בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סמעטענע
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך סמעטענע » מיטוואך מארטש 31, 2021 11:01 pm

winner האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:ס'איז מיר אינרעסאנט אז קיינער באמערקט נישט אז יהדות התורה האט דערלייגט קולות ווייל עס איז געווען נאנט צו פסח ווען אסאך וואס האבען עלטערען און חו"ל (אפי' זיי אליינס זענען איזרעלי'ס) זענען שוין געפארען קיין חו"ל, בידיעה ווייס איך אליינס פון אזעלכע פעלער

עס איז לעצטענס צוגעקומען אסאך נייע מענטשן וואס זענען פאר שב ואל תעשה

אלץ וואס ?

די מענטשן זענען נישט קיין טיפשים ,
מע דארף זיין א שטאקיגער נער אנצוהאלטן דאס גלויבן אין א צובראכענעם סיסטעם א מדינה אהן א שום רודער, סע א קליינער גארטן פון קינדערליך.

winner
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:35 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך winner » מיטוואך מארטש 31, 2021 11:07 pm

סמעטענע האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
כ'וויל האט געשריבן:ס'איז מיר אינרעסאנט אז קיינער באמערקט נישט אז יהדות התורה האט דערלייגט קולות ווייל עס איז געווען נאנט צו פסח ווען אסאך וואס האבען עלטערען און חו"ל (אפי' זיי אליינס זענען איזרעלי'ס) זענען שוין געפארען קיין חו"ל, בידיעה ווייס איך אליינס פון אזעלכע פעלער

עס איז לעצטענס צוגעקומען אסאך נייע מענטשן וואס זענען פאר שב ואל תעשה

אלץ וואס ?

די מענטשן זענען נישט קיין טיפשים ,
מע דארף זיין א שטאקיגער נער אנצוהאלטן דאס גלויבן אין א צובראכענעם סיסטעם א מדינה אהן א שום רודער, סע א קליינער גארטן פון קינדערליך.

איך האב שוין געמיינט אז דער עולם איז געווארן ערליך

סמעטענע
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך סמעטענע » מיטוואך מארטש 31, 2021 11:42 pm

ראשית "חכמה" יראת ד'
ס'גייט בענעזאם

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 9:36 am

בנט און נתניהו גייען זיך מארגן צאמזעצן. אויף די לאדענונג פון נתניהו.

בנט גייט זיך דערנאך טרעפן מיט לפיד מוצאי שבת.

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 11:49 am

איך האב א פילינג אז בנט וויל נקמה נעמען אין נתניהו ״ביג טיים״ ער גייט זיך טרעפען אין אים לאזען דעם איינדרוק אז ער גייט מיט אים אין דערנאך וועט ער מאכען א פורים פין אים אין שליסען מיט לפיד...

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 11:59 am

אױב קען אים ביבי ווייזן אז ער האט א קאליציע האט ער נישט קיין ברירה און וועט מוזן גיין מיט אים ווייל ביי זיינע מענטשן איז די גרעסטע עבירה צו מאכן מיט די אייגענע הענט א לינקע קאליציע נאך בפרט אז ער דארף צוקומען צו די אראבער און מרץ וכו',
ווי ס'זעט יעצט אויס וויל רע''ם גיין מיט ביבי ענדערש ווי בנט אלץ ראש הכופרים.

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 12:03 pm

וואס ס'ווינדערט מיר זייער פארוואס ביבי האט נישט אונטערגעשטעלט א קאמפעטישן צו לויפן אנטקעגן סער אזוי אוועקצונעמען פון אים מענטשן און נאכדעם זיך צוזאמשטעלן מיט אים,ער וואלט שוין יעצט געהאט א קאליציע

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6514
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 1:40 pm

און ער זאל לויפן אלס רק לא ביבי?
כ'גלייב ס'איז זייער שווער איינצורעדן די פאלק אז דו ביסט רק לא ביבי, מיטן כוונה אז נאכן בחירות שטעלסטו זיך צאם מיט ביבי.
(כ'ווייס גאנץ, אבער ער איז דאך נישט געלאפן אלס דעם, ביים לויפן איז ער טאקע געווען רק לא ביבי)

זעהער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 9:23 pm

ערוץ 12 זאגט אז ר’ חיים קניבסקי האט מסכים געווען פאר א ממשלה מיט אראבערס זאגענדיג אז ס’איז ענדערש רעליגיעזע אראבערס ווי פרייע לינקע ישראלים.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך שפע רב » פרייטאג אפריל 02, 2021 12:48 am

האדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט יעצט ארויסגעברענגט אין סאטמר ביהמ''ד הגדול אויף ראדני סט. אז ס'איז ניתוסף געווארן ''צענדליגער טויזענטער'' אידן וואס האבן בדווקא אויפגעהערט שטימען צו ערוועלן די נציגי מדינה השמד נאכן איינזעהן וכו'.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אפריל 02, 2021 8:30 am

מסתמא די זעלבע אין אמעריקע ווען די טורנאוט ריקט זיך ארויף און אראפ, ווענט זיך די וואלן...

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג אפריל 02, 2021 9:48 am

קיינער קען נישט פאראויס זאגן וואס דארט גייט זיין, האפנטליך וועט משיח קומען און ס'וועט זײן כל הרשעה ביזן תכלה ותעביר ממשלת זדון מן הארץ,
יעצט האלט עס אז ביבי האט זיך געטראפן מיט בנט פאר א 3 שעה מיטינג, ווי מ'זאגט האט אים שוין לפיד צוגעזאגט האלב ראטאציע און ביבי וועט מוזן קאמפיטן מיט דעם אבער סמוטריץ שרייבן אז ער גייט נישט מיט אראבער האט ביבי ווייטער נישט גענוג,
פון די צווייטע זייט ווילן נישט לפיד און נישט בנט ממליץ זיין אויפן צווייטן אויס זארג פון ווערן אויסגעשפילט.

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג אפריל 02, 2021 9:52 am

סמוטריץ נישט וועלן גיין מיט אראבער קען זיין נאר א שפיל ווייל זיי האבן זייער גדול דרוקמאן און דאס איז א תירוץ אויף אלעס אז דער רב האט געהייסן גיין, שוין יעצט הערט מען אז מ'גייט צו אים צו משכנע זיין אז ס'איז זייער וויכטיג

סמעטענע
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך סמעטענע » פרייטאג אפריל 02, 2021 10:58 am

משהלע האט געשריבן:מסתמא די זעלבע אין אמעריקע ווען די טורנאוט ריקט זיך ארויף און אראפ, ווענט זיך די וואלן...

ארץ ישראל איז אביסל דיפרענט פון אמעריקא
אין ארץ ישראל היות ס'געווען א שארפע קאנטראסט אין די חרדישע לאגער צווישן די וואס האבן עס געפאדערט גאר שטארק ממש אלץ א הייליגע פליכט, פון די אנדערע זייט האט מען ארויסגעשטעלט גאר שטארקע איסורים אינעם נעמען אנטייל אין די וואלן, יעצט אז ס'ווערט ממש א דיספאוזעבעל אייטעם יעדן שני וחמישי פרישע בחירות פארלירט שטארק די צד המחייבים ווען די אינטערעסע דערינען איז פארלאשן, ביי די חרדישע אידן ציילט זיך שוין כהיום העכער א האלבע מיליאן וואס טרעטן נישט איבער דעם בודקע שוועל, טראץ מען טרייט יא שטארקער צי מאכן די פליכט פון גיין,
ס'איז א שיינע טוץ חרדישע בענקלעך וואס ליגן אינדרויסן אין די מאה שערים געסאלאך פארטינקען אין די אויסגעלאשענע געפילן צום איזראעלישער פאליטיק.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אפריל 02, 2021 1:09 pm

סמעטענע האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:מסתמא די זעלבע אין אמעריקע ווען די טורנאוט ריקט זיך ארויף און אראפ, ווענט זיך די וואלן...

ארץ ישראל איז אביסל דיפרענט פון אמעריקא
אין ארץ ישראל היות ס'געווען א שארפע קאנטראסט אין די חרדישע לאגער צווישן די וואס האבן עס געפאדערט גאר שטארק ממש אלץ א הייליגע פליכט, פון די אנדערע זייט האט מען ארויסגעשטעלט גאר שטארקע איסורים אינעם נעמען אנטייל אין די וואלן, יעצט אז ס'ווערט ממש א דיספאוזעבעל אייטעם יעדן שני וחמישי פרישע בחירות פארלירט שטארק די צד המחייבים ווען די אינטערעסע דערינען איז פארלאשן, ביי די חרדישע אידן ציילט זיך שוין כהיום העכער א האלבע מיליאן וואס טרעטן נישט איבער דעם בודקע שוועל, טראץ מען טרייט יא שטארקער צי מאכן די פליכט פון גיין,
ס'איז א שיינע טוץ חרדישע בענקלעך וואס ליגן אינדרויסן אין די מאה שערים געסאלאך פארטינקען אין די אויסגעלאשענע געפילן צום איזראעלישער פאליטיק.

שס איז געפאלן מער ווי יהדות התורה. אויכעט צענדליגע טויזנטער נייע ספרדישע מתבדלים?...

און די נומער פון איבער א האלבע מיליאן וואס גייען נישט וועלן איז אזאנס געלעכטער. די עדה החרדית איז ווייסעך נישט צו זיי זענען ווערט אן איינציגע מנדט. זיכער נישט צוויי.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אפריל 02, 2021 1:14 pm

שס האט נישט קיין חוב קדוש ווייל א גרויסן טייל פון זייערע וויילער האלטן נישט דעם חוב קדוש פון שמירת שבת... משא"כ פרומע אידן האבן א חוב קדוש פון שטימען פאר יהדות התורה, און טויזנטער מענטשן האבן דאס אנגעפיפן. בזיונות איז עס.

נאר נישט ווי סאטמאר רבי זאגט אז זיי האבן זיך מתבדל געווען, נאר נאך ערגער, זיי זענען געגאנגען שטימען פארן מזרחיסטישן פארטיי...

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג אפריל 02, 2021 2:45 pm

עמית סגל בטורו ב'ידיעות': 13,801 קולות חסרו לליכוד כדי לקבל את המנדט ה־31 על חשבון הרשימה המשותפת. עוד 4,907 קולות, ובנט היה מקבל מסער עודפים למנדט שמיני. ח"י אלפי קולות – ונתניהו היה מוכרז עכשיו למלך העולם, לא ברווז צולע

עוד מעמית סגל: האינטרס של לפיד ונתניהו גם יחד הוא לבטל מהר ככל האפשר את סעיף החוק שמחזיק את תקוות ראשות הממשלה של גנץ בחיים. זה הסעיף שבגללו גנץ מתחמק מהתחייבות להמליץ על לפיד ("אהיה האצבע ה־61 שלו", קבע אחרי שווידא שאין לשותפו לשעבר 60), וזה גם מה שמפחיד את נתניהו מהליכה לבחירות חדשות. יש בכנסת 112 אצבעות לביטול הרוטציה – אין להתפלא אם ייעשה בהן שימוש בקרוב .

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג אפריל 02, 2021 2:54 pm

כ'ווייס נישט אויס דער עמית סגל איז א שומר תורה אבער אויב נישט דארף מען וויסן אויב א מעסעדש זיינע איז נישט געשריבן אין שבת ווען יא איז פארשטייט זיך אסור צו ברענגען אזא נייעס אלץ מעשה שבת

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re:

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג אפריל 02, 2021 3:02 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
עוד מעמית סגל: האינטרס של לפיד ונתניהו גם יחד הוא לבטל מהר ככל האפשר את סעיף החוק שמחזיק את תקוות ראשות הממשלה של גנץ בחיים. זה הסעיף שבגללו גנץ מתחמק מהתחייבות להמליץ על לפיד ("אהיה האצבע ה־61 שלו", קבע אחרי שווידא שאין לשותפו לשעבר 60), וזה גם מה שמפחיד את נתניהו מהליכה לבחירות חדשות. יש בכנסת 112 אצבעות לביטול הרוטציה – אין להתפלא אם ייעשה בהן שימוש בקרוב .

ביבי קען עס נאך אויסנוצען לטובתו אין צוזאגן פאר גאנץ אפאר גוטע שרים אין גאנץ וועט קומען אויף אלע פיר.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אפריל 02, 2021 3:32 pm

כל טוב האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויס דער עמית סגל איז א שומר תורה אבער אויב נישט דארף מען וויסן אויב א מעסעדש זיינע איז נישט געשריבן אין שבת ווען יא איז פארשטייט זיך אסור צו ברענגען אזא נייעס אלץ מעשה שבת

ער איז שומר שבת. א שטאלצע איד

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג אפריל 02, 2021 3:59 pm

סטיטשינער האט געשריבן:עמית סגל בטורו ב'ידיעות': 13,801 קולות חסרו לליכוד כדי לקבל את המנדט ה־31 על חשבון הרשימה המשותפת. עוד 4,907 קולות, ובנט היה מקבל מסער עודפים למנדט שמיני. ח"י אלפי קולות – ונתניהו היה מוכרז עכשיו למלך העולם, לא ברווז צולע.

אויב וואלט בלויז ליכוד (צוזאמען מיט ציונית הדתית) באקומען בלויז נאך 13,801 12,640 קולות, וואלטען זיי צוגונעמען א בענקעל פון שס, נישט רשימה, כדי צוצונעמען א זיץ פון רשימה וואלטען זיי געדארפט 18,396 קולות, בנוסף לזה, וואלט שס (צוזאמען מיט יהדות) געדארפט באקומען נאך 2,489 קולות. אויך ימינה דארף נאך 5,045 קולות צוצונעמען א זיץ פון סער.

סך הכל קולות געדארפט 25,930, און דאס אויב אלע קולות וואלטען געגאנגען פונקטליך ווי זיי וואלטען געדארפט.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: Re:

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אפריל 02, 2021 4:33 pm

בבקשה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:עמית סגל בטורו ב'ידיעות': 13,801 קולות חסרו לליכוד כדי לקבל את המנדט ה־31 על חשבון הרשימה המשותפת. עוד 4,907 קולות, ובנט היה מקבל מסער עודפים למנדט שמיני. ח"י אלפי קולות – ונתניהו היה מוכרז עכשיו למלך העולם, לא ברווז צולע.

אויב וואלט בלויז ליכוד (צוזאמען מיט ציונית הדתית) באקומען בלויז נאך 13,801 12,640 קולות, וואלטען זיי צוגונעמען א בענקעל פון שס, נישט רשימה, כדי צוצונעמען א זיץ פון רשימה וואלטען זיי געדארפט 18,396 קולות, בנוסף לזה, וואלט שס (צוזאמען מיט יהדות) געדארפט באקומען נאך 2,489 קולות. אויך ימינה דארף נאך 5,045 קולות צוצונעמען א זיץ פון סער.

סך הכל קולות געדארפט 25,930, און דאס אויב אלע קולות וואלטען געגאנגען פונקטליך ווי זיי וואלטען געדארפט.

;l;p-
בבקשה >>> עמית סגל

---
ווער דארף דרויסענדיגע ריפארטערס ווען אינז האבן דא פיל בעסערע?!

זעהער
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זעהער » פרייטאג אפריל 02, 2021 6:08 pm

איי ער זאל זאגן פאר עמית סגל אז אויב דארף ער אינפארמאציע איבער די אויסגאנג פון די וואלן זאל ער קוקן אויף די הערליכע טשארטס פון @בבקשה דא אויף אייוועלט

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re:

תגובהדורך ר' איד » זונטאג אפריל 04, 2021 1:30 pm

סטיטשינער האט געשריבן:יש בכנסת 112 אצבעות לביטול הרוטציה – אין להתפלא אם ייעשה בהן שימוש בקרוב .

להתפלא ועוד איך,
לפיד האט נישט קיין שום תירוץ און די וועלט מבטל זיין די רוטציה און געבן פאר ביבי די בענקעל,
איך גלייב אז ער קען באשטיין עס צו טוהען, ווייל ער וויל זען גנץ אל'ס ראש ממשלה סאך ווייניגער פון וואס ער וויל זען ביבי,
אבל עדיין......

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך ר' איד » זונטאג אפריל 04, 2021 1:37 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שס האט נישט קיין חוב קדוש ווייל א גרויסן טייל פון זייערע וויילער האלטן נישט דעם חוב קדוש פון שמירת שבת... משא"כ פרומע אידן האבן א חוב קדוש פון שטימען פאר יהדות התורה, און טויזנטער מענטשן האבן דאס אנגעפיפן. בזיונות איז עס.

נאר נישט ווי סאטמאר רבי זאגט אז זיי האבן זיך מתבדל געווען, נאר נאך ערגער, זיי זענען געגאנגען שטימען פארן מזרחיסטישן פארטיי...

די חילוק פון שס מיט יהדו"ת, אז שס האט בערך דריי מאנדאטען פון חוב קדוש מיט נאך זעקס פון די גאס,

בשעת וואס יהדוה"ת האט 7 מאנדאטען פון חוב קדוש מיט נאך איינס פון די גאס (חרד"ל, חב"ד, חרדים עובדים)

בזיונות פאר וועמען??
אז נאך דעם וואס מען האט געטענה'ט אז די עולם איז בייז אופגערעגט אויף יהדוה"ת, איז חוץ פו די צוגעקמענדיגע מנדטים קיינער נישט אוועקגעפאלען?
נאך פאר'ען בחירות ווען די עולם דא און נאך פלעצער האבען געטענה'ט אז יהדות שלאגט זיך פאר די זעקסטע,
האב איך שוין געשריבען אז זיי גייען נישט פארלירען די זיבעטע, און די מלחמה מיט סמוטריץ' איז נאר אויף די אכטע,
און טאקע חוץ פון די "אייגענע" האבען זיי לכאורה גארנישט באקומען,
און אלע וואס זענען געגאנגען איז ווייל זיי זענען קיינמאל געווען א חלק פונעם חוב קדוש.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, Quality, א גולם, אביונה, אויפן שפיץ גאפל, איכאדאמרי, מיכאלבאחת, ממה נפשך, ר' זעקל און 95 געסט