דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 5#

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארוועם וואלט איר געשטימט אין די דעמאקראטישע פריימערי?

דזשאו ביידען
24
27%
בערני סענדערס
7
8%
עליזיבעט ווארען
3
3%
פיט בוטאטדזשעש
4
4%
מייקל בלומבערג
15
17%
ענדראו יענג
21
24%
קארי בוקער
1
1%
טולסי געבבערד
12
13%
עמי קלאבאטשער
1
1%
טאם סטייער
1
1%
 
סך הכול שטימען: 89

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 5#

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:35 pm

אז מען בעט באקומט מען...

נאך די בקשה פון כמה וכמה חשובע ידידים אין אישי, אז יעצט ווען עס ווערט נענטער צו די פאקטישע פריימערי זאלן מיר מאכן די אנקעטע מער אפט, און נאך א שנעלן זוך, און זעהנדיג אז עס איז שוין טאקע פארביי א פולן חודש זינט דער לעצטער אנקעטע, שטעלן מיר פאר דער "דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע - 5#", ווי די חשובער ציבור היושבים על מדין פה אייוועלט והגלילות וועלן אריינקומען אפגעבן זייער שטומע פאר וועמען פון צווישן די קאנדידאט זיי קלער צו שטומען.

זינט אונזער לעצטער אנקעטע האבן שוין עטליכע חברה ארויסגעבעקט, און עטליכע זענען געווארן מער און מער אומקעלעוואנט, ממילא לייגן מיר יעצט נאר די נעמען וועלכע זענען אויף די ארענע, און האבן סיי וועלכע טשאנס צו גיין ערגעץ
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 1:51 pm

העריס? איך שטיץ איר
ווי איז איר נאמען?

#בייעס אנקעטע

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:05 pm

הרב דפה האט געשריבן:העריס? איך שטיץ איר
ווי איז איר נאמען?

#בייעס אנקעטע

:roll:
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:10 pm

געשטימט פאר מיין אלטע קאנדידאט

אבער וואו איז בלומבערג?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:14 pm

לכאורה האט געשריבן:געשטימט פאר מיין אלטע קאנדידאט

אבער וואו איז בלומבערג?


ער איז דא
וואויטס איבער
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:15 pm

געשטימט יענג ער ברענגט עפעס חדשות צום טיש נישט דע אלטע אויסגעדראשענע דעמאקרטישע פארטיי
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:16 pm

מיט א שווער הארץ האב איך געפאסט דער באשלוס, וואס איך האלט אז עס איז ריכטיג, צו אריינלייגן בלומבערג'ן, און פארלירן אלע 14 שטימען וואס זענען שוין געווען אפגעגעבן...

ממילא ע"כ אידאלעך, טייערע ברודערלעך, זייט אזוי גוט און שטומט איבער.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:18 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
הרב דפה האט געשריבן:העריס? איך שטיץ איר
ווי איז איר נאמען?

#בייעס אנקעטע

:roll:

איך כאפ נישט די דזשאוק, פארוואס איז נישטא העריס?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:19 pm

זי איז שוין נישט אינעם פארמעסט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:20 pm

יישר כח עכט היימיש, איך האב איבערגעשטומט פאר מיין קאנדידאט

(ס'קוקט שוין באלד אויס ווי אין די מדינה, אן אכצן יעריגער קען שוין האבן געשטימט מערערע מאל..)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:22 pm

הרב דפה האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
הרב דפה האט געשריבן:העריס? איך שטיץ איר
ווי איז איר נאמען?

#בייעס אנקעטע

:roll:

איך כאפ נישט די דזשאוק, פארוואס איז נישטא העריס?

:roll: :roll: :roll:
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
milech fried
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:27 pm

לכאורה האט געשריבן:געשטימט פאר מיין אלטע קאנדידאט

אבער וואו איז בלומבערג?

וואס מיינט אלטע?

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:28 pm

עכט היימיש האט געשריבן:מיט א שווער הארץ האב איך געפאסט דער באשלוס, וואס איך האלט אז עס איז ריכטיג, צו אריינלייגן בלומבערג'ן, און פארלירן אלע 14 שטימען וואס זענען שוין געווען אפגעגעבן...

ממילא ע"כ אידאלעך, טייערע ברודערלעך, זייט אזוי גוט און שטומט איבער.

וואסארא שווער הארץ?

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:29 pm

חד יומא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:מיט א שווער הארץ האב איך געפאסט דער באשלוס, וואס איך האלט אז עס איז ריכטיג, צו אריינלייגן בלומבערג'ן, און פארלירן אלע 14 שטימען וואס זענען שוין געווען אפגעגעבן...

ממילא ע"כ אידאלעך, טייערע ברודערלעך, זייט אזוי גוט און שטומט איבער.

וואסארא שווער הארץ?

צו פארלירן 14 אפגעגעבענע שטימען...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:40 pm

מייקעל בלומבערג!

די פראבלעם: ווייל וואשינגטאן איז א פארפוילט פלאץ פוהל מיט ספעשל אינטערעסען און מען קען נישט א דורעך ריקען קיין איין נארמאלע שטיקעל לעגיסלאציע מיט די יעצטיגע פרעזידענט און די יעצטיגע קאנגרעס אשר על כן קען איך זעהן א דעמאקראטישע פרעזידענט סך מער אויפטוהן מיט א דעמאקראטישע קאנגרעס.

ווען מען באטראכט די אלע דעמאקראטישע קאנדידאטען זעהט מען אז אלע קאנגרעסלייט און סענעטארען האבען נישט די מעגליכקייט צו דעליווערן עפעס א חוץ רעדעס און שמייכעלדיגע פנימער און זיי קומען נישט מיט קיין מעיזשאר סוקסעס און מיט עפעס אין זייער היינט ווייזענדיג קוקטס מיין סוקסעס און איך פלאן צו ניצען מיין סוקסעספול עקספיריענס פאר די גוד פון די לאנד.

מיט די היינטיגע צודרייטע פליגעל פון די ליבעראלע זייט די אזוי געריפענע גרין ניו דיעל וואס וועט אפ הרגענען די עקאנאמיע פאר לאנגע יארען איז בלומבערג די בעסטע פון די באנטש וואס לויפען.

אויב בלומבערג געווינט קען מען ערווארטען אז גאן געזעצען וועלן זיך טוישען לטובה, די טראמפ פראו ביזנעס פאליסיס זאלען בלייבען אין פלאץ און א סך בעסער ווערן, מען קען אויך ערווארטען בעלענסד באדזשעטס אויב זיינע באדזשעטן גייען דורעך.

איך קען גראדע נישט גלייבען אז ער זאל עס מאכען אין די יעצטיגע ליבעראלע פריימערי אבער ער איז דעפינעטלי די בעסטע קאנדידאט פון די קאנדידאטען וואס לויפען.

נ.ב. איך האב אים פיינט פאר די זעלבע סיבה וואס ער האט מיר און אלע חסידישע יודען פיינט.

אויב ניו יארק וועט נאך שטומען העליך ווי עס זעהט יעצט אויס גיין פאר בלומבערג.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:44 pm

milech fried האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:געשטימט פאר מיין אלטע קאנדידאט

אבער וואו איז בלומבערג?

וואס מיינט אלטע?

דער אינגסטער פון אלע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:51 pm

מטעמים האט געשריבן:מייקעל בלומבערג!

די פראבלעם: ווייל וואשינגטאן איז א פארפוילט פלאץ פוהל מיט ספעשל אינטערעסען און מען קען נישט א דורעך ריקען קיין איין נארמאלע שטיקעל לעגיסלאציע מיט די יעצטיגע פרעזידענט און די יעצטיגע קאנגרעס אשר על כן קען איך זעהן א דעמאקראטישע פרעזידענט סך מער אויפטוהן מיט א דעמאקראטישע קאנגרעס.

ווען מען באטראכט די אלע דעמאקראטישע קאנדידאטען זעהט מען אז אלע קאנגרעסלייט און סענעטארען האבען נישט די מעגליכקייט צו דעליווערן עפעס א חוץ רעדעס און שמייכעלדיגע פנימער און זיי קומען נישט מיט קיין מעיזשאר סוקסעס און מיט עפעס אין זייער היינט ווייזענדיג קוקטס מיין סוקסעס און איך פלאן צו ניצען מיין סוקסעספול עקספיריענס פאר די גוד פון די לאנד.

מיט די היינטיגע צודרייטע פליגעל פון די ליבעראלע זייט די אזוי געריפענע גרין ניו דיעל וואס וועט אפ הרגענען די עקאנאמיע פאר לאנגע יארען איז בלומבערג די בעסטע פון די באנטש וואס לויפען.

אויב בלומבערג געווינט קען מען ערווארטען אז גאן געזעצען וועלן זיך טוישען לטובה, די טראמפ פראו ביזנעס פאליסיס זאלען בלייבען אין פלאץ און א סך בעסער ווערן, מען קען אויך ערווארטען בעלענסד באדזשעטס אויב זיינע באדזשעטן גייען דורעך.

איך קען גראדע נישט גלייבען אז ער זאל עס מאכען אין די יעצטיגע ליבעראלע פריימערי אבער ער איז דעפינעטלי די בעסטע קאנדידאט פון די קאנדידאטען וואס לויפען.

נ.ב. איך האב אים פיינט פאר די זעלבע סיבה וואס ער האט מיר און אלע חסידישע יודען פיינט.

אויב ניו יארק וועט נאך שטומען העליך ווי עס זעהט יעצט אויס גיין פאר בלומבערג.

בלומבערג איז אויך איינער וואס זארגט זיך זייער פאר די ענוויירעמענט, כ'בין נישט אזוי זיכער צו אלץ פרעזידענט וואלט ער נישט איינגעשטעלט גאר שטרענגע געזעצן און באגרעניצונגען לטובת אונזער פלאנעט, באט איך עגרי ער איז נאכאלץ דער בעסטער פון די אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:02 pm

@עכט היימיש

די סיבה פארוואס ביידען איז נישט בעסער ווי בלומבערג איז אזוי, ביידען איז אלט און ער פירט זיך אויף אלט מה שאין כן בלומבערג - בלומבערג איז א מענטש וואס האט א שטארקע מיינונג און ער איז נישט ווישי וואשי מיט זיינע מיינונגען ווי ביידען - ביידען האט נישט קיין לידערשיפ סקילס בלומבערג האט יא - ביידען גייט זיך בייגען מיט זיינע פאליסיס לויט ווער עס גייט שרייען העכער און קאנגרעס.

בקיצור איך זעה אין ביידען א אלטע מענטש, שוואך מיט פאליסיס, זיראו וויזשען, פלאך אויף לידערשיפ, נעגאטיוו אויף ענערזשי און איך ערווארט אז די ליבעראלע פליגעל וועט אויסניצען זיינע אלע אויבען דערמאנטע שוואכקייטען מיטען אים אריינריקען א צודרייט לינקע ליבעראלע וויצע צו ראטעווען כאטש עטוואס זיינע שאנסען מיט די הילף פון די ענערגישע ליבעראלע פליגעל פון די דעמאקראטישע פארטיי.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:39 pm

איך חידוש מיר פון צייט צו צייט, אז נאך 3 יאר פון טראמפ פירערשאפט, מיט א גרידלאק און א סוואמפ וואס וואשינגטאן האט נישט געזען אין איר 200 יעריגע היסטאריע, זענען נאך אלס דא מענטשן וואס זענען פארגלייבט אין ביזנעסלייט, און זענען גרייט צו וועלן פאר בלומבערג, בלויז ווייל ער איז א ביזנעסמאן

אין מיין מיינונג, איז ביזנעס סקיללס א סקילל ווי אלע סקיללס, און עס ווייזט נישט אייביג אויף געריבענקייט קלוגקייט וכו', מענעדזשער סקיללס קען זיין סאך מער וויכטיג פאר א פרעזידענט ווי ביזנעס סקיללס

בקיצור, בלומבערג איז געווען 12 יאר מעיאר אין די סיטי, און ווען ער איז ארויס האט מען אים גאנץ קנאפ ליב געהאט, ער האט זיך אויפגעפירט ווי א פאלנער דיקטאטור, זיך מישנדיג ווי עס האט נישט אויסגעפעלט א.א.וו., עס איז צום גלייבן אז אלס פרעזידענט וועט ער אויך אייביג זיך שלאגן דורכצופירן זיינע אדזשענדעס, און פיקן נייע פייטס

אויף די אנדערע האנט, דזשאו ביידען איז טאקע נישט קיין ביזנעסמאן, אבער ער איז נישט קיין נער (די געפפס כידוע איז א רעזולטאט פון זיין שטאלפערן פראבלעם) ער האטא היסטאריע פון זיך דורכקומען מיט פארהאנדלונגען, (דער געריבענער אבאמא, האט געוויסט אז צו פארהאנדלען אין אין סענאט שיקט מען ביידען) עס איז צום גלייבן אז אלס פרעזידענט, וועט ער קענען אנקומען די ווייטסטע אין וואשינגטאן, מיט זיין אומפארגלייכבארע פארשטאנד צו וואשינגטאן פאליטיקס

מה יקר
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

תגובהדורך מה יקר » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:52 pm

יא! איך בין אויך ביי די מיינונג אז בלומבערג וועט זיין א דעמאקראטישער טראמפ, און דער וואס גלייכט נישט טראמפ נאטור זאל נישט מיינען אז בלומבערג וועט זיין א ישועה פאר אים,
ענדערש וועט ער זיין קאפי פעסט פון טראמפ.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:54 pm

עקזעקטלי!
נאכן זיך אפבריען דריי יאר מיט טראמפן, בין איך נישט גרייט צו ריסקן מיט בלומבערג.
די זעלבע דיקטאטור פערזענליכקייט, "אלעס קומט זיך מיר".., און נאך א סעלף העיטינג זשו אויך.
איינער וואס האלט וואשינגטאן האט זיך גוט געפירט די לעצטע 3 יאר, קען טאקע האלטן ס'העט זיך גוט פירן אונטער בלומבערג. אבער די זעלבע פארקערט.


למעשה, געשטימט יענג, פשוט א פראגרעסיווע סעלף ביינדעד מענטש, וואס פארשטייט די פראבלעמען און קומט מיט סעלושנס.

אגב, @עכט היימיש, איך גלייך זייער דיין אנקעטעס אבער ס'איז ממש נישט געווען קיין טוישונגען אין די קאנדידאטן. איינער ארויס און איינער אריין, וואלט געקענט ווארטן נאכאביסל ווען מען קען עס נאך מער פארמינערן די ליסטע.
א דאנק עניוועיס.....

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:00 pm

געוואט פאר יענג.
און איך האב נאכנישט געזען קיין איין געהעריגע חסרון פון אים דא, און איך בין גרייט צו הערן, (זייער שנעל געטוישט צו יענג, און זייער שנעל גרייט אוועקצוגיין.)
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:03 pm

עכט היימיש האט געשריבן:אז מען בעט באקומט מען...

נאך די בקשה פון כמה וכמה חשובע ידידים אין אישי

סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס בעטן זיי נאר אין אישי? איז שייך צו זען א ליסטע פון די בעטערס?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:37 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אז מען בעט באקומט מען...

נאך די בקשה פון כמה וכמה חשובע ידידים אין אישי

סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס בעטן זיי נאר אין אישי? איז שייך צו זען א ליסטע פון די בעטערס?

דא איז נישט קובא אדער נארט קארעא מען יוזמה נישט וואוטען. קענסט סקראלען צום נעקסטן אשכול
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 10:05 am

כ'מיין אז סטייער קען שוין ארויסגיין פון די פארמעסט, ער האט דערווייל נישט קיין איין שטימע...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Lion, א. לערנער, הויעך, והוא פלאי, יוסף פריעדמאן, מומחה יוחס, נו שוין, פלעסטיק, שכל טוב און 62 געסט