**בלומבערג 2020**

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

טעם וריח האט געשריבן:וואס איז די טראמפ סטראטעגיע כלפי בלומבערג? דער מלך יר"ה האט שוין קאמענטירט אויף בלומבערג'ן?

דאכצעך ער האט שוין זוכה געווען צו א צונאמען פונעם פרעזידענט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

Kollel האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:וואס איז די טראמפ סטראטעגיע כלפי בלומבערג? דער מלך יר"ה האט שוין קאמענטירט אויף בלומבערג'ן?

דאכצעך ער האט שוין זוכה געווען צו א צונאמען פונעם פרעזידענט

דעיס איז נאך שריים פון די פאריגע עלקשענס,
און איך וואלט געראטען די פרעזידענט זאל אים רופען דער קליינער וואס לאזט נישט (קען נישט)האלטען גרויסע קאפס און די הענט
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

בלומבערג היינט ביי א פארזאמלונג: זיין א מעיאר איז די בעסטע זשאב אין די וועלט, אויב דו האסט קליינע פראבלעמען, ווי למשל טורם לימיטס, קענסטו פשוט טוישן די געזעץ...
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

דאס איז היינט פארטיילט געווארן ביי א בלומבערג פארזאמלונג אין א סינאגאגע אין מיאמי

34B69B21-56B9-4A46-B859-91B39F7D96F4.jpeg
34B69B21-56B9-4A46-B859-91B39F7D96F4.jpeg (304.59 KiB) געזען 2336 מאל
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

אלעס ארום מייקל בלומבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

די דעמאקראטישע פריימערי האט זיך א שאקל געגעבן, און געוועזנער נוי יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג האט באוויזן צו ארויפריקן זיין נאמען צו איינער פון די העכסטע לויפערס אין די פריימערי.

איך האב אלץ געויסט אז דער איד איז א שונא דת, און ער איז געשטאנען אינטער די ביטערע גזירה אויף מציצה בפה, וואס מעיאר דעבלאזיו יר"ה האט אפגעשאפן.

אבער לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אז באמת איז בלומבערג יא א אוהב דת, נאר ער האט נישט קיין ברירה וכו'.

קען איך באשטיין צו הערן פונעם ציבור צי איינער ווייסט מער איבער דעם בחור, און וואס איז זיין מיינונג און באצאונג צו היימישע אידן באמת.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

וואספארא מין גערעדאכטס איז דאס נישט געהאט קיין ברירה.
גערודפט כלל ישראל מיט מציצה בפה וואס הייסט ער האט נישט געהאט קיין ברירה ?
דיבלאזיאו האט יא געהאט א ברירה ?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

I am a proud black hatter

מיר איז גאר שווער צו גלייבן אז ער איז נישט קיין שונא דת לויט זיין היסטארי .

א דל גאה איז ער זיכער א גאר גרויסער און אויף זיין אראפקוקן אויף א צווייטן איז ער מיט פארשידענע בחינות נאך ערגער פון טראמפענינו
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

הי מיסט די באוט, איך וואלט אים נישט געטראסט, דא זאגט ער אז ער האט נישט קיין ברירה, און וואס וועט ער זאגן ווען ער זיין פרעזידענט פאר אנדערע זאכן? איך האב נישט קיין ברירה! דער האט אונז פיינט און פערטיג!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לויט מיין אינפארמאציע פון איינער וואס איז נאענט געווען מיט אים האט ער פיינט יעדן אשר בשם ישראל יכונה, אויך ווער ס'איז נישט נחשד צו זיין אן אלטרא-ארטאדאקס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

בפשטות איז גוט אז ווער עס שמועסט איבער די האקעלע נושאים זאל זיך פארשטעלן כאילו ער שרייבט אן ענגלישע בריוו צום ניו יארק טיימס. נישט קיין שפילעכל, ספעציעל יעצט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

שקץ תשקצנו ותעב תתעבנוכי חרם הוא....
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

בפשטות איז גוט אז ווער עס שמועסט איבער די האקעלע נושאים זאל זיך פארשטעלן כאילו ער שרייבט אן ענגלישע בריוו צום ניו יארק טיימס. נישט קיין שפילעכל, ספעציעל יעצט.


מיט וואס זענען זיי בעסער ווי מייקל?
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך האף אז ער וועט נישט ווערן פרעזידענט ה''י
ער איז א סכנה פאר אידישקייט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ער איז אין מיינד נישט אזוי ווייט העיטפוהל ווי ער דיסרעספעקט טראדישען אוועראלל און נאך מער קוקט ער עס אראפ ווען עס איז א ארטאדאקסישע איד - ער אליינס היט נישט גארנישט און רעספעקט נישט איינער וואס לעבט א העכערע לעבן און ער רעספעקט עס נאך ווייניגער ווען יענער איז א ערליכע איד.

וויט דעיט ביאינג סעיד לויפט ער אבער בכלל נישט אויף די פלאטפארמע, ער לויפט אויף די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי און ער איז עקסעלענט אין גאווערמענט מענעזשמענט און ריסטראקטשערן גרויסע קאמפעניס און אויף דעם לויפט ער.

ווער עס האלט אז ווער עס איז פרעזידענט מאכט אויס ביינונז היימישע אידען קען איך זעהן זיך צוריק האלטען פון שטומען פאר אים אבער ווער עס האלט אז א פרעזידענט מאכט נישט עכט אויס ביינונז היימישע אידער דאן איז ער א סאליד קאנדידאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איך ווייס נישט אויף וואס ער לויפט, אבער אזא איינער (נאך דערצו א יוד) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז אידן ווואס אונז פיר מיר זיך שוין פאר 1000ער יאר, איז אן אפיקורס און א שייגאץ און ער טאר נישט באקומען קיין איין יודישע וואוט,
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

לאמיר האפן אז ער האט שוין תשובה געטון
(אגב די תגובה איז פשוט ווייל איך האב געוואלט אראפנעמען מיין תגובה, אבער כ'וויל נישט איבערלאזן קיין פינטל...)
לעצט פארראכטן דורך נקודהלע אום דינסטאג פעברואר 11, 2020 12:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

זאגען, אז ער האט נישט מורא פון אפאר טויזענט שווארצע היטען פראטעסטירען קעגן אים, האט ער אויך נישט געהאט קיין ברירה?

----------
נקודהלע האקט מיט א נקודה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

יעדע איידילאגישער גוי וואס איז אויף די ליבעראלע זייט האט אטאמאטיש פיינט אידן. פיינט מיינט לאו דוקא אז האסט די אידישע גלויבונג, נאר אז זיינע געמיינע משוגעת׳ן וועגט איבער זיין אנערקענונג צו רעליגיעזע רעכטן. מיט א אויסנאם אויב ער איז א פיפיגער פאלאטישן, וואס וועט פראבירן צו טאנצן אויף ביידע חתונות. דהיינו, ער וועט אדאפטירן יעדע משוגעת וואס איז אנגענומען ביי זיינע ליבעראלע כדומה לו׳ס, און פון די צווייטע זייט וויל ער אלעס טאן צו בלייבן מיט די פאליטישע שטיצע, אמאל געלונגט די קוגל און אמאל נישט.

א גוטע ביישפיל איז דער אפגעפליקטער מעיאר דיבלאזיא. וואס אויבן אויף, בעיסד אויף זיין לעוועל אין ליבעראליזם פארשטייט זיך נישט וויזוי טאקע ער שטעלט זיך אזוי שיין צי צו די אידישע עסקנים. לויט פון ווי ער קומט, און וואספארא חזר ער איז וואלט די אידישע חינוך געווען אפגעפרעגט ביי אים פון די ערשטע רגע, אפגערעדט פון מציצה בפה, כפרות און פלעסטישע לולבים האלטער׳ס אא״וו.. וואס דען, דער באשעפער האט אינז ליב. און האט געפירט אז דעבלאזיאו זאל גיין צווישן די טראפן. און ס׳איז אים טאקע זייער שווער געווען זיין דילעמא מיט די חינוך אישו.

טראמפ איז בכלל נישט קיין איידילאגיסט, ס׳אינטערסירט אים נישט ווי לאנג די וועלט שטייט שוין און ווי לאנג עס קען נאך אנגיין. יעצט איז זיין שאנס צו לעבן, איך טראג מיין אייגענע דאגות. איך בויע בנינים, כ׳וועל גראבן אויל, און איבערלאזן קליימעט טשעינדזש פאר די ליבעראלע משוגעים.

בלומבערג איז א טאפעלטע סכנה ווייל ער האט געלט אויך, ער שפירט נישט פאר וויכטיג זיך צו לעקן צו אידישקייט. אשע״כ זענען זיינע משוגעת׳ן זיך מתגבר אויף אלעם, ער וועט פארבאטן מציצה בפה, ווייל ס׳איז דזשורמס. מקוואות ווייל ס׳פארשפרייט די קעראונע וויירוס, און כפרות ווייל זיי לאזן איבער הכנות אויף סיטי פראפאטיס. איינער קען זיך אויס׳משל׳ן א מעיאר בלומבערג די לעצטע 3 יאר, דורכאויס די חינוך געראנגל? דער באשעפער האט אונז אפגעהיטן!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ער וועט ברענען אין גיהנם פאר יעדע שהכל וואס ער האט אויסגעלאזט....
ער איז א יוד!!, צו ער וויל יא צו ער וויל נישט....
ואפיקורוס ישראל כל שכן דפקר טפי
קיין תינוק שנשבה איז ער נישט, ער קען זייער גוט די ארטאדאקסישע אידנטוהם, און ער ווייסט שוין איינמאל וואס יודישקייט איז...
סאו, וואסי די שאלה צי ער איז א שונא דת??,
אויב איז ער א אוהב דת, זאל ער שוין תשובה טוהן

ועוד, אויב ווערט ער פרעזידענט, וועט עס געבן שטאף פאר אלע אנטיסעמיטן, די יודן פירן די וועלט...
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

מיט וואס איז ער ארגער פין סענדערס??
באלייכטער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 07, 2019 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלייכטער »

מטעמים האט געשריבן:ער איז אין מיינד נישט אזוי ווייט העיטפוהל ווי ער דיסרעספעקט טראדישען אוועראלל און נאך מער קוקט ער עס אראפ ווען עס איז א ארטאדאקסישע איד - ער אליינס היט נישט גארנישט און רעספעקט נישט איינער וואס לעבט א העכערע לעבן און ער רעספעקט עס נאך ווייניגער ווען יענער איז א ערליכע איד.

וויט דעיט ביאינג סעיד לויפט ער אבער בכלל נישט אויף די פלאטפארמע, ער לויפט אויף די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי און ער איז עקסעלענט אין גאווערמענט מענעזשמענט און ריסטראקטשערן גרויסע קאמפעניס און אויף דעם לויפט ער.

ווער עס האלט אז ווער עס איז פרעזידענט מאכט אויס ביינונז היימישע אידען קען איך זעהן זיך צוריק האלטען פון שטומען פאר אים אבער ווער עס האלט אז א פרעזידענט מאכט נישט עכט אויס ביינונז היימישע אידער דאן איז ער א סאליד קאנדידאט.


א מין גערעדעכס, לאמיר פארשטיין געבען וואס די זאגסט. אויב האלטסטו אז דער מייקל האסט דיך, ער פיינט דיך, ער פארטראגט נישט דיין הלוך ילך אבער די ביזט פון דעי מענטשען וואס האלטן אז א פרעזידענט מאכט נישט אויס פאר דע בירגער פערזענליך, די האלטס צו האבן א פרעזידענט וואס קען באפרייען א רבאשקין איז זין לאז, ס'פעלט נישט אויס. דאן יא וואוט פאר מייק...

אגב, און די היינטיגע אמעריקע האט א פרעזידענט א שטארקע עפעקט אויף יעדען בירגער פערזענליך, די השחתה געזעצן איז געפערלעך, און ווער דער פרעזידענט איז מאכט א דיפרענס.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

און איינער וואס האט זיך אפען אויסגעדריקט אן קיין בושה אז - אנטשולדיגט פאר'ן ציטירן די עקלהאפטע ווערטער - ווען די עקידת יצחק וואלט פארגעקומען בימינו וואלט ער [רח"ל מהאי דעתא] אנגעקלאגט אונזער הייליגן פאטער .... ע"ה פאר'ן טוהן אזוינס צו זיין זוהן, עפרא לפיו הטמא והסרוח! [איך האב נישט געקענט אריינשרייבן דעם הייליגן נאמען צווישן אזעלכע ווערטער], אזא איינער איז אן אוהב דת?! צי זאגן די ווערטער האט ער אויך נישט געהאט קיין ברירה?!
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

עכט היימיש האט געשריבן:לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אז באמת איז בלומבערג יא א אוהב דת, נאר ער האט נישט קיין ברירה וכו'.

קען איך באשטיין צו הערן פונעם ציבור צי איינער ווייסט מער איבער דעם בחור, און וואס איז זיין מיינונג און באצאונג צו היימישע אידן באמת.

איך האב אליין געהערט פון ר' משה דוד הי"ו אז ער איז אוזער גרעסטער שונא, דאס ערגסטע וואס שייך, ער זאגט אז ער מ'טאר אפילו נישט איבערזאגן וואס ער האט אלץ געזאגט ביי פריוואטע מיטינגען אנקעגן אונז, אבער ער איז א כופר בעיקר און שונא דת מוחלט.
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך ווייס נישט אויף וואס ער לויפט, אבער אזא איינער (נאך דערצו א יוד) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז אידן ווואס אונז פיר מיר זיך שוין פאר 1000ער יאר, איז אן אפיקורס און א שייגאץ און ער טאר נישט באקומען קיין איין יודישע וואוט,



וואָו, וואָו, וואָו, אונז האמיר דא א סאליד פוסק אָן באָורד...

צו ער טאר נישט באקומען קיין איין אידישע וואוט קען איך נישט זאגן, ווייל איך בין נישט קיין פוסק, אבער לגבי ווער ס'איז אן אפיקורס פסק'נט די רמב"ם אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ח) אז "שלשה הן הנקראים אפיקורסין: האומר שאין שם נבואה כלל ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם, והמכחיש נבואתו של משה רבינו, והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם." דאס הייסט אז לויט'ן רמב"ם איז אן אפיקורס נישט דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די הייליגסטע ביי אונז וכו'.

א שייגאץ ביסטו גערעכט אז ער איז...
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

כל טוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:לעצטענס האט מיר איינער נאכגעזאגט פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אז באמת איז בלומבערג יא א אוהב דת, נאר ער האט נישט קיין ברירה וכו'.

קען איך באשטיין צו הערן פונעם ציבור צי איינער ווייסט מער איבער דעם בחור, און וואס איז זיין מיינונג און באצאונג צו היימישע אידן באמת.

איך האב אליין געהערט פון ר' משה דוד הי"ו אז ער איז אוזער גרעסטער שונא, דאס ערגסטע וואס שייך, ער זאגט אז ער מ'טאר אפילו נישט איבערזאגן וואס ער האט אלץ געזאגט ביי פריוואטע מיטינגען אנקעגן אונז, אבער ער איז א כופר בעיקר און שונא דת מוחלט.

עס קען זיין ער מיינט צו זאגן אז ר' משה דוד האט נישט קיין ברירה
ונזכה ונחיה ונראה ביי די נ"י פריימערי וועם מ'וועט אינדארסירן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”