בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 2:27 am

חיים יענקל האט געשריבן:צל זאגט זייער גוט לענ"ד. לפיד איז א שטיקל לוזער אבער ער בלייבט יעצט די פירער פון די צענטעריסטישע אנטי ביבי לאגער וואס גאנץ האט יעצט אונגאנצען פארלוירן.

גאנץ איז טאקע אויפן מינוט א געווינער אויף א פערזענליכע פארנעם אבער אנלעסס ער סורפרייזט מיט זיין פירערשאפט האט ער מער קיין שום פיוטשער, ווס לפיד וואס די לינקע און די די צענטעריסטן וואס זענען אנטי ביבי קוקן אים אן ווי א העלד פארן האלטן ווארט.

געדענק אז לכאורה ביי די קומענדיגע בחירות איז נישט דא קיין ביבי, גאנץ גייט גארנישט פארקויפן פאר די וויילער און לפיד קען וואקסן.

וואס יעדעד דא אגריט איז אז די חרדים זענען די גרעסטע געווינער און ליעברמאן ב"ה דער גרעסטער פארלירער

מיט דעם ביסטו גערעכט אז לפיד האט באקומען אלע אנטי ביבי שונאים און ער קען וואקסן פון זיי.

נישט דאס האט צל געזאגט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 2:43 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גאנץ איז אויך א ריזיגע לוזער. ער באקומט טאקע תיקים... און? וואס האט ער פון דעם? אויף וואס גייט ער קאמפיינען ביי די קומענדיגע וואלן? ער איז שוין געגאנגען מיט אראבער, חרדים, מיט לפיד, מיט ליבערמאן, און יעצט מיט ביבי... ער איז אפגעפרעגט פון אלע זייטן. חוץ אויב ער מאכט טאקע א גוטע דזשאב אין כנסת, וואס איז נישט מסתבר.

איך קען מיך נישט איינהאלטן פון לאכען :lol: :lol: . פאר דעם לויפט איינער? צו קענען לויפן א צווייטע מאהל? נא פארוואס לויפט לויפט יעצט טראמפ, ער קען דאך נישט לויפן נאך דעם? גאנץ באקומט א וועלט, אפשר די פרעמיערשאפט, און מבינים זאגן ער קען זיין נתניהו'ס יורש. דעס אלעס פאר א מענטש וואס האט נישט עקזיסטירט ביז א יאר צוריק. וואס נאך קען ער וועלן?
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 2:46 am

ער קען זיין נתניהו'ס יורש? אויף דעם זאג איך אז נישט!! ער קען נישט, חוץ אויב ער קומט אריין סופער ספעשעל. לויט זיין ארבעט די לעצטע יאר, גייט עס אים נישט געלונגען.

א מענטש לויפט פאר רעפוטאציע, צו בלייבן א העלד. ער בלייבט א לוזער. ער גייט לויפן נאכאמאל, אבער ווארשיינליך מיט ווייניג סוקסעס.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 29, 2020 3:00 am

אויב ביבי לויפט טאקע נישט, און גאנץ איז טאקע דער אינקאמבענט, פארוואס זאל חוסן לישראל נישט קענען נעמען אסאך זיצן פון ליכוד?

זעה איך אז סטיטשינער זאגט ווי מיר.

ער לייגט עס אבער אסאך בעסער אראפ.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 3:19 am

ווייל ליכוד האט אסאך בעסערע און געלונגערע קאנדידאטן ווי גאנץ.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מארטש 29, 2020 3:21 am

נאך א נקודה, אינקאמבענט העלפט נישט אין ישראל, דארט גייט עס לויט פארטיי, נישט לויט קאנדידאט.

אזוי האט היסטאריע געוויזן, ביז די לעצטע פאר יאר, ביבי'ס צייטן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

ר' איד
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך ר' איד » זונטאג מארטש 29, 2020 5:02 am

איך ווייט יעצט אויף די סקרים וואס וועט זיכער אנקומען איינער פון די טעג אפשר אפילו נאך היינט,
"באם הבחירות היו מתקיימים היום למי היית מצביע?"

מיך זייער שווער צו זעין אז לפיד זאל ארויף גיין, די איינציגסטע סיבה פארוואס מענשטען האבען געוואוט דארט איז צוליב רק לא ביבי און בזכות גנץ,
יעצט האבען זיי ביידע פארלוירען, ווייל לפיד אליין קען נישט אנפירען די מחנה,

איך מיין אז דער וואס וועלן פארדינען איז דווקא העבודה-מרץ וואס אלע וואס האבען געוואוט כחו"ל וועגן רק לא ביבי ווען יעצט צוריק אהיים גיין,

אויב בין איך גערעכט איז דאס א געוואלדיגע געווינס פאר מחנה ביבי ווייל אפילו אויב די מחנה שמאל וועט ארויף גיין וועט אבער יעדע פארטיי פאר זיך זיין אסאך צו קליין זיך צו קענען אוועק שטעלן אלס אלטנרטיבה,

מערסט אינטרסנט וועט זיין צו זען ווער וועט גנבנען פון וועם חוסן פון יש עתיד אדער פארקערט און דאס וועט שוין זאגען אלעס איבער די פיוטר.

עמער ציווייטען ביז ס'קומט ארויס.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:09 am

איר זענט גאר צומישט. פארוואס זאל לפיד פארלירן די רק לא ביבי חברה? ווער דען איז לא ביבי היינט? און פארוואס זאל עבודה ארויפגיין וועגן לא ביבי אויב זיי גיין אריין אין קאליציע?
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:10 am

ה-הפיצול-בכחול-לבן.jpg
ה-הפיצול-בכחול-לבן.jpg (85.87 KiB) געזעהן 902 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:11 am

-הכנרת-עלתה.jpg
-הכנרת-עלתה.jpg (28.5 KiB) געזעהן 902 מאל
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

ר' איד
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך ר' איד » זונטאג מארטש 29, 2020 5:25 am

סטיטשינער האט געשריבן:איר זענט גאר צומישט. פארוואס זאל לפיד פארלירן די רק לא ביבי חברה? ווער דען איז לא ביבי היינט? און פארוואס זאל עבודה ארויפגיין וועגן לא ביבי אויב זיי גיין אריין אין קאליציע?

פאר די פשוטע סיבה אז ער קען עס שוין נישט פארקויפען,
נישט אז ער איז שוין נישט רק לא ביבי און נישט אז סשוין נישט דא אזלעכע און מארק, פשוט ער קען עס שוין נישט דערהייבען.
עכ"פ לכאורה.

ווי האסטו געזען אז עבודה גייט אריין און קואליציה??

בכל מקרה ביז א טאג אויב נישט ווייניגער וועט מען שוין זען די סקרים עלען מיר אלע קלוגער ווערן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:28 am

Amir Peretz might join unity government between Gantz and Likud if coalition promises focus on social reform.
https://www.haaretz.com/israel-news/ele ... -1.8716526
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 5:40 am

ר' איד האט געשריבן:פאר די פשוטע סיבה אז ער קען עס שוין נישט פארקויפען,
נישט אז ער איז שוין נישט רק לא ביבי און נישט אז סשוין נישט דא אזלעכע און מארק, פשוט ער קען עס שוין נישט דערהייבען.
]

ממנפ''ש, אויב ווי די טענה'סט,אז זיי גיין אוועק גיין פון לפיד וועגען ער האט נישט קיין סיכוים קעגען ביבי, וואס האבען זיי פון צוריק גיין קיין עבודה (בעסער געזאגט מרצ)? די אלע פיצעלע Ideological חילוקים מאכט כמעט נישט אויס ביי קיינעם היינט. און גראדע האלט איך נישט אז מרצ האט צופיל פארלוירען צו כחו''ל אז דער עולם גייט צוריק גיין, אבער דעס איז זייטיג'ס. זיי גיין סאך ענדישער פראבירן צוריק אויפצובויען לפיד אים צו מאכן א שטארקע אפאזיציע פירער, ווייל אויב נישט, גייט זיין טאקע ווי די זאגסט, און ליכוד בלייבט בה''ב ביז די מדינה ווערט בטל.
ממילא האלט איך פונקט פארקערט. אלע לא ביבי חברה פון חוסן גיין יעצט גיין צו לפיד (אדער בעסער געזאגט יעלון). איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס ער זאל אראפ גיין פון זיין 14 בענקלעך. ער גייט נאר פארדינען א צווי שטיק.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 29, 2020 6:32 am

עס איז שוין דא א אנקעטע פון פרייטאג, פאר די גאנצע איבערקערעניש האט דער ליכוד געהאט 40, דער ימין 63, און כחול לבן 30, יעצט האט דער ליכוד 38, לפיד אונטער דעם נאמען כחול לבן 16, גאנץ אלץ חוסן לישראל 15, דער ימין 60, עבודה מרץ גייט ארויף צו אכט.
20200329_062805.jpg
20200329_062805.jpg (192.14 KiB) געזעהן 882 מאל


גאנץ איז היינט אנגעקומען מיט צוויי פארלאנגען, אז עדעלשטיין זאל נישט זיין יושב ראש, און ליצמאן זאל נישט זיין שר הבריאות, מיט די פארשטענדעניש אז איינס מוז ער באקומען. למעשה איז יעצט געבליבן אז עדעלשטיין וועט נישט זיין יושב ראש, אנשטאט דעם וועט זיין יריב לוין, וועלכער איז גראדע מער רעכט און מער ביבי'סט, און ליצמאן בלייבט יא שר הבריאות, אבער מען מאכט א ספעציעלן קאבינעט לעניני קאראנע אונטער ביבי און בעני.

אנהייב וועט גאנץ זיין שר הביטחון און אשכנזי שר החוץ, און אויב גאנץ וועט ווערן רהמ וועט אשכנזי ווערן שר הביטחון, און עס איז דערווייל אומבאקאנט ווער עס וועט זיין שר החוץ, פשטות ביבי אויב ער וועט מעגן לעגאל און ער וועט נאך נישט רעטייערן.

‏חלוקת התיקים המסתמנת: אלה התיקים של חוסן לישראל: ביטחון, חוץ, משפטים, רווחה, כלכלה, תקשורת, מדע, תיירות וקליטה

אצל הגוש: אוצר, חינוך, בטחון פנים, יו"ר כנסת, בריאות, פנים, בינוי ושיכון.


אסאך רעכטע בלאזן יעצט פארוואס גאנץ באקומט אלע גוטע זאכן, ווייזן אבער אנדערע אן וואו זיי האבן געהאלטן, אז די לינקע מיט דעם משותפת האבן זיך צוטיילט מיט די ועדות, און געהאלטן ביים האבן א נייעם יושב ראש, און אזוי ארום מער ווייניגער איבערנעמען קאנטראל פון לאנד, און עס איז געלונגען פאר ביבי עס איבערצודרייען און צוברעכן כחול לבן, דארפן זיי עס עפרישיעטן אנשטאט בלאזן.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 29, 2020 7:07 am

מאכט נאכאלץ נישט קיין סענ'ס אז די פארטיי פון 15 זאל באקומען 9 און די פארטיי פון 58 זאל באקומען 7 (נאך פארן אריין גיין אין די וויכטיגקייט).
קוקט אויס אז למעשה איז גאנץ געווען גערעכט. ביבי לפני הכל.......
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אזוי גאר! » זונטאג מארטש 29, 2020 9:14 am

כפי שנראה עכשיו
יולי עדלשטיין לא יהיה יו"ר הכנסת אבל התפקיד ישאר בליכוד
ליצמן ישאר שר הבריאות
משפטים לכחול לבן לכאורה חיליק יקח את זה
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אזוי גאר! » זונטאג מארטש 29, 2020 12:05 pm

ימינה סטראשעט אז זיי בלייבן אין די אופזיציע
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג מארטש 29, 2020 1:35 pm

וואס שטערט עם אז ליצמאן איז שר הבריאות?

ר' איד
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך ר' איד » זונטאג מארטש 29, 2020 1:58 pm

שטערט עים עכט נישט,
פשוט בשעת'ן קמפיינען און כדי צו אויפקומען מיט עפעס ניי נאך 2 רונדע פארלירען,
האבען זיי מחליט געווען אז ליצמן לייגט די מערכת הבריאות און די ערד, און זיי גייען עס ראטעווען,

גלייב מיר אז קיינער איז נישט אינטעריסירט עס צו באקומען יעצט מיט די גאנצע קאראנע באלאגאן, וואס זאל נאר נישט זיין, ווען מען וועט עס ענדיגען עט מען האבען טענות פון דא ביז .. אויף משרד הבריאות.

סאו כדי צו ווייזען אז ער פירט דא א משא ומתן, און אז שטעלט זיך אויף זיינע זאכען האט ער געמיסט בעטן אז ליצמן זאל אפטרעטן,
און פארשטייט זיך אז אלע האבען אפגאטעמט ווען ליצמן האט זיך געעקשנט צו בלייבען דערמיט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מארטש 29, 2020 2:46 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:כפי שנראה עכשיו
יולי עדלשטיין לא יהיה יו"ר הכנסת אבל התפקיד ישאר בליכוד
ליצמן ישאר שר הבריאות
משפטים לכחול לבן לכאורה חיליק יקח את זה

וואס איז מיט גפני?
דביה תחדי נפשא

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג מארטש 29, 2020 3:07 pm

די חברה דא לעבן עפעס אין א צווייטער פלאנעט...

עני וועי, יעצט גייט שוין קומען א גרינע ליכט צי אינעוועסטיגעיטן גאנץ?
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 29, 2020 4:03 pm

גפני באקומט צוריק די ועדה.

---------------------

מען האט געמאכט א דיעל אז דער ליכוד וועט האבן פאר די גאנצע קאדענציע די יושב ראש הכנסת פאזיציע, און לכבוד דעם וועט כחול לבן בלייבן מיט שר הביטחון פאר די גאנצע צייט.

---------------------

עמיר פרץ קומט אריין.

------------

די סיבה פארוואס ביבי דארף צאלן אזא טייערע פרייז אין תיקים איז וויבאלד קיינער גלייבט נישט אז ער וועט עס עכט איבערגעבן פאר גאנץ.

אבער אויב יא, עס וועט דאך פארט זיין אינעם געזעץ, און נאך מער אויב ביבי וועט דעמאלסט רעטייערן, זעה איך אז דער ליכוד וועט פארלאנגן פון גאנץ נאך א שיינע פאר תיקים.

---------------

לויט די געזעץ וואס מען וועט דורכפירן וועלן בעני און ביבי ווען זיי וועלן זיין ממ האבן וועטאו רעכטן אויף אלע וויכטיגע נאמינאציעס, און זיין אביסל קאו רהמ, און אויב די קאאליציע צופאלט און מען גייט צו בחירות וועט גאנץ זיין צייטווייליג רהמ.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך הויעך » זונטאג מארטש 29, 2020 5:04 pm

וואס באקומט פרץ פארן אריינקומען?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג מארטש 29, 2020 6:02 pm

הויעך האט געשריבן:וואס באקומט פרץ פארן אריינקומען?

וואנצעס...
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אזוי גאר! » זונטאג מארטש 29, 2020 6:32 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:וואס באקומט פרץ פארן אריינקומען?

וואנצעס...

פלצתי! ;l;p-
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: derech eretz, Majestic-12 [Bot], איזי גאואינג, בפני נכתב, גוט זאגער, יומא טבא, כרם, להודיע, פארשטייסט?, פרעג נישט, שכל טוב און 62 געסט