**בלומבערג 2020**

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:00 pm

מטעמים האט געשריבן:דער עולם האט רעכט, אויב לויפט ער האט ער א סיריעס שאנס צו געווינען און אויב געווינט ער גייט ער זיין הארט ווי בוש, ציפעדיג ווי אבאמא און א מויל ווי טראמפ, אלע זיינע שלעכטע מידות וועט ווערן אויסגעניצט לטובת אמעריקע.

פון אלע יעצטיגע ווישי וואשי דעמאקראטישע קאנדידאטען וואלט איך געשטומט פאר בלומבערג (מיין מיינונג קען זיך טוישען עט עני טיים, נאו פריוויעס נאטיס נידעד)


איך וואלט לכאורה לויטן יעצטיגן מצב געשטימט פאר בלומבערג אנטקעגן טראמפ.

ער איז א ריכטיגער ביזנעסמאן און מולטי מיליאנער וואס איז נישט דא פאר קיין נאנסענס, ער וועט מאכן זאכן ארבעטן, און ער איז זייער פראו ביזנעס, ווייט ווייט פון סאשעליזם.


נאר זיינע ביטערע יארן אלץ ניו יארק סיטי מעיאר לאזט מיר דאס נישט טוהן.
אנגעהויבן מיט מציצה בפה, די פארשאלטענע בייק לעינס, ער האט ארקעסטירט אז ס'זאל זיין אומגעהויערע שווערע טרעפיק אין מאנהעטן כדי מענטשן זאלן נישט נוצן קיין קארן, פארבאטן זאלץ... פארבאטן גרויסע סאדעס, א.א.וו.
ועל כולם זיין חוצפה פון טוישן די געזעץ כדי צו באקומען א דריטע טערמין אלץ מעיאר. אוודאי איז עס דורך א פובליק וואוט, אבער מיט זיין געלט האט ער דאס ערלעדיגט.
אונז היימישע אידן האבן כמעט גארנישט געהאט פון איהם טראץ די ריזיגע ראלי אויף ליע קאר. ראדני וואו אונז תמימות'דיגע אידן האבן געשריגן 4 מאור יעירס...
אן אנגעבלאזענער בעל גאוה.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:21 pm

שטומפיג האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

זיי זיך ביטע מסביר

איך בין זייער א שוואכע פאליטיק מבין, מיט מיין נארישע דעת בעל הבית אבער, פארשטיי איך אז מיט אזויפיל קנאקעדיגע דעמאקראטישע קאנדידאטן וועלן זיך די דעמאקראטן שווער אויסקומען פאר איינעם וואס וועט באזיגן טראמפ.
אפשר איז א טעות געווען מיין אריינרעדן דא, אויב יא, מנהלים: ביטע מעקן :)

איר האט א טעות כבוד הרב,
די דעמאקראטן האבן בכלל נישט קיין "קנאקעדיגע קאנדידאטן" דאס מאל, און עס איז ממש א בושה צו זעהן אז אנשטאט קוקן אויף פאראויס, און ארויסשטעלן א נארמאלע מעכטיגע קאנדידאט, איז מען פארנומען מיט סקאנדאלן...
בלומבערג ווייסט די מצב, און טאקע דערפאר איז ער אריינגעשפרינגען, אפשר ער וועט עס קענען מאכן.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:42 pm

איך שטים נישט פאר בלומבערג
[אלץ די גזירה פון מצציה פפה ]
שרייב אין מעק

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:47 pm

פאר בלומבערג ווינטש איך קדחת...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:55 pm

בלומבערג קען אבער מאכן קדחת פאר פוטין, קים יאנג אן וחבריהם, מעגליך לוינט זיך איבערצוקלערן....

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:05 pm

חד יומא האט געשריבן:בלומבערג קען אבער מאכן קדחת פאר פוטין, קים יאנג אן וחבריהם, מעגליך לוינט זיך איבערצוקלערן....

פוטין און קים יאנג, האבן מיך נישט געטשעפעט, משא"כ דער מומר בלומבערג,
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:09 pm

אביונה האט געשריבן:
חד יומא האט געשריבן:בלומבערג קען אבער מאכן קדחת פאר פוטין, קים יאנג אן וחבריהם, מעגליך לוינט זיך איבערצוקלערן....

פוטין און קים יאנג, האבן מיך נישט געטשעפעט, משא"כ דער מומר בלומבערג,

איך בין אויך ברוגז אויף אים, אבער ער קען נאך תשובה טוען אזוי ווי ער האט תשובה געטוען אויף "סטאפ ענד פריסק"...

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:11 pm

חד יומא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
חד יומא האט געשריבן:בלומבערג קען אבער מאכן קדחת פאר פוטין, קים יאנג אן וחבריהם, מעגליך לוינט זיך איבערצוקלערן....

פוטין און קים יאנג, האבן מיך נישט געטשעפעט, משא"כ דער מומר בלומבערג,

איך בין אויך ברוגז אויף אים, אבער ער קען נאך תשובה טוען אזוי ווי ער האט תשובה געטוען אויף "סטאפ ענד פריסק"...

ווען ער טוט תשובה ברויך ער אנטוהן א קאפל מיט פאות און פאסטן א גאנצע טאג און נישט טשעפענען טראמפ'ען...

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:13 pm

איך האף אז בלומבערג וועט געווינען די דעמאקראטישע פארמעסט, איך וויל זעהן די אלע מה יפית'ניקעס ווי "דער צייטונג" און זיינע פריינט וועלן שטיצען א אויסגעשפראכענע ישראל מומר א להכעיס'ניק און א ציאניסט, קעגן א אידן פריינט.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:28 pm

איך האף אז בלומענבערג זאל געווינען די דעמאקראטישע פארמעסט און נאכדעם כאפן א מילכיגן פראסק מיטן פארלירן קעגן טראמפן. פשוט אלס זיינע רשעות וואס ער האט אינז אויסגעטיילט

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:37 pm

איך וואלט געוועלט פאר בלומבערג אין די פריימעריס פשוט ווייל איך וויל זעהן ביי די דיבעיט ווי בלומבערג נעמט ארויס א טשעק בוק אין פרעגט טראמפ, וויפיל איז ווערט דיין אלע האטעלן אין גאלף קוארטס? פיר פינף ביליאן? לאמיר דיר אויסקויפן, נאט אייך די טשעק. דא האסטו.
איך וויל פשוט זעהן די קאליר טויש פין ארענטש צו רויט.
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:44 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:איך וואלט געוועלט פאר בלומבערג אין די פריימעריס פשוט ווייל איך וויל זעהן ביי די דיבעיט ווי בלומבערג נעמט ארויס א טשעק בוק אין פרעגט טראמפ, וויפיל איז ווערט דיין אלע האטעלן אין גאלף קוארטס? פיר פינף ביליאן? לאמיר דיר אויסקויפן, נאט אייך די טשעק. דא האסטו.
איך וויל פשוט זעהן די קאליר טויש פין ארענטש צו רויט.

און וואס טוסטו אויב ער געווינט די וואלן, מיינסט ער גייט באפרייען היימישע ארעסטאנטן צי וואס?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:45 pm

#נעווער בלומבערג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

NYC 12 יאר היסטארי פון בלומבערג ביזנעס פאלאסי, טעקס ענד רוגעלאציעס

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:53 pm

די פאליטישע וועלט איז אויף מיט בלומבערג'ס מעלדנוג אז ער שפרינגט אריין אינעם פארמעסט, מען וועט נאך אסאך שפאקעלירען צו ער קען געווינען די די פריימעריס און דערנאך די אלגעמיינע עלעקשנס קעגן טראמפ.

בלומבערג איז א ביליאנער {פאר ווער עס ווייסט נישט} און דערפאר קומט ער אריין אלץ פרא ביזנעס,
בלומבערג האט א היסטארי אין גאווארמענט, ער איז געווען 12 יאר מעיאר פון נ"י סיטי - די ביזנעס קעפיטעל פון די וועלט.

לאמיר אין די אשכול אויסשמיעסן זיינע ביזנעס פאלאסיס מיט וואס ער האט זיך אויסגעצייכענט זייענדיג מעיאר, מיט וואס ער האט געטוישט נ"י צו גיטען ביזנעס-ווייז, מיט וועלכע ביזנעס פאלאסי ווערט ער געדענקט צו גיטען מיט ער האט בעסער געמאכט די ביזנעס ענוויירעמענט פון וואס גאנץ נ"י האט הנאה געהאט.

ביטע האלטען די אשכול צום פונקט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:54 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:איך וואלט געוועלט פאר בלומבערג אין די פריימעריס פשוט ווייל איך וויל זעהן ביי די דיבעיט ווי בלומבערג נעמט ארויס א טשעק בוק אין פרעגט טראמפ, וויפיל איז ווערט דיין אלע האטעלן אין גאלף קוארטס? פיר פינף ביליאן? לאמיר דיר אויסקויפן, נאט אייך די טשעק. דא האסטו.
איך וויל פשוט זעהן די קאליר טויש פין ארענטש צו רויט.


;l;p-

נפלוץ נפלצתי.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:09 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:איך וואלט געוועלט פאר בלומבערג אין די פריימעריס פשוט ווייל איך וויל זעהן ביי די דיבעיט ווי בלומבערג נעמט ארויס א טשעק בוק אין פרעגט טראמפ, וויפיל איז ווערט דיין אלע האטעלן אין גאלף קוארטס? פיר פינף ביליאן? לאמיר דיר אויסקויפן, נאט אייך די טשעק. דא האסטו.
איך וויל פשוט זעהן די קאליר טויש פין ארענטש צו רויט.

:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:

פשוט און גראד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

תגובהדורך פשוט און גראד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:25 pm

בלומבערג...
ווי גייסטו ווי

פשוט און גראד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

תגובהדורך פשוט און גראד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:26 pm

דעמעקראטן גייען איהם נישט אויסוועלן

פשוט און גראד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

תגובהדורך פשוט און גראד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:28 pm

יעך ציטער וואס פארא העיט דער קען אנברענגען

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » זונטאג נובעמבער 24, 2019 7:52 pm

אפגעהיטן זאל מען ווערן פון אזא קאנדידאטור
ווער ווייסט וואס פאר א גזירות רעות דער רשע דער עוכר ישראל קען נאך אלץ גוזר זיין אויף אונז
אנגעהויבן מיט ברית מילה און ווער ווייסט וואס נאך דער ימח שמו'ניק האט אלץ אן געדאנק
לאמיר מתפלל זיין ער זאל האבן א מיאוס'ע מפלה

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:01 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:איך האף אז בלומבערג וועט געווינען די דעמאקראטישע פארמעסט, איך וויל זעהן די אלע מה יפית'ניקעס ווי "דער צייטונג" און זיינע פריינט וועלן שטיצען א אויסגעשפראכענע ישראל מומר א להכעיס'ניק און א ציאניסט, קעגן א אידן פריינט.

אהבת השם האט געשריבן:איך האף אז בלומענבערג זאל געווינען די דעמאקראטישע פארמעסט און נאכדעם כאפן א מילכיגן פראסק מיטן פארלירן קעגן טראמפן. פשוט אלס זיינע רשעות וואס ער האט אינז אויסגעטיילט

;l;p- ;l;p- פאר ביידע
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:26 pm

נארישקייטן, די גרעסטע פארלירער פון א בלומבערג קאנדידאטור איז די דעמאקראטישע נאמעני. פשוט ווייל די דעם. נאמענאציע געווינט ער נישט. און אז ער לויפט פאר אינדעפענדענט גייט ער אוועקנעמען פונעם דעם. נאמעני.

איין זאך יא, אויב ער לויפט אלס אינדעפענדענט קען ער נאך אנווערשאפטן אז די האוז זאל וואטן פאר פרעזידענט... (וואס מיינט בד"וו א זיכערע טראמפ געווינס.. נאא גענוג דימיונות געחלומט...)
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:39 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:נארישקייטן, די גרעסטע פארלירער פון א בלומבערג קאנדידאטור איז די דעמאקראטישע נאמעני. פשוט ווייל די דעם. נאמענאציע געווינט ער נישט. און אז ער לויפט פאר אינדעפענדענט גייט ער אוועקנעמען פונעם דעם. נאמעני.

איין זאך יא, אויב ער לויפט אלס אינדעפענדענט קען ער נאך אנווערשאפטן אז די האוז זאל וואטן פאר פרעזידענט... (וואס מיינט בד"וו א זיכערע טראמפ געווינס.. נאא גענוג דימיונות געחלומט...)


וויאזוי איז א הויז וואוט א זיכערע טראמפ געווינס?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:30 pm

ווייל ס'גייט נישט לויט די איצטיגע רעפרעזענטאטן, נאר יעדע סטעיט באקומט איין דעלעגאט, און דאס איז פשוט אז ס'איז דא מער רויטע סטעיטס ווי בלויע.

(דאס אז ס'נישט יושר אז די מיליאנען איינוואוינער פון קאליפארניע באקומען אין אזא וואט די זעלבע רעפרעזענטאציע ווי די פאר הונדערט טויזענט פון ווייאמינג, גערעכט! אבער אזא וואט מאכט זיך זייער ווייניג {האבנדיג נאר פאסירען דריי מאל, און די לעצטע מאל איז געווען אין 1836}, אונז האבן אבער א סיסטעם ווי אזוי מ'עלעקט יעדע פיר יאר, און דאס דארף מען קודם פיקסן.....)
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:38 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווייל ס'גייט נישט לויט די איצטיגע רעפרעזענטאטן, נאר יעדע סטעיט באקומט איין דעלעגאט, און דאס איז פשוט אז ס'איז דא מער רויטע סטעיטס ווי בלויע.

(דאס אז ס'נישט יושר אז די מיליאנען איינוואוינער פון קאליפארניע באקומען אין אזא וואט די זעלבע רעפרעזענטאציע ווי די פאר הונדערט טויזענט פון ווייאמינג, גערעכט! אבער אזא וואט מאכט זיך זייער ווייניג {האבנדיג נאר פאסירען דריי מאל, און די לעצטע מאל איז געווען אין 1836}, אונז האבן אבער א סיסטעם ווי אזוי מ'עלעקט יעדע פיר יאר, און דאס דארף מען קודם פיקסן.....)


די איין דעלעגאט ווערט אויסגעקליבן דורך די שטאַט'ס גאנצע דעלעגאציע.

יעצט האבן 26 שטאַטן האבן יעצט א רוב פון רעפובליקאנער, צו 23 וואס האבן א רוב דעמאקראטן, און איינס וואס איז האלב און האלב.

די קאנגרעס וואס שטימט דערויף איז די נייע וואס קומט אריין, און ס'דא עטליכע שטאַטן וואס קענען לויט די יעצטיגע שאצונגען טוישן זייער רוב, אריינגערעכנט עטליכע וואס האבן יעצט א רוב רעפובליקאנער, דאס הייסט אז אויב דעמאקראטן האבן א גוטע עלעקשאן איז נישט אזוי ווייט פאר זיי צו האבן א רוב אין 26 שטאַטן.

נאכמער, אפילו אויב דעמאקראטן האבן א רוב אין בלויז 25 שטאַטן, וועט דער דעמאקראטישער וויצע פרעזידענט קאנדידאט ווערן פרעזידענט אויב דעמאקראטן האבן 51 סענאטארן, און די ספיקער פונעם הויז (וואס וועט בפשטות זיין א דעמאקראט אויב רעפובליקאנער האבן א רוב אין בלויז 25 שטאַטן) וועט ווערן פרעזידענט אויב דעמאקראטן האבן 50 סענאטארן.

אין אנדערע ווערטער, כדאי צו קענען צוריק אריינברענגען טראמפ אין פאל פון א תיקו וועלן רעפובליקאנער מוזן אנהאלטן זייער יעצטיגע שטארקייט אינעם רעפרעזענטאטן הויז, און כדאי צו פארזיכערן א רעפובליקאנער פרעזידענט בכלל וועלן זיי מוזן זיכער מאכן אז דעמאקראטן פּיקן נישט אויף מער פון צוויי זיצן אינעם סענאט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”