בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:30 pm

די זעלבע סאך שאנסן פון א ביבי קאליציע מיט בנט און רע"מ, אויב עפעס האט אזא קאליציע מער שאנסן.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:31 pm

וואס איז געשען איצט, איז אז מ'קען ביי די קומענדיגע בחירות אויפווייזן אז סער איז עווען גרייט צו גיין מיט לפיד = לינק, און בנט איז געווען גרייט צו גיין מיט ליברמן = אנטי-דתי.
ד.מ. אז ביי די נעקסטע בחירות לויפן אוועק די סער שטיצער צו ליכוד, און בנט שטיצער צו סמוטריץ...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:32 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז געשען איצט, איז אז מ'קען ביי די קומענדיגע בחירות אויפווייזן אז סער איז עווען גרייט צו גיין מיט לפיד = לינק, און בנט איז געווען גרייט צו גיין מיט ליברמן = אנטי-דתי.
ד.מ. אז ביי די נעקסטע בחירות לויפן אוועק די סער שטיצער צו ליכוד, און בנט שטיצער צו סמוטריץ...


וואס פאלט דיר ביי אז בנט שטיצער האבן מורא פון אן אנטי-דתי?

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:33 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז געשען איצט, איז אז מ'קען ביי די קומענדיגע בחירות אויפווייזן אז סער איז עווען גרייט צו גיין מיט לפיד = לינק, און בנט איז געווען גרייט צו גיין מיט ליברמן = אנטי-דתי.
ד.מ. אז ביי די נעקסטע בחירות לויפן אוועק די סער שטיצער צו ליכוד, און בנט שטיצער צו סמוטריץ...

די סער שטיצער האבן דאך לכתחילה געוויסט אז ער גייט גיין מיט לפיד רק לא ביבי
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:44 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז געשען איצט, איז אז מ'קען ביי די קומענדיגע בחירות אויפווייזן אז סער איז עווען גרייט צו גיין מיט לפיד = לינק, און בנט איז געווען גרייט צו גיין מיט ליברמן = אנטי-דתי.
ד.מ. אז ביי די נעקסטע בחירות לויפן אוועק די סער שטיצער צו ליכוד, און בנט שטיצער צו סמוטריץ...

1) בנט האט קיינמאל געהאט א פראבלעם צו גיין מיט ליבערמאן, ווייס איך נישט וואס די נייעס איז.

2) קיינער פון סער לויפט נישט ציריק צו ליכוד ( איך ווייס בכלל נישט אויב זיי זענען געקימען פון דארט), סער האט קלאר געזאגט פאר די בחירות אז ער איז גרייט צו גיין מיט לפיד, נאר נישט צו זיצן אינטער לפיד, און ער קען נאך ארויס גיין פון די קאליציע פאר לפיד ווערט ראש הממשלה.

3) אויב מען גייט צו פרישע בחירות קען מען פינקט אזוי אויפווייזן אז ביבי איז געווען גרייט צו גיין מיט רע"מ, טראץ זיין צוזאג פאר די בחירות אז ער גייט נישט גיין מיט זיי.

און צום לעצט אויב מען גייט צו פרישע בחירות איז גנץ לכאורה ראש הממשלה און די בילד איז און גאנצען אנדערש.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11975
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:43 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:און מיט גנץ איז די מעשה נישט צו סאך אנדערש.

גנץ ווערט דאך סייווי רא"מ און אפאר חדשים פארוואס האט ער צו פארלירן?

איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט זיי זיך מסביר ביטע.

פארוואס איז אזוי זיכער אז גנץ וועט נישט גיין מיט ביבי?
ער האט דאך שוין געטאן אזוי פאריגעס מאל
ווי אויך קען ער יעצט ארויס באקומען סאך מער פון ביבי ווי פאריגעס מאל
שטייצעך ער דארף נאך אלץ האבן בענעט אזוי ווי פאריגעס מאל
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:52 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:און מיט גנץ איז די מעשה נישט צו סאך אנדערש.

גנץ ווערט דאך סייווי רא"מ און אפאר חדשים פארוואס האט ער צו פארלירן?

איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט זיי זיך מסביר ביטע.

פארוואס איז אזוי זיכער אז גנץ וועט נישט גיין מיט ביבי?
ער האט דאך שוין געטאן אזוי פאריגעס מאל
ווי אויך קען ער יעצט ארויס באקומען סאך מער פון ביבי ווי פאריגעס מאל
שטייצעך ער דארף נאך אלץ האבן בענעט אזוי ווי פאריגעס מאל


גאנץ וועט אויף קיין שום פאל נישט גיין מיט ביבי, סיידן אויב ביבי האלט זיך צום אריגנעלע געשעפט, אז גאנץ ווערט ראש ממשלה און נאוועמבער. דאס איז וואס ער האט שוין, פארוואס זאל ער נעמען ווייניגער פון ביבי? נאך דערצו אז ער האט זיך שוין אפגעבריעט פון ביביס הבטחות לעצטע מאל?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 05, 2021 5:49 pm

זיסע פיש האט געשריבן:איך בין נישט זיכער, עס קיקט מיר אויס אז זיי זענען נאך פשוט נישט געווען ביי די נשיא זאגן וועם זיי ווילן ממליץ זיין, און מען דארף ווארטן און זען וואס זיי פלאנען צו טיען.

רע"מ האט געזאגט מער ווייניגער אז זיי זענען ממליץ אויף יעדן.

דער משותפת האט געזאגט פאר ריבלין אז זיי וואלטן ממליץ געווען אויף לפיד אויב וואלט סער ממליץ געווען, וואס דעמאלטס וואלט לפיד געהאט מער ווי ביבי מיט זײ, און אז ער זאל דאס נעמען אין באטראכט.

אויך האבן זיי געזאגט אז ווען לפיד איז געלאפן האט ער זיי געזאגט אז ער פלאנט צו בויען די ממשלה אויף זײ, און יעצט זאגט ער זײ אז ער קען נישט האבן קיין ממשלה אן בענעט. [ממילא קען ער זײ נישט אזוי שטארק מקרב זיין ווייל בענעט איז נישט מסכים, און ממילא דארפן זיי יעצט בלאזן אביסל אויף לפיד. (די איינגעבאקסטע האבן זיי נישט געזאגט מיטן מויל, אבער עס איז וואס זיי האבן געזאגט אין אנדערע ווערטער).]

-------

די לינקע אן די אראבער מיט ימינה און סער איז טאקע נאר 58, קענען זיי אבער ארייננעמען רע"מ מיט דעם היתר פאר בענעט אז אויב ביבי מעג, מעג ער אויך, און אויב עס ארבעט זיך נישט אויס אזוי גוט, דארף ער סך הכל אז די 5 פון דעם משותפת אן בל"ד אפילו זאלן זיך צוריקהאלטן פון שטימען מיט ביבי קעגן די נייע רעגירונג, וועט עס דורכגיין 58 קעגן 57, הימין הביביסטי פלאס רע"מ און בל"ד.

---------

יעצט איז דער פראבלעם מיט דעם אז בענעט איז נישט צופרידן מיט ראשון בראטאציע, נאר ער וויל אז די לינקע פארטייען זאלן נישט באקומען קיין ערנסטע פארטפעלן, פלאס אז ער זאל האבן די לעצטע ווארט אין די ממשלה אין פאל פון א טיי. (איך פארשטיי בערך אזוי ווי די וויצע פּרעזידענט אין סענאט אין אמעריקע.)

פון די אנדערע זייט איז גאר שווער פאר לפיד דאס נאכצוגעבן, וועל מיר זעהן אויב לפיד וועט זיך ברעכן, אדער גאר אז בענעט וועט איינזעהן אז צו זיין ראש הממשלה ביז אפאר וואכן טראץ מען האט בלויז 7 מאנדאטן, מעג מען עפעס צאלן פאר דעם אויך.

--------

דפנה ליאל מפרסמת ב׳ערוץ 12׳ פרטים נוספים על המו״מ ביממה האחרונה בין בנט ללפיד, בנט דרש שכל התיקים המשמעותיים והרגישים יישארו בימין. חלוקת התיקים שסיכמו השניים: בנט רה״מ, לפיד שר החוץ, גנץ שר הביטחון, סער שר המשפטים, ליברמן שר האוצר, שקד שרת הפנים, ביטון שרת החינוך ואלקין יו״ר הכנסת.
לויט דעם באריכט: בענעט און לפיד זענען שוין מסכים אז בענעט גייט ראשון בראטאציע, לפיד אויסערן מיניסטער, גאנץ בלייבט בטחון, סער באקומט משפטים, (ווייל לפיד און גאנץ מיט די לינקע וועלן זיך אודאי שטעלן אז עס זאל זיין ביי א ביבי העיטער, אבער בענעט קען נישט מסכים זיין אז עס זאל גיין צום שמאל.) ליבערמאן שר האוצר, (וואס ער וועט אודאי זיין פרייליך צו באַקומען צו קענען שניידן געלט פון זיינע פיינט די חרידים.) שקד פון ימינה אינערן מיניסטער, (אנשטאט ארי' דרעי.) ביטון און אלקין זענען דאכציך פון סער.

מער ווייניגער פארלאנגן בענעט און סער אזאלכע פעטע אומפראפאציאנעלע פאזיציעס לויט זייער סייז, מיטן תירוץ פון שויון הגושים, אזוי ווי גאנץ האט באקומען אין די ממשלת החלופים. אבער בענעט וויל אויך ראשון בראטאציע, אויך אז ער זאל האבן די לעצטע ווארט ביי א טיי - וואס קיינער האט נישט יעצט, צווישן ביבי און גאנץ - און אויך אז די לינקע פארטייען זאלן נישט באקומען עפעס ערנסט.

די ערשטע צוויי זאכן, שויון הגושים און ראשון בראטאציע, איז שוין לפיד גרייט, אבער נישט אויף דעם טיי ברעקער און וואס די לינקע באקומען.

ונראה מה יהיו חלומותיהם.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אפריל 05, 2021 7:03 pm

וואס איז שויון הגושים?
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:13 pm

שאלת תם - אפענע שמועס

ווי איך זעה זענען פארהאנען דא היפש אפאר רק לא ביבי ניקס. איינער קען מיך אנווייזן לכה''פ איין חיסרון פון זיין הנהגה די לעצטע שטיק צייט אז מען זאל אים וועלן אויפטוישן (נאך פארן בכלל אריין גיין ווער עס איז ראוי אים איבער צו נעמען)?

זעהער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זעהער » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:16 pm

אוי וויי הייב נישט יעצט נאכאמאל אן :-(
לאמיר זיך האלטן צו פאלטישע נייס און אנאליזן אויף די אוסקום פון די וואלן

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:20 pm

נאכאמאל? עס איז שוין יארן נישט אויסגעשמועסט געווארן, און זייט זיין שלא מעלמא הדין סוקסעס מיט די וואקסינען איז די קשיא נאך הארבע געווארן.
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

זעהער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זעהער » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:25 pm

מיש צוריק א שיינע פאר בלעטער וועט איר זעהן ווי מ’טענה’ט זיך אט אויף וואס דו האסט יעצט געזאגט אז די וואקסינען איז א ”מעכטיגע” ביבי סוקסעס

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:01 pm

@צל
האסט פארגעסן צוצולייגען אז אזא טשולענט קאליציע גייט אנהאלטן פאר א גאנצע פאהר טעג

די כאפסט בכלל וואס ליבערמאן איז ?
דער איז דאך בכלל נישט מיט אלעמען
כאפסט אז בענעט מיט לינק זענען נישט קיין זאך וואס גייט אנהאלטן לאנג ?! און אויב יא גייט ימינה נישט אריבער קומעדיגע מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:14 pm

זעהער האט געשריבן:מיש צוריק א שיינע פאר בלעטער וועט איר זעהן ווי מ’טענה’ט זיך אט אויף וואס דו האסט יעצט געזאגט אז די וואקסינען איז א ”מעכטיגע” ביבי סוקסעס

לינק?

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re:

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:38 pm

סטיטשינער האט געשריבן:שאלת תם - אפענע שמועס

ווי איך זעה זענען פארהאנען דא היפש אפאר רק לא ביבי ניקס. איינער קען מיך אנווייזן לכה''פ איין חיסרון פון זיין הנהגה די לעצטע שטיק צייט אז מען זאל אים וועלן אויפטוישן (נאך פארן בכלל אריין גיין ווער עס איז ראוי אים איבער צו נעמען)?

אויב די מיינסט מיר, און די ווילסט א אפענע שמועס איז אזוי, איך בין רק לא ביבי אויך אויב ער איז די בעסטע פירער כאטש איך האלט נישט אז ער איז, מיין פראבלעם מיט עם איז אזוי, דער זיצט שוין אויפן בענקל א צוועלף יאר (וואס דאס אליין איז נישט קיין גיטע זאך) און ער פירט זיך אויף אזוי ווי די ראש הממשלה פאזיציע איז זיין פערזעינליכע אייגעטום, ער איז שוין געזיצן מיט כמעט יעדע פארטיי נישט קיין חליק ווי ווייט און אדילאגיע יענער איז פון עם און די סקונדע וואס א צווייטע רעכטער וויל עס טיען ווערט יענער די גרעסטע שייגעץ, און חיץ וואס ער איז שוין מיט יעדעם געזיצן האט ער יעדעם איינעם איינס ביי איינס שוין אויך פאראטן, און די לעצטע און די רייע איז די אראבישע רע"מ פארטיי וואס ער איז גרייט צו זיצן און קענסט זיין זיכער אז אויב בנט וועט למעשה זיצן מיט עם וועט ער זיין די ערשטע עם אראפ צו רייסן.

דער ביבי האט אויף זיין רעקארד יעדע צוזאג זיינע געבראכן, און געווארפן אין די מיסט זיינע נענסטע מענטשן די סקונדע וואס זיי זענען שוין נישט ווערד געווען פאר עם עפעס, און צום לעצט די פיר בחירות'ער וואס ער האט געשלעפט די לאנד צו צוליב זיינע פערזענליכע אינטערעסן, און די גרויליגע וועג פון פארנארן גנץ און עם אזוי אויס שפילן ווען בשעת'ן אינטערשרייבן האט ער שוין פינקטלעך געוויסט וואס ער פלאנט צו טיען, איז אויך אויב ער איז ווען א גיטע פירער האלט איך נישט אז אזא געמיינע מענטש, נאך פאר מען רעדט פון די קעראפשן זיינע, זאל זיין פירער.

אבער די פאקט איז אז חיץ א גרויס מאל פארקויפט ער נישט גארננישט, און די מזל איז אז יעדע פאר יאר איז דא בחירות דערמאנט ער זיך א פאר חדשים פאר דעם עפעס צו טיען צו קענען עפעס ווייזן פאר די וויילער, און יעצט איז עס יעדע פאר חדשים איז כאטש עפעס א בענעפיט דא פון דעם אז עפעס טיט ער.

און לגבי זיין גרויסע וואקסין סוקסעס, איז עס יעצט שוין נישט אזוי גרויס, נאך דעם וואס פייזער האט געמאלדן אז זיי שטעלן אפ אלע ליפונגערן פון וואקסינ'ס קיין ארץ ישראל, נאך וואס די מדינה האט נישט געצאלט פאר די וואקסינ'ס, אז מען קען גנב'נן איז עס נאך נישט קיין סוקסעס...
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

זעהער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זעהער » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:40 pm

אגב: די מדינה דארף נישטקיין נייע ליפערונגען אויף די מאמענט!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:40 pm

הויעך האט געשריבן:וואס איז שויון הגושים?

פאריגע מאל האט גאנץ באקומען די זעלבע ווי ביבי.

פארוואס?

ביבי ביבי האט דאך געברענגט כמעט פיר מאל אזויפיל מאנדאטן צו די קאאליציע?

ווייל בעצם איז דאך געווען אין די ערשטע דריי בחירות צוויי גושים בערך די זעלבע גרויס, און גאנץ אלץ דער אנטי ביבי קאנדידאט פארטרעט כאילו אין די רעגירונג דעם גאנצן מרכז שמאל.

די זעלבע זאך בערך איז יעצט מיט סער און בענעט, זיי ווילן נישט אז אין א כנסת וואס די רעכטע האבן רוב חכים, זאלן זײ מאכן א קאאליציע ווי דער שמאל איז שולט, דארפן זיי האלב פון די מאכט פאר זיך. (איך ווייס נישט אויב ליבערמאן ווערט גערעכנט אין דעם קאנטעקסט רעכט אדער לינק.)

---------

איך מיין אז דאס פארענטפערט אויך ווי אזוי בענעט וועט קענען זיצן אין א רעגירונג מיט לינקע, און פארוואס ער וועט קענען דורכגיין דעם אחוז החסימה.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:46 pm

אקעי. על אחרון ראשון. די פייזער מעשה איז קודם כל אתרוגים לכבוד חנוכה ווייל דארט איז שוין פשוט נישט דא וועם צו וואקסינירען. וויזוי דעס נעמט אוועק פון זיין אומגלויבליכע סוקסעס עד כדאי כך אז עס איז שוין נישט דא פאר וועם צו געבן ווייס איך נישט.
און צווייטנס די מדינה האט שוין געצאלט מער ווי 2.6 בילאן שקלים פאר וואקסינען. שוין איינמאל א סוקסעס. עס איז נאר איין שיפמענט וואס האט פראבלעמען. ממש געגנבט..

יעצט בנוגע די עצם מעשה‚ הגם עס קומט נישט אריין דא‚ אויב וועסטו געהעריג דורכטוהן די השתלשלות וועסטו זעהן אז גאנץ איז די שילדיגע און ביביס הענט זענען געבינדען. עס איז א פשוטע נקמה אקט זיינע וויבאלד ביבי באט אים נישט געלאזט ווערן שר המשפטים. ער לייקענט עס אפילו נישט. יעצט גיי רעד פון פירן די מדינה פאר פערזענליכע אינטרעסן...

האקט

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:03 am

זעהער האט געשריבן:אגב: די מדינה דארף נישטקיין נייע ליפערונגען אויף די מאמענט!

לויט דעם משרד הבריאות דארף מען יא.

ווי סטיטשי זאגט, די מעשה איז יעצט אז גאנץ מאכט יעצט א כמו פיליבאסטער אז ער לאזט גארנישט ארויפברענגען אין די רעגירונג ביז מען נעמט אים צוריק אויף פאר שר המשפטים נאכדעם וואס די מאקסימום צייט וואס מען קען זיין צייטווייליגער שר איז דורך. ער טענה'ט אז עס איז נישט פאר פערזענליכע אינטערעסען, ער איז דאך עניוועי בעיקר רהמ החלופי ושר הביטחון, נאר ער וויל אז ביבי זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון שלטון החוק, (יעצט איז בכלל נישט דא קיין שר המשפטים. נישט צייטווייליג און נישט געהעריג.)

צווישן די זאכן וואס ווערן יעצט געבלאקט איז דער דיעל מיט פייזער, גאנץ טענה'ט טאקע אז עס איז נישט אזוי וויכטיג, ממילא האלט ער ווייטער זיין פיליבאסטער, נישט לאזנדיג פאררופן קיין קאבינעט מיטונגען.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג אפריל 06, 2021 12:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:04 am

בנוגע דיינע אנדערע טענות. וועגן שחיתות לאמיר לאזן די געריכט מחליט זיין פאר דו בויסט מסקנות. ביי אונז ווייסן מיר ''ריינגעוואשן ביז עס ווערט אויפגעוויזן אז נישט''. לדעתי קוקן אויס די הוכחות צו זיין לעכעריג און מלא סתירות. און נניח אלעס איז אמת רעדט מען דאך ממש פון קלייניגקייטן. א ביליגע ליצנות נאר אים אינטער צו ווארפן.

און בנוגע די טענות אז ער ברעכט זיין צוזאג און נוצט אויס יעדער, ווער איז בעסער? בנט?
קורות חיי נפתלי בנט.jpg
קורות חיי נפתלי בנט.jpg (85.43 KiB) געזעהן 343 מאל


לפיד? וואס יעדעס ווארט ער זאגט איז אנע בושה אפענע ליגנט? ליבערמאן וואס איז לכל הדעות אן אומסטאבילע שטאטס משוגענע וואס זיינע נעכטיגע בוזם פריינט זענען היינט זיינע גרעסטע בלוט שונאים? ווער פונקטליך?

און נניח אז אין די נושא איז ער טאקע די ערגסטע. נניח. מדינת ישראל שטייט היינט שענער ווי ווען נאר אין איר היסטאריע. לית מאן דפליג. אנדערע פארגעשריטענע לענדער באהאלטן ניטאמאל זייער קנאה. אומצאליגע פאליטישע קאמעטארן פון אדערע לענדער און פאליטישע זייטן ברענגען כמעט טעגליך ארויס זייער שטוינונג וויזוי ער איז אזוי געלונגען. און דעס אלעס וויל מען אויפגעבען, פארוואס? ווייל ער פירט זיך אויף ווי יעדער פאליטיקאנט און ברעכט זיינע צוזאגן. קענסט מיר עס מסביר זיין?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:08 am

צל עובר האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:אגב: די מדינה דארף נישטקיין נייע ליפערונגען אויף די מאמענט!

לויט דעם משרד הבריאות דארף מען יא.

ווי סטיטשי זאגט, די מעשה איז יעצט אז גאנץ מאכט יעצט א כמו פיליבאסטער אז ער לאזט גארנישט ארויפברענגען אין די רעגירונג ביז מען נעמט אים צוריק אויף פאר שר המשפטים נאכדעם וואס די מאקסימום צייט וואס מען קען זיין צייטווייליגער שר איז דורך. יעצט איז בכלל נישט דא קיין שר המשפטים.

צווישן די זאכן וואס ווערן יעצט געבלאקט איז דער דיעל מיט פייזער, גאנץ טענה'ט טאקע אז עס איז נישט אזוי וויכטיג, ממילא האלט ער ווייטער זיין פיליבאסטער, נישט לאזנדיג פאררופן קיין קאבינעט מיטונגען.

אוודאי דארף מען עס. זיי ווילן אנקומען צו 100 פראצענט. אבער פאקטיש האבן זיך שוין די וואקסין נאמערן זיך שוין כמעט אפגעשטעלט ווייל יעדער וואס וויל עס נעמען האט עס שוין גענומען.

די עיקר זארג וועגן די בראך איז אויף להבא, אויב גייט מען דארפן בוסטערס פאר אנדערע סטרעינס. אויך אויב מען גייט זיך נעמען וואקסינירן קינדער.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 06, 2021 12:36 am

איך זעה באמת נישט וואס איז שלעכט מיט בענעט'ס רעזומעי וואס דו ברענגסט.

ווס ביבי וואס אויב אינטעגריטי האט א וועליו, איז דאך קלאר אז ער וואלט געזיצן אפילו מיט חיזבאלא צו בלייבן ביי די מאכט.

אויב בענעט איז גרייט אויפצוגעבן אויף זיינע עקרונות אויף אזא ביליגן פארנעם ווי ביבי, כאפט ער דעם בענקל פון לפיד בכל מחיר, און אפילו אויב מען זיצט מיט דעם משותפת פון אינעווייניג.

אפגערעדט אז גאנץ האט אויך א מיליאן מאל אזויפיל אינטעגריטי ווי ביבי.

פארשטייט זיך דאס איז אלעס אויב א אדם ישר איז וויכטיגער פאר רה"מ, ווי צו האבן אזא ראפינירטער שלאנג.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: Re:

תגובהדורך ר' איד » דינסטאג אפריל 06, 2021 3:13 am

זיסע פיש האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:שאלת תם - אפענע שמועס

ווי איך זעה זענען פארהאנען דא היפש אפאר רק לא ביבי ניקס. איינער קען מיך אנווייזן לכה''פ איין חיסרון פון זיין הנהגה די לעצטע שטיק צייט אז מען זאל אים וועלן אויפטוישן (נאך פארן בכלל אריין גיין ווער עס איז ראוי אים איבער צו נעמען)?

אויב די מיינסט מיר, און די ווילסט א אפענע שמועס איז אזוי, איך בין רק לא ביבי אויך אויב ער איז די בעסטע פירער כאטש איך האלט נישט אז ער איז, מיין פראבלעם מיט עם איז אזוי, דער זיצט שוין אויפן בענקל א צוועלף יאר (וואס דאס אליין איז נישט קיין גיטע זאך) און ער פירט זיך אויף אזוי ווי די ראש הממשלה פאזיציע איז זיין פערזעינליכע אייגעטום, ער איז שוין געזיצן מיט כמעט יעדע פארטיי נישט קיין חליק ווי ווייט און אדילאגיע יענער איז פון עם און די סקונדע וואס א צווייטע רעכטער וויל עס טיען ווערט יענער די גרעסטע שייגעץ, און חיץ וואס ער איז שוין מיט יעדעם געזיצן האט ער יעדעם איינעם איינס ביי איינס שוין אויך פאראטן, און די לעצטע און די רייע איז די אראבישע רע"מ פארטיי וואס ער איז גרייט צו זיצן און קענסט זיין זיכער אז אויב בנט וועט למעשה זיצן מיט עם וועט ער זיין די ערשטע עם אראפ צו רייסן.

דער ביבי האט אויף זיין רעקארד יעדע צוזאג זיינע געבראכן, און געווארפן אין די מיסט זיינע נענסטע מענטשן די סקונדע וואס זיי זענען שוין נישט ווערד געווען פאר עם עפעס, און צום לעצט די פיר בחירות'ער וואס ער האט געשלעפט די לאנד צו צוליב זיינע פערזענליכע אינטערעסן, און די גרויליגע וועג פון פארנארן גנץ און עם אזוי אויס שפילן ווען בשעת'ן אינטערשרייבן האט ער שוין פינקטלעך געוויסט וואס ער פלאנט צו טיען, איז אויך אויב ער איז ווען א גיטע פירער האלט איך נישט אז אזא געמיינע מענטש, נאך פאר מען רעדט פון די קעראפשן זיינע, זאל זיין פירער.

אבער די פאקט איז אז חיץ א גרויס מאל פארקויפט ער נישט גארננישט, און די מזל איז אז יעדע פאר יאר איז דא בחירות דערמאנט ער זיך א פאר חדשים פאר דעם עפעס צו טיען צו קענען עפעס ווייזן פאר די וויילער, און יעצט איז עס יעדע פאר חדשים איז כאטש עפעס א בענעפיט דא פון דעם אז עפעס טיט ער.

און לגבי זיין גרויסע וואקסין סוקסעס, איז עס יעצט שוין נישט אזוי גרויס, נאך דעם וואס פייזער האט געמאלדן אז זיי שטעלן אפ אלע ליפונגערן פון וואקסינ'ס קיין ארץ ישראל, נאך וואס די מדינה האט נישט געצאלט פאר די וואקסינ'ס, אז מען קען גנב'נן איז עס נאך נישט קיין סוקסעס...


יעדעס ווארט אמת, (חוץ וואס נישט) אבער אפילו איין סיבה נישט פארוואס עים אראפווארפען פון בענקעל,
זיצט אופן בענקעל 12 יאר (סוי יאט)
געזיצען מיט יעדע איינער (הו קעירס)
יעדעם איינעם פאראטען (מה אכפת לי)
יעדע צוזאג צובראכען (נישט מיין דאגה)
גרויליגע וועג פון פאנארען גנץ,
און צום לעצט די פיר בחירות וואס ער האט ארום געשלעפט די לאנד צוליב זיינע אייגענע אינטרעסען, - אבער אויב די אינטרעסען איז צום סוף גוט פאר מיר אויכעט איז אדרבה ואדרבה.

האסט למעשה נישט געשריבען קיין איין זייך וואס איז נוגע מיך פשוטע בירגער.

מיר איז נוגע
געזונט - מבחינתי זאל ער גנבענען פון וועם ער וויל, ווילאנג ער זארגט זיך פאר מיר.
ביטחון - מבחינתי זאל ער זיצען מיט חאמאס און חיזבאלה צוזאמען, ווילאנג איך ווייס אז און זיינע צייטען איז די צאל אטאקעס געשניטען געווארען דרייסטיש.
כלכלה - איך בין נישט קיין גרויסע מבין, אבער אויב ס'שטייגט און נישט צאמגעקראכט מיט א קאראנע יאר מיט פיר בחירות, כ'האף אז ס'גיט (די סיבה פארוואס איך ווייס נישט צופיל איז ווייל מען רעדט נישט כמעט פון דעם, מענטשען פרובירען טוישען א ממשלה אבער רעדן פון זייטיגע שטותים אנשטאטס רעדן פון די ריכטיגע פראבלעמען וואס א לאנד פארעט זיך מיט)
וכו' וכו'

דאס איז די מהלך פון די מידיע,
ווען מען קען זיך נישט אנאעצה געבן מיט די טענה פון וואס איז ער שלעכט פאר די לאנד, הייבט מען אן באשמוצען די מענטש פערזענדליך און אפילו די טענה פון 12 יאר אויפן בענקעל הערט זיך שוין א חיסרון, שכל הישר זאגט אז 12 יאר עקספיריענס, מיט 80% פראצענט שטיצע פון די רעכטע זייט, איז גאר אגרויסע מעלה.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זענדל » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:02 am

ביטע עפענען א באזונדערע אשכול אויף ביבי\לא ביבי טענה'רייען, און לאזן דעם אשכול אויף נייעס, באריכטן און אנאליזן ארום די נעקסטע ממשלה וכו',
יישר כח!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”