היסטארישע היתר עגונות פראטאקאלן פון די 2טע וועלט קריג אפירגעקומען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

היסטארישע היתר עגונות פראטאקאלן פון די 2טע וועלט קריג אפירגעקומען

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 8:10 pm

היסטארישע היתר עגונות פראטאקאלן פון די 2טע וועלט קריג אפירגעקומען.
פון בערגן בעלזן. - וועט ליציטירט ווערן דורך די קדם אוקשן-האוז.

א זעלטענער און היסטארישער בוך פון געשריבענע היתר עגונות פון די תקופה גלייך נאך די ענדע פון די ביטערע קריג, אין וועלכע די אויסגערופענע רבנים שרייבן אראפ גאר פונקטליכע עדותשאפטן אודים מוצלים מאש - פרויען וועלכע שילדערן מיט אלע איינצלהייטן וואס האט פאסירט מיט זייער מאן און קינדער - און זוכן א היתר עפ״י תורה לינשא.

דער בית דין וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט די התירים אין בערגן בעלזן זענען:
הגאון רבי יואל הלפרין זצ״ל
הגאון רבי ישראל אריה זלמנאוויטש זצ״ל
הגאון רבי ישכר בעריש רובין זצ״ל
הגאון רבי יצחק גליקמאן זצ״ל

די גרויסע רבנים האבן אנגעפרעגט די שווערע שאלות דעם יחיד מומחה אמן דעם פעלד, הגאון האדיר רבי שלמה דוד כהנא זצ״ל מווארשא, וועלכער איז דערנאך געווארן רב אין די חורבה שול אין אלט שטאט.

רבי שלמה דוד האט ארויסגעגעבן א חשבון פון 3000 היתר עגונות באזירט אויף קלארע ראיות עפ״י - און קיין איינציגע מכשול איז נישט ארויסגעקומען מתח״י. וואס צייגט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס האט אים באגלייט.

דער היסטארישער העפט איז פול מיט קלארע דעטאלירטע גביות עדות פון יעדע פאסירונג, און דערויף קומט א פסק פון די גדולי הרבנים.

722FCA17-A8E5-47F7-B50C-BADE612E31E4.jpeg
היתר עגונה פראטאקאלן
722FCA17-A8E5-47F7-B50C-BADE612E31E4.jpeg (84.04 KiB) געזעהן 1202 מאל
לעצט פאראכטן דורך נאטרוליסט אום מיטוואך נובעמבער 27, 2019 8:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 8:32 pm

א לינק צו די אקשן?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 8:54 pm

דא ווערט צוגעברענגט א בילד פון א טייל פון די אויבנדערמאנטע רבנים

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:13 pm


אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:49 pm

ס'איז געווען אמאל באשריבן אין איינע פון די מאגאזינען פון א בי"ד וואס האט ארויס געגעבן איבער 5,000! היתרות עגונות אן קיין איין מכשול.

דאס וואס מ'ברענגט דא איז נאר פון איינעם, ס'דא נאך רבנים וואס זענען געזעסן צו מתיר זיין אין אנדערע געגנטער.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

תגובהדורך אוצרות ליסקא » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:59 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:ס'איז געווען אמאל באשריבן אין איינע פון די מאגאזינען פון א בי"ד וואס האט ארויס געגעבן איבער 5,000! היתרות עגונות אן קיין איין מכשול.

דאס וואס מ'ברענגט דא איז נאר פון איינעם, ס'דא נאך רבנים וואס זענען געזעסן צו מתיר זיין אין אנדערע געגנטער.


אזוי האט דער גאון דער קאפיש'ער רב געשריבען בהקמה לשו"ת שלו משנת יעקב

אונטרעסאט מיר האבן געהאט ברשותינו עטליכע הונדערט אזאלעכע היתר עגונות וואם ער האט געשריבען, מיר האבן זיי אלע צירוקגעגעבן בתשאות חן צו אן אייניקעל זיינע וואס געט זיך אפ איבערצודריקען דעם משנת יעקב. ס'איז נורא נוראות דער סייעתא דשמיא וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר דו אמת'דיגע תלמידי חכמים ורבנים באותו דור.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 11:06 am

נכון להזכיר כאן גם הגאון רבי חיים מרדכי ראלער זצ"ל מניאמץ
איני יודע המספר כמה התיר, אבל היה סכום גדול מאוד.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:39 pm

וגם הרב אברהם שלמה כץ מריסקאווע זצ"ל בעל אורחות המשפטים ואב"ד קרית יואל ב"ב
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”