קליין געלט, ווען מען דארף א ערנסטע דאקטער, א דירה, פארלאזט מען זיך נישט אויף יעדן אגענט, מטוט דאס דורך גרונטליך.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג דעצמבער 15, 2019 9:16 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:די אשכול איז געמאכט צו זען וויפיל פראצענט פון אונזער עולם האט קאוועראידזש, און וויסן די סיבה פארוואס א געוויסע פראצענט מאכן נישט קיין פאליסיס.

פארדעם האב איך ביידע, ווייל איך בין זייער צופרידן סיי פון מיין ערבים אגענט, און סיי פון מיין לעבנס פארזיכערונג (אוי הלואי) אגענט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:14 pm

כהאניש געזען מזאל רעדן דא פין דעם,

אויב האב איך אינשורענס מיט א מיליאן דאלאר דעד בענעפיט,, אלס א בעל אחריות ברויך איך האבן ערבים צי נישט?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:27 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס דארף מען טוהן?


אויף קלערן דעם ציבור.

האסט אַ מעשה ווי א לייף אינשורענס פאליסי האט געהאלפן די משפחה.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:53 pm

זאג דעם מר האראוויטץ אז די געים איז אווער. אנגעהויבן פון פעב. 1 תש20 וועט יעדער לייף אינשורענס עידשננט -אין ני סטעיט- דארפן שרייבן א ריפארט ווי אזוי ער האט איינגעזהן אז זיין רעקעמענדעישאן איז אין די בעסט אינטערעסט פונעם קלייענט. די געזעץ הייסט רעג. 187

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:54 pm

אויב האב איך א מיליון דאללער טוירם פאליסי פאר מיר און פאר מיין ווייב

און איך וויל האבן געלט חתונה צו מאכן מיינע קינדער זאל איך עפענען א האויל לייף אדער אינוועסטען ערגעץ אנדערש?

האט שוין איינער ארויסגענומען געלט פון א האויל לייף פאליסי?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג דעצמבער 15, 2019 11:00 pm

דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.

די לייף אינשורענס עידשענטס געבן זיך נישט אפ מיט דיסעביליטי, עכ"פ די וואס איך האב געפרעגט, אפשר ביסטו מער מרחיב את הדיבור איבער דעם.

און אז מען רעדט שוין דערפון פארוואס זאל יעדע טערם נישט זיין געבאנדלט מיט א דיסעביליטי.

יעדע לייף אינשורענס אגענט וואס פארקויפט פאר איינע פון די גרויסע פירמעס קען דיר פארקויפן דיסעביליטי אויך. עס קאסט היפש געלט און לוינט זיך געווענליך נאר ווען די מאכסט ערנסט געלט לעגאל אויף די אייגענע נאמען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:18 am

דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.

די לייף אינשורענס עידשענטס געבן זיך נישט אפ מיט דיסעביליטי, עכ"פ די וואס איך האב געפרעגט, אפשר ביסטו מער מרחיב את הדיבור איבער דעם.

און אז מען רעדט שוין דערפון פארוואס זאל יעדע טערם נישט זיין געבאנדלט מיט א דיסעביליטי.



דאס איז א כלל?

איך האב די וואך פארקויפט א דיסעבילעטי פאלעסי, און איך האנדל מיט נאך מענטשן דערויף...

דיסעבילעטי איז אינגאנצן א דיפרענט סארט אנדעררייטינג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:21 am

צוקער וואסער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס דארף מען טוהן?


אויף קלערן דעם ציבור.

האסט אַ מעשה ווי א לייף אינשורענס פאליסי האט געהאלפן די משפחה.



איין מעשה? אין יעדע קעיס ווי סיז געווען געהעריג אינשורענס קענסטו הערן א מעשה, און ווען נישט, א לינק צו גאו פאנד מי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:24 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.

די לייף אינשורענס עידשענטס געבן זיך נישט אפ מיט דיסעביליטי, עכ"פ די וואס איך האב געפרעגט, אפשר ביסטו מער מרחיב את הדיבור איבער דעם.

און אז מען רעדט שוין דערפון פארוואס זאל יעדע טערם נישט זיין געבאנדלט מיט א דיסעביליטי.

יעדע לייף אינשורענס אגענט וואס פארקויפט פאר איינע פון די גרויסע פירמעס קען דיר פארקויפן דיסעביליטי אויך. עס קאסט היפש געלט און לוינט זיך געווענליך נאר ווען די מאכסט ערנסט געלט לעגאל אויף די אייגענע נאמען.



דו האסט א דיסעבילעטי פאלעסי? ווייל די ווארט אז ס'קאסט היבש געלט איז איבערגעטריבן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:03 am

נאך איינער האט געשריבן:כהאניש געזען מזאל רעדן דא פין דעם,

אויב האב איך אינשורענס מיט א מיליאן דאלאר דעד בענעפיט,, אלס א בעל אחריות ברויך איך האבן ערבים צי נישט?

קודם כל ערבים איז א מצוה ריגארדלעס, און אויב רעדסטו פון א משפחה מער פון צוויי דריי קינדער איז א מיליאן דאללער נישט גענוג
ספעציעל ביי אינשורענס ווען ס'איז ליגעל געלט, נאך א זאך ערבים קאווערט די פרוי אויך, האסט אישורענס פאר ביידע?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:04 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס דארף מען טוהן?


אויף קלערן דעם ציבור.

האסט אַ מעשה ווי א לייף אינשורענס פאליסי האט געהאלפן די משפחה.



איין מעשה? אין יעדע קעיס ווי סיז געווען געהעריג אינשורענס קענסטו הערן א מעשה, און ווען נישט, א לינק צו גאו פאנד מי...


די גאנצע אויפטו פון אינשורענס און/אדער ערבים איז ס'זאל נישט זיין קיין מעשה. געשטארבן, באגראבן, און דאס לעבן פון די סורווייווערס גייט אן ווייל מ'קען זיך רירן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:05 am

בכלל אויב האט מען אינשורענס איז א סגולה לאריכת ימים מקובל מהרה"ק משינאווע, סא די טשענסעס צו דארפן וויסן פון אזא פאל איז קלענער ווייל ער שטארבט פראצענטועל ווייניגער
יא אני מאמין בדברי חכמים!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:36 am

lebediger berel האט געשריבן:בכלל אויב האט מען אינשורענס איז א סגולה לאריכת ימים מקובל מהרה"ק משינאווע, סא די טשענסעס צו דארפן וויסן פון אזא פאל איז קלענער ווייל ער שטארבט פראצענטועל ווייניגער
יא אני מאמין בדברי חכמים!


די ווארט פון היייליגן שינאווער רב זצ"ל איז דאך די ערשטע טול וואס מגיט די אגענטען אין די הענט... כווייס נישט צו סאיז ממש מקובל, אדער ער האט דאס בלויז געזאגט אלס ווערטל, אז די קאמפאני האט מער מזל ווי דיר... אבער אסאך געלט האבן שוין אידן באצאלט פאר דעם ווארט...

לפי זה צ"ע ביי ערבים ווער סאיז מער בר מזל דער יחיד אדער ערבים.. אויב ערבים איז קאראפטעדט, און זיי שארן גאלד, דאן זענען זיי מער בר מזל, אבער אויב זיי זענען ערליך צ"ע.. ואולי איז די מזל אייניג.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:42 am

איך האב דעם שינאווער רב'ס ווארט געזען געדרוקט איןא אויסגאבע נאך פון פאר די מלחמה כ'געדענק בשעת כ'האב עס די ערשטע מאל געזען האב איך עס זייער שטארק אדורך געטון צו פארשטיין איך געדענק נאך דעם ציור הדף והאותיות. כ'געדענק אבער נישט די נאמען פון ספר.
שנית, אידן האבן נישט געצאלט קיין סאך געלט צוליב דעם ווארט, ווייל דאס ביזטו יוצא מיט א מינימום טערם און דאס איז סייווי א לעבנסוויכטיגע זאך צו שינאווער רב האט עס יא געזאגט אדער נישט
שלישית, ביי ערבים איז די גאנצע זאך נישט שייך ווייל מען גיבט דאך צדקה פאר יתומים ואלמנות ביי יעדע קאלעקשאן, גארנישט גייט נישט פאר קיין קאמפאני, אבער סאיז קלאר אז פאר ס'ווערט נגזר אויף א ערבים מעמבער צו שטארבן מוז אויך נגזר ווערן אז יעדער ערבים מעמבער דארף צאלן 7 טאלער פאר יעדן יתומ'ל זיינער, סא די סגולה ארבעט אויטאמאטיש!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:45 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.

די לייף אינשורענס עידשענטס געבן זיך נישט אפ מיט דיסעביליטי, עכ"פ די וואס איך האב געפרעגט, אפשר ביסטו מער מרחיב את הדיבור איבער דעם.

און אז מען רעדט שוין דערפון פארוואס זאל יעדע טערם נישט זיין געבאנדלט מיט א דיסעביליטי.



דאס איז א כלל?

איך האב די וואך פארקויפט א דיסעבילעטי פאלעסי, און איך האנדל מיט נאך מענטשן דערויף...

דיסעבילעטי איז אינגאנצן א דיפרענט סארט אנדעררייטינג...

איך זעה דערווייל אז דו האלטסט אויך נישט ביים שפענדן קיין פאר מיניט איבער דיסעביליטי אינשורענס, וויפיל דאס קאסט, וואס די בענעפיטן. א.א.וו.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 10:50 am

וואו האסטו עס געזעהן? ווייל כאניש ארויפגעלייגט קיין קוואוט? כאשוין אמאל באשריבן דא בארוכת די קאנצעפט דערפון, און אין דעם אשכול האבעך אויך נישט געשריבן קיין פרייזן פון לייף אינשורענס... כאב ס"ה געענטפערט פראגעס...

אויב איינער קאנסידערט אדער וויל הערן מער וועגן דיסעבילעטי אינשורענס, איי וויל בי מאר דען העפי צו ענטפערן פריוואט! הגם די פרימיום'ס פון א האלל לייף קענען זיין סאך גרעסער, אבער א דיסעבילעטי פאלעסי צאלט זייער שיין קאמישן, סאו סינישטא קיין שום סיבה פאר אן עידזשענט עס נישט צו פארקויפן... (איך רעד אפילו לויט די שיטה אז טוירם פארקויפט מען נישט ווייל מ'מאכט נישט קיין געלט...) נאר פשוט, נישט יעדער קען עס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 11:01 am

עטליכע דא אינעם אשכול האבן געשריבען אז נישט צו קויפן לייף אינשורנס איז "סעלפיש - נישט אחריות'דיג"

דא אויף אייוועלט ניצט מען די זעלבע גזר דין פון "סעלפיש - נישט אחריות'דיג" ביי נאך פלעצער, ווי למשל ביי מענטשן וואס האבן זעראו אוועק געלייגט חתונה צו מאכען, נוצען שטאטישע פראגרעמס, אא"וו יעדער דעה זאגער ווי ער האלט אז דער אנדערער איז ראנג.

די אמת איז אבער אז מען לעבט נישט אין א פערפעקט וועלט ווי יעדער איז געבוירען אייניג, האט חתונה אייניג, אייניג מיט די זעלבע הוצאות אוו באדערפענישען, מיט די זעלבע נידס, אא"וו.

פאר איינעם איז וויכטיג לייף אינשורנוס, פאר א צווייטען געלט פאר אינפעטילעטי, פאר א דריטען געלט פאר רענט, פאר א פערטען א קאר לצורך פרנסה, פאר א פיפטען א פאר שיך, פאר א זעקסטן געלט צו היילען זיין קינד, פאר זיבעטען וואקאציע פאר זיין אנגעשטרענגטע ווייב, פאר א אכטען צו צאלען שכר לימוד.

"סעלפיש - נישט אחריות'דיג" איז אראפ צו שטעלן א איין-סייז-פיט-פאר-יעדעם.

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 11:04 am

צווייפעל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:בכלל אויב האט מען אינשורענס איז א סגולה לאריכת ימים מקובל מהרה"ק משינאווע, סא די טשענסעס צו דארפן וויסן פון אזא פאל איז קלענער ווייל ער שטארבט פראצענטועל ווייניגער
יא אני מאמין בדברי חכמים!


די ווארט פון היייליגן שינאווער רב זצ"ל איז דאך די ערשטע טול וואס מגיט די אגענטען אין די הענט... כווייס נישט צו סאיז ממש מקובל, אדער ער האט דאס בלויז געזאגט אלס ווערטל, אז די קאמפאני האט מער מזל ווי דיר... אבער אסאך געלט האבן שוין אידן באצאלט פאר דעם ווארט...

לפי זה צ"ע ביי ערבים ווער סאיז מער בר מזל דער יחיד אדער ערבים.. אויב ערבים איז קאראפטעדט, און זיי שארן גאלד, דאן זענען זיי מער בר מזל, אבער אויב זיי זענען ערליך צ"ע.. ואולי איז די מזל אייניג.

אפשר זאגסטו אז אסאך יארן האבן שוין אידן געלעבט פאר דעם ווארט...

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 11:11 am

קאנסילמאן האט געשריבן:עטליכע דא אינעם אשכול האבן געשריבען אז נישט צו קויפן לייף אינשורנס איז "סעלפיש - נישט אחריות'דיג"

דא אויף אייוועלט ניצט מען די זעלבע גזר דין פון "סעלפיש - נישט אחריות'דיג" ביי נאך פלעצער, ווי למשל ביי מענטשן וואס האבן זעראו אוועק געלייגט חתונה צו מאכען, נוצען שטאטישע פראגרעמס, אא"וו יעדער דעה זאגער ווי ער האלט אז דער אנדערער איז ראנג.

די אמת איז אבער אז מען לעבט נישט אין א פערפעקט וועלט ווי יעדער איז געבוירען אייניג, האט חתונה אייניג, אייניג מיט די זעלבע הוצאות אוו באדערפענישען, מיט די זעלבע נידס, אא"וו.

פאר איינעם איז וויכטיג לייף אינשורנוס, פאר א צווייטען געלט פאר אינפעטילעטי, פאר א דריטען געלט פאר רענט, פאר א פערטען א קאר לצורך פרנסה, פאר א פיפטען א פאר שיך, פאר א זעקסטן געלט צו היילען זיין קינד, פאר זיבעטען וואקאציע פאר זיין אנגעשטרענגטע ווייב, פאר א אכטען צו צאלען שכר לימוד.

"סעלפיש - נישט אחריות'דיג" איז אראפ צו שטעלן א איין-סייז-פיט-פאר-יעדעם.


כבר כתבתי, עך בין געווען אינוואלווד יארן צוריק אין א קרן יתומים, און א היימישער נגיד האט נישט געוואלט געבן קיין געלט ווייל ער האט געשריגן וואו איז דער אחריות פונעם טאטן געווען ער האט נישט געמאכט קיין אינשורענס, זעמיר אריבער צו די גראסערי, בוטשער און געברענגט קאפיס פון די אקאונטס וואו ער האט זיך כסדר געמוטשעט צוריק צו עפענען נאכן פארשפארן אז ער קען מער נישט אויפשרייבן, כ'געדענק מיר האבן געוויזן אז ער האט נאר געקויפט וויכטיגע זאכן נישט קיין סתם אויסברענגעריי. און דער עושר האט זיך צו-וויינט און געזאגט כהאי לישנא ווען סאיז ברויט פאר היינטיגן פרישטאג אדער אישורענס קען איך נישט האבן קיין טענות און ער האט זיך געשעמט פאר זיך אליין און געצאלט דעם גרעסטן סכום פונעם גאנצן קרן.
פאר דעם שריי איך אבער היינט אז מ'קען מאכן א עקסטערע פאנד פאר דעם אליין אין יעדע קהלה, דערווייל איז עס א קול קורא במדבר אבער איר וועט זען צום סוף וועט עס אי"ה ווערן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, א גולם, א פיינע מענטש, זזה, יאנקי, משהלע און 44 געסט