**בלומבערג 2020**

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלומבערג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2019 2:20 pm

**בלומבערג 2020**

תגובהדורך בלומבערג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:45 pm

אפיציעל אינעם פארמעסט!

[img]
[/img]
צוגעלייגטע
123456bloom.JPG
123456bloom.JPG (26.71 KiB) געזעהן 3497 מאל
לעצט פאראכטן דורך בלומבערג אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סוף דבר הכל נשמע את אלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם!!!

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:53 pm

שלום עליכם.

מיט מזל און ברכה. גליטש דיך נישט אויס בשעת'ן לויפן...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:54 pm

!Welcome
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

בלומבערג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2019 2:20 pm

תגובהדורך בלומבערג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:58 pm

מייקל בלומבערג (געבוירן 14טן פעברואר 1942) איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, פלינטאראפ און דער ב"ב פון בלומבערג נייעס. ער איז געווען דער 108ער בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי, פון 2002 ביז 2013.

בלומבערג האט גראדואירט אין 1964 אלס אן אינזעשניר אין דזשאנס האפקינס אוניווערסיטעט. ער האט שפעטער באקומען א ביזנעס דיפלאם אין הארווארד. און נאכ'ן גראדואירן האט ער אנגענומען א דזשאב ביי סאלמאן בראדערס אלס א קלוירק, פאר $9000 א יאר, ער האט זיך ארויפגארבייט און געווארן א שותף אין די פירמע.

נאכ'ן באזייטיגט ווערן אין 1981 האט בלומבערג גענוצט זיין 10 מיליאן דאלאר פארגיטיגונג צו שאפן די בלומבערג פירמע, וואס האט זיך ציוואקסען אלעס א ריזיגער מעדיע אימפעריע.

בלומבערג איז פון דער וועלט'ס רייכסטע מענטשן, ער איז דער 34סטער אין דער פארבס מאגאזין 400 ליסטע פון רייכע אמעריקאנער, און 142טער פון די רייכסטע מענטשן אין דער וועלט.

ארגינאל איז בלומבערג געווען א דעמאקראט, ווען ער האט איינגעזען אז אלס דעמאקראט וועט ער נישט קענען געווינען צו זיין בירגערמייסטער אין ניו יארק, האט ער איבערנאכט זיך געטוישט און געווארן א רעפובליקאנער, דער ארויסגייענדיגער דעמאלטדיגער מעיאר זשוליאני האט איהם געשטיצט, און ער איז ערוויילט געווארן אלס מאיער.
אין די לעצטע צייטן האט ער זיך צוריק ארויסגעצויגן פון די רעפבוליקאנער פארטיי און געווארן א דעמאקראט, ער האט זיך דערקלערן אלס פרעזידענט קאנדידאט פאר 2020.
(פֿון װיקיפּעדיע)
סוף דבר הכל נשמע את אלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם!!!

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:05 pm

ווען ניט זיין אפענע שנאת ישראל אלס בירגערמייסטער וואלטט ער געווען מיין קאנדידאט

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:12 pm

וואס ברענגט בלומבערג צום טיש מער פון ביידען?

שטומפיג
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:14 pm

מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!
ר' מאיר'ל פרימישלאנער האט געזאגט: אויב כאפט מען זיך אן אויבן פאלט מען נישט אונטן.
און איך לייג צו, אויב איז מען צוגעבינדן אונטן קען מען זיך נישט אנכאפן אויבן! (ר' שלום מרדכי רובאשקין)

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:17 pm

שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

לדעתי דארף טראמפ די מערסטע מורא האבן פון הרב בלומבערג

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:18 pm

מצב כללי האט געשריבן:וואס ברענגט בלומבערג צום טיש מער פון ביידען?

ער איז א ביזנעסמאן און ער האלט אז ער גייט קענען מסדר זיין די דעפעציט. און בכלל האט ער מער א 'חוט השדרה' ווי ביידען, ער איז מער 'דאהי' ווי אים.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:21 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס ברענגט בלומבערג צום טיש מער פון ביידען?

ער איז א ביזנעסמאן און ער האלט אז ער גייט קענען מסדר זיין די דעפעציט. און בכלל האט ער מער א 'חוט השדרה' ווי ביידען, ער איז מער 'דאהי' ווי אים.


יישר כח

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:25 pm

מצב כללי האט געשריבן:וואס ברענגט בלומבערג צום טיש מער פון ביידען?



ער איז לכאורה די איינציגסטע וואס קען (אפשר) זיין א בר פלוגתא מיט טראמפ.
שארפן מויל.. מחוצף.. ועוד.

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:31 pm

חד יומא האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

לדעתי דארף טראמפ די מערסטע מורא האבן פון הרב בלומבערג


גא"מ. די שטערקסטע געפאר פאר טראמפ. לדעתי

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:44 pm

ער לויפט אלץ דעמאקראט אדער אלץ אינדעפענדענט?

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:47 pm

סארקאזי האט געשריבן:ער לויפט אלץ דעמאקראט אדער אלץ אינדעפענדענט?

פראבירט קודם אלץ דעמאקראט, אדער אינדעפענדענט אויב עס געלונגט נישט...

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:51 pm

כמדומה וועט נישט זיין קיין פוירסט לעדי ווייל ער איז א אלטע בחור......

זיי אמתדיג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

תגובהדורך זיי אמתדיג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:54 pm

נישטאמת האט געשריבן:
חד יומא האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

לדעתי דארף טראמפ די מערסטע מורא האבן פון הרב בלומבערג


גא"מ. די שטערקסטע געפאר פאר טראמפ. לדעתי

גם אני מצטרף
די וועג אנצוקמן צום תכלית, איז "נאר" מיטן אמת.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:58 pm

splinter האט געשריבן:כמדומה וועט נישט זיין קיין פוירסט לעדי ווייל ער איז א אלטע בחור......

אז ער נעמט מעיאר פיט פאר ווייס פרעזידענט וועלן זיין צוויי בחורים. א ישיבת בית הלבן

כל טוב
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:01 pm

שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

זיי זיך ביטע מסביר

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:01 pm

סארקאזי האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:כמדומה וועט נישט זיין קיין פוירסט לעדי ווייל ער איז א אלטע בחור......

אז ער נעמט מעיאר פיט פאר ווייס פרעזידענט וועלן זיין צוויי בחורים. א ישיבת בית הלבן

מיינסט צו זאגן אז עס וועט זיין א בחורישע ווערטשאפט? :grin:
שוין וועט מען דארפן אנגרייטן משגיחים

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:06 pm

כל טוב האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

זיי זיך ביטע מסביר

דארף צולייגן: מזל טוב טראמפ צום "בלומבערג" געווינס אין 2020!

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:07 pm

splinter האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:כמדומה וועט נישט זיין קיין פוירסט לעדי ווייל ער איז א אלטע בחור......

אז ער נעמט מעיאר פיט פאר ווייס פרעזידענט וועלן זיין צוויי בחורים. א ישיבת בית הלבן

מיינסט צו זאגן אז עס וועט זיין א בחורישע ווערטשאפט? :grin:
שוין וועט מען דארפן אנגרייטן משגיחים

וועט לכה"פ נישט זיין ערגער פון איצטערט
:lol: :lol: :lol:

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:09 pm

דער עולם האט רעכט, אויב לויפט ער האט ער א סיריעס שאנס צו געווינען און אויב געווינט ער גייט ער זיין הארט ווי בוש, ציפעדיג ווי אבאמא און א מויל ווי טראמפ, אלע זיינע שלעכטע מידות וועט ווערן אויסגעניצט לטובת אמעריקע.

פון אלע יעצטיגע ווישי וואשי דעמאקראטישע קאנדידאטען וואלט איך געשטומט פאר בלומבערג (מיין מיינונג קען זיך טוישען עט עני טיים, נאו פריוויעס נאטיס נידעד)
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

שטומפיג
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:20 pm

כל טוב האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב טראמפ צום געווינס אין 2020!

זיי זיך ביטע מסביר

איך בין זייער א שוואכע פאליטיק מבין, מיט מיין נארישע דעת בעל הבית אבער, פארשטיי איך אז מיט אזויפיל קנאקעדיגע דעמאקראטישע קאנדידאטן וועלן זיך די דעמאקראטן שווער אויסקומען פאר איינעם וואס וועט באזיגן טראמפ.
אפשר איז א טעות געווען מיין אריינרעדן דא, אויב יא, מנהלים: ביטע מעקן :)
ר' מאיר'ל פרימישלאנער האט געזאגט: אויב כאפט מען זיך אן אויבן פאלט מען נישט אונטן.
און איך לייג צו, אויב איז מען צוגעבינדן אונטן קען מען זיך נישט אנכאפן אויבן! (ר' שלום מרדכי רובאשקין)

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:43 pm

די גרעסטע געווינס פאר די דעמאקראטן איז אז ער קומט אריין מיט פולע טעשענעס צו אטאקירן טראמפ. וואס דארט זענען די דעמאקראטן היבש אונטערשטעליג
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:51 pm

בס"ד

ביים מעיאר פארמעסט האט מען אים געגעבן זייער שוואכע שאנסן, אבער ער איז אריין געקומען. זעלבע ביי דריטע טערמין וכו'.

יעצט האט ער אויך שוואכע שאנסן, ווייל די אנדערע קאנדידאטן וועלן אריינבייסן אין אים אן רחמנות, און ער האט נישט קיין "באזע" - וויבאלד זיין קאנדידאטור קומט נישט פון א פאליטישע חדר נאר פון א וויזיע צו מאכן אמעריקע (מכלומרשט) "צוריק נארמאל." יא, ער קען זיין א שטארקע פראבלעם פאר טראמפ, טאקע ווייל ער קומט בערך פונעם זעלבן שניט נאר פארקערטע ריכטונג, פון ביזנעס אן קיין נאטורליכע באזע, אבער טאקע דערפאר קען אים טראמפ באזיגן מער ווי סיי ווער, ווייל טראמפ קען די דאזיגע טעריטאריע בעסער ווי די גאנצע פאליטישע און מידיע אינדוסטריע צוזאמען.

אין קורצן: בלומבערג איז דער "נארמאלער" ביזנעסמאן וואס וויל באזיגן דעם "טראמפ שטעל דיך אויפ'ן קאפ" ביזנעסמאן וואס האט עס שוין געמאכט צום ווייסן הויז טאקע אויף דעם וועג. טעכניש איז ער מער פראבלעם פאר טראמפ ווי אלע אנדערע דעמאקראטן. אבער למעשה אויב טראמפ האט איבערגעלעבט אלע אומבאשרייבליכע אטאקעס אויף אים וואס איז פשוט אוממעגליך פאר'ן מענטשליכן מוח צו באגרייפן ווי מ'קען דאס אדורכטראגן און נאך ארויסקומען שטערקער, און די יעצטיגע אימפיטשמענט איז נאך אויך גארנישט א זיכערע זאך אפילו אין פעלאוסי'ס הויז, איז לכאורה נישטא א פאליטישער אנאליסט וואס איז ווערד זיין געהאלט וואס קען זאגן עפעס אין ריכטונג פון א טראמפ פארלוסט.

פלאס, יעצט טראכנדיג, אז בלומבערג איז נישט גרייט צו נעמען קיין דורכפאל. אויב ער געווינט נישט די דעמאקראטישע פריימערי, וועט ער גאנץ זיכער לויפן אלס דריטע פארטיי און גיסן הונדערטער מיליאנען נישט אויסצוזעהן ווי פעראו אדער אנדערע. ס'איז גוט מארגן פאר פאליטישע אנאליסטן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך, געטראכט, פארקלאצט, שטארקע חסיד און 76 געסט