באריכט: קאנגרעספרוי אילהאן אומאר, א געהיימע אגענט פאר קאטאר

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:20 pm

עפעס איז דא זייער אינטרעסאנט, דער ערשטע דאס צו דריקען איז געווען דער אל-אראביע אין סאודי אראביע און זיי ברענגען א 233 פעידז דיפאזישען פון
איינער א "Kuwaiti-born Canadian businessman Alan Bender" וואס האט געזאגט אז

Qatari officials asked him to recruit American politicians and journalists to be Qatari assets. After he objected, the officials told him that a number of important people were already on Qatar’s payroll. Ilhan Omar was described as the “jewel in the crown,” he said

איז דער עלען בענדער א איד? און אויב יא, האט קאטאר טאקע געטראכט אז ער גייט ארבעטען פאר זיי קעגען אמעריקע?
לעצט פאראכטן דורך רני פלט אום דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:24 pm

א קאנאדישער ביזנעסמאן געבוירן אין קואוועיט+
why not?

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:27 pm

וואלט ער דאך לכאורה געדארפט זיין א ספרדישע, אבער בענדער איז א אשכנזישע נאמען נישט א ספרדישע.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:27 pm

Editor’s note: Though this story has been picked up by several foreign and domestic outlets, its sourcing is questionable. Al Arabiya, who first reported it, is a Saudi-backed news outlet intent on countering Qatari-backed news outlet Al Jazeera. Moreover, the source of the testimony referenced in the story, Kuwaiti-born Canadian citizen Alan Bender, has made other explosive accusations in the past that have not been corroborated (though nothing has been disproven, either). I am choosing to run this story because if it’s true, it’s extremely important information. But be aware of the potential for this to be “fake news” as part of a counter-propaganda effort against Qatar by the Saudis.

אין אידיש: כאטש די געשיכט ווערט דערמאנט דורך עטליכע נייעס אגענטורן, איז די מקור דערפון אונטער פראגע צייכן. "על-אראביא", די ערשטע דאס צו באריכטן, איז א סאודי געשטיצטע צייטונג. נאכמער, די עד וואס וערט דערמאנט, עלען בענדער, איז שוין אין די פארגאנגענהייט ארויסגעקומען מיט אנדערע באמבאסטישע געשיכטעס וואס זענען נישט געווארן קאראבארעיטע"ד (באשטעטיגט אלס אמת) - אבער זענען אויך נישט געווארן אויפגעוויזן אלס פאלש. מיר דערציילן די געשיכטע, צוליב וואס אויס עס איז וואָר, איז דאס גאר וויכטיגע אינפארמאציע. אבער געדענק, דאס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין "פעיק ניוז" אלז א טייל פון די סאודי אנגעפירטע פראפאגאנדא פרוואון אקעגן קאטאר.

ווי ער, אללען בענדער, פארציילט אין געריכט אונדער אויט איז אזוי: פאר צוויי-דריי יאהר צוריק האט ער, בענדער, אפגעראטעוועט א סאודי-אראבישע דיסידענט פון ווערן אנגעגריפן אין לאנדאן (אנגעבליך, דורך איינגעשטעלט אין די ארטיגע ס.א. עמבאסי). תיכף דערנאך האט ער באקומען א מעסעזש פון אבדוללא על-אטבא, די הויפט פון די קאטאר מידיע סענטער און די עדיטאר-אין-טשיעף פון איינע פון די הויפ]ט צייטונגען אין לאנד, ווי ער האט זיך באדאנקט פאר בענדער. דערנאך האט ער איהם געבעטן אויב ער קען רעדן מיט איהם, אזוי האט איין שמועס געפירט צום צווייטן, ביז ער האט זיך איין שיינעם טאג געטראפן אין דאהא -די הויפט שטאט פון קאטאר - ווי ער האט זיך דארט געטראפן מיט די סאמע-העכסטע רעגירונג שישקעס (די וואס פירן אמת'דיג דאס לאנד) און געשמועס מיט זיי איבר אלעס און אלעם. צווישן די זאכן איז אויפגעברענגט געווארן "אילהאן אומאר".

אילהאן אומאר איז, כידוע, געקומען קיין אמעריקא פון סאמאליע אלס קליין קינד און זיך ארויפגעארבעט ביז'ן אנקומען אין קאנגרעס. ווען אומאר איז געלאפן פאר קאנגרעס, האט זי באקומען די פולע שטיצע פון די "מוסלעמענר ברודעשאפט" ארגאניזאציע און דאס לענדל "קאטאר", וואס דערויף איז זי געפארן קיין טערקיי וואו זי האט געהאט א זיצונג מיט ערדואן, צו וועם זי האט געשוואוירן געטריישאפט. ווי אויך זעהט מען אין די בילדער פון יענעם זיצונג ווי זי זיצט קעגן ערדואן "אזויוו א סטודענט קעגנ-איבער זיין פרינסיפאל נאכ'ן טוהן עפעס שלעכט", ווידער ערדואן זיצט מיט די פיס איינער איבער'ן צווייטן מיט די שוך אביסל אין די הייעך (וואס ווערט ביי מוסלעמענער באטראכט אלס א מורא'דיגע גרינגשעצונג).

קאטאר האט אויסגעצאלט איר קאמפיין, עכ"פ א גרויס טייל דערפון, אויף אזא אופן ס'זאל נישט אנצינדן קיין רויטע לעמפלעך. אין אויסטויש פאר די פינאנציעלע און מארלישע שטיצע, האט קאטאר פארלאנגט "פולע פאלגזאמקייט" צו די קאטאר'ישע רעגירונג, ווי אויך אז זי זאל צומאל טוהן טובות פאר טערקיי - ווען ס'קומט א פארלאנג דורך קאטאר.

אומאר, אין איר פאזיציע אויף די "פארעין עפפעירס" קאמיטע אין קאנגרעס, טיילט מיט געוויסע אינפארמאציע - צומאל אויך סענסיטיווע - מיט די קאטאר'ע רעגירונג וואס דאס ווערט ווייטער געשיקט קיין איראן. ווי קאטאר פארציילט, זענען דא געוויסע באאמטע אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי וואס ווייסן פון איר קא-אפעראציע מיט קאטאר.

די באשולדיגונג גייט אבער נאך אסאך ווייטער, ווי קאטאר האט איהם פארציילט, זענען אמעריקאנער באאמטע פון די גרינגסטע אונטער-צושמירן, זיי פארקויפן זיך פאר אזוי ווייניג ווי פופציג-טויזענט דאללער ($50,000) בעת וואס באאמטע פון אנדערע לענדער בעטן אין די הונדערטער-טויזענטער אדער גאר די מיליאנען. די אמעריקאנער באאמטע זענען שוין אראפגעפארן קיין קאטאר "און זיי האבן מיר פארציילט געוויסע נעמען, נאר איך וויל זיי נישט אויסשמועסן" ווי זיי האבן אפגענאלטן זיצונגען מיט די ארטיגע באאמטע. יעדע אזא שמועס ווערט אפגעכאפט אויף באהאלטענע טעיפס, אזוי אז אויב ס'פעלט אויס שפעטער צו צווינגען איינעם צו קא-אפערירן קען מען יענעם בלע"ק-מעיל"ן.

המשך יבוא אי"ה - דיסקלעימער: מיר טוען נישט באשטעטיגן/לייקענען די פאקטן דא אראפגעברענגט, מיר שרייבן נאר נאך די ווערטער פון אללען בענדער.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:37 pm

טענק יו אלעקסא! פליז טעל אס מאאר!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:45 pm

טענקס אלעקסיי.

דערמאנט פון דעם רעפאבליקאנער דענע ראהרבאכער פון קאליפארניע וועלכער פלעגט האבן א שוואכקייט פאר רוסלאנד.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

פאלעסיידס
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:03 pm

האט מען שוין אמאל געכאפט א קאנגרעסמאן ארבעטען פאר א פרעמדע לאנד אימלעגאל, אויב יא וואס טוט מען?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:12 pm

ארבעטן פאר א פרעמדע לאנד איז איין זאך, איבערגעבן סענסעטיווע אינפארמאציע פאר א שונא איז טאטעלי א צווייטע זאך. פלאס דאס באקומען פאר דעם געלט פאר איר קאנגרעס קאמפיין.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:30 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דער געשיכטע אויב עס איז אמת זאל זיין א איבערקערניש.

מען רעדט נישט פון א פרעזידענט, צי פון סיי וועלכער העכערער באמטער, סך הכול פון א קאנגרעס פרוי, נו, נאך אזא געשיכטע ווי קעטי היל...

נאכאמאל, דער פארציילט סאך סאך מער ווי בלויז אילהאן אומאר.

ער רעדט פון: קאטאר, סאודי אראביע, טערקיי, זשאמאל קאשוגי (געווען א שפיאן פאר קאטאר און סאודי אראביע, און קאטאר האט אנגעדרייט ער זאל ווערן אומגעברענגט דורך ס.א.), אילהאן אומאר (איז אינטערסאנט פאר דיר בלויז ווייל זי איז אן אמערקיאנער קאנגרספרוי - די אנדערע זענען סאך אינטערסאנטער אויפ'ן אינטערנאציאנאלען שטאפל).

יא יא, אזוי איז די גאנצע "סקאנדאל"...

ער ווייסט וואס ער רעדט??...

קאטאר און סאדיע אראביע די גרעסטע בלוט שונאים זאל ארבעטן צוזאמען??!
איר האט אפשר געהערט פון א בויקאט וואס ס.א. האט געמאכט נישט צו לאנג צוריק אויף קאטאר??
_________

אגב, קען איך באשטיין אז סיי טראמפ און סיי אומאר זאלן צוזאמען פליען, וכן יאבדו כל אויבך....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:25 pm

נו שוין האט געשריבן:טויש די ווערטער פון אומאר צו עני אנדערע קאנגרעס מאן/פרוי, דערנאך טויש די לאנד פון קאטאר צו ענגלאנד/איזראעל/טורקיי אדער עני אנדערע לאנד און די מעשה ווערט אויס באמב און אויס שעל.

חחח, עקזעקטלי.

יעדע לאנד קען פינאנצירן וועמענס קאמפיין זיי ווילן אונטערן פארען עידזשענט אקט. און יעדע קאנגרעסמאן קען שעירען סייוועכע אינפארמאציע וואס איז נישט קלאסיפיייד...

איטס עי פרי קאונטי.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 10:57 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דער געשיכטע אויב עס איז אמת זאל זיין א איבערקערניש.

מען רעדט נישט פון א פרעזידענט, צי פון סיי וועלכער העכערער באמטער, סך הכול פון א קאנגרעס פרוי, נו, נאך אזא געשיכטע ווי קעטי היל...

נאכאמאל, דער פארציילט סאך סאך מער ווי בלויז אילהאן אומאר.

ער רעדט פון: קאטאר, סאודי אראביע, טערקיי, זשאמאל קאשוגי (געווען א שפיאן פאר קאטאר און סאודי אראביע, און קאטאר האט אנגעדרייט ער זאל ווערן אומגעברענגט דורך ס.א.), אילהאן אומאר (איז אינטערסאנט פאר דיר בלויז ווייל זי איז אן אמערקיאנער קאנגרספרוי - די אנדערע זענען סאך אינטערסאנטער אויפ'ן אינטערנאציאנאלען שטאפל).

יא יא, אזוי איז די גאנצע "סקאנדאל"...

ער ווייסט וואס ער רעדט??...

קאטאר און סאדיע אראביע די גרעסטע בלוט שונאים זאל ארבעטן צוזאמען??!
איר האט אפשר געהערט פון א בויקאט וואס ס.א. האט געמאכט נישט צו לאנג צוריק אויף קאטאר??
_________

אגב, קען איך באשטיין אז סיי טראמפ און סיי אומאר זאלן צוזאמען פליען, וכן יאבדו כל אויבך....


Editor’s note: Though this story has been picked up by several foreign and domestic outlets, its sourcing is questionable.
Al Arabiya, who first reported it, is a Saudi-backed news outlet intent on countering Qatari-backed news outlet Al Jazeera. Moreover, the source of the testimony referenced in the story, Kuwaiti-born Canadian citizen Alan Bender, has made other explosive accusations in the past that have not been corroborated (though nothing has been disproven, either). I am choosing to run this story because if it’s true, it’s extremely important information. But be aware of the potential for this to be “fake news” as part of a counter-propaganda effort against Qatar by the Saudis

אין אידיש: כאטש די געשיכט ווערט דערמאנט דורך עטליכע נייעס אגענטורן, איז די מקור דערפון אונטער פראגע צייכן. "על-אראביא", די ערשטע דאס צו באריכטן, איז א סאודי געשטיצטע צייטונג. נאכמער, די עד וואס וערט דערמאנט, עלען בענדער, איז שוין אין די פארגאנגענהייט ארויסגעקומען מיט אנדערע באמבאסטישע געשיכטעס וואס זענען נישט געווארן קאראבארעיטע"ד (באשטעטיגט אלס אמת) - אבער זענען אויך נישט געווארן אויפגעוויזן אלס פאלש. מיר דערציילן די געשיכטע, צוליב וואס אויס עס איז וואָר, איז דאס גאר וויכטיגע אינפארמאציע. אבער געדענק, דאס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין "פעיק ניוז" אלז א טייל פון די סאודי אנגעפירטע פראפאגאנדא פרוואון אקעגן קאטאר.

גאר א גוטע קשיא, נאר וואס דען? די מעשה פארציילט ער ווי פאלגענד: זשאמאל קאשוגי איז געווען אן עדווייזער צו די הויפט פון סאודי אראביע'ס שפינאזש אגענטור, פרינץ "טורקי על-פייסאל". פייסאל איז שפעטער געשיקט געווארן קיין לאנדאן אלס אמבאסאדאר, און דערנאך האט ער סערווירט אין וואשינגטאן. אין אלע די פלעצער איז קאשוגי מיטגעגאנגען מיט איהם. ווי אויך איז קאשוגי געווען די שליח צווישן סאודי אראביע און "אסאמא בין-לאדין", און קאטאר באאמטע האבן באשטעטיגט אז קאשוגי איז געווען א מיטגליד אינעם "מוסלעמענער ברודערשאפט" ביז זיין טויט.

סאודי אראביע באאמטע האבן אנגעהויבן באמערקן אז געוויסע געהיימע אינפארמאציע איבער די קעניגליכע פאמיליע האט אנגעהויבן אפיר שווימען אין קאטאר-געשטיצטע צייטונגען. עפּפּערענטל"י, האט קאשוגי געארבעט אלס שפיאן פאר קאטאר, און געוואויר געווארן סודות פון זיינע באקאנטע אין ס.א. וואס ער האט איבערגעבען פאר זיינע ארבעטס-געבער וואס האבן עס דערנאך געליעקט צו די צייטונגען. אלס א חלק פון זיין באלוין האט ער באקומען א דירה (פענטהויז) אין טערקיי - אויסגעצאלט גענצליך דורך די רעגירונג פון קאטאר - וואס נאך זיין טויט האט טערקיי ספעציעל געטוישט די סיסטעם אז די דירה זאל קענען אריבערגיין צו זיין גוי'טע (כאטש זיי זענען נישט געווען געהייראט), צוליב די נאנטשאפט וואס סיי ער און סיי זי האבן זיך פארשאפט ביי פרעזידענט ערדואן.

ערגעץ וואו דוכאויס די יארן - לכאורה נישט צו לאנג צוריק - האט קאטאר אנגעהויבן כאפן אז קאשוגי שפילט ארום מיט זיי. דהיינו, ער שפיאנירט טאקע אין ס.א. פאר קאטאר און ער ברענגט זיי גוטע סחורה, אבער אין די זעלבע צייט, שפיאנירט ער אין קאטאר פאר ס.א. און ער גיט איבער געהיימע סחורה פאר ס.א. - אין אנדערע ווערטער ער איז געווארן א "דאבל-עידזשענט" (טאפעלטע אגענט) וואס האט פרובירט צו פארשאפן סחורה פון זיינע ביידע ארבעט'ס געבער און פארראטן איינער פארן אנדערן ווען אינצווישן באקומט ער באצאלט גרויס געלטער פון אלע ביידע צדדים.

קאטאר האט באשלאסן "לא זו הדרך", דאס קען נישט ווייטער אנגיין אזוי, האבן זיי באשלאסן אז מ'גייט אונטערשטעלן א שפיצל. מ'גייט ארויסליעקן פאר ס.א. געוויסע אינפארמאציע וואס וועט זיי אזוי שטארק אויפברויזן אויף דעם פאררעטער אז זיי וועלן דורכפירן א קידנעפּינ"ג און איהם צוריק אהיים טראגן און אריינפאקן אין תפיסה. למעשה ווייסן מיר שוין אלע וואס ס'האט פאסירט ווען ער איז אריין דארט, ער איז שוין נישט ארויס געקומען לעבעדיג.

המשך יבוא אי"ה - דיסקלעימער: מיר טוען נישט באשטעטיגן/לייקענען די פאקטן דא אראפגעברענגט, מיר שרייבן נאר נאך די ווערטער פון אללען בענדער.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:55 pm

אויב די מעשה מיט קאשאגי איז אמת דעמאלטס שטעלט זיך ארויס גאר אן אנדערע בילד
ער איז שוין גארנישט א אומשולדיגער רעפארטער

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:02 am

שכח אלעקסיי פאר די שפאנענדע פארזעצונג, זייער אינטערעסאנט!

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:30 am

קרייסלער האט געשריבן:אויב די מעשה מיט קאשאגי איז אמת דעמאלטס שטעלט זיך ארויס גאר אן אנדערע בילד
ער איז שוין גארנישט א אומשולדיגער רעפארטער

סאיז אמת אזוי ווי די מעשה מיט אילן אומאר

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:46 am

א שיינע מעשה פאר א פילם, אבער עס זעט אביסל אויס ווי איינער חלומ'ט ביינאכט.

אבער הו נאוס, עס קען נאך צום סוף זיין עפעס אמת אויך.... היינט צוטאגס ווייס איך שוין גארנישט
שויתי ה' לנגדי תמיד

!want to be good
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

fox news

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:07 am

[img]
[/img]
צוגעלייגטע
ilhan omar.JPG
ilhan omar.JPG (26.56 KiB) געזעהן 668 מאל

!want to be good
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

floridianpress.com

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:09 am

[img]
[/img]
צוגעלייגטע
ilhan omar.JPG
ilhan omar.JPG (26.54 KiB) געזעהן 665 מאל

!want to be good
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

english.alarabiya.net

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:11 am

[img]
[/img]
צוגעלייגטע
ilhan.JPG
ilhan.JPG (27.01 KiB) געזעהן 660 מאל

!want to be good
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

i24news.tv

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:14 am

[img]
[/img]
צוגעלייגטע
ilhan.JPG
ilhan.JPG (27.11 KiB) געזעהן 654 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:17 am

פעיק נוז האט געשריבן:קום אריין קלאר, וואס איז דיין פוינט?



צל זאגט פונקט ווי דיר, אויב איז טראמפ'ס רעדן מיט רוסלאנד, וואס איז לעגאל, געווען א סקאנדאל, כל שכן דאס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:17 am

פאר איך ליין ווייטער, איז דא עניטינג קראנט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

!want to be good
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:18 am

כאפצעם האט געשריבן:
טויש די ווערטער פון אומאר צו עני אנדערע קאנגרעס מאן/פרוי, דערנאך טויש די לאנד פון קאטאר צו ענגלאנד/איזראעל/טורקיי אדער עני אנדערע לאנד און די מעשה ווערט אויס באמב און אויס שעל.

חחח, עקזעקטלי.

יעדע לאנד קען פינאנצירן וועמענס קאמפיין זיי ווילן אונטערן פארען עידזשענט אקט. און יעדע קאנגרעסמאן קען שעירען סייוועכע אינפארמאציע וואס איז נישט קלאסיפיייד...

איטס עי פרי קאונטי.

!So what was the problem with Russia? as they are allowed even to finance trump campaign

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:42 am

דער געזעץ אונטער דעם פארעין עידזשענט עקט איז אז אלעס איז מותר אבער נאר מיטן תנאי אז מען געט דאס איין עקסטער אז מען איז אן אגענט פאר אן אנדער רעגירונג.
רוב אזעלכע קלאגעס זענען טאקע אז מען איז אן ״אנרעדזשיסטערד״ פעין עידזשענט.
רוסלאנד האט אן עמטליכער שפיאן וואס ארבעט געהעריג אין זייער עמבעסי אין וואשינגטאן און דע זלבע זאך האט כמעט א ידע מדינה אן ״עמטליכער״ שפיאן
ווען מען ווארפט דיפלאמאטן פליט נישט יענער ווייל ער האט טאקע די דאזיגע פאזיציע.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:44 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאר איך ליין ווייטער, איז דא עניטינג קראנט?

פאר דעים ביסטו דא, מיר ווילן הערן פון דיר אויב ס'איז קראנק... כ'מיין צו זאגען אויב ס'איז קראנט.

מאך דיין ריסערטש און קום ביטע צוריק מיט א ריפארט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:33 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:דער געזעץ אונטער דעם פארעין עידזשענט עקט איז אז אלעס איז מותר אבער נאר מיטן תנאי אז מען געט דאס איין עקסטער אז מען איז אן אגענט פאר אן אנדער רעגירונג.

רוב אזעלכע קלאגעס זענען טאקע אז מען איז אן ״אנרעדזשיסטערד״ פעין עידזשענט.

רוסלאנד האט אן עמטליכער שפיאן וואס ארבעט געהעריג אין זייער עמבעסי אין וואשינגטאן און דע זלבע זאך האט כמעט א ידע מדינה אן ״עמטליכער״ שפיאן
ווען מען ווארפט דיפלאמאטן פליט נישט יענער ווייל ער האט טאקע די דאזיגע פאזיציע.

דאס איז די גאנצע? אז א ביסל פעפער ווארק איז נישט געמאכט געווארן און נישט געווען רעדזשיסטערד! אבער בעצם מעג יעדער לאנד (נאך די פעפערווארק פארשטייט זיך) מעדלען אין אמעריקאנער עלעקשען'ס?

זעהט אויס אז די CIA האט געטוהן די פעפעווארק און דערפאר האבן זיי זיך געמעגט מישן אין די אמעריקאנער עלעקשן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט