בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

צוויי אינטערסאנטע זאכן 1) אז לויט חדשות 13 איז סער און בנט די זעלבע שטארק.
2) אז לויט חדשות 12 איז יהדות התורה ביי זעקס און העבודה ביי זיבן.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

כ'מיין אז דאס בעסטע פון'ם פעקל איז אז ציונית גייט אריבער לכו"ע וואס באדייט א געווינס פאר ביבי
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

כ'ווייס נישט ווי די זעסט א געווינס פאר ביבי, אלע אנקעטעס ווייזן אז אויך מיט ימינה קען ער נישט אויף שטעלן א קאליציע, און די זעלבע צייט וואס די אלטערנעטיווע קאליציע האט יא געניג בענקלעך אויף צו שטעלן א קאליציע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אייגנארטיג האט געשריבן:כ'מיין אז דאס בעסטע פון'ם פעקל איז אז ציונית גייט אריבער לכו"ע וואס באדייט א געווינס פאר ביבי

אלע 3 צייגן אז ביבי באקומעט נישט קיין 60 אפילו מיט ימינה, און 2 פון 3 צייגן אז לא ביבי מיט ימינה באקומען 61 אפילו אן מרץ, אבער אודאי די אנקעטעס זענען גוטע נייעס פאר ביבי.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איך גלייב אז אויב די אנקעטעס גייען אזוי אנהאלטן ביז די בחירות גייט מרץ נישט דורך גיין צום סןף, די לינקע אנטי ביבי וויילער וועלן לכאורה נישט ריזקירן אז זייערע שטימען זאלן גיין אין מיסט, און אויב גייט דאס געשען איז עס שלעכטע נייעס פאר ביבי, אויב זאל מען אנעמען אז דאס איז וואס שטער בנט צו גיין מיט די אלטערנעטיוו קאליציע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

נישט פארגעסן אז אלעס ארבייט נאר ווען די אלע וואס מ'רעכט זיך אז זיי גייען אריבער דער 'אחוז החסימה' וועלן דאס טאקע אריבער גיין.
ווי ס'זעהט אויס, די פלאן פון ביבי איז אז כחול לבן אדער העבודה וועלן נישט אריבער גיין דעם אחוז החסימה, ומצד שני סמוטריץ' יא.
ווען דאס געשענט קוקט אלעס אויס אנדערש, וויל דער ליכוד באקומט פון דעהם נאך צוויי בענקליך, צוליב 'חוק באדר-עופר', ואכמ"ל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עס איז בלויז פארבליבן 3 וואכן צו די וואלן, נאך דעם סוקסעס פון די לייוו רעזולטאטען פון די אמעריקאנע וואלן, האב איך געטראכט פון מאכן די זעלבע זאך פאר די א״י וואלן. היות די וואלן אין א״י זענען היפש מער קאמפיליצירט ווי די וואלן אין אמעריקע וויל איך הערן וואס די עולם האט צו זאגן יעצט, אזוי אז עס זאל זיין גענוג צייט צו קענען מאכן טוישן.

קודם כל א פשוט׳ע טשארט, פון די מנדטים, די רעזולטאטען וועלן זיך טוישן פון צייט צו צייט צעווישן די 21׳סטע בחירות און די 23׳סטע בחירות, אז מען זאל קענען זען וויאזוי עס קוקט אויס.
בילד
פאר א פארטיי וואס האט געגרייכט 1%, אבער איז דורכגעפאלן די אחוז החסימה וועט ארויף קומען די פערצענטען וויפיל זיי האבן אנגעצויגען, און נישט די סכום מנדטים. (א פארטיי וואס האט געגרייכט ווייניגער פון 1%, קומט בכלל נישט ארויף).

נאך א טשארט, פאר די וואס זענען צעווישן 1% און 4%, ווי זיי שטייען ביחס צו די אחוז החסימה (פאר די 23׳סטע בחירות איז נישט געווען קיין שום אזא פארטיי, מילא ווען די רעזולטאטען וועלען ווייזן אויף די 23׳סטע בחירות, וועט דער טשארט זיין ליידיג)
בילד
אונטען איז די מספר וויפיל קולות זיי האבן באקומען, און אויבן איז די חילוק צעווישן די אחוז החסימה און וויפיל קולות זיי האבן באקומען (אויב איז די ציפער אונטער די ליין, מיינט עס וויפיל עס פעלט ביז די אחוז החסימה, אויב איז עס איבער די ליין, מיינט עס וויפיל קולות זיי האבן באקומען מער פון די אחוז החסימה)

נאך א טשארט, דאס מאל וויפל קולות מען דארף האבן צוצובאקומען א בענקעל.
בילד

די פארטיי אין רויט איז די פארטיי וואס פארלירט א בעקנעל פון דעם וואס די פארטיי געווינט נאך איינס.

די נעקסטע טשארט גיי איך דארפ׳ן די מערסטע הילף, דאס איז ווען מען נעמט צוזאם אלע פארטייען זען ווי די געוויסע קאאליציעס האלטען (אנדערש ווי די אנדערע טשארטס, איז די טשארט מיוחד בלויז פאר די יעצטיגע בחירות, און אנטהאלט ביזדערווייל פאלטשע נומערען)

איך האב געמאכט דערווייל 3 סארט קאאליציעס, ביבי, רעכטע לא ביבי (סער ראש ממשלה), און צענטער לינק (לפיד ראש ממשלה), ווי העכער מען איז אין די טשארט אלץ ווייניגער איז מסתבר אז מען גייט ממליץ זיין.

איך וויל נאך לייגן אפאר מער קאמפילצירטע טשארטס שפעטער ביינאכט אדער מארגן.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

למעשה איז אויך אלעס גרעכנט אז בנט גייט האבן אזויפיל מנדטים.
למעשה האט זיך די מענטש באוויזן כל ימי חייו אז ער איז אלעמאל ווערד פיל וויינגער ווי די אנקעטעס געבן איהם.
איך גלייב נישט אז ער גייט האבן מער פון 8 בענקלעך.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

בבקשה האט געשריבן:.

וואף דאס איז א ארבעט
איך וואלט צוגעלייט ביי די לעצטע טשארט 2 פון צענטער לינק איינס מיט ימינה אן מרץ איינס מיט מרץ אן ימינה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:למעשה איז אויך אלעס גרעכנט אז בנט גייט האבן אזויפיל מנדטים.
למעשה האט זיך די מענטש באוויזן כל ימי חייו אז ער איז אלעמאל ווערד פיל וויינגער ווי די אנקעטעס געבן איהם.
איך גלייב נישט אז ער גייט האבן מער פון 8 בענקלעך.

אבער דעס מאכט לכאורה נישט צופיל אויס,
ווייל לכאורה אויב איינער וועט קענען אוועק שלעפן פון איהם, וועט עס זיין נתניהו, וואס האט ביי די פריערדיגע וואלן געהאט 36 בענקלעך.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

בבקשה.
איך וויל דיר בעטן בבקשה גדולה,
עס זעהט אויס ווי דו האסט משקיע געווען אין א גאנצע פלאן פאר די באריכטן פון די וואלן,
אבער בעוונותינו הרבים קען איך גאר נישט עפענען פון די אלע זאכן, ביי מיין נטפרי פילטער.
איך וועל זיך פרייען צו זעהן פון וואס דו רעדסט.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

קוגל מאכער האט געשריבן:

גלייב איך אבער דאס מאל אויב איינער וועט באווייזן אוועק צו שלעפן פון עם וועט עס זיין סער, ביבי וועט לכאורה זיך נישט קענען איינהאלטן און פאראבירן אוועק צו שלעפן פון סמוטריץ.
לעצט פארראכטן דורך זיסע פיש אום דינסטאג מארטש 02, 2021 4:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

@בבקשה, עס קיקט אויס פיין.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

זיסע פיש האט געשריבן:דריי פרישע אנקעטעס זענען היינט ארויס געקימען,
חדשות 12 - חדשות 13 - ערוץ 20
ליכוד-28 - 27 - 29
יש עתיד-19 - 19 - 18
תקווה חדשה-14 - 11 - 13
ימינה-12 - 11 - 10
הרשימה המשותפת- 9 - 8 - 10
שס- 8 - 7 - 7
יהדות התורה- 6 - 7 - 7
ישראל ביתנו- 7 -7 -7
העבודה -7 - 6 - 5
כחול לבן - 5 - 4 - 5
הציונות הדתית- 5 - 5 - 4
מרץ- 0 - 4 - 4
רע"מ - 0 - 4 - 0

אלס סמך ואס איז חדשות 12 מחליט אז יהדות התורה גייט אראפ צו 6
ס'איז שוין מוכח געווארן כמה וכמה מאל אז די פרומע קען מען נישט גוט סוקר זיין
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איך האב נישט קיין איינאונג, מסתם פרעגן זיי אויס מענטשן.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

דו גלייבסט אז זיי פרעגן טאקע אויס מענטשן ? :roll:
איך מיין צו זאגן אז לענ"ד איז נישטא קיין סיבה יהדות התורה זאל פארלירן א מנדט
די פרומע וועלן אלעמאל גיין קלייבן כהוראת רבותם ממילא איז די אנקעטעס לגבי זיי נישט אזוי אקטועל
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קוגל מאכער האט געשריבן:בבקשה.
איך וויל דיר בעטן בבקשה גדולה,
עס זעהט אויס ווי דו האסט משקיע געווען אין א גאנצע פלאן פאר די באריכטן פון די וואלן,
אבער בעוונותינו הרבים קען איך גאר נישט עפענען פון די אלע זאכן, ביי מיין נטפרי פילטער.
איך וועל זיך פרייען צו זעהן פון וואס דו רעדסט.

דא קענסטו זען די טשארטס, אבער עס וועט זיך נישט אפדעיטען, די אנדערע יא. ס׳איז גוט צו הערען דיינע הערות.
אטעטשמענטס
מנדטים.png
מנדטים.png (13.51 KiB) געזען 728 מאל
ממליצים.png
ממליצים.png (19 KiB) געזען 728 מאל
אחוז החסימה.png
אחוז החסימה.png (14.38 KiB) געזען 728 מאל
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

מבית שמש האט געשריבן:דו גלייבסט אז זיי פרעגן טאקע אויס מענטשן ? :roll:
איך מיין צו זאגן אז לענ"ד איז נישטא קיין סיבה יהדות התורה זאל פארלירן א מנדט
די פרומע וועלן אלעמאל גיין קלייבן כהוראת רבותם ממילא איז די אנקעטעס לגבי זיי נישט אזוי אקטועל

הגם וואס דאס מאל הער איך פון זייער אסאך היימישע אידן, וואס זענען אויפגערעגט אויפן וויירוס, און אויף די וועג ווי אזוי מען האט עס באהאנדלט אין מדנ"י,
און זאגן אז זיי גייען נישט וועלן,
צום סוף וועלן כמעט אלע גיין, אבער אויב עס וועט נישט זיין די ברען און חשק פארדעם,
וועט עס אראם נעמען אסאך פעילים, און מתנדבים, וואס העלפן ברענגען די קולות, און דאס קען שוין האבו אן השפעה.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

זיסע פיש האט געשריבן:דריי פרישע אנקעטעס זענען היינט ארויס געקימען,
חדשות 12 - חדשות 13 - ערוץ 20
ליכוד-28 - 27 - 29
יש עתיד-19 - 19 - 18
תקווה חדשה-14 - 11 - 13
ימינה-12 - 11 - 10
הרשימה המשותפת- 9 - 8 - 10
שס- 8 - 7 - 7
יהדות התורה- 6 - 7 - 7
ישראל ביתנו- 7 -7 -7
העבודה -7 - 6 - 5
כחול לבן - 5 - 4 - 5
הציונות הדתית- 5 - 5 - 4
מרץ- 0 - 4 - 4
רע"מ - 0 - 4 - 0

נתניהו (מיט ימינה) קאאליציע-58-57-59 (דורכשניט 58)
אלטערנאטיווע (מיט ימינה-אן מרץ) קאאליציע-58-58-64 (דורכשניט 60)

עס ווייזט די זעלבע וואס מ'זעט שוין די גאנצע צייט: די אלטערנאטיווע קאאליציע אן מרץ איז נענטער צו 61 ווי די ביבי קאאליציע, און איז ממש א האר אוועק דערפון.

וואס בלייבט איבער איז צו זען צו וועמען ימינה וויילער וועלן למעשה גיין אין די לעצטע מינוט, און פארשטייט זיך ווער פון די גאר שוואכע פארטייען וועלן יא אדער נישט אדורכגיין, אבער ביבי'ס בעסטע שאנס לויט די אנקעטעס איז אז סער וועט זיך איבערבעטן מיט אים פאר א גוטן פאסטן (וואס לויט מיין מיינונג קען עס גאר גרינג געשען).
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

כדי צו פארשטיין די נעקסטע פאר טשארטס, דארף מען אביסל פארשטיין וויאזוי די וואלן אין די מדינה ארבייטען.

די מדינה ארבייט אז יעדער שטימע גייט פאר א ליסטע, און דערנאך צוטיילט מען זיך מנדטים לויט וויפיל יעדער ליסטע האט באקומען.

יעצט לאמיר נעמען א משל, לאמיר זאגן אז ס'איז דא בלויז 2 פארטייען, פארטיי א באקומעט 80,000 שטימען, און פארטיי ב' האט באקומען 40,000 שטימען, יעצט וויפיל מנדטים גייט יעדער פארטיי באקומען?

מען מאכט א חשבון, ס'איז דא 120 מנדטים, ס'איז געווען אלעס צוזאמען 120,000 שטימען, מען צוטיילט די 120 טויזענט שטימען אין 120 מנדטים, 1000 שטימען א מנדט, פארטיי א' האט 80,000 שטימען, און פארטיי ב' האט 40,000 שטימען, פארטיי א' באקומט 80 מנדטים, און פארטיי ב' באקומט 40 מנדטים.

לאמיר אביסל טוישן די משל, פארטיי א' באקומט 79,400 שטימען, פארטיי ב' באקומט 40,600 שטימען, ס'איז ווייטער 120,000 שטימען, און ווייטער 1,000 שטימען א מנדט, אבער וויפיל מנדטים באקומט פארטיי א' און וויפיל באקומט פארטיי ב? פארטיי א' באקומט 79.4, און ב' באקומט 40.6, מילא די גאנצע 79 פון פארטיי א' קען מען עם געבן, ווי אויך די גאנצע 40 וואס ב' האט באקומען, אבער וויאזוי געט מען פאר פארטיי א' די 0.4 און פאר פארטיי ב' די 0.6 וואס קומט זיי? מען קען דאך נישט צוטיילען קיין מנדט?

שכל וואלט געזאגט אז פארטיי ב' זאל באקומען נאך א גאנצע מנדט, צוליב דעם וואס זיי האבן 0.6 פון די איבערגעבליבענע מנדט, און א' האט בלויז 0.4 פון יענער מנדט, לויט דעם חשבון, באקומט א' 79 מנדטים, און ב' 41 מנדטים, יעצט וויפיל שטימען האט יעדער מנדט באקומען? ווענדט זיך, פארטיי א' האט 79 מנדטים, און 79,400 שטימען, קומט אויס, אז פאר יעדער מנדט האבן זיי באצאלט 1005 שטימען בערך, משא"כ פארטיי ב' צאלט בלויז 990 שטימען בערך פאר יעדער מנדט.

זענען געקומען א טייל, און זיי האבן געטענה'ט אז פארטיי ב' צאלט 10 שטימען ווייניגער פאר יעדער מנדט, פון וויפיל די מנדטים זענען באמת ווערט (1000 שטימען), זיי באקומען צו א גוטע געשעפט, ענדערש זאל מען צוטיילען די איבערגעבליבענע מנדט צו פארטיי א' וואס דאן וועט פארטיי א' באקומען 80 מנדטים, און ב' בלויז 40 מנדטים, דאן וועט אויסקומען אז פארטיי א' באצאלט בערך 995 שטימען פאר יעדער פון זייער מנדטים (וואס איז מער פון די 990 שטימען וואס ב' וואלט באצאלט ווען זיי באקומען ווען די איבערגעבליבענע מנדט).

אט מיט דעם חשבון ארבייט די מדינת ישראל וואלן, די גאנצע ווערען צוטיילט גלייך, דערנאך די איבערגעבליבענע, צוטיילט מען אויף דעם אופן, מען קוקט אויף יעדער פארטיי, וויפיל קולות וועט אויסקומען אז יענער "צאלט" פאר יעדער מנדט, אויב זאל ער באקומען נאך א מנדט? דערנאך זעט מען וועלעכע פארטיי צאלט די מערסטע, און יענער פארטיי באקומעט די מנדט, צוליב דעם וואס ס'איז דא מערערע פארטייען אין די מדינה, קען צומאל אויסקומען אז עס זאל זיין מער פון איין "האלבע" בענקעל, וואס מען טוהט דאן איז, אז מען פאנגט נאכאמאל אן די חשבון, יעצט אז די ערשטע פארטיי האט שוין גענומען, ווער איז נעקסט? וחוזר חלילה ביז אלעס איז פארטיילט.

אויב איז די חשבון נישט גענוג קאמפליצירט, קומט צו נאך א קנייטש, און דאס איז די הסכם עודפים, אין א הסכם עודפים קענען צוויי פארטייען זיך "צוזאמשטעלען" אזוי אז מען קוקט זיי נישט אן ווי צוויי עקסטער פארטייען, אנשטאט דעם קוקט מען זיי אן ווי איין גרויסער פארטיי, דערנאך צוטיילען זיך די פארטייען צעווישן זיך מיט דעם זעלבען חשבון.

יעצט צו די ערשטע טשארט, דא קען מען זען וויפיל יעדער הסכם עודפים "צאלט" פאר יעדער מנדט, און וויפיל ער וואלט "געצאלט" ווען ער באקומעט נאך א מנדט

פארטייען וואס זענען נישט אין קיין הסכם שטייט די נאמען פון די פארטיי, פארטייען וואס זענען יא אין א הסכם, שטייט זייערע נעמען צוזאמען, די בלויע איז וויפיל יעדער באצאלט יעצט, די גרויע איז וויפיל זיי וואלטען באצאלט אויב זיי וואלטען ווען באקומען נאך א מנדט.

כדי צו צוכאפן א מנדט פון אן אדערע פארטיי, מוז מען צובאקומען גענוג שטימען, אז די גרויע פון דיין פארטיי, זאל איבערשטייגען די בלויע פון יענע פארטיי, לאמיר דא איבערלייגן די טשארט פון בחירות 21, (ס'איז א סקרינשאט נישט קיין לייוו)
תשלום למנדט .png
תשלום למנדט .png (21.9 KiB) געזען 614 מאל

ווי מען קען זען, האט די חרדים (ש"ס + יהדות התורה) הסכם באצאלט 31,708 שטימען פאר יעדער מנדט, אויב וואלט די ליכוד-ימינה באקומען נאך א מנדט, וואלטען זיי געצאלט מיט בלויז 5 שטימען ווייניגער, 31,703 שטימען פער מנדט, אויב וואלט ווען ליכוד און ימינה באקומען נאך אפאר שטימען (בערך 180), וואלטען זיי באצאלט מער פון 31,708 שטימען פאר יעדער פון זייערע מנדטים, וואס דאס וואלט געמיינט, אז זיי וואלטען אוועקגעכאפט די בענקעל פון די חרדים הסכם. וואס וואלט געשען אויב וואלט די ליכוד-ימינה הסכם מצליח געווען אוועקצוכאפן די מנדט פון די חרדים? דאן וואלט ליכוד צובאקומען א בענקעל, (איבערדעם איז זיין נאמען אין גרין, העכער די גרויע באר), און יהדות התורה וואלט דערלייגט (צוליב דעם איז זיין נאמען רויט איבער די בלויע באר)

דער טשארט דארף צו ווייזען ווי שטארק יעדער פארטיי איז מיט זיינע מנדטים, צוריק צו בחירות 21, כולנו האט באצאלט די מערסטע, ער איז גאנץ שטארק מיט זיינע מנדטים, די חרדים די ווייניגסטע, זיי זענען שוואך מיט זייערע מנדטים. עס ווייזט אויך ווי גרינג ס'איז פאר א הסכם צוצובאקומען א מנדט, ליכוד-ימינה דארף נאר נאך 5-6 שטימען פאר יעדע מנדט, און ער באקומעט נאך א בענקעל, ישראל ביתנו, פון די אנדערע זייט, האט געדארפט נאך כמעט 3,000 שטימען פאר יעדער מנדט צו צובאקומען א בענקעל.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22695
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בבקשה די ארבעט וואס דו לייגסט אריין איז הערליך און אויסערגעווענליך. אז דו פרעגסט מיר וואלט איך געפענט א פרישע אשכול נאר פאר דיינע טשארטס, פונקט ווי ביי די וואלן אין אמעריקא. עס איז סתם א שאד זיי צו לאזן פארשווענדען ווערן.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

א הערליכע ארבעט,
איך וועל מיך מוראדיג פרייען אויב עס וועט זיך אויסארבעטן,
איך כשלעצמי, האב נישט די יכולת צו בויען אזא קאמפליצירטע ארבעט.
אבער זיי ממשיך. בבקשה ממך.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

די איזרעילי מידיע איז אויף מיט א סקאנדאל, אז נאך וואס די בגץ האט גע'פסק'נט אז גירת וואס ווערט דורך געפירט דורך רעפארם רעביי'ס איז כשר, און די מדינה מיז זיי רעכענן ווי געהיריגע אידן, האט די יהדות התורה פארטיי ארויס געגעבען א קעמפיין ווידיא ווי זיי רייסן אראפ די פסק פונעם בגץ, און אין די ווידיא זעט מען א פיקטשער ווי א הינט גייט מיט א קאפל און זיי שרייבן אז לויט די בגץ איז ער אויך א איד.

דער בילד
__לכידה-13.png
__לכידה-13.png (127.3 KiB) געזען 425 מאל

לפיד פון יש עתיד האט עס גאר שטארק אראפ געריסן זאגענדיג אז דאס איז אנטעסעמיטיש, צולייגענדיג אז זיין טאטע האט עם פארציילט אז און בודאפעסט אויף די רעגירונג'ס געביידע איז געשטאנען, אז אידן און הינט זענען פארבאטן אריין צוקימען, און דאס בילד דערמאנט עם פון דאס.

(סתם בדרך אגב מיין איך אז לפיד איז די איינציגסטע גרויסע פארטיי פירער וואס איז א אונגארישע).
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

פייסבוק האט עס אראפגענומען.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

IMG-20210303-WA0069.jpg
IMG-20210303-WA0069.jpg (115.13 KiB) געזען 393 מאל
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”