בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

עס קיקט מיר שוין נישט אויס אז ביבי האט נאך א מעגליכקייט צו צוזאם שטעלן א קאליציע, נאך וואס סמוטריץ האט שוין קלאר געשטעלט אז ער גייט נישט זיצן אין א קאליציע פון די שטיצע פון רע"מ, און אויך בנט קיקט אויס אז ער וויל ענדערש גיין מיט לפיד און זיין ר"מ, די איינציגסטע אפציע וואס קיקט יעצט אויס מעגליך איז א ממשלה ווי בנט וועט זיין ערשט ראש הממשלה מיט ראטיציע מיט לפיד, אדער פיפטע בחירות, וואס האלט די עולם אז עס גייט פאסירן?
וידגו לרב בקרב הארץ.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' איד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:שס האט נישט קיין חוב קדוש ווייל א גרויסן טייל פון זייערע וויילער האלטן נישט דעם חוב קדוש פון שמירת שבת... משא"כ פרומע אידן האבן א חוב קדוש פון שטימען פאר יהדות התורה, און טויזנטער מענטשן האבן דאס אנגעפיפן. בזיונות איז עס.

נאר נישט ווי סאטמאר רבי זאגט אז זיי האבן זיך מתבדל געווען, נאר נאך ערגער, זיי זענען געגאנגען שטימען פארן מזרחיסטישן פארטיי...

די חילוק פון שס מיט יהדו"ת, אז שס האט בערך דריי מאנדאטען פון חוב קדוש מיט נאך זעקס פון די גאס,

בשעת וואס יהדוה"ת האט 7 מאנדאטען פון חוב קדוש מיט נאך איינס פון די גאס (חרד"ל, חב"ד, חרדים עובדים)

בזיונות פאר וועמען??
אז נאך דעם וואס מען האט געטענה'ט אז די עולם איז בייז אופגערעגט אויף יהדוה"ת, איז חוץ פו די צוגעקמענדיגע מנדטים קיינער נישט אוועקגעפאלען?
נאך פאר'ען בחירות ווען די עולם דא און נאך פלעצער האבען געטענה'ט אז יהדות שלאגט זיך פאר די זעקסטע,
האב איך שוין געשריבען אז זיי גייען נישט פארלירען די זיבעטע, און די מלחמה מיט סמוטריץ' איז נאר אויף די אכטע,
און טאקע חוץ פון די "אייגענע" האבען זיי לכאורה גארנישט באקומען,
און אלע וואס זענען געגאנגען איז ווייל זיי זענען קיינמאל געווען א חלק פונעם חוב קדוש.

ג' האט בלויז גענוג שטימען פאר 6 מאנדאטן לויט וויפיל עס האט געקאסט ביי די פאריגע בחירות.

נאר יעצט איז געווען ווייניגער וויילער פון די אלגעמיינע רעכטע, און פון די אראבער, האט מען געקענט באקומען א בענקל פאר ווייניגער שטימען.

ר' איד האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי איז ער אנגעקומען צו 295,000,
לפי די חשבון דארפ'ן זיי האבען דאס מאל ארום 286,000
צ'ענסעס אז זיי זאלען פאלען אונטער 280,000 איז כמעט זירו.

סתם אזוי כ'האב הנאה פון דעם אז וועבער איז מחליט וויפיל זאלען אריבער גיין, און קומסט נאך מאכען חשבונות אויף 260 ווייל וועבער האט "מנדב" געווען 35,000 קולות.
וועבער מעג מחליט זיין ביז מארגען אז "ער" קען באשטיין אז 35 זאלען גיין, דאס מאכט נאך נישט אז אונז זאלען אנהייבען מאכען חשבונות לפי זיינע החלטות.

וואס איר שרייבט דא: צ'ענסעס אז זיי זאלן פאלן אונטער 280,000 איז כמעט זירו.

למעשה האבן זיי נישט קיין גאנצע 250 טויזנט.

דאס איז נישט קיין פארלייקענבארע דורכפאל.
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

די עולם האט מיר שוין דעמאלטס פארשריגען אז וועבער קען די נאמבערס בעסער ווי מיר, איך האב דעמאלט'ס נישט געוואלט מודה זיין, אבער בעל כרחי אענה אמן.

מיין טעות איז געווען אז איך האב גערעכנט די אלע וואס זענען צוגעקומען ביי די לעצטע צוויי בחירות אל'ס א חלק פון אגודה וואס גייען נישט אפלאזען,
למעשה טעיתי,

ס'איז זיכער אז דרייסיג טויזענט וויילער פון יהדוה"ת האבען דאס מאל נישט געוועלט, און דאס איז א גראבע דורכפאל פאר זיי,
די שאלה איז נאר צו וואס פארא קרייז געהערען זיי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לאמיר קלאר מאכן, אויב איינער האט נישט פארשטאנען.

מיין ציל איז נישט געווען אפצופרעגן @ר' איד וועגן זיין פרעדיקשן, נאר ארויסצוברענגען אז עס איז קלאר אז זיי האבן מיאוס געפלאפט.

ווילסט מיר זאגן אז זיי זענען פון אנדערע קרייזן וואס ר' האט פון ערגעץ פארשאפט די לעצטע דריי מאל? קען זיין, איך קען נישט די זאכן.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בגור כבר הכריעו: בהודעה קולית שנשלחה מ"ועדת העיר" לתושבי ערד התבקשו החסידים לשמור את שלטי הבחירות או להעביר אותם למשרדי הוועדה מאחר וככל הנראה בקרוב יערכו שוב בחירות ועלות הדפסת השלטים גבוהה מאוד. (ויסברג)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

היינט האבן אלע פארטייען ממליץ געווען פאר די נשיא וועם זיי ווילן זאל באקימען די מאנדאט צוזאם צושטעלן א קאליציע, ביבי האט באקימען די מערסטע מיט 52 וואס נעמט אריין ליכוד שס יהדות התורה און ציונות הדתית, לפיד האט באקימען 45 וואס נעמט אריין יש עתיד כחול לבן ישראל ביתינו העבודה און מרץ, בנט מיט זיינע זיבן ח"כ האט אליין ממליץ געווען אויף זיך, און סער האט אויף קיינעם נישט ממליץ געווען.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

פארוואס האט סער נישט ממליץ געווען לפיד אדער בענעט אדער לפחות זיך אליין
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

זיסע פיש האט געשריבן:היינט האבן אלע פארטייען ממליץ געווען פאר די נשיא וועם זיי ווילן זאל באקימען די מאנדאט צוזאם צושטעלן א קאליציע, ביבי האט באקימען די מערסטע מיט 52 וואס נעמט אריין ליכוד שס יהדות התורה און ציונות הדתית, לפיד האט באקימען 45 וואס נעמט אריין יש עתיד כחול לבן ישראל ביתינו העבודה און מרץ, בנט מיט זיינע זיבן ח"כ האט אליין ממליץ געווען אויף זיך, און סער האט אויף קיינעם נישט ממליץ געווען.


די אראבער האבן דאן אויך אויף קיינעם נישט ממליץ געווען, ריכטיג?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איך בין נישט זיכער, עס קיקט מיר אויס אז זיי זענען נאך פשוט נישט געווען ביי די נשיא זאגן וועם זיי ווילן ממליץ זיין, און מען דארף ווארטן און זען וואס זיי פלאנען צו טיען.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

און אנדערע נייעס האבן סמוטריץ און דרעי זיך היינט געטראפן פאר א זיצונג, ווי זיי האבן ביידע צוזאמען באשלאסן אז זיי גייען אויף קיין פאל נישט זיצן אינטער בנט און א קאליציע, דאס קימט נאך באריכטן אז בנט פלאנט אריין צו גיין און א קאליציע מיט לפיד מיט רוטאציע אויף ראש הממשלה, מיטן חשבון אז די חרדי'שע פארטייען וועלן נאך קימען איינמאל די קאלציע איז אויף געשטעלט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

זיסע פיש האט געשריבן:און אנדערע נייעס האבן סמוטריץ און דרעי זיך היינט געטראפן פאר א זיצונג, ווי זיי האבן ביידע צוזאמען באשלאסן אז זיי גייען אויף קיין פאל נישט זיצן אינטער בנט און א קאליציע, דאס קימט נאך באריכטן אז בנט פלאנט אריין צו גיין און א קאליציע מיט לפיד מיט רוטאציע אויף ראש הממשלה, מיטן חשבון אז די חרדי'שע פארטייען וועלן נאך קימען איינמאל די קאלציע איז אויף געשטעלט.

מיט ליעבערמאן?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צל עובר האט געשריבן:
יוסי אליטוב: ‏בנט וסער מגלגלים באמצעות שליחים הצעה נגדית לנתניהו: ממשלת ימין מלא מלא פלוס סער ובנט. נתניהו יבחר את אחד מבכירי הליכוד לראש ממשלה והוא עצמו יבחר לנשיא בהצבעה גלויה, לאחר תיקון מהיר של החוק. במקביל, בנט וסער מתחייבים שלא להתנגד לחוק שיקפיא את משפט נתניהו עד לתום הקדנציה בנשיאות.


אין אנדערע נייעס: היינט ווערט צוועלף יאר אין א צי וואס נתניהו איז ראש הכופרים, חוץ די ערשטע דריי יאר אין די נון יארן.

אויך ווערט 7 יאר פון ווען אולמערט איז געווארן קאנוויקטעד.

און אויך היינט הייבט זיך אן די קאראפשען טרייעל פון ביבי
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פראגע:
איז נישט שייך אזא זאך אז סער זאל גיין מיט ביבי אויף עפעס אן אופן?
אויב יא האט דער גוש הימין מער ווי 60
און אויב נישט סער קען ער ווייטער גיין מיט גאנץ?
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום מאנטאג אפריל 05, 2021 2:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

הויעך האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:און אנדערע נייעס האבן סמוטריץ און דרעי זיך היינט געטראפן פאר א זיצונג, ווי זיי האבן ביידע צוזאמען באשלאסן אז זיי גייען אויף קיין פאל נישט זיצן אינטער בנט און א קאליציע, דאס קימט נאך באריכטן אז בנט פלאנט אריין צו גיין און א קאליציע מיט לפיד מיט רוטאציע אויף ראש הממשלה, מיטן חשבון אז די חרדי'שע פארטייען וועלן נאך קימען איינמאל די קאלציע איז אויף געשטעלט.

מיט ליעבערמאן?

אויב די חרדים קימען אריין אין די קאליציע דארף ער שוין נישט ליבערמאן.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

@KolHaolam
ISRAEL: BREAKING: Yair Lapid says he offered Naftali Bennet to form unity-rotation government in which Bennet will serve first as PM and Lapid will serve second.
אטעטשמענטס
EyOpry3WEAARiD8.jpg
EyOpry3WEAARiD8.jpg (53.31 KiB) געזען 727 מאל
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

פאטאקי08 האט געשריבן:פראגע:
איז נישט שייך אזא זאך אז סער זאל גיין מיט ביבי אויף עפעס אן אופן?
אויב יא האט דער גוש הימין מער ווי 60
און אויב נישט סער קען ער ווייטער גיין מיט גאנץ?

ווענד זיך וועמען די פרעגסט, אז די פרעגסט געוויסע ניקס דא וועלן זיי דיר ענטפערן, אז נישט נאר אז עס איז דא אזא מעגליכקייט נאר אז עס גייט זיכער געשען, אבער אויב די פרעגסט סער אליין האט ער שוין געזאגט צענדליגע מאל אז אזא זאך גייט קיינמאל נישט פאסירן, און ער האט אויך אפגעווארפן א פארלאנג פון ביבי זיך אראפ צו זעצן מיט עם, זאגענדיג אז אויף קיין פאל וועט ער נישט זיצן אינטער ביבי, און מיט גנץ איז די מעשה נישט צו סאך אנדערש.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זיסע פיש האט געשריבן:און מיט גנץ איז די מעשה נישט צו סאך אנדערש.

גנץ ווערט דאך סייווי רא"מ און אפאר חדשים פארוואס האט ער צו פארלירן?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

פאטאקי08 האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:און מיט גנץ איז די מעשה נישט צו סאך אנדערש.

גנץ ווערט דאך סייווי רא"מ און אפאר חדשים פארוואס האט ער צו פארלירן?

איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט זיי זיך מסביר ביטע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ווען דארף ריבלין מחליט זיין ווער גייט ערשט קענען מאכן א קאאליציע?
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

פאטאקי08 האט געשריבן:@KolHaolam
ISRAEL: BREAKING: Yair Lapid says he offered Naftali Bennet to form unity-rotation government in which Bennet will serve first as PM and Lapid will serve second.

דער גאנצער פעקל איז דאך בלויז 45 זיצן, פון ווי נעמן זיי די איבריגע פופצין אויב די חרדים קומען נישט מיט?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

עס רעכנט אויך העבודה-7 מרץ-5, און עס וועט לכאורה דארפן האבן די שטיצע פון רע"מ פון דרויסן.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אייגנארטיג האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:@KolHaolam
ISRAEL: BREAKING: Yair Lapid says he offered Naftali Bennet to form unity-rotation government in which Bennet will serve first as PM and Lapid will serve second.

דער גאנצער פעקל איז דאך בלויז 45 זיצן, פון ווי נעמן זיי די איבריגע פופצין אויב די חרדים קומען נישט מיט?


לפיד האט באקומען 45 ממליצים, + סער + בנט = 58, אפשר וועט ער גאר משכנע זיין אז ציונית הדתית זאל צושטיין, זיי זענען דאך נישט אזוי הייס פאר ביבי, ווילאנג לפיד וועט צוזאגן א שטארק רעכטע רעגירונג. און אז בנט איז ערשט, וועט ער דאך לכאורה פשוט וועלן א רעכטע מדינה. (די שאלה איז צו מרץ וועט צודעם מסכים זיין)
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

אויב בענעט פאר זיבען בענקלעך באקומט ראש ממשלה דאן וועט סמורטיץ מיט זעקס אויך בעטן צו זיין אין די רייע!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

בבקשה האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:@KolHaolam
ISRAEL: BREAKING: Yair Lapid says he offered Naftali Bennet to form unity-rotation government in which Bennet will serve first as PM and Lapid will serve second.

דער גאנצער פעקל איז דאך בלויז 45 זיצן, פון ווי נעמן זיי די איבריגע פופצין אויב די חרדים קומען נישט מיט?


לפיד האט באקומען 45 ממליצים, + סער + בנט = 58, אפשר וועט ער גאר משכנע זיין אז ציונית הדתית זאל צושטיין, זיי זענען דאך נישט אזוי הייס פאר ביבי, ווילאנג לפיד וועט צוזאגן א שטארק רעכטע רעגירונג. און אז בנט איז ערשט, וועט ער דאך לכאורה פשוט וועלן א רעכטע מדינה. (די שאלה איז צו מרץ וועט צודעם מסכים זיין)

דאס האב איך פריער געשריבן אז סמוטריץ האט שוין געמאלדן אז ער גייט נישט זיצן און אזא קאליציע,
viewtopic.php?f=6&t=40856&start=4575#p2691988

לכאורה גייען זיי מיט די חשבון אז אויב ביבי מעג גיין מיט די שטיצע פון רע"מ פון אינדרויסן מעג בנט אויכעט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

הקיצור סתם דמיונות אדער ווישפאל טינקינג
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”