בחירות #3 און די תוצאות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 08, 2020 1:59 am

פון דא

דאכציך מיר אז איך האב עס געזען ערגעץ אנדערש אויך.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 08, 2020 5:07 am

צל עובר האט געשריבן:נישט יעדער וואס ארבעט איז א ציוני, ער טענה'ט אז ווילאנג דו ארבעטסט נישט, ביסטו נישט קיין ציוני, פארשטייט זיך אז דער פארקויפט דא דעם בילבול כאילו אלע חרידים ארבעטן נישט.

אבער די אנדערע דריי זאכן זענען מער ווייניגער אמת, נישט אזוי?

יעצט באמערקט. כלפי יום הזכרון איז ער לגמרי נישט גערעכט. כמעט נישט דא א קאר וואס פארט. כ' האב עס מיטגעהאלטן עטליכער יאר פון א פארנומענע גאס אין די היימישע געגנט. און לגבי התקווה איז ער ליידער אויך נישט גערעכט. וויפיל קליפ'ס איז דא פון היימישער זינגערס וואס זינגען עס, אפגערעדט פשוטי עם, בא''ט פוינט טעיקען. לגבי צבא, די עצם נומבער'ס זענען א טענה'ריי פאר זיך, אבער נניח. אויב גייט מען מיט די טענה פון די אגודיסט'ן, אז די תורה היט די לאנד די זעלבער ווי די מיליטער, אולי ג''כ אפ''ל אז עס פעלט נישט אין די שם ציוני. ווייל אויב יא איז יעדער בן יחיד וואס דינט נישט אויך נישט א ציוני...
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום זונטאג מארטש 08, 2020 6:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

ר' איד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

תגובהדורך ר' איד » זונטאג מארטש 08, 2020 6:20 am

סטיטשינער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:נישט יעדער וואס ארבעט איז א ציוני, ער טענה'ט אז ווילאנג דו ארבעטסט נישט, ביסטו נישט קיין ציוני, פארשטייט זיך אז דער פארקויפט דא דעם בילבול כאילו אלע חרידים ארבעטן נישט.

אבער די אנדערע דריי זאכן זענען מער ווייניגער אמת, נישט אזוי?

יעצט באמערקט. כלפי יום הזכרון איז ער לגמרי נישט גערעכט. כמעט נישט דא א קאר וואס פארט. כ' האב עס מיטגעהאלטן. און לגבי התקווה איז ער ליידער אויך נישט גערעכט. וויפיל קליפ'ס איז דא פון היימישער זינגערס וואס זינגען עס, אפגערעדט פשוטי עם, בא''ט פוינט טעיקען. לגבי צבא, די עצם נומבער'ס זענען א טענה'ריי פאר זיך, אבער נניח. אויב גייט מען מיט די טענה פון די אגודיסט'ן, אז די תורה היט די לאנד די זעלבער ווי די מיליטער, אולי ג''כ אפ''ל אז עס פעלט נישט אין די שם ציוני. ווייל אויב יא איז יעדער בן יחיד וואס דינט נישט אויך נישט א ציוני...

איך כאפ נישט פונקטלעך פארוועמען ווילסטו זיך פארענטפערן,

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 08, 2020 6:21 am

פאר צל עובר...
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 08, 2020 6:27 am

ר' איד האט געשריבן:איך כאפ נישט פונקטלעך פארוועמען ווילסטו זיך פארענטפערן,

קיינער פארענטפערט זיך נישט. די שאלה איז נאר צו גנץ איז גערעכט פאר'ן אוועק מאכן די חרדים, און לענ''ד איז ער ליידער נישט גערעכט (עכ''פ מיט די נקודות וואס ער האט ארויפגעברענגט).
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 08, 2020 6:30 pm

יעצט זעהט אויס אז ליבערמאן וויל נישט ווארפן עדעלשטיין פאר גאנץ באקומט דעם מאנדאט.

ליבערמאן האט ארויסגעלייגט היינט זיינע תנאים, און גאנץ איז מסכים צו אלע.

די שווערסטע פאר גאנץ איז מסתמא די ערשטע, דאס קען אפקאסטן ביליאנען שקל.

אויב דאס געשעט איז עס א דירעקטע תוצאה פון דעם וואס די פרומע האבן זיך עמטליך איינגעשריבן אין רעכטן בלאק, אנשטאט זיין דער לשון המאזניים ווי אמאל.

IMG_20200308_133954.jpg
IMG_20200308_133954.jpg (84.75 KiB) געזעהן 2210 מאל
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג מארטש 08, 2020 11:18 pm

צייט צו טוישן קעפל.

אפשר שוין אויסשטעלן ביז נומבער 10 און ״היילייטן״ ביי וועלעכע רואנד מהאלט יעצט.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מארטש 08, 2020 11:31 pm

קען איינער זעהן א וועג אז די לינקע זאלן נישט נעמען דאס רעדל יעצט?

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:30 am

אויב ריבלין גיבט זיי נישט די מאנדאט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 09, 2020 1:13 am

כל טוב האט געשריבן:קען איינער זעהן א וועג אז די לינקע זאלן נישט נעמען דאס רעדל יעצט?

די שאלה איז וואס מיינט נעמען דאס רעדל. א ממשלה מיט די אראבער האט נישט קיין אויסזיכטן צו האלטן פאר צו לאנג, אויב ס'וועט בכלל צושטאנד קומען.

אויסער דעם וואס די הרשימה המשותפת האט קלאר קאמפיינט אז זיי וועלן נישט שטיצן קיין חוק הגיוס... וואס דאס מיינט אז זיי קענען נישט נאכקומען די פארלאנגען פון ליבערמאן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 09, 2020 1:14 am

שמואל בארג האט געשריבן:אויב ריבלין גיבט זיי נישט די מאנדאט.

נישטא אזא מציאות. ריבלין האט ליב ביבי פונקט ווי ליבערמאן...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 09, 2020 1:53 am

די לינקע קענען נישט אפארדען בשום פנים ואופן צו האבן ג'מאכט א ממשלה מיט די ערבים. אז זיי טוהן דאס קענען זיי זיך רישן אויף א ריזיגע פראסק ביי די קומענדיגע בחירות, וועלכע וועט מסתם נישט זיין צו לאנג נאכן צוזאמשטעלן די ממשלה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ר' איד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג מארטש 09, 2020 2:51 am

צל עובר האט געשריבן:אויב דאס געשעט איז עס א דירעקטע תוצאה פון דעם וואס די פרומע האבן זיך עמטליך איינגעשריבן אין רעכטן בלאק, אנשטאט זיין דער לשון המאזניים ווי אמאל.

לייג מיר פאר פונקטלעך ווי אזוי גרינדט מען א ממשלה און דער חרדים זענען די לשון מאזניים,
(חוץ אויב דו טראכסט אז ימינה גייט זיצען מיט עבודה-מרץ, אדער די שטעלסט צאם די חרדים מיט ליבערמאן האסטו ווייטער גארנישט אויפגעטוהען)

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג מארטש 09, 2020 6:49 am

שווער צע גלייבן אז המשותפת זאל זיך צושטעלן ארויסצושטויסן גפני

זיי האבן א גוטע באציונג מיט יהדות התורה אינטערן טיש
ימים יגידו
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 09, 2020 8:03 am

ר' איד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אויב דאס געשעט איז עס א דירעקטע תוצאה פון דעם וואס די פרומע האבן זיך עמטליך איינגעשריבן אין רעכטן בלאק, אנשטאט זיין דער לשון המאזניים ווי אמאל.

לייג מיר פאר פונקטלעך ווי אזוי גרינדט מען א ממשלה און דער חרדים זענען די לשון מאזניים,
(חוץ אויב דו טראכסט אז ימינה גייט זיצען מיט עבודה-מרץ, אדער די שטעלסט צאם די חרדים מיט ליבערמאן האסטו ווייטער גארנישט אויפגעטוהען)

און ווי אזוי מאכט מען דאס מיט ליבערמאן וועלכער האט בלויז 7 קעגן די 16 פון די חרידים?

די אלע חשבונות און דריידעלעך ווערן אסאך לייכטער ווען מען האט 16 אנשטאט 7.

אויב די חרדים פליפן בלאקס, ווערט עס אזוי
מרכז 56
ימין 42
משותפת 15
ליבערמאן 7

עס איז גרינגער צו מאכן א ממשלת מיעוט מיט 56 ווי מיט 47, כמובן.

חוץ מזה וואס די חרידים וואלטן געקענט גיין מיט גאנץ ווען ער האט געווינען אין אלול, ער וואלט געהאט 60 מיט זיי אויך אן ליבערמאן מיט די אראבער, און וואלט געקענט שאפן אראבערס וועלכע זאלן נישט שטימען אנטקעגן זיין ממשלה, און דעמאלסט האט געווארט פאר לפיד ראטאציע, ממילא איז מסתבר אז ער וואלט נאכגעגעבן גאר אסאך פאר די חרידים צו קענען האבן דעם בענקל, אבער די חרידים האבן פשוט געדינט ביבי און נישט געגאנגען.

--------------

@אסדר זאגט א שטארקע נקודה בנוגע גיוס, די שאלה איז אבער וויפיל בני תורה שטימען האט דער משותפת למעשה געהאט.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 09, 2020 9:06 am

"חרדים האבן געדינט ביבי...."
דו פארגעסט אז די פלאטפארם פון לפיד, און ממילא גאנץ, איז דאך געווען בעיקר קעגן די חרדים!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג מארטש 09, 2020 9:44 am

יידישע קהילות האט געשריבן:"חרדים האבן געדינט ביבי...."
דו פארגעסט אז די פלאטפארם פון לפיד, און ממילא גאנץ, איז דאך געווען בעיקר קעגן די חרדים!


Exactly!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 09, 2020 10:08 am

און? ליבערמאן איז אויך געלאפן קעגן אראבער.

זאכן טוישן זיך.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג מארטש 09, 2020 10:15 am

די מציאות איז אז ביבי איז מיט די חרדים פאר א שיינע צייט, עס איז ריכטיג צו זיין געטריי פאר דער וואס איז געטריי צו דיר. (איך ווייס אז ביבי קען איין טאג אויסדרייען די רוקן), דערווייל האבן זיי נאר פארדינט דערפון.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג מארטש 09, 2020 11:05 am

רואיג! האט געשריבן:די מציאות איז אז ביבי איז מיט די חרדים פאר א שיינע צייט, עס איז ריכטיג צו זיין געטריי פאר דער וואס איז געטריי צו דיר. (איך ווייס אז ביבי האט איין טאג אויסגעדרייט די רוקן), דערווייל האבן זיי נאר פארדינט דערפון.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מארטש 09, 2020 7:05 pm

צל עובר האט געשריבן:
@אסדר זאגט א שטארקע נקודה בנוגע גיוס, די שאלה איז אבער וויפיל בני תורה שטימען האט דער משותפת למעשה געהאט.

דעס אז זיי זענען קעגען גיוס האט נישט דווקא מיט די חרדים, גלייב איך נישט ס האט א שייכות מיט די שטומע'ס
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך מארטש 11, 2020 7:31 pm

דער בלוי און ווייס האט די וואך געליטען עטליכע נידערלאגעס.

די פארטיי איז צעזעמען געשטעלט פון 3 פארטייען, די לינקע וויסטע פרייע יש עתיד פארטיי פון לפיד, די צענטארלע חוסן לישמעאל פארטיי פון בעני גאנץ, אין די רעכטע תל"ם פארטיי פון בוגי יעלון וואס פארמאגט דארט 3 בענקלעך, אינטער יעלון זיצען דארט 2 רעכטע אקטיוויסטן, די סיבה פון זיי שטעלן אז צי מאכן זיי אויסקוקן פאר רעכט.

פאר די בחירות האבן אויך די מנהיגים פון די פארטיי געשוואוירן ביי אלעס וואס איז זיי הייליג (נישטא צופיל...) אז זיי גייען בשום אופן נישט גרינדען א ממשלה מיט עני שטיצע פון די אראבישע פארטייען.

די אראבישע פארטייען זענעןן נישט בלויז אראבער, נאר זענען אפיציעלע שטיצער פון יעדע מאוומענט קעגן די מדינה, איינע פון זיי למשל האט אויסגעלויבט א פארשאלטענע רוצח ימ"ש וואס האט בידיו אומגעברענגט א אידיש קינד, טייל פון זיי זענען קעגן דאס מגדיר זיין חיזבאלא אלס טעראריסטן, אזוי אז צי דארפן צי קומען צי זיי איז זייער נישט פאפולער, די עיקר ביי וויילער מיט א רעכטע נטייה.

וראה זה פלא, א טאג נאך די בחירות, וואס די לנקע האבן געכאפט א שטארקע פליק, נאכן פארלירען 3 מאנדאטען, האט גאנץ עמטליך געמאלדן אז ער גייט איינשווערן א רעגירונג מיט די שטיצע פון די אראבער, דאס זעלביגער האט לפיד געמאלדן, די חכמי חעלם האבן אבער פארגעסן צי טשעקן ביי די ח"כים פון זייער בלאק צי זיי זענען מסכים.

אבער דא האבן די צוויי רעכטע ח"כ'ים פון כחו"ל געמאלדן, אז בשום אופן וועלן זיי נישט גרייט זיין דערצו, דא איז אויך צי געקומען א ח"כית פון די עבודה פארטיי, די פירערין און די איינציגסטע מיטגליד פון די גשר פארטיי, וואס האט אויך שארף געמאלדן אז זיי גייט עס נישט צילאזן, אזוי איז די פלאן אראפ פון טיש.

דא האט זיך ארויס געשטעלט אז בעני גאנץ האט אויך געגסן די פארשטינקענע פיש, און איז אויך פארטריבען פון שטאט, ווארום ביי די נעקסטע בחרות גייען זיי לכאורה געזונט דערלייגען עטליכע מאנדאטען פון לייכטע רעכטע וואס גייען נישט וועלן פאר א פארטיי וואס גייט מיט די אראבער.
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:43 pm

שכוח גולם פון איזרעאל. אופס... פון וואשינגטאן!

אין אנדערע נייעס האט די העלט דעפארטמענט אין די מדינה אנגעפירט דורך ליצמאן פארבאטן פון זיך צוזאמענקומען מער ווי 100 מענטשן אויף איין פלאץ, וואס דאס מיינט אז די כנסת מיט איהרע 120 חכי"ם קענען זיך נישט צוזאמענקומען און די כנסת קען נישט זיין אין סעסיע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מארטש 11, 2020 8:50 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח גולם פון איזרעאל. אופס... פון וואשינגטאן!

אין אנדערע נייעס האט די העלט דעפארטמענט אין די מדינה אנגעפירט דורך ליצמאן פארבאטן פון זיך צוזאמענקומען מער ווי 100 מענטשן אויף איין פלאץ, וואס דאס מיינט אז די כנסת מיט איהרע 120 חכי"ם קענען זיך נישט צוזאמענקומען און די כנסת קען נישט זיין אין סעסיע...

די מדינה איז אינטערגעגאנגען אן קיין קויל.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך מארטש 11, 2020 9:12 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח גולם פון איזרעאל. אופס... פון וואשינגטאן!

אין אנדערע נייעס האט די העלט דעפארטמענט אין די מדינה אנגעפירט דורך ליצמאן פארבאטן פון זיך צוזאמענקומען מער ווי 100 מענטשן אויף איין פלאץ, וואס דאס מיינט אז די כנסת מיט איהרע 120 חכי"ם קענען זיך נישט צוזאמענקומען און די כנסת קען נישט זיין אין סעסיע...

שרייבסט דאך 'מענטשן'.
פערדן און אקסן מעגן יא.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rutledge, פראהביטש און 38 געסט