שטעכעריי אויף אינגערמאן לרפו"ש אין מאנסי, מיטוואך חיי שרה תש"פ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:21 pm

משה׳לע, קיינער האט נישט דא קיין אגענדע. אונז אלע האפן אז ס׳זאל זיך ארויסשטעלן צו זיין פאלש
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:42 pm

עדינו העצני האט געשריבן:איך האלט אז אויב איז איינער מזרע ישראל געשטאנען אונטער דעי אטאקע זאל מען נישט שוינען קיינעמס כבוד נאר מקיים והוקע אותם נגד השמש. באהאלטן אזא זאך וועט נאר געבן חיזוק פאר אנדערע צווישן אונז אז מ'קען טון אזא זאך און מ'וועט עס פארשווייגן.

איי די בושות וועט פלאמען ביזן זיבעטן בוידעם. אמת, מ'וועט זיך מוזן אפווישן די נאז און זאגן איים סארי פאר די גוי'אישע שכנים פארן רעדן איידערן וויסן (און אפשר וועט עס קענען זיין א גוטע פתח צו קענען פארבעסערן די רילעישנס מיט זיי), און געבן פאר דעם מערדערעשן משלח דעם ריכטיגן טריטמענט וואס ער דעזערווט, סיי פאר די מעשה רציחה און סיי פאר די חילול השם און סיי פארן העלפן פארערגערן די מצב מיט די שכנים.

דברים כדרבנות!

עדינו העצני - כשיוצא למלחמה הוא קשה כעץ!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:57 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
עדינו העצני האט געשריבן:איך האלט אז אויב איז איינער מזרע ישראל געשטאנען אונטער דעי אטאקע זאל מען נישט שוינען קיינעמס כבוד נאר מקיים והוקע אותם נגד השמש. באהאלטן אזא זאך וועט נאר געבן חיזוק פאר אנדערע צווישן אונז אז מ'קען טון אזא זאך און מ'וועט עס פארשווייגן.

איי די בושות וועט פלאמען ביזן זיבעטן בוידעם. אמת, מ'וועט זיך מוזן אפווישן די נאז און זאגן איים סארי פאר די גוי'אישע שכנים פארן רעדן איידערן וויסן (און אפשר וועט עס קענען זיין א גוטע פתח צו קענען פארבעסערן די רילעישנס מיט זיי), און געבן פאר דעם מערדערעשן משלח דעם ריכטיגן טריטמענט וואס ער דעזערווט, סיי פאר די מעשה רציחה און סיי פאר די חילול השם און סיי פארן העלפן פארערגערן די מצב מיט די שכנים.

דברים כדרבנות!

עדינו העצני - כשיוצא למלחמה הוא קשה כעץ!


וואס א איד מזרע ישראל געוואלט פון דעם יונגערמאן???
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:00 pm

אביונה האט געשריבן:וואס א איד מזרע ישראל געוואלט פון דעם יונגערמאן???

איינער זאגט אפשר, א צווייטער זאגט מסתם, און דער דריטער פרעגט שוין פארוואס.
דאס איז דערווייל אלעס הוילע שפיקילאציעס און ווילדע פאנטאזיעס
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:24 pm

דאס איז זיכער אז די אינגערמאן האט געהאט די שליסעל פון די זשולערי געשעפט אין טאש בשעת מעשה, קען נאך אלס זיין שפוקעלאציעס

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:25 pm

די כח הדמיון האט זיך צישפילט ביי מאנכע
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:28 pm

קול מבשר איז שטום היינט.

אוועטאר
אבשלום
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:50 pm

תגובהדורך אבשלום » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:30 pm

פארט ארום א ווידיאו וויאזוי א קאר פלאקערט מיטן טענה אז דאס איז די האנדא פילאט פונעם אטאקע

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:33 pm

עדינו העצני האט געשריבן:מער לייטס און פאליציי העלפט נישט פאר א געצילטע אטאקע

אודאי נישט. בכלל נישט. ענדערש זאל בכלל נישט זיין פאליציי, ווייל זיי העלפן נאך געצילטע אטאקעס...

אלעס אנדערש פון דיין תגובה איז יא צום זאך, אבער די שורה איז הוילע שטותים. זיכער העלפט לייטס מיט מער פאליציי פאר געצילטע אטאקעס.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

תגובהדורך אמבעסאדער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:33 pm

פרנס היום האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די אינגערמאן האט געהאט די שליסעל פון די זשולערי געשעפט אין טאש בשעת מעשה, קען נאך אלס זיין שפוקעלאציעס

מיט וועלכע טאן זאגט מען דאס, בתמי'-בניחותא???
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:36 pm

אבשלום האט געשריבן:פארט ארום א ווידיאו וויאזוי א קאר פלאקערט מיטן טענה אז דאס איז די האנדא פילאט פונעם אטאקע

אין מאנסי?

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:39 pm

דממה דקה האט געשריבן:
אבשלום האט געשריבן:פארט ארום א ווידיאו וויאזוי א קאר פלאקערט מיטן טענה אז דאס איז די האנדא פילאט פונעם אטאקע

אין מאנסי?


יא, אין הילקרעסט. עס איז א האנדא, די שאלה איז צו עס איז די געזוכטע קאר. איך גלייב אז זיי גייען דאס אויספארשן.

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

תגובהדורך שמייכל תמיד » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:40 pm

גראמער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אבשלום האט געשריבן:פארט ארום א ווידיאו וויאזוי א קאר פלאקערט מיטן טענה אז דאס איז די האנדא פילאט פונעם אטאקע

אין מאנסי?


יא, אין הילקרעסט. עס איז א האנדא, די שאלה איז צו עס איז די געזוכטע קאר. איך גלייב אז זיי גייען דאס אויספארשן.

קען איינער ברענגען ?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:49 pm

פרנס היום האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די אינגערמאן האט געהאט די שליסעל פון די זשולערי געשעפט אין טאש בשעת מעשה, קען נאך אלס זיין שפוקעלאציעס

א זיכערע שפעקולאציע...
נאט אייך א גרינע...


פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:50 pm

פליגל האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די אינגערמאן האט געהאט די שליסעל פון די זשולערי געשעפט אין טאש בשעת מעשה, קען נאך אלס זיין שפוקעלאציעס

א זיכערע שפעקולאציע...

די שליסעל האט ער נאך געהאט אין טאש אין שפיטאל דאס איז זיכער

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:51 pm

פרנס היום האט געשריבן:כמעט 4 טעג שפעטער און ס'איז נישדא קיין שום ערענסטע שפירן ניטאמאל וואס נאכצוגיין :cry:

ווערט זאגט? די פאליציי מעלדט דען איין אלע זייערע לידס?

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

תגובהדורך אמבעסאדער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:59 pm

שמייכל תמיד האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אבשלום האט געשריבן:פארט ארום א ווידיאו וויאזוי א קאר פלאקערט מיטן טענה אז דאס איז די האנדא פילאט פונעם אטאקע

אין מאנסי?


יא, אין הילקרעסט. עס איז א האנדא, די שאלה איז צו עס איז די געזוכטע קאר. איך גלייב אז זיי גייען דאס אויספארשן.

קען איינער ברענגען ?

?
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:02 pm

ווי מען שמועסט יעצט האט FBI שוין די גאנצע זאך אלע דיטעילס, עס איז ערווארטעד צו הערן בקרוב די ענדע

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:06 pm

פרנס היום האט געשריבן:ווי מען שמועסט יעצט האט FBI שוין די גאנצע זאך אלע דיטעילס, עס איז ערווארטעד צו הערן בקרוב די ענדע

אין קעיס דו מעקסט עס באלד אויס...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:06 pm

מדארף נישט צופיהל טראכטן צו זעהן דאס איז אן אינסייד דזשאב גארנישט מיט העיט ציטוהן מהאט זיך נישט אויס געלערענט איינמאל אז ביי נעמען מערדערס ווען דו ווילסט איינעם אויסלערנען אביסל קען זיך עס ענדיגן נישט ווי אזוי דו ווילסט
קען זיין מהאט דיירעקט איהם געמיינט אדער א טעות מיט א צווייטן
אבער איך האף אז דא וועט ארויסקומען די פילע דיטעילס ווער פינקטליך מיט נעמען איז אלץ געשטאנען אינטער דעים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:10 pm

פומפדותא האט געשריבן:איז דא נאך איינער חוץ @חושב מחשבות... וואס האט געזעהן פארמערטע פאליציי דעם שבת?

איך בין געגאנגן צו א שבע ברכות פרייטאג צונאכטס און גארנישט געזעהן.

איך בין געווען ביי א שבע ברכות אין טאשנאד, איז דארט געווען א פאליציי מיט לייטס, ווי אויך די חברים קאמענד צענטער מיט אנגעצינדענע מאטאר
נאך צוועלף אזייגער האב איך שפאצירט אויף מעיפל און געזען יעדע שטיק פלאץ פאליצייאישע אנוועזנהייט
זעקסע פארטאגס האב איך נישט געזען קיין פאליציאנטן גראדע
שבת צופרי נאכ'ן דאווענען האב איך געזען פאליציאנטן אויף בייקס, ווי אויך אין פאליצייאישע אויטאס ארומקורסירן די גאסן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:14 pm

פרנס היום האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:דאס איז זיכער אז די אינגערמאן האט געהאט די שליסעל פון די זשולערי געשעפט אין טאש בשעת מעשה, קען נאך אלס זיין שפוקעלאציעס

א זיכערע שפעקולאציע...

די שליסעל האט ער נאך געהאט אין טאש אין שפיטאל דאס איז זיכער

הייסט עס זיי האבן געמאכט א קאפי פון די שליסל און עס צוריקגעגעבן??????
:roll: :roll:
לעצט פאראכטן דורך ישרן אום מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:17 pm

קען איינער אריינקומען קלאר ווי קומט צו דעם אינגערמאן אן די שליסעלעך פונעם געשעפט? ער האט גארנישט מיט די געשעפט
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:18 pm

וועלכע געשעפט??

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 11:19 pm

balkishron האט געשריבן:קען איינער אריינקומען קלאר ווי קומט צו דעם אינגערמאן אן די שליסעלעך פונעם געשעפט? ער האט גארנישט מיט די געשעפט


פון וואספארא געשעפט רעדט מען דא?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 38 געסט