בחירות #3 און די תוצאות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:13 am

אזוי גאר! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:דער עיקר: נתניהו זיגט!!

אבער ווי לאנג גייט ער זיין רה''מ. ער גייט מוזן אויפגעבן אינמיטן.

חס ושלום שעלט נישט

לעב נישט אין דמיונות. ער מוז האבן געמאכט א דיעל ניין?
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:14 am

There is major political drama unfolding in Israel, as Benny Gantz of Blue and White appears to be breaking away from Yair Lapid and set to join a unity government with Likud and the Religious parties.

It began with the sudden resignation of Knesset Speaker Yuli Edelstein on Wednesday. A close Netanyahu ally, Edelstein had refused to comply with a high court order to convene the plenum for a vote on his successor the same day, angrily accusing the court of an “arrogant intervention” in the legislative branch. Even in stepping down, Edelstein tried to stall the vote for several days, as his resignation would take effect 48 hours later.

On Thursday, Benny Gantz submitted candidacy for himself to be Knesset Speaker, but Yair Lapid had plans of his own to submit candidacy for Meir Cohen to be the Speaker.

Immediately, the entire right-wing bloc quickly endorsed Gantz for Speaker, leaving Lapid out in the dust.

According to Channel 12, the emerging unity coalition will include the Labor party, which will split from the Meretz party.

Gantz will be the foreign minister, and Netanyahu for the first 18 months, followed by Gantz for the next 18 months.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:28 am

קומט אויס אז אדלשטיין'ס אפטרעטן איז געווען א אונטערגעשטעלטע מעשה?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:28 am

סטיטשינער האט געשריבן:נאך איינער אוועק פון קאראנא...

ווי עס ווערט באריכטעט איז דארט געווען underlying health problems שוין פון געבורט
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:31 am

חמרא טבא האט געשריבן:קומט אויס אז אדלשטיין'ס אפטרעטן איז געווען א אונטערגעשטעלטע מעשה?

ער איז געווען געצוינגען...
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך balkishron » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:46 am

Can someone please come in with a clear report what’s going on here
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:13 pm

פארוואס איז גפני געפלויגן?
דביה תחדי נפשא

דבר החרדים מירושלים
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

שטיקל סדר די לעצטע טעג

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:21 pm

פאר א וואך צוריק האט גנץ באקומען די מאנדאט פונעם פרעזידענט צו אויפשטעלן א ממשלה,
האבנדיג 61 לצידו פון 120, די פראבלעם זיינע איז געווען אז צוויי פון זיינע מענטשן אין פארטיי, רעכטע (רוב זענען צענטריטיש-לינקס) האבן פאר קיין שום פרייז נישט מסכים צו א ממשלה מיט די אראבערס, "תומכי טרור" לטענתם, וואס די שטעלונג האט לכתחילה געדארפט צו ברענגען צו 4ערדע בחירות,
דא איז אריינגעקומען אין בילד די "קאראנע"
ביבי האט מצליח געווען צו מאכן אזא דראמא פון די קאראנע, אז סהאט אנגעהויבן צו ווערן שווערער און שווערע פאר די לינקע צו גיין צו פערדע בחירות,
האט מען אנגעהויבן רעדן פון אחדות, אבער ס'איז געבליבן שטעקן ביי "שר המשפטים" וואס ביבי האט בשום אופן נישט געוואלט געבן פאר די גאנץ, האט זיך אלעס אפגעשטעלט,
יעצט איז אונטער געקומען א פראבלעם, יעדע כנסת דארף האבן א נייער ספיקער פארן פארלעמענט, בדרך כלל איז דאס איינער פון די פארטיי פון ראש ממשלה, כדי ס'זאל נישט ווערן קיין פראלעמען,
למעשה, היות די לינקע האבן געהאט רוב, אבער מצד שני נישט געקענט אויפשטעלן א ממשלה, האט זיך אנגעהויבן א מחלוקת, די לינקע האבן געפאדערט אז אלע בחירות צו אלע קאמיטיי'ען, היות זיי זענען רוב ווערן זיי בעלבאס, אבער די רעכטע און אזוי אויך דער יעצטיגער ספיקער פון ביבי פארטיי, האבן נישט מסכים צו מאכן די בחירות ווייל אפשר וועט זיין אחדות, און טאקע די אנדערע קאמיטייען האט מען למעשה אויפגעשטעלט, און די רעכטע בלאק האט מחרים געעוען די הצבעה, אבער אויף די ספיקער אמט האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען צו גיין מאכן הצבעה, ווייל די רגע וואס איינער ווער ספיקער דארף מען א רוב פון 90 איהם צו טוישן, און זיי האבן געוואלט א ספיקער פון יש עתיד, וואס וואלט פאר קיין שום פרייז נישט מסכים געעוען צו אריינגיין אונטער נתניהו, אויף אזא פאל טאמער גייט זיין אחדות וועט מען איהם נישט קענען טוישן און ס'וועט זיין טראבל, האט ער דאס נישט געברענגט פאר א אפשטימונג,

זענען די לינקע געגאנגען און בג"ץ וואס האט מיט א פרעזידענטלאזע שריט באפוילן פארן יעצטיגן ספיקער צו ארויף ברענגען די אפשטימונג,
פון דא און ווייטער איז אלס געלאפן גאר שנעל, נתניהו האט הייס צוגעזאגט אז וועלן האט דעם מאיר כהן פון יש עתיד פאר ספיקער איז פארמאכן די טירן אויף אחדות שמועסן (וויל זיין פלאן איז געווען צו מאכן געזעצן וואס וואלט פערסאנאל געבלאקט נתניהו פון לויפן פאר ווידער-וויילונג און אויך בטל געמאכט זיין יעצטיגע ראש ממשלה אמט), און וועט ברענעגן צו פערדע וואלן, און אך-און וויי פאר איינער וואס אין אזא קארנע-מצב צוברענגען צו פערדע וואלן,

אבער היות בגץ האט געהייסן, אשטאט צו פאלגן האט דער יעצטיגער ספיקער אפגעטרעטן פון אמט, אזאך וואס וואלט פארצויגן די אפשטימונג אויף ביז מאנטיג,


למעשה, זענען די לינקע ווידער געגאנגען צו בג"ץ וואס האט ווידער באפוילן פארן אפגעזאגטן ספיקער ארויף צוברענגען די אפשטימונג, נאך היינט און צעגלייגט נאך א ספיקער אויב דער יעצטיגער ספיקאר וועט נאך אלץ נישט האלטן דערביי,
(מ'דארף פארשטיין אז יאיר לפיד פון יש עתיד וואלט פאר קיין פרייז נישט אריין אונטער נתניהו וואס ער האט פרעזנדליך פיינט, נאכן איהם אפזאגן אויף א פארשעמנדן אויפן אין
פון זיין טרעזשערי מיניסטער, וואס ס'וואלט יא געשען אויב מרעדט פון אחדות איז אז גאנץ מיט זיין פארטיי חוסן לישראל (האלב פון כחול לבן), וואלט אריין, און יאיר לפיד וואלט אונטערגעקומען ווען און אויב גאנץ גייט בפועל ווער ראש ממשלה, נאר יאיר לפיד האט פאר יעדע פרייז געוואלט כהן ספיקער, און גאנץ האט פארשטאנען אז אין אזא צייט פון אחדות שמועסן צו מאכן אזא שפיל קען איהם שטערן פאר זיין מינסטעריאליקייט, און א מצב פון קאראנא, און אויך וואלט ער פארלארן מיט א לענדסלייט און די נעקסטע וואל,
איז ממילא האט ער פארשטאנען א מקען נישט גיין מיט א ספיקער פון יש עתיד, און דווקא צוליב דעם האט יש עתיד זיך געיאגט צו בגץ נאכאמאך ז ער זאל באפוין דעם יעצטיגן ספיקער צו א אפשטימונג פאר יין אמט, און בגץ האט טאקע מסכים געווען, צוגעשטעלט נאך א צייטוויליגער ספיקער וואס יענער זאל ארויף ברענגען די אפשטמ מונג היות דער יעצטיגער האט ניט געוואלט,

און דאן האט גאנץ פארשטאנען אז וועג איז פארשלאסן, און ער האט היינט מודיע געווען אז ער דער מועמד צו ווערן ספיקער מטעם כחול לבן און נישט מאיר כהן,
דאס האט געברענגט א באלדיגע אפטיילונג פון יש עתיד פון כחול לבן, וואס האבן געריפן גאנץ "בןגד"און גנץ וועט האלטן די אמט ביז די אחדות שמועסן וועלן זיך אויסארבעטן, און דאן וועט ער איבערגעבן די אמט פאר איינער פון די רעכטע בלאק, דארט האלט מען יעצט, יעצט האט מען געוועלט גאנץ פאר ספיקער, די רעכטע האבן איהם געשטיצט אזוי אויך זיי פארטיי אין כחול לבן, לפיד מיט זיין פארטיי, ליברמן מיט די אראבערס האבן געשטימט קעגן!


מהאט געדארפט מיטהאלטן די שטימונג פון גאנץ קעגן נתניהו די לעצטע טעג צו פארשטיין אז עפעס אומגלויבליך קומט פאר!
נישט צום גלייבן

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:21 pm

.
צוגעלייגטע
WhatsApp-Image-2020-03-26-at-16.58.57.jpeg
WhatsApp-Image-2020-03-26-at-16.58.57.jpeg (47.9 KiB) געזעהן 618 מאל

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:27 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:דער עיקר: נתניהו זיגט!!

אבער ווי לאנג גייט ער זיין רה''מ. ער גייט מוזן אויפגעבן אינמיטן.

חס ושלום שעלט נישט

ס'מיינט נישט אז נתניהו גייט נישט אנקומען אין תפיסה איין טאג...

ר' איד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: איינער קען העלפען?

תגובהדורך ר' איד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:35 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:איך וויל טוישען די קעפל אבער איך קען נישט פארוואס?

עדיט דיין ערשטע תגובה און דארט טויש קעפל

ר' איד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך ר' איד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:40 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:גפני איז פארטיג. ענדגילטיג געווארפן פון וועדת הכספים.

פאר אים איז אבער צו שפעט...

ממש נישט,
די יונגאטש פון ישראל ביתנו איז געווארען אויפגענומען אלס יו"ר זמני ביז ס'גרינד זיך א ממשלה אדער ביז נאך די נייע בחירות,

די רגע וואס ס'שטעלט זיך אויף א ממשלה מיט א רוב פון 74!!! שטעלט מען אויף אלע וועדות פון ניי,

ווער ס'האט פארלוירען איז אדלשטיין וואס בזכותו איז געווארען די גאנצע זאך היינט, ווייל צו טוישען א יו"ר הכנסת דארף מען האבען א רוב פון 90 ח"כ וואס דאס האבען זיי נישט.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:48 pm

ר' איד האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:גפני איז פארטיג. ענדגילטיג געווארפן פון וועדת הכספים.

פאר אים איז אבער צו שפעט...

ממש נישט,
די יונגאטש פון ישראל ביתנו איז געווארען אויפגענומען אלס יו"ר זמני ביז ס'גרינד זיך א ממשלה אדער ביז נאך די נייע בחירות,

די רגע וואס ס'שטעלט זיך אויף א ממשלה מיט א רוב פון 74!!! שטעלט מען אויף אלע וועדות פון ניי,

ווער ס'האט פארלוירען איז אדלשטיין וואס בזכותו איז געווארען די גאנצע זאך היינט, ווייל צו טוישען א יו"ר הכנסת דארף מען האבען א רוב פון 90 ח"כ וואס דאס האבען זיי נישט.


אויך נישט. גאנץ גייט זיך אנטזאגן און אדלשטיין ווערט צוריק. ס' דארף נישט ניינציג ווען איינער טרעט אפ.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:04 pm

סאו מ'האט שוין געוואט פאר יו"ר?? גאנץ איז שוין ספיקער?



כ'פארשטיי אבער נישט, פארוואס האט גאנץ פלוצלונג באקומען חשק צו א ממשלות אחדות? ווי אויך וויפיל בענקלעך פון כחולבן האט חוסן ישראל?
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:29 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:סאו מ'האט שוין געוואט פאר יו"ר?? גאנץ איז שוין ספיקער?



כ'פארשטיי אבער נישט, פארוואס האט גאנץ פלוצלונג באקומען חשק צו א ממשלות אחדות? ווי אויך וויפיל בענקלעך פון כחולבן האט חוסן ישראל?

גאנץ איז שוין ספיקער מיט די שטיצע פון די גאנצע גוש הימין, אויך יולי יואל אדלשטיין, געוועזענער יו"ר. אויך די חוסן לישראל פארטיי פון גאנץ וואס האט בערך 15.

גאנץ האט נישט געהאט קיין צווייטע ברירה. אלע טירן זענען געווען פארשלאסן מיט לפיד. ער האט אנגעפיפן לפיד און געגאנגען צו ביבי.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:31 pm

דאקטוירים זאגן אז די שווערע אטעמען פון לפיד איז נישט קיין סימן פון קאראנא.

אבער לפיד איז נאכאלץ געגאנגען אין בידוד...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

ר' איד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

תגובהדורך ר' איד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:34 pm

ווער ס'האט דערלייגט די מערסטע און מיינע אויגען איז נישט קיין צווייטע ווי די שופטי הבג"ץ און די נשיאה חיות בראשם וואס האט אנגעפירט די דיון.

דאס מאל האבען זיי לכולא עלמא מגזים געווען מיטן זיך אריינמישען און פרובירען פירען די סדר יום און כנסת וואס איז אן אנדערע רשות, די רעכטע וועלען זיך שוין איין טאג גוט נוקם זיין.

ס'האט זיי געקאסט גאר א שווערע פרייז ווען צום ערשטען מאל האט זיך איינער אויף געשטעלט און מיטן פולסטן חוצפה זיי געזאגט ניין און פנים אריין, פלעין איגנארירען וואס בג"ץ האט עים מחייב געוועין.

אבער אויב האבען זיי געמיינט אז מיט'ן צולאזען פאר עמיר פרץ צו צאמנעמען שוין היינט די כנסת צו זאפארט אויספאלגען זייערע פסק, וועלן זיי זיך אביסעל צוריק כאפען די אטעם,

איז געקומען די רעכטע און ווידער געוויזען ווער פירט דא מדינה.

#פארשטינקענע פיש געגעסן, און ארויס געווארפען פון שטאט.. איז שוין לאנג נישט געווען אזוי אקטואל.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אור » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:42 pm

די עיקר איז אז די 2 ליבערמאן און לאפיד זענען ארויס פון די בילד!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:44 pm

די חרדים זענען יעצט די שטערקסטע פארטיי אין די נייע ממשלה.

ליכוד איז די ממשלה אליין.

חוסן לישראל פון גאנץ איז פארטיג, די לעצטע מאל וואס די פארטיי עקזיסטירט, ביבי'ס שונאים וועלן נישט גיין צו זיי, און זיי גייען פאר קיין געלט נישט צוברעכן די ממשלה כדי צו בלייבן וואס לענגער אין כנסת.

ימינה איז צו קליין, אפי' זיי גייען ארויס בלייבט די ממשלה חי וקיים.

די חרדים וואס זענען אינאיינעם 15 בענקלעך איז די שטערקסטע פארטיי נאך ליכוד. לאמיר האפן אז זיי וועלן קענען אויפטון למען הכלל והפרט.

ליצמאן מיט גאנץ, נייע צייטן...
צוגעלייגטע
IMG_20200326_134143.jpg
IMG_20200326_134143.jpg (24.02 KiB) געזעהן 308 מאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:45 pm

ר' איד האט געשריבן:ווער ס'האט דערלייגט די מערסטע און מיינע אויגען איז נישט קיין צווייטע ווי די שופטי הבג"ץ און די נשיאה חיות בראשם וואס האט אנגעפירט די דיון..

דאס וואס זי האט געשריבן, איז די מערסטע אקטועל פאר איר יעצט...
צוגעלייגטע
IMG_20200326_134214.jpg
IMG_20200326_134214.jpg (9.98 KiB) געזעהן 295 מאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: איינער קען העלפען?

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:54 pm

ר' איד האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:איך וויל טוישען די קעפל אבער איך קען נישט פארוואס?

עדיט דיין ערשטע תגובה און דארט טויש קעפל

איך קען נישט טוישען די ערשטע תגובה אויך נישט
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:56 pm

איז שוין אפציעל די נייע ממשלה ?
וואס זענען די פאזיציעס ?
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re:

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:57 pm

ר' איד האט געשריבן:ווער ס'האט דערלייגט די מערסטע און מיינע אויגען איז נישט קיין צווייטע ווי די שופטי הבג"ץ און די נשיאה חיות בראשם וואס האט אנגעפירט די דיון.

דאס מאל האבען זיי לכולא עלמא מגזים געווען מיטן זיך אריינמישען און פרובירען פירען די סדר יום און כנסת וואס איז אן אנדערע רשות, די רעכטע וועלען זיך שוין איין טאג גוט נוקם זיין.

ס'האט זיי געקאסט גאר א שווערע פרייז ווען צום ערשטען מאל האט זיך איינער אויף געשטעלט און מיטן פולסטן חוצפה זיי געזאגט ניין און פנים אריין, פלעין איגנארירען וואס בג"ץ האט עים מחייב געוועין.

אבער אויב האבען זיי געמיינט אז מיט'ן צולאזען פאר עמיר פרץ צו צאמנעמען שוין היינט די כנסת צו זאפארט אויספאלגען זייערע פסק, וועלן זיי זיך אביסעל צוריק כאפען די אטעם,

איז געקומען די רעכטע און ווידער געוויזען ווער פירט דא מדינה.

#פארשטינקענע פיש געגעסן, און ארויס געווארפען פון שטאט.. איז שוין לאנג נישט געווען אזוי אקטואל.

מסכים מיט איעדע ווארט ממש פערל ווערטער (פונקט פריער געזאגט פאר איינעם די זעלבע)
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 1:58 pm

שמערלער האט געשריבן:איז שוין אפציעל די נייע ממשלה ?
וואס זענען די פאזיציעס ?

ניין מהאפט אין די קומענדיגע טעג
לכאורה גנץ חוץ
אשכנזי בטחון
שלח, שלח, רפואה שלימה, רפואה שלימה, לחולי עמך.

ר' איד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 איז אויפן וועג!!!

תגובהדורך ר' איד » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:02 pm

שמערלער האט געשריבן:איז שוין אפציעל די נייע ממשלה ?
וואס זענען די פאזיציעס ?

נאך נישט סעט נאך נעמען אפאר טעג,
אויף דערווייל וואס סהאט ארויס געליקט ווי ס'קוקט אויס אז ס'גייט זיין:

גנץ מ"מ רה"מ ושר החוץ, אשכנזי שר הביטחון,
ראשי חוסן לישראל ימונו לשרים בכירים, ושר המשפטים צפוי להיות מהמפלגה גם כן - עם זכות וטו לליכוד בענייני משפט. תיקי החינוך, הפנים והדתות יישארו בידי בלוק הימין. דרעי וליצמן יישארו בתפקידם,

מען גייט צוטיילען אלע פאזיציעס גלייך צעווישען כחו"ל און גוש נימין, וועט אויס קומען אז כמעט אלע פון די פופצען וועלן זיין שרים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: .onion, Amazing, joegreen, private, קרייסלער, שבת פארטי, שטיגליץ, שרייב-פעדער און 76 געסט