שטעכעריי אויף אינגערמאן לרפו"ש אין מאנסי, מיטוואך חיי שרה תש"פ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 6:54 pm

א גוטע וואך.

מ'האט דעם שבת אנגעזען א שטארקע אנוועזנהייט פון פאטראל קארס ארומפארן לארכה ולרחבה פון גאנץ מאנסי, חברים האט געמאכט גאר א גוטע דזשאב אין דעם הינזיכט, און ס'קומט זיך זיי קרעדיט דערפאר, דאס זעהן די חברים פאטראל גוים ארומפארן האט אביסל בארואיגט די צושטורעמטע געפילן ביים המון עם, וואס זענען נאך אונטער שאק פון דעם אויסערארדנטליכער פאסירונג.

שמועסנדיק מיט חברים מעמבערס און סתם חברים דורכאויס שבת, האט מיר נולד געווארן צוויי נקודות.

א)' מאנסי קען שוין נוצן בעסערע סטריט לייטס אויף אסאך גאסן, אפגערעדט די געגענט פון Howard וואס איז כמעט טונקל דארט ביינאכט און ס'איז נישט קיין וואונדער אז זיי האבן זיך געפילט רואיג דארט צו אויספירן זייערע פינצטערע פלענער, עס זענען דא דארט עטליכע סטריט לייטס וואס זענען אראפגעפאלן אדער צובראכן און מ'האט עס נאכנישט מתקן געווען.

די ערשטע וויכטיגע זאך איז צו פארמיידן אטאקעס בעתיד איז צו ביילייכטן אלע פארשטופטע געסעאלאך מיט שטארקע לעמפ.

ב') דעי אינגאדזשעס האבן זיך ארומגעדרייט אין די מאנסי אומגעגענט פאר לפחות 3 שעה, סורקעלירט די גאסן געמאכט ווילדע מאנעוואורעס, יו טורנס, זיך אפגעשטעלט ביי געוויסע קארנער פאר לענגערע מינוטן, וכו' וואס די אלע זאכן וואלטן געדארפט אלאמירן אז דא דרייען זיך פארדעכטיגטע פארשוינען... און וואונדער איבער וואונדער פון 2:30 ביינאכט ביז 5:45 איז נישט געווען אפילו איין פאליציי מאן אויפן ראוד צו באמערקן און ריפארטן דעם זאך.

עס איז גאר וויכטיג אפילו אין פרידנס צייטן, אז פאליציי און חברים זאלן יעדע נאכט ארומפארן באוואכן דעם שטאט, שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה, עס איז אלס געווען א נארמאלע זאך צו שטעלן שומרים ביי אידישע געגנטער צו היטן אין די נעכט. בפרט ווען מאנסי האט זיך שוין אזוי צעוואקסן מיט קע"ה טויזנטער אידישע משפחות און אידן קענען רח"ל אלס זיין א טארגעט פאר כוליגאנעס וואס זוכן אויסצוגעבן זייער עשו שונא ליעקב'דיגע מידות.

ועל כולם א תפילה צום שומר גוי אחד וואס איז הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל, אז ישלח מלאכו לפנינו אונז צו באהיטן פון אלעם בייזן און קענען ברענגען די רשעים צו צדק ומשפט און ס'זאל מקוים ווערן כי נפל פחד 'מרדכי' עליהם ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו. בביאת גואל צדק.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:17 pm

תגובהדורך בינע'ך ביזי » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:03 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:א)' מאנסי קען שוין נוצן בעסערע סטריט לייטס אויף אסאך גאסן, אפגערעדט די געגענט פון Howard וואס איז כמעט טונקל דארט ביינאכט און ס'איז נישט קיין וואונדער אז זיי האבן זיך געפילט רואיג דארט צו אויספירן זייערע פינצטערע פלענער, עס זענען דא דארט עטליכע סטריט לייטס וואס זענען אראפגעפאלן אדער צובראכן און מ'האט עס נאכנישט מתקן געווען.
די ערשטע וויכטיגע זאך איז צו פארמיידן אטאקעס בעתיד איז צו ביילייכטן אלע פארשטופטע געסעאלאך מיט שטארקע לעמפ.

קיינער איז נישט געווען דארט אויפן גאס בשעת מעשה, סא זעה איך נישט וואס ליכטיגקייט וואלט געהאלפן. אפשר אפשר פאר די קעמרעס וואלט די לייטס געהאלפן, באט איך גלייב נישט ווייל זיי זענען דאך געפארן אויף מעיפל וואס איז פיין באלעכטיגט און מ'קען נאכאלס נישט זעהן זייער לייסענס פלעיטס.
דעזיין איז מיין "האַבי". קאסטומערס זענען נאר פאר פרנסה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:09 pm

בינע'ך ביזי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א)' מאנסי קען שוין נוצן בעסערע סטריט לייטס אויף אסאך גאסן, אפגערעדט די געגענט פון Howard וואס איז כמעט טונקל דארט ביינאכט און ס'איז נישט קיין וואונדער אז זיי האבן זיך געפילט רואיג דארט צו אויספירן זייערע פינצטערע פלענער, עס זענען דא דארט עטליכע סטריט לייטס וואס זענען אראפגעפאלן אדער צובראכן און מ'האט עס נאכנישט מתקן געווען.
די ערשטע וויכטיגע זאך איז צו פארמיידן אטאקעס בעתיד איז צו ביילייכטן אלע פארשטופטע געסעאלאך מיט שטארקע לעמפ.

קיינער איז נישט געווען דארט אויפן גאס בשעת מעשה, סא זעה איך נישט וואס ליכטיגקייט וואלט געהאלפן. אפשר אפשר פאר די קעמרעס וואלט די לייטס געהאלפן, באט איך גלייב נישט ווייל זיי זענען דאך געפארן אויף מעיפל וואס איז פיין באלעכטיגט און מ'קען נאכאלס נישט זעהן זייער לייסענס פלעיטס.

אמת, ס'קען זיין אין דעם פאל וואלט עס אפשר נישט צופיל געהאלפן.

אבער די טבע פון א מענטש איז אז ער גייט נישט טוען קיין פארברעכן לעיני השמש, אפילו די גאסן זענען ליידיג, די פאקט איז אז דארט איז ספעציעל טונקל, וואס געבט א רואיגע געפיל אז זיינע מעשים ווערן נישט מיטגעהאלטן פון צו ווייט.

לעכטיקייט פארמיידט אטאקעס און מאכט שפירן דעם פאטענטשול אטאקירער דורכזיכטיג.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:12 pm

געהערט אז ווי עס זעט יעצט אויס האט די קאר נישט געהאט קיין פלעיטס בכלל , וואס א טאג גייט פארביי זעט מען אז דאס איז געווען זייער אויסגערעכענטע באנדיטן , זייער שווער נאכצוגיין :cry:

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:24 pm

איז דא נאך איינער חוץ @חושב מחשבות... וואס האט געזעהן פארמערטע פאליציי דעם שבת?

איך בין געגאנגן צו א שבע ברכות פרייטאג צונאכטס און גארנישט געזעהן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:29 pm

אין מיין ביהמ"ד איז אריין געקומען א פאליצאנט נאכן דאווענען פרייטאג צונאכטס און געגעבאן א דרשה ווי זיי לייגען אלע כוחות צו באוואכן די שטאט און כאפן די פארברעכער וכו' וכו' בלא בלא בלא

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:30 pm

איך פארשטיי ליידער נישט פארוואס מען דארף שטערקערע פאליציי וואך. ווי ווייניגער מען רעדט פון אנטי-סעמעטיזם, שוואכע פאטראל, אידיש-פאליטישע באציאונגען איז אלס געזונטער. דאס האט לכאורה ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט און ס׳בעסער צו מאכן ווי ווייניגער גערודער.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:33 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:געהערט אז ווי עס זעט יעצט אויס האט די קאר נישט געהאט קיין פלעיטס בכלל , וואס א טאג גייט פארביי זעט מען אז דאס איז געווען זייער אויסגערעכענטע באנדיטן , זייער שווער נאכצוגיין :cry:


דאס שטומט נישט מיט א פריעדיגע באריכט אז זיי האבן געהאט ניו יארק פלעיטס

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:36 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך פארשטיי ליידער נישט פארוואס מען דארף שטערקערע פאליציי וואך. ווי ווייניגער מען רעדט פון אנטי-סעמעטיזם, שוואכע פאטראל, אידיש-פאליטישע באציאונגען איז אלס געזונטער. דאס האט לכאורה ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט און ס׳בעסער צו מאכן ווי ווייניגער גערודער.

גא"מ
אבער היות אייער עצה ברענגט קיינעם קיין פאבליסעטי און מ'קען נישט מאכן דערפון קיין בילדער וויל קיינער אייך נישט אויסהערן
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:42 pm

איך וויל בעטן א טובה פון חברים ד'ראקלענד, טאמער איר ווערט געוואר אז ס'איז געווען א אויסגערעכנטע אקציע דורך שלוחים פון זרע ישראל וכו' און איר וועט פילן פאר וויכטיג פאר די כבוד פון די משפחות נישט ארויסצוגעבן די דאטאלן, כל הכבוד!

אבער ביטע האלטס אין קאפ אז עס שטייען טאטעס און מאמעס מיט צאפלדיגע הערצער זייענדיג דערשראקן אז אפשר איז עס געווען א האסן פארברעכן, וואס אויב יא דאן ווער ווייסט צו עס האט זיך גענדיגט מיט דעם... איז טאמער ווייסט איר קלאר אז עס איז נישט געווען קיין האסן פארברעכן נאר א געצילטע זאך, דאן ביטע געדענקטס אז איה"נ צו היטן אויף די כבוד פון ווער ס'זאל נאר זיין איז 'וויכטיג', אבער נאך וויכטיגער איז צו לאזן וויסן פאר כל הקהל הקודש אז עס איז געווען א געצילטע זאך און יעדער קען שלאפן רואיג ווייל מאנסי האט זיך נאכנישט דערקייקלט צו אזא נידריגע שטאפל פון שנאת ישראל.

אוודאי רעדסט עס דורך מיט א רב, אבער נעמטס אין חשבון אז, מיטן פארהוילן דעם אמת, קען האבן א שעדליכע עפעקט אויפן ציבור, געבענדיג די געפיל אז 'מאנסי' איז געווארן אויס סעקיור.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:44 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך פארשטיי ליידער נישט פארוואס מען דארף שטערקערע פאליציי וואך. ווי ווייניגער מען רעדט פון אנטי-סעמעטיזם, שוואכע פאטראל, אידיש-פאליטישע באציאונגען איז אלס געזונטער. דאס האט לכאורה ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט און ס׳בעסער צו מאכן ווי ווייניגער גערודער.

אין הכי נמי ס'זייעט מער אן שנאת ישראל ווען מ'באשילדיגט די קאנדידאטן און די גויישע שכנים וכו' אויך ווען ס'איז דא שטארקע ראיות אז ס'איז מעגליך בכלל נישט קיין האסן פארברעכן, אבער ווען פאליציי וואלט געווען אויף די גאסן וואלט אזא זאך לכאורה נישט געשען אזוי גרינג... אפילו לשיטתך
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:51 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך פארשטיי ליידער נישט פארוואס מען דארף שטערקערע פאליציי וואך. ווי ווייניגער מען רעדט פון אנטי-סעמעטיזם, שוואכע פאטראל, אידיש-פאליטישע באציאונגען איז אלס געזונטער. דאס האט לכאורה ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט און ס׳בעסער צו מאכן ווי ווייניגער גערודער.

אין הכי נמי ס'זייעט מער אן שנאת ישראל ווען מ'באשילדיגט די קאנדידאטן און די גויישע שכנים וכו' אויך ווען ס'איז דא שטארקע ראיות אז ס'איז מעגליך בכלל נישט קיין האסן פארברעכן, אבער ווען פאליציי וואלט געווען אויף די גאסן וואלט אזא זאך לכאורה נישט געשען אזוי גרינג... אפילו לשיטתך

קען זיין. די ניו יארק סיטי גאסן זענען מיט פאליציי און יעדע צווייטע טאג געשעהט עפעס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:53 pm

סתם נארישע רומערס און אפאר אלצווייסערס שטיפן שוין אן אגענדע.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:56 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך פארשטיי ליידער נישט פארוואס מען דארף שטערקערע פאליציי וואך. ווי ווייניגער מען רעדט פון אנטי-סעמעטיזם, שוואכע פאטראל, אידיש-פאליטישע באציאונגען איז אלס געזונטער. דאס האט לכאורה ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט און ס׳בעסער צו מאכן ווי ווייניגער גערודער.

אין הכי נמי ס'זייעט מער אן שנאת ישראל ווען מ'באשילדיגט די קאנדידאטן און די גויישע שכנים וכו' אויך ווען ס'איז דא שטארקע ראיות אז ס'איז מעגליך בכלל נישט קיין האסן פארברעכן, אבער ווען פאליציי וואלט געווען אויף די גאסן וואלט אזא זאך לכאורה נישט געשען אזוי גרינג... אפילו לשיטתך

די גרעסטע טפשות פןן די אינגע.. צו לויפן צום מייק מיט מסקנות און בלעימען, פאר דו ווייסט וואס האט פאסירט פונקטליך.
שיסן זיך אין די אייגענע פיס

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 7:59 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:שמעקט מיר א געצילטע אטאקע.

פארוואס טראכסטו אזוי ?


ווייל זיי האבן נישט געבעטן קיין געלט, נאר ברוטאל געשטאכן און אפגעצויגן פון סצענע. עס פאסירט נישט סתם אזוי שטעכעריי אטאקעס אין מאנסי - כאטש וואס דאס קען רח״ל ווערן א טרענד, אבער מאנסי איז נישט ארץ ישראל, און מען שטעכט נישט סתם אזוי. די גאנצע אופן וויאזוי די קאר האט זיך ׳האסטיג׳ אפגעשטעלט נעבן אים שמעקט אויך זייער פארדעכטיגט, און אז סאיז ארויסגעשפרינגן ׳צוויי׳ מענטשן איז אויך זייער פארדעכטיגט.

ס'קען זיין אז צום סוף עט'מען מוזן מודה זיין אז 'ממש אזוי' האט א געזונטן שמעקער.
אפשר יא, אפשר ניין


לכאורה גאנץ א גוטע.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:01 pm

ביללער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך פארשטיי ליידער נישט פארוואס מען דארף שטערקערע פאליציי וואך. ווי ווייניגער מען רעדט פון אנטי-סעמעטיזם, שוואכע פאטראל, אידיש-פאליטישע באציאונגען איז אלס געזונטער. דאס האט לכאורה ליידער נישט קיין שום שייכות דערמיט און ס׳בעסער צו מאכן ווי ווייניגער גערודער.

אין הכי נמי ס'זייעט מער אן שנאת ישראל ווען מ'באשילדיגט די קאנדידאטן און די גויישע שכנים וכו' אויך ווען ס'איז דא שטארקע ראיות אז ס'איז מעגליך בכלל נישט קיין האסן פארברעכן, אבער ווען פאליציי וואלט געווען אויף די גאסן וואלט אזא זאך לכאורה נישט געשען אזוי גרינג... אפילו לשיטתך

די גרעסטע טפשות פןן די אינגע.. צו לויפן צום מייק מיט מסקנות און בלעימען, פאר דו ווייסט וואס האט פאסירט פונקטליך.
שיסן זיך אין די אייגענע פיס

אפשר איז בעסער אזוי, שוין אפגעמאכט אז מען שיסט זיך אין די פיס.

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:16 pm

פומפדותא האט געשריבן:איז דא נאך איינער חוץ @חושב מחשבות... וואס האט געזעהן פארמערטע פאליציי דעם שבת?

איך בין געגאנגן צו א שבע ברכות פרייטאג צונאכטס און גארנישט געזעהן.

יא חברים מיט קארס איבעראל פאליציי זענען ארום געפאהרן אויף בייקס געוואלדיגע ארבעט חברים

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:21 pm

משהלע האט געשריבן:סתם נארישע רומערס און אפאר אלצווייסערס שטיפן שוין אן אגענדע.

הלואי ווי די זאגסט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:26 pm

פומפדותא האט געשריבן:איז דא נאך איינער חוץ @חושב מחשבות... וואס האט געזעהן פארמערטע פאליציי דעם שבת?

איך בין געגאנגן צו א שבע ברכות פרייטאג צונאכטס און גארנישט געזעהן.

יא.
געזעהן עטליכע פאליציי קארס און א שעריף קאר אריבער פארן מיין הויז. א חוץ פון די וועכענטליכע חברים פאטראל.

נ.ב. איך וואוין נאנט צו די שטעכעריי פלאץ
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

שטאטס מבין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

תגובהדורך שטאטס מבין » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:28 pm

פומפדותא האט געשריבן:איז דא נאך איינער חוץ @חושב מחשבות... וואס האט געזעהן פארמערטע פאליציי דעם שבת?

איך בין געגאנגן צו א שבע ברכות פרייטאג צונאכטס און גארנישט געזעהן.


נעבן סקולענע ביהמ"ד אויף בלויבעררי איז געווען צוויי פאליציי קארן איינס אויבן ביי jill און איינס אינטען ביי dr. frank ביז נאכן טיש

שטאטס מבין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

תגובהדורך שטאטס מבין » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:40 pm

א דזשיקאווע מעשה דערציילט איינער אין מקוה היינט
ער פארט אין די סעדל ריווער געגענט אינטער איהם פארט א פאליציאנט און פון די אנדערע זייט איז אנטקעגן געקומען א האנדא פיילעט און דער פאליציאנט האט געמאכט א שנעלע יו טורן און אנגעהויבן נאכפליען די האנדא פיילעט שפעטער האט ער געזעהן ווי אפאר פאליציי קארן ארום גערונגעלט דעם קאר

עצה טובה אויב האט איהר א האנדא פיילעט דינגט ארויס פאר די קומענדיגע טעג א אנדערע פאר איר ווערט נאכגעיאגט...

עדינו העצני
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 2:15 pm

תגובהדורך עדינו העצני » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 8:44 pm

מער לייטס און פאליציי העלפט נישט פאר א געצילטע אטאקע אבער גוטע, פארגעשריטענע קעמרעס קען מעגליך יא העלפן כאפן דע מערדערס

איך האלט אז אויב איז איינער מזרע ישראל געשטאנען אונטער דעי אטאקע זאל מען נישט שוינען קיינעמס כבוד נאר מקיים והוקע אותם נגד השמש. באהאלטן אזא זאך וועט נאר געבן חיזוק פאר אנדערע צווישן אונז אז מ'קען טון אזא זאך און מ'וועט עס פארשווייגן.

איי די בושות וועט פלאמען ביזן זיבעטן בוידעם. אמת, מ'וועט זיך מוזן אפווישן די נאז און זאגן איים סארי פאר די גוי'אישע שכנים פארן רעדן איידערן וויסן (און אפשר וועט עס קענען זיין א גוטע פתח צו קענען פארבעסערן די רילעישנס מיט זיי), און געבן פאר דעם מערדערעשן משלח דעם ריכטיגן טריטמענט וואס ער דעזערווט, סיי פאר די מעשה רציחה און סיי פאר די חילול השם און סיי פארן העלפן פארערגערן די מצב מיט די שכנים.

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

WCBS

תגובהדורך Kollel » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:03 pm

POLICE SAY IT WAS NOT A HATE CRIME
https://t.co/hy1eId3dFS?amp=1
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:16 pm

Kollel האט געשריבן:POLICE SAY IT WAS NOT A HATE CRIME
https://t.co/hy1eId3dFS?amp=1



The actual statement is very different.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 9:20 pm

Actual statement. Read the highlighted paragraph and the following one.
צוגעלייגטע
IMG-20191122-WA0072.jpg
IMG-20191122-WA0072.jpg (226.58 KiB) געזעהן 816 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”