בחירות #3 און די תוצאות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » זונטאג יוני 28, 2020 2:01 pm

יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

פון די דערווייל הערגעשטעלטע פאקטן איז משמע אז זיי האבן נאך ווייניגער.
אדרבה קום אריין מיט א ליסטע

האמת הצפון
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך האמת הצפון » זונטאג יוני 28, 2020 2:04 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

פון די דערווייל הערגעשטעלטע פאקטן איז משמע אז זיי האבן נאך ווייניגער.
אדרבה קום אריין מיט א ליסטע

און אנדערע ווערטער קומט דא אויס אז בני יואל קען זיך פארמעסטן מיט בעלז און אוודאי מיט וויזשניץ, סאטמאר מהר"א און סאטמאר מהרי"י יעדער באזונדער קען זיך 4 מאל פארמעסטן מיט בעלזא און אויך מיט וויזשניץ, סאטמאר מהר"א און סאטמאר מהרי"י און בני יואל קען זיך 3 מאל פארמעסטן מיט גור, וכו' וכו'

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג יוני 28, 2020 2:07 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

פון די דערווייל הערגעשטעלטע פאקטן איז משמע אז זיי האבן נאך ווייניגער.
אדרבה קום אריין מיט א ליסטע

פון גור איז ארויסקעקומען מיט דריי יאהר צוריק א ליסטע [EXCEI] פון 10,126 בתי אב אין ארץ ישראל. זיי האבן א יאהר ארום 500 חתנוות, ממילא האלטן זיי איבער 11 טויזנט בתי אב אין ארץ ישראל.
בעלזא קען איך די רשימה פון די טלפון בוך, עס זענען דא 5200 בתי אב אין ארץ ישראל.
ויז'ניץ שטעל איך מיך פאר איז אויך גרעסער.

דארפסט נעמען אין חשבון אז בד"כ יעדע 100 בתי אב האבן ארום 280-290 קולות.
וואס דאס איז א טאטע-מאמע, און א דעקוואסענע קינד וואס האט נאכנישט חתונה געהאט.
[פארשטייט זיך אז מרעדט פו ןא ממוצע, ווייל ס'איז דא משפחות וואס האבן נעכטן חתונה געהאט, און מצד שני משפחות מיט פינעף קינדער העכער 18 פארן חתונה].

23,000 קולות פאר גור איז אוממעגליך, זיי האבן זיכער מער, כנ"ל מיט בעלזא ויז'ניץ און אלע אנדערע, האבן זיכער מער.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג יוני 28, 2020 2:09 pm

האמת הצפון האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

פון די דערווייל הערגעשטעלטע פאקטן איז משמע אז זיי האבן נאך ווייניגער.
אדרבה קום אריין מיט א ליסטע

און אנדערע ווערטער קומט דא אויס אז בני יואל קען זיך פארמעסטן מיט בעלז און אוודאי מיט וויזשניץ, סאטמאר מהר"א און סאטמאר מהרי"י יעדער באזונדער קען זיך 4 מאל פארמעסטן מיט בעלזא און אויך מיט וויזשניץ, סאטמאר מהר"א און סאטמאר מהרי"י און בני יואל קען זיך 3 מאל פארמעסטן מיט גור, וכו' וכו'

סאטמאר איז זיכער גרעסער פון גור.
אדרבה, זאלן זיי בעטן די ערשטע פלאץ פאר זיי....

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » זונטאג יוני 28, 2020 2:11 pm

יעצט איז די שאלה וואס זיי האבן אלץ אריין גערעכנט אינעם עקסעל.

אדרבה קום אריין מיט עס.

פינף הונדערט חתונות א יאר דארף אויך דעקונג. ואגב קום אריין מיט א נאמבער נפטרים א יאר.

מרעדט פון איין סאטמאר פאר זיך

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » זונטאג יוני 28, 2020 2:12 pm

איבער בעטן די ערשטע פלאץ.. אין ארץ ישראל נישט הגם די עדה וקהלותיה יא

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג יוני 28, 2020 2:18 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יעצט איז די שאלה וואס זיי האבן אלץ אריין גערעכנט אינעם עקסעל.

אדרבה קום אריין מיט עס.

פינף הונדערט חתונות א יאר דארף אויך דעקונג. ואגב קום אריין מיט א נאמבער נפטרים א יאר.

מרעדט פון איין סאטמאר פאר זיך

איך האב ביי מיר רשימות פון די חתונות און גור צוטיילט אויף חודשים.
צום ביישפיל, 102 חתונות בחודשי תשרי חשון תש"פ, 109 חתונות בחודשי כסלו טבת תש"פ, 126 חתונות בחודשי שבט אדר תש"פ.
סה"כ פאר א האלבע יאהר. 337 אין ארץ ישראל אליינס.

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » זונטאג יוני 28, 2020 2:20 pm

ר יוסף כהאב הנאה פון אייך. געזאגט און האט אויפן פלאץ גוטע מקורות.

יעצט דארף מען טאקע פארשטיין וואס דא גייט פאר מיט דעי כמו געליעקטע ליסט

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: Re:

תגובהדורך זעהער » זונטאג יוני 28, 2020 2:23 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:זיי גלייכן נישט די ח''כ?

אין דגל איז אויך דא אסאך וואס זענען נישט צופרידן אז גפני (מיט אדלשטיין אדער קנייבסקי) זענען בעל בתים ס'איז דא אסאך ראשי ישיבות וואס ווילן אויך האבן א ווארט!


מעגסט כאטש צושרייבן הרב
אדלשטיין אדער קנייבסקי זענען דיינע "פרענדס"?

בעצם האב איך געמאכט א טעות אבער איך האב עס נישט פאראכטען ווייל...... יענקוש קניבסקי......

אויך יענקוש אדלשטיין?

דארט איז דא א אנדערע חברהמאן... א כמו יאנקוש (האט נישט צו שטארק מצליח געווען)

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: Re:

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג יוני 28, 2020 2:24 pm

זעהער האט געשריבן:דארט איז דא א אנדערע חברהמאן... א כמו יאנקוש (האט נישט צו שטארק מצליח געווען)

ער הייסט אבער נישט אדלשטיין.

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » זונטאג יוני 28, 2020 2:26 pm

אגב לויט אייערע נאמבערס ר יוסף האט גור אזויפיל אדער גאר א טראפקעלע מער ווי יעדע סאטמאר באזונדער

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך זעהער » זונטאג יוני 28, 2020 2:28 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

פון די דערווייל הערגעשטעלטע פאקטן איז משמע אז זיי האבן נאך ווייניגער.
אדרבה קום אריין מיט א ליסטע

פון גור איז ארויסקעקומען מיט דריי יאהר צוריק א ליסטע [EXCEI] פון 10,126 בתי אב אין ארץ ישראל. זיי האבן א יאהר ארום 500 חתנוות, ממילא האלטן זיי איבער 11 טויזנט בתי אב אין ארץ ישראל.
בעלזא קען איך די רשימה פון די טלפון בוך, עס זענען דא 5200 בתי אב אין ארץ ישראל.
ויז'ניץ שטעל איך מיך פאר איז אויך גרעסער.

דארפסט נעמען אין חשבון אז בד"כ יעדע 100 בתי אב האבן ארום 280-290 קולות.
וואס דאס איז א טאטע-מאמע, און א דעקוואסענע קינד וואס האט נאכנישט חתונה געהאט.
[פארשטייט זיך אז מרעדט פו ןא ממוצע, ווייל ס'איז דא משפחות וואס האבן נעכטן חתונה געהאט, און מצד שני משפחות מיט פינעף קינדער העכער 18 פארן חתונה].

23,000 קולות פאר גור איז אוממעגליך, זיי האבן זיכער מער, כנ"ל מיט בעלזא ויז'ניץ און אלע אנדערע, האבן זיכער מער.

1. ס'איז זייער מעגליך אז פאר'ן גאס לייגן זיי ארויס א ליסטע מיט נעמען וואס זענען נישט זייער

2. רוב בתי אב זענען יונג וואס האבן נישט קיין קינדער העכערע 18 און די וואס יא האבן געווענליך נישט מער ווי איינס ( און גער ווערט מען שוין חתנים ביי די 17 אויך)

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג יוני 28, 2020 2:38 pm

נישט ריכטיג, ביי די אקסל וואס איז ארויס מיט דריי יאהר צוריק פון חסידי גור אין אר"י זעהט מען דארט אז ס'איז א געהעריגע פראצענט פון עלטערע.
למעשה האבן זיי אין די ישיבות און בתי חינוך פאר מיידלעך אפאר טויזנט ואוס זענען העכער 18 און קענען גיין וועלן.
ממילא די מינומום וואס גור האט אין 11,000 2X
= 22,000 קולות פון די בתי אב
+ אפאר טויזנט בחורים אין מיידלעך העכער אכצן.
+ די אלע נעמען וואס האט צוגעלייגט אויפן רישמה אן זיי זאלן געהערן קיין גור, ווי צום ביישפיל די וואס האבן מיט קרן השביעית און נאך אנדערע.
ממילא איז די רשימה היבש גרעסער פון די 23 טויזנט וואס שטייען אין אגודת ישראל.

וואס ס'קען זיין, איז אדער אז ס'פעלט דארט טאקע מענטשן, אדער קען זיין אז ס'איז א רשימה וואס איינער האט געמאכט לקראת סוף טאג פון די בחירות ווען נאכנישט אלע נעמען זענען געווען אין סיסטעם, אדער קען זיין אז די אלע וואס וועלן ביי די קלפיות וואס סאיז נישטא דארט נציגים פון אגודה, און די אלע וואס וועלן אין דאפלטע מעטפות זענען נישט אריינגרעכנט.

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך זעהער » זונטאג יוני 28, 2020 3:11 pm

כ'וואלט געזאגט אז די רשימה אין די אגודה איז זיכער מער קראנט

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יוני 28, 2020 4:55 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

אדרבה קום אריין מיט א ליסטע

פון גור איז ארויסקעקומען מיט דריי יאהר צוריק א ליסטע [EXCEL] פון 10,126 בתי אב אין ארץ ישראל.

זיי האבן א יאהר ארום 500 חתנוות, ממילא האלטן זיי איבער 11 טויזנט בתי אב אין ארץ ישראל.
בעלזא קען איך די רשימה פון די טלפון בוך, עס זענען דא 5200 בתי אב אין ארץ ישראל.
ויז'ניץ שטעל איך מיך פאר איז אויך גרעסער.

דארפסט נעמען אין חשבון אז בד"כ יעדע 100 בתי אב האבן ארום 280-290 קולות.
וואס דאס איז א טאטע-מאמע, און א דעקוואסענע קינד וואס האט נאכנישט חתונה געהאט.
[פארשטייט זיך אז מרעדט פו ןא ממוצע, ווייל ס'איז דא משפחות וואס האבן נעכטן חתונה געהאט, און מצד שני משפחות מיט פינעף קינדער העכער 18 פארן חתונה].

23,000 קולות פאר גור איז אוממעגליך, זיי האבן זיכער מער, כנ"ל מיט בעלזא ויז'ניץ און אלע אנדערע, האבן זיכער מער.


פון גור איז ארויסקעקומען מיט דריי יאהר צוריק א ליסטע [EXCEL]
פון 10,126 בתי אב אין ארץ ישראל.

https://drive.google.com/file/d/1iV0S12 ... sp=sharing

.

ger 2017......JPG
ger 2017......JPG (74.69 KiB) געזעהן 140 מאל

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 5:17 pm

אמונה פשוטה האט געשריבן:אקיצור:
זיצט א מענטש אופן בענקל אין כנסת המינים,
זייער א טייערע בענקל, וואס האט געקאסט העכער 38,000 שטימע
בשעת וואס עהר מיט זיינע חסידות האבן געברענגט קאם קאם ברחמים גדולים 10,000 שטימע

ווי נאר ווי, ער קען נישט זאגן "קומט מיר נאך".

ס'קומט דיר גאר נישט! זיי צופרידן מיט דאס וואס האסטו באקומען, כפול ומכופל פון אייער כח און שטיצע

נארוואס, פאר ויזניץ קומט אויך נישט און זיי באקמוען יא? בסדר. די גאנצע ליסטע אין אגו"י איז נישט ביושר, געבויט געווארן אויף פריימריז פון תרפפ"ו און כל דאלים גבר. און דו האסט נאר געווינען פון די קרומע שיטה.

אבער קומט נישט פאדערן "בשם הצדק והיושר". "בשם הצדק והיושר" קומט גארנישט נאך פאר בעלז, בכל הכבוד הראוי.

און געב נאר אכטינג, זאל מען נישט מאכן דעם ריכטיגע חשבון, און די סך הכל וועט זיין, אז איר זענט נאך שולדיג...

קומסט אריין קלאר און שארף ווי אייביג. ;l;p-
אבער איינער (דאכצעך אבן יקרה) האט שוין אויבן געמאכט די חשבון אז די נומערן שטימען יא לויט די יעצטיגע הסכם און ביידע האבען בערך האלב.
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום זונטאג יוני 28, 2020 7:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 5:19 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:
ואגב קום אריין מיט א נאמבער נפטרים א יאר.

;l;p-
גוטע נקודה. געהערט אמאל אז גור האט מער אלטע אידן רעלאטיוו צו אנדערע פלעצער.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 5:22 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יוסף, הלואי קענסטו מיר צושטעלן א מקור אויף גור'ס עלעף טויזענט משפחות אין ארץ ישראל און אויף בעלז און וויזניץ מער.

פון די דערווייל הערגעשטעלטע פאקטן איז משמע אז זיי האבן נאך ווייניגער.
אדרבה קום אריין מיט א ליסטע



דארפסט נעמען אין חשבון אז בד"כ יעדע 100 בתי אב האבן ארום 280-290 קולות.
וואס דאס איז א טאטע-מאמע, און א דעקוואסענע קינד וואס האט נאכנישט חתונה געהאט.
[פארשטייט זיך אז מרעדט פו ןא ממוצע, ווייל ס'איז דא משפחות וואס האבן נעכטן חתונה געהאט, און מצד שני משפחות מיט פינעף קינדער העכער 18 פארן חתונה].


ומצד שלישי איז דא גאר אסאך בתי אב וואס האבען שוין חתונה געמאכט אלע קינדער (ובפרט אין גור ווי געשריבען אויבען איז עס א העכערע נאמבער ווי אנדערע פלעצער. איך וואלט געזאגט אז די ממוצע איז פיל ווייניגער.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג יוני 28, 2020 6:00 pm

שמעתי אז וויזניץ ב''ב איז גרעסער פון בעלז עפעס מקורות? ס'איז בכלל אמת?
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יוני 28, 2020 6:04 pm

יש לו מנה האט געשריבן:שמעתי אז וויזניץ ב''ב איז גרעסער פון בעלז עפעס מקורות? ס'איז בכלל אמת?

בעלז איז גרעסער.

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 6:04 pm

שלום עליכם, מאך דיך באקוועם דא. פאר א תשובה אויף דיין קשיא פראביר דורך צו ליינען די לעצטע צענדליגע בלעטער. אבער קודם כאפ א בליק אין די שלום עליכם פארום.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך זעהער » זונטאג יוני 28, 2020 6:07 pm

יש לו מנה האט געשריבן:שמעתי אז וויזניץ ב''ב איז גרעסער פון בעלז עפעס מקורות? ס'איז בכלל אמת?

לויט די געליקטע דאקומענטען געברענגט בערך דריי בלאט צוריק איז בעלזא 15% גרעסער

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג יוני 28, 2020 6:19 pm

ייש''כ סטוטשינער פאר דיין שיינע אויפנאמע, האב איך א פראגע לויט די נייע חוק הנורוועגי טאמער די בג''ץ וועט עס פסל'ן וועט דער פינדרוס פליען און י. ליצמאן וועט צוריקבאקומען זיין בענקעל? וויאזוי דארף דעי פאני סיסטעם ארבעטן?
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך זעהער » זונטאג יוני 28, 2020 6:26 pm

יא
אבער ס'זעהט נישט אויס ווי די בג"ץ וועט עס פסל'ן

האמת הצפון
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות

תגובהדורך האמת הצפון » זונטאג יוני 28, 2020 7:02 pm

זעהער האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:שמעתי אז וויזניץ ב''ב איז גרעסער פון בעלז עפעס מקורות? ס'איז בכלל אמת?

לויט די געליקטע דאקומענטען געברענגט בערך דריי בלאט צוריק איז בעלזא 15% גרעסער

איך הער אז וויזשניץ האט ארויסגעשטעלט א פרישע צעטל ווי מען זעהט לפי דבריהם אז בעלז האט געפעלטשט די ריכטיגע נומערן און לפי זייערע חשבונות שטייען זיי גאר נאנט צו בעלזא טראץ וואס זיי זענען אביסל ווייניגער
צוגעלייגטע
האמת עד לעצמו!.JPG
האמת עד לעצמו!.JPG (98.47 KiB) געזעהן 278 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid101, כשרע טעלעפאון, נאכטלאמפ, נייע אייטעמס, שטילער און 36 געסט