האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

לייף אינשורענס
104
28%
ערבים
81
22%
ביידע
117
32%
איך פלאן צו מאכן א פאליסי
45
12%
איך פלאן נישט צו מאכן א פאליסי
18
5%
 
סך הכול שטימען: 365

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 6:04 am

הלשון האט געשריבן:עשירים ועניים - יעדער איז גלייך בארעכטיגט - אחוץ איינער וואס ווערט אן ערבים מעמבער בשעת ער איז שוין ליידער נישט געזונט

כ'מיין אז נישט, כ'האב לעצטענס אריינגעסיינט דארט, לויט ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי געזאגט אויב מען האט מער ווי 1 הויז אויפן נאמען קען מען נישט באקומען. אדרבה זייט מברר קלארער.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:42 am

צוקער וואסער האט געשריבן:וויפיל קאסט בערך ערבים א חודש.


ציווישן 0 און 28$
עס קאסט נישט מער ווי 28$ א חודש אויב פעלט אויס מער דהיינו עס איז דא מער ווי 4 (4X7=28) יתומים ווערט עס צוטיילט אויף צווי חדשים

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 9:58 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:עשירים ועניים - יעדער איז גלייך בארעכטיגט - אחוץ איינער וואס ווערט אן ערבים מעמבער בשעת ער איז שוין ליידער נישט געזונט

כ'מיין אז נישט, כ'האב לעצטענס אריינגעסיינט דארט, לויט ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי געזאגט אויב מען האט מער ווי 1 הויז אויפן נאמען קען מען נישט באקומען. אדרבה זייט מברר קלארער.

I know poor people with a house on their name. The almuna will have to pay off the mortgage she will defiantly need the money
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 3:46 pm

די וואס פלאנען נישט צו מאכן א פאליסי, זאלן ביטע שרייבן פארוואס.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:54 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:עשירים ועניים - יעדער איז גלייך בארעכטיגט - אחוץ איינער וואס ווערט אן ערבים מעמבער בשעת ער איז שוין ליידער נישט געזונט

כ'מיין אז נישט, כ'האב לעצטענס אריינגעסיינט דארט, לויט ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי געזאגט אויב מען האט מער ווי 1 הויז אויפן נאמען קען מען נישט באקומען. אדרבה זייט מברר קלארער.

כפארשטיי נישט פארוואס מען דארף איבערמאכן יעדע אשכול איינמאל ביי די זאך אליין און איינמאל ביי די אנקעטע
ערבים איז אויסגע'טענה'ט און אויסגעדראשן אין א אנדערע אשכול
איינער פרעגט א שאלה, ענטפער
אבער מר. פאר'מח'ט צו וועם האסטו אריין געסיינט און וויאזוי האסטו פארשטאנען אז זיי האבן געזאגט?
איך האב מיטגעהאלטן מער ווי איין פאל, מ'האט בכלל נישט גערעדט פון פיינעענשאלס
אזויפיל יא, ס'איז אין פאקט צדקה געלט, און ווער ס'דארף עס עכט נישט מוז עס נישט נעמען, די אלמנה און יתומים קענען פרעגן זייער אייגענע דיין. אלץ ערבים איז יעדער וואס האט זיך איינגעשריבן געזונטערהייט בארעכטיגט.
און..
אויב האסטו טאקע געלט, מאך ביידע, ערבים אלץ צדקה, און א אינשורענס איז אייביג גוט צו האבן, קודם כל ערבים ווערט ווייניגער נאך יעדע קינד וואס מ'מאכט חתונה, און צום סוף ווער סהאט ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער וועט קיינמאל מער נישט קריגן קיין פעני פון ערבים, ועוד הרבה ענינים.
אבער, ווען דו צאלסט ערבים צאלסטו צדקה בדרך כבוד פאר יתומים ואלמנות - און אליבא דאמת ברוחניות האסטו די מערסטע פארדינט פון דיין געלט
עניוועי ס'באלאנגט נישטא נאר ווען מ'רעדט שלא בידיעה ברורה אין אזא לעבנס וויכטיגע זאך דארף מען זיך אנרופן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:19 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:די וואס פלאנען נישט צו מאכן א פאליסי, זאלן ביטע שרייבן פארוואס.


פארוואס יא? איז מען עפעס מחיוב נאכן שטארבן? ווען איינער נעמט עס אליין איז איין זאך... אבער אז א מענטש שטארבט אויף סיי וועלכע אופן, וואס האט ער מיט וואס פאסירט נאכדעם? איין זאך וואס מ'דארף אנגרייטן פאר נאכדעם, איז א שיין פלאץ אויף יענע וועלט ווייל אזוי וויל דער אויבשטער, אבער זיך זארגן וואס גייט זיין דא אונטן? און די כתובה שטייט נישט גארנישט דערוועגן, די זעלבע וואלט איך געענטפערט פאר די הארצרייסענדע שאלה וואס דער אינשורנס עידזשנט האט מיר געפרעגט ווען כ'האב אים געזאגט אז כ'האב נישט קיין געלט פאר אים, פרעגט ער מיר ווען דיין ווייב זיצט דא יעצט וואלטסטו איר געקענט דאס זאגן אין פנים? כ'קען נישט עפארדן לייף אינשורנס, און ס'גייט מיר נישט אן וואס גייט זיין נאך מיינע הונדערט און צוואציג!?
כ'וואלט אים געוואלט ענטפערן א גרויסן יא!
און לאמיר אייך פרעגן מיסטער אינשורנס, און אז כ' לעב? קען איך זיין רואיגער? בין איך אדער מיין משפחה מער פארזיכערט? ס' קען זיין אז מארגן זאל איך קענען באצאלן טויזנט פאלעסיס..... א מענטש קען קיינמאל נישט וויסן וואס קען זיין אין א מינוט ארום! נו אז דער בורא באשליסט אז - אויף אלע גוים - דער נברא זאל ווערן אויס, וועט ער זיך ווייטער זארגן פאר די נבראים וואס זענען געבליבן נבראים, און זיי שפייזן ווי ביז אהער, און דער נברא וואס איז שוין אויס מאכט בכלל נישט קיין שום נפק"מ און זייער ווייטערדיגע אויפהאלטונג אויפן וועלטל
אין גט לאחר מיתה! אבל כתובה? איכא?

יעצט לאמיר הערן קולות.....

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:08 am

האט ערבים אנליין א זייטל צי אויפסיינען?

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:45 am

מים חיים האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וואס הייסט ביידע לייף אינשורענס מיט ערבים?
צאלט דען ערבים פאר ווער ס'האט לייף אינשורענס? יא

און בכלל אויב האט מען געהעריג לייף אינשורענס פארוואס ברויך מען ערבים?

וואס הייסט געהעריג ?
ערבים 100,000 פער קינד איז געווענליך נאר א גוטע אנפאג אבער נישט גענוג, מען זאל נישט דארפן צוקומען דערצו.

און מיין קהילה איז שוין געווען פלענטי אקציעס פאר יודען מיט ערבים

א. ערבים צאלט די געלט פאר די חתונות פון יעדן קינד. פלאס א באזונדערע מאה אלפים פאר די אלמנה אויב האט זי 3 קינדער אין שטוב, זיך צו קענען שפייזן די ערשטע תקופה.

ב. ערבים געט נישט אויב מ'מאכט אן אקציע. די ציל פון ערבים איז צו שפארן בושות פון אקציעס, דעריבער קען מען אויסוועלן אן אקציע אדער די געלט פון ערבים.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 6:24 am

מיר דאכט זיך אז קיין איינס פון די צוויי סעיפים וואס דו שרייבסט דא שטייט נישט אינעם ערבים קאנטראקט.

100,000 פלאס די חתונה?

I might be mistaken

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:08 am

עושר וכבוד האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וואס הייסט ביידע לייף אינשורענס מיט ערבים?
צאלט דען ערבים פאר ווער ס'האט לייף אינשורענס? יא

און בכלל אויב האט מען געהעריג לייף אינשורענס פארוואס ברויך מען ערבים?

וואס הייסט געהעריג ?
ערבים 100,000 פער קינד איז געווענליך נאר א גוטע אנפאג אבער נישט גענוג, מען זאל נישט דארפן צוקומען דערצו.

און מיין קהילה איז שוין געווען פלענטי אקציעס פאר יודען מיט ערבים

א. ערבים צאלט די געלט פאר די חתונות פון יעדן קינד. פלאס א באזונדערע מאה אלפים פאר די אלמנה אויב האט זי 3 קינדער אין שטוב, זיך צו קענען שפייזן די ערשטע תקופה.

ב. ערבים געט נישט אויב מ'מאכט אן אקציע. די ציל פון ערבים איז צו שפארן בושות פון אקציעס, דעריבער קען מען אויסוועלן אן אקציע אדער די געלט פון ערבים.

מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
קרעדיט נאך פונדערהיים

צוליב חשש גילוי. קען איך נישט ברענגען קיין דוגמאות

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:18 am

איך האב ב"ה ביידע.
(און מער פון 1 פאלעסי)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:30 am

mmn האט געשריבן:האט ערבים אנליין א זייטל צי אויפסיינען?


http://www.areivim.info/

נישט געפירליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 10:22 am

תגובהדורך נישט געפירליך » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:37 am

איך האב געטראכט די זעלבע. ווען א לייף אינשורענס אגענט רעדט צו מיך וועגען נאכען שטארבן זאג איך אים העמער רעדן דעמאלס...
וואו קען איך יעצט מאכען געלט?

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:09 pm

נישט געפירליך האט געשריבן:איך האב געטראכט די זעלבע. ווען א לייף אינשורענס אגענט רעדט צו מיך וועגען נאכען שטארבן זאג איך אים העמער רעדן דעמאלס...
וואו קען איך יעצט מאכען געלט?

האסט קינדער? האסט א הארץ פאר זיי?

חוץ מזה וואס דו קענסט ארויסנעמען געלט אינצווישן.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:10 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז קיין איינס פון די צוויי סעיפים וואס דו שרייבסט דא שטייט נישט אינעם ערבים קאנטראקט.

100,000 פלאס די חתונה?

I might be mistaken

ביידע האב איך געהערט פון ערבים עסקנים.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:32 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז קיין איינס פון די צוויי סעיפים וואס דו שרייבסט דא שטייט נישט אינעם ערבים קאנטראקט.

100,000 פלאס די חתונה?

I might be mistaken

ביידע האב איך געהערט פון ערבים עסקנים.

סאיז נישט 100K + די חתונה
סאיז 100K פאר די מאמע אויף צים לעבן + 100K פאר יעדע קינד ביי זיין חתונה (לכאורה איז עס געוואנדען אין די וועד וואס משטעלט אויף פאר יעדע משפחה עקסטער ווען צי ארויס געבן די קינדער געלט)
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

yoel2124441100
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:50 pm

maybeeynot האט געשריבן:(לכאורה איז עס געוואנדען אין די וועד וואס משטעלט אויף פאר יעדע משפחה עקסטער ווען צי ארויס געבן די קינדער געלט)


ערבים רעדט נישט ארײן װאס/װען מ׳זאל געבּן די געלט,די װעד דארף אלײנס אפּמאכן
(איך בּין געשטעלט אױף אײן משפּחה)

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:56 pm

זיי געבן 100K פאר א קינד, + 100K פאר די אלמנה.

אמאל פלעגן זיי געבן נאר צו די חתונה, אבער היינט איז דער סיסטעם שוין אינגאנצן געטוישט.

דאס געלט ווערט אריין געשיקט צו א ספעציעלע אקאונט, ביי יעדן פאל באזונדער ווערט אויפגעשטעלט א ועד פון דריי, א רב, א משפחה מיטגליד, און א פרעמדער עסקן, זיי האלטן חשבון אויף דאס געלט מ'זאל קענען לעבן בדרך כבוד.

מ'דארף נישט קיין 100K נאר פאר א חתונה, אלזא, פון דאס געלט נעמט מען ארויס געהאלט פאר די אלמנה וועכנטליך.

אויב דארף מען געלט פאר א זייטיגע זאך, צב"ש טעראפי, געזונטהייט אד"ג, זעצט זיך די ועד צוזאם און מ'באהאנדלט דאס וויכטיגקייט און וויפיל געלט מ'זאל ספענדן פאר דעם אא"וו.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:08 pm

אוי חברה, ווייטער אינעם נישט ריכטיגען אשכול
דארט ווי מיר זענען געווען אינוואלווד, וועל איך פארציילן דברים כהוויתן
האבן זיי זיכער געמאכט מיר עפענען א באנק אקאונט מיט א קאמיטע וואס איז באשטאנען פון דריי מענטשן פונעם עסקן / ביזענס מאן ("דער" טויגליכער) אין די משפחה,(וואס ער טוט די עיקר ארבעט אין די גאנצע קעיס) דער רב הקהלה, און זיי (ערבים) האבן אריין געשטעלט איינעם וואס איינמאל ער האט געזען אלעס פארט כהוגן איז דער ערבים בארד מעמבער געבליבן דזשאסט פאר די רעקארד,
איינמאל דער בארד פאר די יתומים האט געהאט א טעלעפאן קאנפערענץ מיט די ערבים בארד מ'האט זיי געאימעילט די באנק רעקארד און די לעגאלע דאקומענטן ווער סאיז בעל הבית אויף די אקאונט האבן זיי אריין געווייערט 86 טויזענט פאר יעדן פון די קינדער פלאס 86 טויזענט פארן אלמן. כ'געדענק נישט יעצט די אמאונט אבער לאמיר זאגן אויב איז געווען ניין קינדער האבן אריין געווייערט 860 טויזענטערס און מער האט מען נישט געהערט פון די ערבים הויפט בארד. דאס איז א מעשה פון ארום צען יאר צוריק אויב געדענק איך גוט און זיי האבן געזאגט אז זיי האבן נאך נישט גענוג מעמבערס אויף געסיינט צו האלטן ביי הונדערט אלפים.
איך קען נישט גענוג זאגן וואס דאס האט געמיינט פאר דעם אלמן ער זאל זיך קענען שטעלן אויף די פיס בדרך כבוד
די יתומים בארד האט אוועק געלייגט פאר יעדן קינד א סכום לויט די עלטער אז ס'זאל זיין לויטן חשבון 75 טויזענט צו די חתונה, דאס מיינט אז פאר די עלטערע קינדער האט מען אוועק געלייגט מער און ווי אינגער אלץ ווייניגער מיטן חשבון אז ס'וועט זיין גענוג פון די אינטערעסט, און פאר די גאנץ אינגע האט מען געמאכט א חשבון אז ס'זאל זיין ארום 85 טויזענט ביז ארום הונדערט טויזענט צו די חתונה דורך די אינטערעסט, (מ'האט גערעדט מיט מומחים ווי און וויאזוי צו לייגן דאס געלט, איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן פונקטליך, אויב כ'געדענק גוט איז עס געגאנגען צו עפעס א פארזיכערטע (לפי המציאות וואס מע'קען האבן) פאנד, ס'וועט ברענגען אכט פראצענט א יאר נעט לויטן פלאן, און פראצענט אויף פראצענט כמובן.
עס איז נאך געבליבן גענוג א שיינע סומע צו שטעלן דעם אלמן אויף די פיס פינאנציעל, מ'האט פארהאנדעלט מיט וועם מ'האט געדארפט, מ'האט צוגשטעלט געוויסע טעראפי פאר די קינדער, מ'האט געזען אז וואס (העלט) אינשורענס קען באצאלן זאלן זיי באצאלן וכו' וכו' אלעס מיט מומחים ובדרך כבוד וצניעות ממש עד להפליא
פאר דעם בין איך אזוי ווארים צום קאנצעפט פון ערבים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:19 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:(לכאורה איז עס געוואנדען אין די וועד וואס משטעלט אויף פאר יעדע משפחה עקסטער ווען צי ארויס געבן די קינדער געלט)


ערבים רעדט נישט ארײן װאס/װען מ׳זאל געבּן די געלט,די װעד דארף אלײנס אפּמאכן
(איך בּין געשטעלט אױף אײן משפּחה)

ברוך שכוונתי
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:27 pm

סתם א נקודה (נישט צו מאכן א וויכוח)
דא רבנים וואס האלטן אז מען מעג נישט מיין קיין אינשארונס (נישט לייף און נישט אויף פייער און נישט אויף גניבות וכו וכו) אויב עס איז באשערט א צער איז עס באשערט מען שפילט נישט מיט דער באשפער! (א גרויסע מדריגה און אמונה)

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:55 pm

יהלום האט געשריבן:סתם א נקודה (נישט צו מאכן א וויכוח)
דא רבנים וואס האלטן אז מען מעג נישט מיין קיין אינשארונס (נישט לייף און נישט אויף פייער און נישט אויף גניבות וכו וכו) אויב עס איז באשערט א צער איז עס באשערט מען שפילט נישט מיט דער באשפער! (א גרויסע מדריגה און אמונה)

נישט צו מאכן א ויכוח, אבער סתם צו זאגן, איז שוין מקובל פון הרה"ק משינאווע יא צו מאכן אינשורענס
אבער
איך האב נישט קיין אנונג ווער ס'זאגט אזוי וואס דו ברענגסט, אבער דער רב למשל האלט מ'זאל נישט צאלן ערבים? מען געבט דאך סתם צדקה פאר אלמנות ויתומים,
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 4:10 pm

lebediger berel האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:סתם א נקודה (נישט צו מאכן א וויכוח)
דא רבנים וואס האלטן אז מען מעג נישט מיין קיין אינשארונס (נישט לייף און נישט אויף פייער און נישט אויף גניבות וכו וכו) אויב עס איז באשערט א צער איז עס באשערט מען שפילט נישט מיט דער באשפער! (א גרויסע מדריגה און אמונה)

נישט צו מאכן א ויכוח, אבער סתם צו זאגן, איז שוין מקובל פון הרה"ק משינאווע יא צו מאכן אינשורענס
אבער
איך האב נישט קיין אנונג ווער ס'זאגט אזוי וואס דו ברענגסט, אבער דער רב למשל האלט מ'זאל נישט צאלן ערבים? מען געבט דאך סתם צדקה פאר אלמנות ויתומים,

איך האב נישט גרעד פון ערבים!
גרעד וועגען אינשארונס

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 10:52 pm

lebediger berel האט געשריבן:אוי חברה, ווייטער אינעם נישט ריכטיגען אשכול

דאס וואס איך האב געשריבן האב איך ממש מיטגעהאלטן אזוי ווי אייך!

קען אפילו זיין אז מיר רעדן פון דעם זעלבן מענטש..., ווייל דער סכום אויך דער זעלבער.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 13, 2019 1:54 am

נישט געפירליך האט געשריבן:איך האב געטראכט די זעלבע. ווען א לייף אינשורענס אגענט רעדט צו מיך וועגען נאכען שטארבן זאג איך אים העמער רעדן דעמאלס...
וואו קען איך יעצט מאכען געלט?



כאף אז דו מאכסט א וויץ...

דיסקלעימער, איך בין א לייף אינשורענס עידזשענט, אבער דאס טוישט נישט מיין פראגע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, זזה, יליד טאהש, נודניק, פערשט און 32 געסט